חיים וואלדער באגייט זעלבסטמארד
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 74
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 64 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

- ידיד השטיבל
- הודעות: 168
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 8:52 pm
- האט שוין געלייקט: 86 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל
סמבטיון האט געשריבן:אתמול באיצקוביץ' היה חזן שבתפילת העמידה לקח לו יותר מידי זמן, ולאחר שכל הציבור כבר גמר חיכו רק לו, עד שאחד המתפללים דפק על השולחן וצעק "להפסיק לחשוב על חיים וולדר", מיד עקר רגליו והתחיל קדיש
ער האט געטראכט פון וואלדער אדער פון וואס וואלדער פלעגט טראכטן...
The greatest science, changed their minds
- כלבאשבוע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1028
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
- קאנטאקט:
Powerful Letter from Rabbi Ron Yitzchok Eisenman of Passaic about the Chaim Walder Case
https://vinnews.com/2021/12/29/powerful ... lder-case/

לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 168
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 8:52 pm
- האט שוין געלייקט: 86 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל
כלבאשבוע האט געשריבן:Powerful Letter from Rabbi Ron Yitzchok Eisenman of Passaic about the Chaim Walder Case
https://vinnews.com/2021/12/29/powerful ... lder-case/
קליפ און קלאר, נישטא וואס מוסיף צוזיין
The greatest science, changed their minds
- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 3763 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל
Re: חיים וואלדער באגייט זעלבסטמארד
שיטת הטליבןששון ושמחה האט געשריבן:.
Sent from my SM-G930V using Tapatalk
Don’t ask unless you want to hear the answer.
- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 3763 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל
Re: חיים וואלדער באגייט זעלבסטמארד
פאר ווער עס ווייסט נישט........נפה האט געשריבן:mevakesh האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:זענען דא סיי וועלכע וויקטים'ס וואס זענען ארויסגעקומען אין "עפענטליכקייט" זיך געמאלדן אז וואלדער האט זיי באקריוודעט? אדער איז עס נאכאלץ א סוד ווער די וויקטים'ס זענען?
איך רעד נישט פון וויקטים'ס וואס זענען געגאנגען צו פאליציי אדער בי''ד. איך פרעג אויב ס'זענען דא וואס האבן גערעדט מיט די פובליק?
נע
אהרן רבינווויץ איז דא מיט אן אגענדע ער האט אלעס אויסגעזויגן פון די פינגער
אין הארץ דארף מען נישט עני פראאף ווען מען רעדט קעגן אן היימישער יוד
און די צווי רבנים וואס זענען ארויס קעגן איהם
הרב שמואל אליהו איז בכלל נישט קיין חרדישע רב און הרב סילמן איז אן אפגעפרעגטע דיין פרעגט אייך נאך
געמאלען וואסער.
מדינת ישראל איז א דעמאקראטישע לאנד פאר ווער עס ווייסט נישט, אויב איינער שרייבט אז איינער האט עפעס געטון און עס איז נישט אמת קען יענער תובע זיין אין בית המשפט, און פארדעם גייט יעדע תחקיר אדורך יעוץ משפטי, וואלדער האט אפי׳ נישט געשיקט קיין מכתב התראה לפני תביעת דיבה וואס דאס האט פארשטערקערט די חשדות אנטקעגן אים (סתם לדוגמה אריה דרעי האט יעצט תובע געווען [url=בן_כספית/https://he.m.wikipedia.org/wiki]בן כספית[/url] אויף 400,000 ש״ח פארן שרייבען אויף אים עבריין מורשע, און גור האט תובע געווען יוסי שטארק פארן שרייבען אויף טוויטער אז א גורע חסיד האט איינעם געשלאגן).
אהרן רבינוביץ האט זיך נישט גענומען אויף חיים וואלדער נאר ער האט שוין אויפגעדעקט אסאך מעשיות ווי למשל משי זהב וכדומה.
הרב שמואל אליהו איז טאקע נישט קיין חרדי ער איז א דתי לאומי, און ער איז זיך מטפל מיט די מיני קעיסעס שוין פאר יארן נאך פון עזרא שינברג.
הרב סילמן איז אפגעפרעגט ביי די המון עם אבער די סיבה פארוואס ער איז אפגעפרעגט איז צוליב זיין נגיעה צום ממסד די זעלבע ממסד וואס האט געשריבען אויף חיים וואלדער זצ״ל און דווקא ער איז יעצט ארויסגעקומען אנטקעגן אים דאס מיינט אז יש דברים בגו. (אגב וואו האסטו געוואלט אז מען זאל גובה עדות זיין ביי די עדה?)
Sent from my SM-G930V using Tapatalk
Don’t ask unless you want to hear the answer.
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
פרנס החודש האט געשריבן:פאר ווער עס ווייסט נישט........נפה האט געשריבן:mevakesh האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:זענען דא סיי וועלכע וויקטים'ס וואס זענען ארויסגעקומען אין "עפענטליכקייט" זיך געמאלדן אז וואלדער האט זיי באקריוודעט? אדער איז עס נאכאלץ א סוד ווער די וויקטים'ס זענען?
איך רעד נישט פון וויקטים'ס וואס זענען געגאנגען צו פאליציי אדער בי''ד. איך פרעג אויב ס'זענען דא וואס האבן גערעדט מיט די פובליק?
נע
אהרן רבינווויץ איז דא מיט אן אגענדע ער האט אלעס אויסגעזויגן פון די פינגער
אין הארץ דארף מען נישט עני פראאף ווען מען רעדט קעגן אן היימישער יוד
און די צווי רבנים וואס זענען ארויס קעגן איהם
הרב שמואל אליהו איז בכלל נישט קיין חרדישע רב און הרב סילמן איז אן אפגעפרעגטע דיין פרעגט אייך נאך
געמאלען וואסער.
מדינת ישראל איז א דעמאקראטישע לאנד פאר ווער עס ווייסט נישט, אויב איינער שרייבט אז איינער האט עפעס געטון און עס איז נישט אמת קען יענער תובע זיין אין בית המשפט, און פארדעם גייט יעדע תחקיר אדורך יעוץ משפטי, וואלדער האט אפי׳ נישט געשיקט קיין מכתב התראה לפני תביעת דיבה וואס דאס האט פארשטערקערט די חשדות אנטקעגן אים (סתם לדוגמה אריה דרעי האט יעצט תובע געווען [url=בן_כספית/https://he.m.wikipedia.org/wiki]בן כספית[/url] אויף 400,000 ש״ח פארן שרייבען אויף אים עבריין מורשע, און גור האט תובע געווען יוסי שטארק פארן שרייבען אויף טוויטער אז א גורע חסיד האט איינעם געשלאגן).
אהרן רבינוביץ האט זיך נישט גענומען אויף חיים וואלדער נאר ער האט שוין אויפגעדעקט אסאך מעשיות ווי למשל משי זהב וכדומה.
הרב שמואל אליהו איז טאקע נישט קיין חרדי ער איז א דתי לאומי, און ער איז זיך מטפל מיט די מיני קעיסעס שוין פאר יארן נאך פון עזרא שינברג.
הרב סילמן איז אפגעפרעגט ביי די המון עם אבער די סיבה פארוואס ער איז אפגעפרעגט איז צוליב זיין נגיעה צום ממסד די זעלבע ממסד וואס האט געשריבען אויף חיים וואלדער זצ״ל און דווקא ער איז יעצט ארויסגעקומען אנטקעגן אים דאס מיינט אז יש דברים בגו. (אגב וואו האסטו געוואלט אז מען זאל גובה עדות זיין ביי די עדה?)
Sent from my SM-G930V using Tapatalk
גאר גיט געזאגט!
וואלדער האט נישט געוואלט אויסקוקן ווי דער קלוזענבורגער רודאלף קאסטנער וועלכער האט געקלאגט מלכיאל גרינוואלד אין ישראל פארן שרייבן אז ער איז געווען א נאצי קאלאבאראטירער און די קלאגע האט צוריקגעפאטשט אין פנים ווען די געריכט האט באשטעטיגט די באשולדיגונג.
גראדע, רוב מאל ווען צייטונגן קומען ארויס מיט א באמבשעל באשולדיגונג, ווי דא ביי וואלדער, איז יותר ממה שקריתי לפניכם כתוב כאן. נאר וויבאלד נישט יעדער וויל מיטארבייטן, נישט יעדער וויל גיין אויף די רעקארד, און נישט יעדע דעטאל קען באשטעטיגט ווערן מיט א קלארקייט צוליב די צייט אפשניט און די סודות'פולע נאטור פון די דאזיגע פארברעכן, לאזן זיי דאס אלעס איבער אינעם עדיטור'ס צימער ביז זיי קענען לייגן די האנט אויף די באווייזן. "הארץ" ווייסט פיל מער איבער וואלדער ווי דאס וואס זיי האבן באריכטעט (דאס האב איך געהערט פון א כלי שני), און ס'איז רוב מאל אזוי. די אחריות פון אן עסטעבלישט צייטונג איז גרויס און די געזעץ האלט זיי פאראנטווארטליך אויב זיי באגייען ס'קלענסטע אומרעכט קעגן א ציווילע מענטש. דאס איינצוגסטע פארטיידיגונג אין א פארלומדונגס קלאגע איז אז ס'איז אמת. אויב א באשולדיגונג קען געוויזן געווערן אלס אמת און מיט באווייזן, דאן האט א צייטונג א רעכט צו שרייבן אלעס, אפגעזעהן ווי פיינפול דאס איז פאר חתן דנן. אבער אויב די צייטונג קען נישט צייגן די באווייזן אז ס'איז אמת, זענען זיי אפען פאר קלאגעס וואלעכע ענדיגן זיך מיט מיליאנען אין אנטשעדיגונג. דערפאר זיצן מחנות מיט אדוואקאטן און זיפן דורך יעדעס ווארט אין אזוינע סארט ארטיקלן אז ס'זאל זיין ראק סאליד. און אין די פראסעס לאזן זיי ארויס פיל סחורה וואס זיי ווייסן איז אמת אבער די באווייזן אויף וואס דער רעפארטער האט געקענט לייגן א האנט איז נישט סאליד.
אלס א דוגמא, ביי הארווי וויינשטיין, דער סעקיולער חיים וואלדער, האבן פיל מידיא קאנאלן געארבייט אויף די מעשה פאר א לאנגע צייט. ווי די הלכה אין זשורנאליזים איז, שיקט מען די באשולדיגונג ארטיקל צו דעם נידון און מ'גיט אים און זיינע קאמיוניקאציע פארטרעטער צוזאמען מיט לויערס א געלעגנהייט צו ענטפערן אויף יעדעס ווארט. וויינשטיין'ס אדוואקאטן, לייבן אין די אינדוסטרי, האבן געקעפט ציין אין נעגעל קעגן די מידיא קאנאלן און געסטראשעט מיט א מעכטיגע לאוסאוט. רוב קאנאלן האבן מורא געהאט און געווארט פאר הארטערע באווייזן עד שבא צוויי ניו יארק טיימס רעפארטערס וועלכע האבן געבראכן די מעשה נאך א לאנגע צייט ארבייטן דערויף. די מעשה איז געשילדערט אין זייער שפעטערדיגע בוך She Said.
איינער וואס זאגט אז אן עסטעבלישט מידיא קאנאל קען באריכטן אזא עקספלאסיוו סטארי אן זיפן די באווייזן און יעדעס ווארט בי"ג נפה איז לא מצה ידיו ורגליו אין מידיא, געזעץ און געזעלשאפט. ס'איז, ווי מ'רופט עס דא, בלויז פלאפערייען לשם מצוות פלאפערייען.
און דאס איז חוץ פון וואס איך ווייס אז אלע פעלער ווי מענטשן האבן גענומען שריט, פון אייכלער'ס ביז פעלדהיים ביז געוויסע חרידישע נייעס וועבסייטס און געוויסע רבנים, איז דאס געקומען נאכדעם וואס מ'האט זיי צוגעשטעלט אונטער די קוליסן א טוץ מיט האר אויפשטעלענדע באווייזן, וואס פארשטייט זיך איז נישט געמאכט צו דריקן אין א צייטונג אבער איז געניג פאר א הארץ צו צוגיין און פאר א מענטש צו זיין גאר באקוועם אז זיי טוהן די ריכטיגע זאך און וועלן זיך נישט פארפלאנטערן מיטן געזעץ.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואליש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: חיים וואלדער באגייט זעלבסטמארד
איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי דו ברענגסט די מעשה פאר א ראי', וואלדער איז טויט, בעת קאומא לעבט און לאכט מיט חלומות פון א קאמבעק, און טראמפ איז געווען פרעזידענט פיר יאר.העניך האט געשריבן:די רעאקציע פונעם היימישן עולם מאלט ליידער א ביטערן שווארצן בילד וואו מיר זענען אהינגעקומען ר"ל. ס'איז פשוט נישט צו פארשטיין ווי די גויאישע וועלט בכלליות איז אזויפיל מער מענטשליך, אזויפיל ריינער, אזויפיל מער לאגיש און מאראליש, ווען עס קומט צו ענינים פון קדושה. האבן מיר נישט געדארפט זיין די ממלכת כהנים וגוי קדוש?
צווישן אלע מענטשן פון דער וועלט וואס האבן קעגן זיך אזעלכע שרעקליכע באשולדיגונגען ווי חיים וואלדער האט געהאט, האט וואלדער עס געהאט דאס גרינגסטע. אין דער וועלט וואו ער לעבט האט מען נישט גורס געווען די באשולדיגונגען, און קיינער האט אים גארנישט געטון. נעם אזא מענטש ווי קאומא -- קעגן וועמען די באשולדיגונגען זענען געווען פיל פיל שוואכער ווי וואלדער'ס -- וועלכער האט געהאט די גאנצע וועלט וואו ער האט געלעבט, די מידיע וואס ער האט געלייענט, די פאליטיקאנטן וועלכע האבן אים געשטיצט, אלעס ארום און ארום, האט זיך אויסגעדרייט קעגן אים. ביי וואלדער איז דאס בכלל נישט געווען. די איינציגסטע וואס האבן געשטורמט זענען געווען פון דרויסן, פשוט ווייל פון אינעווייניג, דער סיסטעם, האט מען גארנישט געטון. יעדער מאלעסטאר אין דער וועלט וואלט זיך געוואונטשן אז אויב ווערט ער עקספּאָוזט זאל עס זיין אויף דעם וועג וויאזוי וואלדער האט עס געהאט. דורך א צייטונג וואס קיינער אין זיין געמיינדע לייענט נישט, דורך מענטשן וואס קיינער אין זיין געמיינדע גלייבט נישט, בשעת'ן לעבן אין א געמיינדע וואו עס איז בכלל נישט פאראן קיין מהלך וויאזוי צו דיעלן און פראצעסירן אזעלכע אינפארמאציע.
וואס ווייטאגט דאס מערסטע איז די אומוויליגקייט פון מענטשן פשוט צו נייגן אן אויער און הערן וויאזוי אזעלכע פארברעכנס גייען צו, וואס עס איז די טבע פון וויקטימס, וואס ריסוירטש זאגט איבער עדות'שאפט. דער פאקט אז דער פראבלעם פון מאלעסטעישאן איז אזוי שרעקליך, און אז ס'איז ביי אונז פשוט נישטא קיין וועג וויאזוי פטור צו ווערן פון די רוצחים, גיט זיי נישט אפילו אן איין-מינוטיגע אפשטעל: א רגע, לאמיך פרובירן צו פארשטיין. לאמיך הערן וואס די וויקטימס זאגן. לאמיך עס נישט נעמען ווי א פערזענליכע מלחמה, וואו איך דארף סקאָורן פוינטס, און די רגע כ'האק צו קאווע שטיבל גיי איך ווייטער אין מיין לעבן און כ'געב נישט קיין זעקסטל -- ווי יענער האט זיך אויסגעדרוקט.
נעם אריין אביסעלע ענווה און הכנעה, נאר א טראפ. הכנעה אונטער דעם אומגעהויערן פּיין וואס קרבנות גייען דורך אין דער נושא, און אביסעלע ענווה פשוט ארויסצוטרעטן פון באמבאסטישע און ווילדע דעקלעראציעס וואס זענען פאסיג ווען מ'קייט איבער א זאפטיג שטיקל פאליטיק, אבער נישט ווען מ'רעדט פון נפשות. רעד וועגן דעם פון א פלאץ וואו דו קעירסט, ווי עס רירט דיך באמת צו, ווי ס'וואלט געווען נוגע דיין קינד, דיין ברודער.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: חיים וואלדער באגייט זעלבסטמארד
איך זעה אז ער אגריט מיט די עדה אז מעשיות וואס קומען פון נישט ריינע מקורות טאר מען נישט ליינען אפי' די אינהאלט איז גוט...כלבאשבוע האט געשריבן:Powerful Letter from Rabbi Ron Yitzchok Eisenman of Passaic about the Chaim Walder Case
https://vinnews.com/2021/12/29/powerful ... lder-case/
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 168
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 8:52 pm
- האט שוין געלייקט: 86 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל
הערט אויס א פרישע קוגל, מסיפור לסיפור
https://www.facebook.com/watch/?v=46505 ... &ref=notif
https://www.facebook.com/watch/?v=46505 ... &ref=notif
The greatest science, changed their minds
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 271
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
- האט שוין געלייקט: 225 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל
Re: חיים וואלדער באגייט זעלבסטמארד
העניך האט געשריבן:די רעאקציע פונעם היימישן עולם מאלט ליידער א ביטערן שווארצן בילד וואו מיר זענען אהינגעקומען ר"ל. ס'איז פשוט נישט צו פארשטיין ווי די גויאישע וועלט בכלליות איז אזויפיל מער מענטשליך, אזויפיל ריינער, אזויפיל מער לאגיש און מאראליש, ווען עס קומט צו ענינים פון קדושה. האבן מיר נישט געדארפט זיין די ממלכת כהנים וגוי קדוש?
צווישן אלע מענטשן פון דער וועלט וואס האבן קעגן זיך אזעלכע שרעקליכע באשולדיגונגען ווי חיים וואלדער האט געהאט, האט וואלדער עס געהאט דאס גרינגסטע. אין דער וועלט וואו ער לעבט האט מען נישט גורס געווען די באשולדיגונגען, און קיינער האט אים גארנישט געטון. נעם אזא מענטש ווי קאומא -- קעגן וועמען די באשולדיגונגען זענען געווען פיל פיל שוואכער ווי וואלדער'ס -- וועלכער האט געהאט די גאנצע וועלט וואו ער האט געלעבט, די מידיע וואס ער האט געלייענט, די פאליטיקאנטן וועלכע האבן אים געשטיצט, אלעס ארום און ארום, האט זיך אויסגעדרייט קעגן אים. ביי וואלדער איז דאס בכלל נישט געווען. די איינציגסטע וואס האבן געשטורמט זענען געווען פון דרויסן, פשוט ווייל פון אינעווייניג, דער סיסטעם, האט מען גארנישט געטון. יעדער מאלעסטאר אין דער וועלט וואלט זיך געוואונטשן אז אויב ווערט ער עקספּאָוזט זאל עס זיין אויף דעם וועג וויאזוי וואלדער האט עס געהאט. דורך א צייטונג וואס קיינער אין זיין געמיינדע לייענט נישט, דורך מענטשן וואס קיינער אין זיין געמיינדע גלייבט נישט, בשעת'ן לעבן אין א געמיינדע וואו עס איז בכלל נישט פאראן קיין מהלך וויאזוי צו דיעלן און פראצעסירן אזעלכע אינפארמאציע.
וואס ווייטאגט דאס מערסטע איז די אומוויליגקייט פון מענטשן פשוט צו נייגן אן אויער און הערן וויאזוי אזעלכע פארברעכנס גייען צו, וואס עס איז די טבע פון וויקטימס, וואס ריסוירטש זאגט איבער עדות'שאפט. דער פאקט אז דער פראבלעם פון מאלעסטעישאן איז אזוי שרעקליך, און אז ס'איז ביי אונז פשוט נישטא קיין וועג וויאזוי פטור צו ווערן פון די רוצחים, גיט זיי נישט אפילו אן איין-מינוטיגע אפשטעל: א רגע, לאמיך פרובירן צו פארשטיין. לאמיך הערן וואס די וויקטימס זאגן. לאמיך עס נישט נעמען ווי א פערזענליכע מלחמה, וואו איך דארף סקאָורן פוינטס, און די רגע כ'האק צו קאווע שטיבל גיי איך ווייטער אין מיין לעבן און כ'געב נישט קיין זעקסטל -- ווי יענער האט זיך אויסגעדרוקט.
נעם אריין אביסעלע ענווה און הכנעה, נאר א טראפ. הכנעה אונטער דעם אומגעהויערן פּיין וואס קרבנות גייען דורך אין דער נושא, און אביסעלע ענווה פשוט ארויסצוטרעטן פון באמבאסטישע און ווילדע דעקלעראציעס וואס זענען פאסיג ווען מ'קייט איבער א זאפטיג שטיקל פאליטיק, אבער נישט ווען מ'רעדט פון נפשות. רעד וועגן דעם פון א פלאץ וואו דו קעירסט, ווי עס רירט דיך באמת צו, ווי ס'וואלט געווען נוגע דיין קינד, דיין ברודער.
נישט ריכטיג. דער עולם האלט נישט ביים מקבל זיין לשון הרע לי יהא אז עס זאל זיי ברור כשמלה וואלט דער היימישער עולם פארשריגען אזא מענטש מיט אן עזות דקדושה. נישט פין אומפארגינישקייט אין בלוט דורשטיגע גוים וואס האבן דערשטיקט יעדן וואס איז נאר געקומען אין בארורינג מיט א שמץ ניאוף (מיט די קאנסענט פין ביידע ) וואס בכי האי גוונא זאגט דער גוישע מאראל עס איז קיין פראבלעם.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 70
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2016 1:44 pm
- האט שוין געלייקט: 266 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל
אונטער חכם האט געשריבן:איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי דו ברענגסט די מעשה פאר א ראי', וואלדער איז טויט, בעת קאומא לעבט און לאכט מיט חלומות פון א קאמבעק, און טראמפ איז געווען פרעזידענט פיר יאר.העניך האט געשריבן:די רעאקציע פונעם היימישן עולם מאלט ליידער א ביטערן שווארצן בילד וואו מיר זענען אהינגעקומען ר"ל. ס'איז פשוט נישט צו פארשטיין ווי די גויאישע וועלט בכלליות איז אזויפיל מער מענטשליך, אזויפיל ריינער, אזויפיל מער לאגיש און מאראליש, ווען עס קומט צו ענינים פון קדושה. האבן מיר נישט געדארפט זיין די ממלכת כהנים וגוי קדוש?
צווישן אלע מענטשן פון דער וועלט וואס האבן קעגן זיך אזעלכע שרעקליכע באשולדיגונגען ווי חיים וואלדער האט געהאט, האט וואלדער עס געהאט דאס גרינגסטע. אין דער וועלט וואו ער לעבט האט מען נישט גורס געווען די באשולדיגונגען, און קיינער האט אים גארנישט געטון. נעם אזא מענטש ווי קאומא -- קעגן וועמען די באשולדיגונגען זענען געווען פיל פיל שוואכער ווי וואלדער'ס -- וועלכער האט געהאט די גאנצע וועלט וואו ער האט געלעבט, די מידיע וואס ער האט געלייענט, די פאליטיקאנטן וועלכע האבן אים געשטיצט, אלעס ארום און ארום, האט זיך אויסגעדרייט קעגן אים. ביי וואלדער איז דאס בכלל נישט געווען. די איינציגסטע וואס האבן געשטורמט זענען געווען פון דרויסן, פשוט ווייל פון אינעווייניג, דער סיסטעם, האט מען גארנישט געטון. יעדער מאלעסטאר אין דער וועלט וואלט זיך געוואונטשן אז אויב ווערט ער עקספּאָוזט זאל עס זיין אויף דעם וועג וויאזוי וואלדער האט עס געהאט. דורך א צייטונג וואס קיינער אין זיין געמיינדע לייענט נישט, דורך מענטשן וואס קיינער אין זיין געמיינדע גלייבט נישט, בשעת'ן לעבן אין א געמיינדע וואו עס איז בכלל נישט פאראן קיין מהלך וויאזוי צו דיעלן און פראצעסירן אזעלכע אינפארמאציע.
וואס ווייטאגט דאס מערסטע איז די אומוויליגקייט פון מענטשן פשוט צו נייגן אן אויער און הערן וויאזוי אזעלכע פארברעכנס גייען צו, וואס עס איז די טבע פון וויקטימס, וואס ריסוירטש זאגט איבער עדות'שאפט. דער פאקט אז דער פראבלעם פון מאלעסטעישאן איז אזוי שרעקליך, און אז ס'איז ביי אונז פשוט נישטא קיין וועג וויאזוי פטור צו ווערן פון די רוצחים, גיט זיי נישט אפילו אן איין-מינוטיגע אפשטעל: א רגע, לאמיך פרובירן צו פארשטיין. לאמיך הערן וואס די וויקטימס זאגן. לאמיך עס נישט נעמען ווי א פערזענליכע מלחמה, וואו איך דארף סקאָורן פוינטס, און די רגע כ'האק צו קאווע שטיבל גיי איך ווייטער אין מיין לעבן און כ'געב נישט קיין זעקסטל -- ווי יענער האט זיך אויסגעדרוקט.
נעם אריין אביסעלע ענווה און הכנעה, נאר א טראפ. הכנעה אונטער דעם אומגעהויערן פּיין וואס קרבנות גייען דורך אין דער נושא, און אביסעלע ענווה פשוט ארויסצוטרעטן פון באמבאסטישע און ווילדע דעקלעראציעס וואס זענען פאסיג ווען מ'קייט איבער א זאפטיג שטיקל פאליטיק, אבער נישט ווען מ'רעדט פון נפשות. רעד וועגן דעם פון א פלאץ וואו דו קעירסט, ווי עס רירט דיך באמת צו, ווי ס'וואלט געווען נוגע דיין קינד, דיין ברודער.
און איך האב נישט פארשטאנען פארוואס ער שרייבט אז קאומע’ס באשילדיגונגען זענען געווען פיל פיל שוואכער ווי וואלדער’ס, ווען ביי קאומע זענען געווען פרויען וואס זענען געהעריג ארויסגעקומען אין די עפענטליכקייט מיט זייער מעשה. משא”כ ביי וואלדער איז א וואלקן, די פובליק האט נישט קיין שום אינפארמאציע, ניטאמאל א נאמען.
נאכמער, אפי’ מיט די קלארע עדות’שאפטן פון די אלע פרויען ביי קאומע האט מען זיך אויך נישט גענומען צו אים גלייך, נאר מען האט שיין געווארט ביז די אטערני זשענערל האט ארויסגעגעבן איר ריפארט אז זי האט א שטארקע קעיס צו ברענגען אין געריכט.
די ריספאנד דא איז נאר אזוי (hopefully), ווייל מען האט דא גארנישט אויסער די צייטונגען און די בי’’ד רחוקה. ווען מען האט ווען די איקוויוועלענט פונעם ניו יארק אטערני זשענערל דא ביי די מעשה, וואלט די ריספאנד דא זיכער געווען אינגאנצן אנדערש.
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
גליקלעך האט געשריבן:אונטער חכם האט געשריבן:איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי דו ברענגסט די מעשה פאר א ראי', וואלדער איז טויט, בעת קאומא לעבט און לאכט מיט חלומות פון א קאמבעק, און טראמפ איז געווען פרעזידענט פיר יאר.העניך האט געשריבן:די רעאקציע פונעם היימישן עולם מאלט ליידער א ביטערן שווארצן בילד וואו מיר זענען אהינגעקומען ר"ל. ס'איז פשוט נישט צו פארשטיין ווי די גויאישע וועלט בכלליות איז אזויפיל מער מענטשליך, אזויפיל ריינער, אזויפיל מער לאגיש און מאראליש, ווען עס קומט צו ענינים פון קדושה. האבן מיר נישט געדארפט זיין די ממלכת כהנים וגוי קדוש?
צווישן אלע מענטשן פון דער וועלט וואס האבן קעגן זיך אזעלכע שרעקליכע באשולדיגונגען ווי חיים וואלדער האט געהאט, האט וואלדער עס געהאט דאס גרינגסטע. אין דער וועלט וואו ער לעבט האט מען נישט גורס געווען די באשולדיגונגען, און קיינער האט אים גארנישט געטון. נעם אזא מענטש ווי קאומא -- קעגן וועמען די באשולדיגונגען זענען געווען פיל פיל שוואכער ווי וואלדער'ס -- וועלכער האט געהאט די גאנצע וועלט וואו ער האט געלעבט, די מידיע וואס ער האט געלייענט, די פאליטיקאנטן וועלכע האבן אים געשטיצט, אלעס ארום און ארום, האט זיך אויסגעדרייט קעגן אים. ביי וואלדער איז דאס בכלל נישט געווען. די איינציגסטע וואס האבן געשטורמט זענען געווען פון דרויסן, פשוט ווייל פון אינעווייניג, דער סיסטעם, האט מען גארנישט געטון. יעדער מאלעסטאר אין דער וועלט וואלט זיך געוואונטשן אז אויב ווערט ער עקספּאָוזט זאל עס זיין אויף דעם וועג וויאזוי וואלדער האט עס געהאט. דורך א צייטונג וואס קיינער אין זיין געמיינדע לייענט נישט, דורך מענטשן וואס קיינער אין זיין געמיינדע גלייבט נישט, בשעת'ן לעבן אין א געמיינדע וואו עס איז בכלל נישט פאראן קיין מהלך וויאזוי צו דיעלן און פראצעסירן אזעלכע אינפארמאציע.
וואס ווייטאגט דאס מערסטע איז די אומוויליגקייט פון מענטשן פשוט צו נייגן אן אויער און הערן וויאזוי אזעלכע פארברעכנס גייען צו, וואס עס איז די טבע פון וויקטימס, וואס ריסוירטש זאגט איבער עדות'שאפט. דער פאקט אז דער פראבלעם פון מאלעסטעישאן איז אזוי שרעקליך, און אז ס'איז ביי אונז פשוט נישטא קיין וועג וויאזוי פטור צו ווערן פון די רוצחים, גיט זיי נישט אפילו אן איין-מינוטיגע אפשטעל: א רגע, לאמיך פרובירן צו פארשטיין. לאמיך הערן וואס די וויקטימס זאגן. לאמיך עס נישט נעמען ווי א פערזענליכע מלחמה, וואו איך דארף סקאָורן פוינטס, און די רגע כ'האק צו קאווע שטיבל גיי איך ווייטער אין מיין לעבן און כ'געב נישט קיין זעקסטל -- ווי יענער האט זיך אויסגעדרוקט.
נעם אריין אביסעלע ענווה און הכנעה, נאר א טראפ. הכנעה אונטער דעם אומגעהויערן פּיין וואס קרבנות גייען דורך אין דער נושא, און אביסעלע ענווה פשוט ארויסצוטרעטן פון באמבאסטישע און ווילדע דעקלעראציעס וואס זענען פאסיג ווען מ'קייט איבער א זאפטיג שטיקל פאליטיק, אבער נישט ווען מ'רעדט פון נפשות. רעד וועגן דעם פון א פלאץ וואו דו קעירסט, ווי עס רירט דיך באמת צו, ווי ס'וואלט געווען נוגע דיין קינד, דיין ברודער.
און איך האב נישט פארשטאנען פארוואס ער שרייבט אז קאומע’ס באשילדיגונגען זענען געווען פיל פיל שוואכער ווי וואלדער’ס, ווען ביי קאומע זענען געווען פרויען וואס זענען געהעריג ארויסגעקומען אין די עפענטליכקייט מיט זייער מעשה. משא”כ ביי וואלדער איז א וואלקן, די פובליק האט נישט קיין שום אינפארמאציע, ניטאמאל א נאמען.
נאכמער, אפי’ מיט די קלארע עדות’שאפטן פון די אלע פרויען ביי קאומע האט מען זיך אויך נישט גענומען צו אים גלייך, נאר מען האט שיין געווארט ביז די אטערני זשענערל האט ארויסגעגעבן איר ריפארט אז זי האט א שטארקע קעיס צו ברענגען אין געריכט.
די ריספאנד דא איז נאר אזוי (hopefully), ווייל מען האט דא גארנישט אויסער די צייטונגען און די בי’’ד רחוקה. ווען מען האט ווען די איקוויוועלענט פונעם ניו יארק אטערני זשענערל דא ביי די מעשה, וואלט די ריספאנד דא זיכער געווען אינגאנצן אנדערש.
שוואכער מיינט למשל harassment vs rape.
.I got voices in my head.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
יואליש האט געשריבן: איינער וואס זאגט אז אן עסטעבלישט מידיא קאנאל קען באריכטן אזא עקספלאסיוו סטארי אן זיפן די באווייזן און יעדעס ווארט בי"ג נפה איז לא מצה ידיו ורגליו אין מידיא, געזעץ און געזעלשאפט. ס'איז, ווי מ'רופט עס דא, בלויז פלאפערייען לשם מצוות פלאפערייען.
כ'האף אז דו מיינסט עס נישט ערנסט...
מיליאנען אמעריקאנער גלייבן ביז היינט אז Kyle Rittenhouse איז א White supremacist, און סופרים קאורט ריכטער Bret Kavanagh א Rapist..
ס'איז פאראן אן א שיעור מעשיות ווי די מידיע האט טראמפייטעד מיט מעשיות אויף מענטשן, און ס'האט זיך גענדיגט מיט פוסטע פאנטאזיעס.
זיי האבן זיכער געמאכט צו זאגן "Alleged", און די באן פארט ווייטער.
מעגליך אז די ישראל'שע Libel געזעצן זענען הארבער, און צייטונגען גיבן זיך מער אכטונג דארט, אבער די מידיע אין אמעריקע איז זיכער נישט אזוי.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אין ישראל איז דא א חוק לשון הרע. און ווער ס'איז עובר אויף דעם (דורך איבערצייגן אין קאורט) ווערט באשטראפט מיט הארבע געלט שטראפן. זאלל דאס זיין פריוואטע זשורנאליסטן אדער צייטונגען און אנדערע מידיא עסטאבלישמענטס. וואס עקזיסטירט נישט אין אמעריקע. פרידאם אף דהע פרעסס איז אזוי שטארק פארהייליגט דא אין אמעריקע אז מ'קען ארויסווארפן סיי וועלכע באשולדיגונג אויף א מענטש. און יענער קען גארנישט טון...אזוי ווי דער קאוואנאו קעיס האט געוויזן...!