סמבטיון האט געשריבן:א רחמנות צו זעהן ווי היימישע יונגעלייט האבן נאך קיינמאל נישט עקספירענסט וויאזוי א חסיד פילט ווען זיין רבי ליינט זיין קוויטל. איי געיס איך דריי מיר אין די ראנג פלאטץ. בת קל דו רעדסט צאם אזעכע נארישקייטן אז עס קומט צו ברעכן, גראדע היייסט עס אז זיין זיידע וואס האט אים ליב געהאט אהבת נפש האט אים אויסגעלערנט ליינן קוויטלעך.
ב.א. איך מיין אז דיינע קינדער ווארטן זייער מאמע זאל זיי באגלייטן אויפן באס, לייג אוועק דעם פאון פאר א שעה שוויי , און נאכדעם זאלסטו צוריק קומען ביתר שאת וביתר עז, ווי עס פאסט זיך פאר א יודישע מאמע.
סמבטיון האט געשריבן:איך ווייס נישט צו וועם דו באציסט זיך, אבער איך האב נאך אויף קיין איין רבי נישט געהאקט אדער גערעדט שלעכטס זייט איך קען שרייבן. ביי מיר אינדערהיים איז יעדער רבי חשוב און געשעצט, איך בין שוין א מעמבער דא צום גוטן אין קאווע שטיבעל פאר כמעט 10 יאהר, קענסט דורך נישטערן אלע מיינע תגובות! וועסט נישט טרעפן קיינמאל א ווארט אויף א רבי וויאזוי ענק אלע רעדן דא אויף בעלזער רב. כ'קען האקן אויף א שיטה, אויף א מהלך, אבער קיינמאל וועל איך נישט חוזק מאכן פון א גדול בישראל, ווער ס'האט צייט זאל עס נאכקוקן, (חוץ אויף העלבראנץ..) ביי מיר אינדערהיים איז דא ר' אהרן מיט א ר' זלמן לייב, ר' בנציון און ר' מרדכי דוד, וכו', נישט קיין חילוק וויפיהל איך האלט פערזענליך פון יעדעם פריוואט, איך געב יעדן אפ די ריכטיגע כבוד. און איך וועל קיינמאל נישט רעדן מיאוס און חוזק מאכן פון א מנהיג בישראל.
איך מיין נישט קיינעם פערזענליך, ס'קוקט מיר אויס אז אין דעם הינזיכט זענען די בעלזא אויסערגעווענליך
כבוד בית בעלזא ביי זיי איז לכאורה, די ערשטע מצווה אין תורה
דאס איז נישט קיין נייע זאך, די אלטע יושבים האבן שוין געקענט דעם פאך.....
אויב נעמט מיר פינף מינוט א ליין אין אידיש צו שרייבן, וועט פארביי גיין א שעה אויב וועל איך עס מאכן אין גראמען.
דעפאר מחילה איך בעט, אויב שרייבן פשוט איך מעג.
מיין ציל יעצט איז נישט צו שרייבען שיין, נאר פשוט איך וויל פארשטיין, וויאזוי דער יונג ברוינשטיין, טוט פאר בעלז און פייער גיין.
איך מיין נישט דווקה אים, אבער ער איז דאך די פותח אשכול געווען.
איך וויל באמת פארשטיין, וואס דא טוט פארגיין.
וואס איז פשט פון מענטשען וואס זענען אויפגעקלערט, ברייט וכו. שעלטען אויפן סיסטעם, ווילען איינפירען נייע דערהערען און אונזער געמיינדע, האלטען אז אונזער מהלך איז ראנג נישט נאר פון א קאמאן סענס פוינט אוו וויא נאר אפילו נישט תורה'דיג אין אונזער גאנצע יודישקייט איז סתם א פארדרייטע תורה אבער צו די זעלבע צייט וועלן זיי זיין פלאמעדיגע חסידים פון א רבי וואס זיי וויסען קלאר אז טאמער ווייזט די רבי וואס ער שרייבט דא איז ער אים מחרים פאר אייביג אייביגייטען.
איך וועל אנכאפען נאר די לעצטע נושא וואס די האסט לעצטנעס געמישט לגבי שידוכים אין אונזערע קרייזען. די האלסט אז די סיסטעם איז א חורבן, פלעין א משוגעת פון נאכן קריג (אן אמעראצעס בד"וו), יונגלעך דארפען ווען זיך טרעפען מיט מערערע מיידלעך און שמועסען און זיך צונויפטרעפען פריוואט, און נאך און נאך. סאיז ממש א רשעות וואס מ'טוט צו אונזערע נאיווע קינדער און מ'נערט זיי אריין פאר לייף!
דאס אמאל זיכער אז דיין רבי איז פארט פון די פראבלעם! שטעל די פאר די זאלסט מאכן א קאמפיין אין בעלז אז בחורים זאלען זיך טרעפען מיט מיידלעך און א גרויסע זאל וכו וכו די פארשלאגן פון די אנדערע אשכול, די וואלסט זיכער געווארן פארשטויסן דורכן רבין אליין.
איך כאפ נאר אן איין דוגמה און אויך נאר איין ניק אבער און דזשענעראל זענען דא אזויפיל מענשטען וואס האלטען גאר ווייט אוועק פון זייער חסידות און ניין, איך רעד נישט פון די וואס זענען פשוט קיל אדער באמעס, ליידיגייער אבער נישט בשיטה, איך רעד פון די וואס בשיטה האלטען זיי אז די סאסייעטי איז ראנג, אידישקייט עס איט איז איז ראנג, אבער נאך אלס א פייערדיגע חסיד. וויאזוי ביזטו א חסיד פון א רבי וואס אין זיינע אויגן זענען דיינע שיטות אפיקורסעס? וויאזוי ביזטו א חסיד פון א רבי וואס אין דיינע אויגן איז ער אלעס וואס איז ראנג מיט אידישקייט און נאך גאר אין שפיץ דערויף?
איך קען גיין מיט מער דוגמאות צו ארויסברעגען די היפאקרעסי קלארער אבער תן לחכם.