פארוועמען געבט מען צדקה?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
petrishke
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 8:52 pm
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

פארוועמען געבט מען צדקה?

שליחה דורך petrishke »

דאס איז א פארווייטאגטע טעמע, וואס איז זייער וויכטיג אויסצופלוידערן ברשות הרבים.
ס'זענען היינט דא אן א צאל 'גרויסע' און קליינע ארגאניזאציעס, וואס האט זיך אנגעהויבן פונעם עלטער זיידע א בעל חסד, און דער זון א ממשיך פעולות אביו - לעילו נשמות - און דער אייניקל א ארגאניזירטע גנב...

איך אליינס האב אנגעהויבן - שוין א שטיק צייט צוריק - צו אינוועסטיגעיטן גאנץ גרויסע באקאנטע 'אלטע' ארגאניזאציעס, און איך האב געטראפן היבש גראבע שימל דערינען...

אנגעהויבן פון געלט פאר רוסישע תיימענע און איראנע, און [נישט] געענדיגט ביי לאקאלע קופות עזרה ל.... חולים גולים ואין יער ואין דובים... עסן און טרונקן וואס ווערט געטיילט ווען קיינער ווייסט נישט... לזכות ר' שמעון ר' מאיר ור' ישעי'...

וואס איז אייער ידיעה דערין, און וואס איז אייער געפיל ווען ס'קומט צו געבן מער ווי איין טאלער פאר סיי וועלכע פאבליק קאסע?
The greatest science, changed their minds
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

ביי אונז אין בית מדרש דא אין מאנסי איז לעצטענס געווארן אן אנשיקעניש פון אידן פון ארץ ישראל, וואס גייען נאך געלט פאר א בית התבשל וואס זיי האלטן אויס.
ס'האט מיר שוין אנגעהויבן איבלן... כ'האב מיר גענומען שרייען אויף זיי, איר האט נישט קיין געלט אויסצוהאלטן אייער בית התבשיל? מאכט דאס זאפארט צו, פארשלוסט דעם געשעפט.
איר ווייסט פארוואס איך האב נישט קיין בית התבשיל? ווייל כ'האב נישט קיין געלט דאס אויסצוהאלטן!
מ'גיבט עסן אין קערעסטיר! זייער פיין! און מ'בעט פון מיר געלט דערפאר, פארוואס? האסט נישט קיין געלט? שליסט דאס געשעפט! מ'וועט זיך באגענוגן מיט טנא פיש און אייער קיכל.
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

קאך_לעפל האט געשריבן:ביי אונז אין בית מדרש דא אין מאנסי איז לעצטענס געווארן אן אנשיקעניש פון אידן פון ארץ ישראל, וואס גייען נאך געלט פאר א בית התבשל וואס זיי האלטן אויס.
ס'האט מיר שוין אנגעהויבן איבלן... כ'האב מיר גענומען שרייען אויף זיי, איר האט נישט קיין געלט אויסצוהאלטן אייער בית התבשיל? מאכט דאס זאפארט צו, פארשלוסט דעם געשעפט.
איר ווייסט פארוואס איך האב נישט קיין בית התבשיל? ווייל כ'האב נישט קיין געלט דאס אויסצוהאלטן!
מ'גיבט עסן אין קערעסטיר! זייער פיין! און מ'בעט פון מיר געלט דערפאר, פארוואס? האסט נישט קיין געלט? שליסט דאס געשעפט! מ'וועט זיך באגענוגן מיט טנא פיש און אייער קיכל.

א קאך-לעפל )פארן בית התבשיל האסטו [אדער ביסטו...] א גרויסע...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

יא!
petrishke
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 8:52 pm
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך petrishke »

קאך_לעפל האט געשריבן:ביי אונז אין בית מדרש דא אין מאנסי איז לעצטענס געווארן אן אנשיקעניש פון אידן פון ארץ ישראל, וואס גייען נאך געלט פאר א בית התבשל וואס זיי האלטן אויס.
ס'האט מיר שוין אנגעהויבן איבלן... כ'האב מיר גענומען שרייען אויף זיי, איר האט נישט קיין געלט אויסצוהאלטן אייער בית התבשיל? מאכט דאס זאפארט צו, פארשלוסט דעם געשעפט.
איר ווייסט פארוואס איך האב נישט קיין בית התבשיל? ווייל כ'האב נישט קיין געלט דאס אויסצוהאלטן!
מ'גיבט עסן אין קערעסטיר! זייער פיין! און מ'בעט פון מיר געלט דערפאר, פארוואס? האסט נישט קיין געלט? שליסט דאס געשעפט! מ'וועט זיך באגענוגן מיט טנא פיש און אייער קיכל.

דאס איז געזאגט געווארן לויט'ן מאן דאמר אז ס'עקזיסטירט טאקע א קאך, און מ'טיילט טאקע בחינם ווי זיי זאגן, פאר הונגעריגע, זאגסטו אז מ'דארף נישט טון חסד און נאכדעם גיין שנארן דערפאר... ניחא
איך רעדט אבער ווען ס'איז נישטא קיין קונים ווייל ס'נישטא קיין בנין בכלל...
הייב אן מיט א ביז ת

רב טוב, ווער איז אחראי און ווער ווייסט ווי דאס געלט גייט 'היינט'? כ'רעדט נישט פון ווען ס'נאך יא געווען יודען דארט און מ'האט טאקע געטון

יד לאחים, ס'קומט יערליך א באנדע אלטע לייט, און ווי חזקה קלויבט מען פאר א אפיס וואס סארטירט די נתינות... און נאכדעם? קיינער פון די זקני משולחים מטעם יד לאחים, ווייסט מיר נישט צו ענטפערן וואס ווען ווי עס געשעט נאכן דעליווערן דאס געלט צום אפיס...

יד ועזר ליהודי וויניצע צו ווענעציע... איין חילוק... בארדיטשוב, קיוב צו מאסקווע. גראדע זע איך ניט די ליובאוויטשע זאלן אזוי פארפירן מיט מגבית'ן ווי די אנדערע וואס טוען כלומרשט די זעלבע זאך אין די זעלבע פעלד... הלמאי? אתמהה

קרן חתנים, קרן יתומים, קרן קרן קרן, אסאך האבן טאקע גוטע אחראים אבער יענע וואס גייען שוין אן אפאר דורות, איז עס א הונדערט פראצענטיגע הכנסה פאר'ן ברייט פארצווייגטער משפחה פונעם עלטער זיידע אין ג''ע, וואס לעבן דערויף פון די טויזענטע שרצים קיין עין הרע [קיין עין הרע פון די וואס וועלן עס אויפדעקן...]

די ליסטע איז זייער א לאנגע, רבותי, ס'צייט אראפצונעמען דעם אלטן ליילעך ווייל ס'שמעקט געפערליך...
The greatest science, changed their minds
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

נעם דיך אויף די כוללים.. יא די אלטע פארהייליגטע כוללים ע''ש ר' מאיר, געמיר א ביפ ווען דו ביסט פארטיג.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
petrishke
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 8:52 pm
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך petrishke »

איך אויך האט געשריבן:נעם דיך אויף די כוללים.. יא די אלטע פארהייליגטע כוללים ע''ש ר' מאיר, געמיר א ביפ ווען דו ביסט פארטיג.

יע יע...
דערפאר לדעתי, דארף מען געבן בעיקר נאר פאר אזעלכע וואס קומען צו דיר און זאגן קלאר, איך גיי פאר מיר! כאטש ער גייט עס נוצן פאר זיין אייגענע סענדוויטש, צו אויספלוג, און אפילו פאר זיין אייגענע השקעה במקום הכנסת כלה, האסטו מער אויפגעטון, איידער עס אריינגיסן אין א קאסע פון א כאפטע ארגאניזירטע גנבים, וואס שרייען יומם ולילה זיי האלטן אויס עניים ואביונים, און די ארימעלייט וויינען און שרייען, אז זיי האבן נאכנישט פארזוכט פון קיין איין נתינה, טראץ די טויזענטע אירגונים ווי די היישעריקן.
ס'ממש א הארץ וויי
The greatest science, changed their minds
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

petrishke האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:ביי אונז אין בית מדרש דא אין מאנסי איז לעצטענס געווארן אן אנשיקעניש פון אידן פון ארץ ישראל, וואס גייען נאך געלט פאר א בית התבשל וואס זיי האלטן אויס.
ס'האט מיר שוין אנגעהויבן איבלן... כ'האב מיר גענומען שרייען אויף זיי, איר האט נישט קיין געלט אויסצוהאלטן אייער בית התבשיל? מאכט דאס זאפארט צו, פארשלוסט דעם געשעפט.
איר ווייסט פארוואס איך האב נישט קיין בית התבשיל? ווייל כ'האב נישט קיין געלט דאס אויסצוהאלטן!
מ'גיבט עסן אין קערעסטיר! זייער פיין! און מ'בעט פון מיר געלט דערפאר, פארוואס? האסט נישט קיין געלט? שליסט דאס געשעפט! מ'וועט זיך באגענוגן מיט טנא פיש און אייער קיכל.

דאס איז געזאגט געווארן לויט'ן מאן דאמר אז ס'עקזיסטירט טאקע א קאך, און מ'טיילט טאקע בחינם ווי זיי זאגן, פאר הונגעריגע, זאגסטו אז מ'דארף נישט טון חסד און נאכדעם גיין שנארן דערפאר... ניחא
איך רעדט אבער ווען ס'איז נישטא קיין קונים ווייל ס'נישטא קיין בנין בכלל...
הייב אן מיט א ביז ת

רב טוב, ווער איז אחראי און ווער ווייסט ווי דאס געלט גייט 'היינט'? כ'רעדט נישט פון ווען ס'נאך יא געווען יודען דארט און מ'האט טאקע געטון

יד לאחים, ס'קומט יערליך א באנדע אלטע לייט, און ווי חזקה קלויבט מען פאר א אפיס וואס סארטירט די נתינות... און נאכדעם? קיינער פון די זקני משולחים מטעם יד לאחים, ווייסט מיר נישט צו ענטפערן וואס ווען ווי עס געשעט נאכן דעליווערן דאס געלט צום אפיס...

יד ועזר ליהודי וויניצע צו ווענעציע... איין חילוק... בארדיטשוב, קיוב צו מאסקווע. גראדע זע איך ניט די ליובאוויטשע זאלן אזוי פארפירן מיט מגבית'ן ווי די אנדערע וואס טוען כלומרשט די זעלבע זאך אין די זעלבע פעלד... הלמאי? אתמהה

קרן חתנים, קרן יתומים, קרן קרן קרן, אסאך האבן טאקע גוטע אחראים אבער יענע וואס גייען שוין אן אפאר דורות, איז עס א הונדערט פראצענטיגע הכנסה פאר'ן ברייט פארצווייגטער משפחה פונעם עלטער זיידע אין ג''ע, וואס לעבן דערויף פון די טויזענטע שרצים קיין עין הרע [קיין עין הרע פון די וואס וועלן עס אויפדעקן...]

די ליסטע איז זייער א לאנגע, רבותי, ס'צייט אראפצונעמען דעם אלטן ליילעך ווייל ס'שמעקט געפערליך...

איך ווייס נישט ווער עס נעמט צוזאם די געלט פון אלע וואס דו רעדסט, אבער לאמיר זאגן וואס איך ווייס פון די וואס טוען יא אין זיטאמער איז דא א חשובע רב רב ווילהעלם (שליח חב”ד) וואס טוט אויף גדולות ונצורות.
אין קייב איז פארקערט די שליח חב”ד האט דארט א ריזיגע ביזנעס פון כשר עסן וכו’ אין עס איז דא די קהילה פון הרב בלייך/ הלל כהן וואס טוט אויף א געוואלד. די אלע ר’ מאיר בעל הנס’ן זענען אויסגעשטעלט אויף א וועג פון א וועד וואס צום סוף קומט עס אן נאך וואס א ריזיגע חלק גייט פאר אדמיניסטראטיווע קאסטן
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווען איר וואלט געוואוסט וויפיל די פראמינענטע ארגאנעזאציעס געבן אויס פאר מארקעטינג וואלט איר אין אייער לעבן נישט ביישטייערט קיין פרוטה. איך ווייס ערשטהאנטיג אז איינע פון די ׳רעבשייעבערעבמוישע׳ סקעמ-ארגאנעזאציעס האבן היי יאר געשווענדעט הונדערט פופציג טויזענט דאלאר אויף מארקעטינג, און זייער יערליכע בודזשעט איז ווייניגער ווי דעם.

אויב ווילט איר געבן צדקה ווישט אונטער קאנווערטן פאר נצרכים וואס איר קענט פערזענליך.
קא משמע לן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 3:08 am
האט שוין געלייקט: 204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

שליחה דורך קא משמע לן »

אלע ארגענעזאציע'ס וואס זענען נאן פאר פראפיטס דארפן לעגאל פיילן א IRS ספעציעלע פארעם וואס ווערט אוועילעבל אן-ליין. מערסטענס היימישע ארגענעזאציעס דרייען זיך אבער ארויס דערפוןת אנגעבענדיג זיך אלס א האויז אוף וואר שיפ וואס דארף גארנישט ארויס געבן...
די געציילטע וואס גיבן טאקע ארויס זעהט מען די מיסברויכן וואס גייט דארטן פארץ ווי למשל איינע פון די כוללים צאלט פאר איר סי אי או, דער מנהל הכולל קרוב צו פיר הונדרעט אלפים צו מער א יאר. די זעלבע כולל האט טאקע א אפערעיטינג קאסט האלב פון איר בודזשעט, ווען איר ווילט גיבן א דאללער פאר ר' מאיר דורך יענע כולל מוזט איר אלזא גיבן צוויי..

עס איז טאקע אבסורד אז עס איז נישט דא קיין קאמיסיע איבער ארגענעזאציעס צו מאכן זעכער אז מען פארטכלעוועט נישט. קען זיין אז עס איז טאקע בעסער אזוי, די קארפוציע וואלט נאר גרעסער געווארן. אין די גאוישע וועלט איז נישט דא אזא זאך אז מען גיבט פאר א ארגענעזאציע וואס האט נישט קיין אפען בוקס.

לשבח דארף ארויסגברענגט ווערן אז בוני עולם וואס האט א פאבליק פיילינג גיבט נישט פאר ר, שלומה באכנער אפילו א רויטער גרייצער.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

דאס נישט געבן קיין גרייצער פאר הרב באכנער איז לאוו דווקא א שבח. ווען ער באקומט ווען א געהאלט וואלט אויך גארנישט שלעכט געווען.
petrishke
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 8:52 pm
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך petrishke »

קא משמע לן האט געשריבן:אלע ארגענעזאציע'ס וואס זענען נאן פאר פראפיטס דארפן לעגאל פיילן א IRS ספעציעלע פארעם וואס ווערט אוועילעבל אן-ליין. מערסטענס היימישע ארגענעזאציעס דרייען זיך אבער ארויס דערפוןת אנגעבענדיג זיך אלס א האויז אוף וואר שיפ וואס דארף גארנישט ארויס געבן...
די געציילטע וואס גיבן טאקע ארויס זעהט מען די מיסברויכן וואס גייט דארטן פארץ ווי למשל איינע פון די כוללים צאלט פאר איר סי אי או, דער מנהל הכולל קרוב צו פיר הונדרעט אלפים צו מער א יאר. די זעלבע כולל האט טאקע א אפערעיטינג קאסט האלב פון איר בודזשעט, ווען איר ווילט גיבן א דאללער פאר ר' מאיר דורך יענע כולל מוזט איר אלזא גיבן צוויי..

עס איז טאקע אבסורד אז עס איז נישט דא קיין קאמיסיע איבער ארגענעזאציעס צו מאכן זעכער אז מען פארטכלעוועט נישט. קען זיין אז עס איז טאקע בעסער אזוי, די קארפוציע וואלט נאר גרעסער געווארן. אין די גאוישע וועלט איז נישט דא אזא זאך אז מען גיבט פאר א ארגענעזאציע וואס האט נישט קיין אפען בוקס.

לשבח דארף ארויסגברענגט ווערן אז בוני עולם וואס האט א פאבליק פיילינג גיבט נישט פאר ר, שלומה באכנער אפילו א רויטער גרייצער.

די אונטערשייד פון בוני עולם געברויך און עניים, איז אז ביי בוני עולם זענען דא פארלאנגערס און ס'איז נישט קיין סוד אויב מ'האט באקומען פון זיי צו נישט, אבער די עניים וועלן דאך נישט פארפירן צו באקומען משום בושה, ממילא קען מען רייטן מיט דעם נאמען ''עניי עירך'' קופת העיר, קופת גנבים קופת שרצים...
The greatest science, changed their minds
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

חסד לאברהם: איך ווייס נישט אויב ס'איז אמאל יא געווען עפעס. ס'דא פיקטשערס וואו אידישע קינדער אין א"י שפיללן באלל. די פראפאגאנדע זאגט אז ס'זענען קינדער פון פרייע משפחות וואס מ'האט געראטעוועט...!

אבער היינט, און נעכטן. עקזיסטירט אן אפיס, אין בארא פארק. וואו א פאר זקנים (מיט בערד און אן בערד) קומען זיך צוזאם . אנגעהויבן פון ארום 11 אזייגער פארמיטאג, חוץ יומא דפגרא'ס. צו טרינקען קאווע און דרימלען ביי די קאמפיוטערס. א טייל כאפן זיך אריבער אין די שכינות'דיגע לאנטשאנעט עפעס איבערבייסן. אנדערע רייכערן א ציגארעטל, אדער פייפ. א יעדער שמועסט אויפ'ן טעלעפאן. (נאכ'ן דרימלען און מודה אני). מ'רעדט צו גבירים, איבער גרויסצוגיקע צדקה וחסד פראיעקטן וועלכע האלטן אינמיטן אויסברעכן. אדער אנגייענדע לאטערי און ראפפל קאמפיינס. ביז וואס און ווען איז שוין (באלד) צייט צו גיין דאוונען מנחה. ווער (פון די מתמידים) קומט נאך צוריק אין אפיס צו ..."ארבעטן"... ביז זמן תפילת ערבית...א גוטע נאכט...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

שליחה דורך ברוינשטיין »

berlbalaguleh האט געשריבן:חסד לאברהם: איך ווייס נישט אויב ס'איז אמאל יא געווען עפעס. ס'דא פיקטשערס וואו אידישע קינדער אין א"י שפיללן באלל. די פראפאגאנדע זאגט אז ס'זענען קינדער פון פרייע משפחות וואס מ'האט געראטעוועט...!

אבער היינט, און נעכטן. עקזיסטירט אן אפיס, אין בארא פארק. וואו א פאר זקנים (מיט בערד און אן בערד) קומען זיך צוזאם . אנגעהויבן פון ארום 11 אזייגער פארמיטאג, חוץ יומא דפגרא'ס. צו טרינקען קאווע און דרימלען ביי די קאמפיוטערס. א טייל כאפן זיך אריבער אין די שכינות'דיגע לאנטשאנעט עפעס איבערבייסן. אנדער רייכערן א ציגארעטל, אדער פייפ. א יעדער שמועסט אויפ'ן טעלעפאן. (נאכ'ן דרימלען און מודה אני). מ'רעדט צו גבירים, איבער גרויסצוגיקע צדקה וחסד פראיעקטן וועלכע האלטן אינמיטן אויסברעכן. אדער אנגייענדע לאטערי און ראפפל קאמפיינס. ביז וואס און ווען איז שוין (באלד) צייט צו גיין דאוונען מנחה. ווער (פון די מתמידים) קומט נאך צוריק אין אפיס צו ..."ארבעטן"... ביז זמן תפילת ערבית...א גוטע נאכט...!

איך קאַאַאַך פאר געלעכטער!
דע נאר האט מיך געכאפט.
איי, בערעלע, בערעלע,

דער אמת איז אז ווי נאר איך זעה בערעלע'ס
נאמען, שפיר איך שוין ווי איך טרעט אריין און מיקווה.
ווען איך האב באמערקט די ערשטע צוויי ווערטער "חסד לאברהם"
האב איך אויסגעריסן אין א געלעכטער.
פון דארט און ווייטער איז עס געפארן נאר בארג ארויף
[emoji16]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ברוינשטיין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברוינשטיין: ייש"כ. דאס איז אלעס אמת ויציב. איך האב געוואוינט בשכינות מיט זייער ..."אפיס"... דאס איז די סצענע וואס איך האב געזעהן...!
petrishke
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 8:52 pm
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך petrishke »

כ'וויל אז מ'זאל נעמען עקשען, נישט סתם זיך באקלאגן
מ'דארף אנהייבן א היימישע אינוועסטיגעישען, איינס ביי איינס, און שיקן די רייטערס שפאנצירן
ס'דא גענוג נצרכים און ס'געפערליך די פעיקע פאויניס וואס גייט פאר, נישט ביי א חלק נאר ביי רוב רובם
איך געב באמת מער נישט - בלויז - פאר ווער זאגט מיר אז ס'איז פאר עהם אליינס.
The greatest science, changed their minds
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פעטרישקע: איך האב אמאל געהאט א פארקערטע מעשה. איך גיי אריבער אין פראנט פון ביהמ"ד שומרי שבת אין בארא פארק. קומט צו א ביסל אן עלטערער איד און זאגט אז ער.."דארף געלט פאר די אפערעישן פון זיין ווייב"...נאך איידער איך האב געהאט צייט זיך צו אריענטירן קומט צו א צווייטער איד און זאגט אז איך זאלל איהם נישט געבן געלט ווייל ער איז א ליגנער... האביך איהם (דעם מקטרג ) געזאגט. איך געב איהם יא. ווייל אפילו אויב ער וועט זיך קויפן א גוטן סענדוויטש אדער אן אייזקריעם איז אויך גוט...!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

מען דארף בעטען אן עקסטערער תפילה אז די צדקה וואס מען גיבט זאהל נישט נאר אן קומען צו א כשר פלאץ נאר אויך נישט אריין פאלען צו גנבים
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך האב היינט אינדערפריה אין ביהמ"ד געזעהן אן עלטערער איד מיט א ווייסע בארד גייט פאר...""הכנסת כלה"...אויך, לעבן איהם שלעפט זיך א בחור'ל (מיט אן אויסגעריבענע אראפגעבויגן היטל.) מסתמא דער ..."חתן"... די בושה און צער איז געווען אויסגעדרוקט אויף זיין פנים. האביך געגעבן 2 דאללער...!
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: פארוועמען געבט מען צדקה?

שליחה דורך פאליטיקאנט »

מיין מעשר געלט גייט דירעקט צום גראסערי!
איך גיי אריין אין גראסערי אין זאג פאר די מענעדשער אפצוצאלן א (חלק) פון אפאר אקאונטס. ער ווייסט נאך בעסער פון יעדעם ווער עס דארף צדקה, די געלט גייט הונדערט פראצענט פאר צדקה, און עס איז די מערסטע בדרך כבוד.

כ'קען נאך אפאר אידן וואס טוען אזוי.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פאליטיקאנט: איך טוה עס (ליידער) נישט בקביעות. אבער האביך עס געטון פאר א איד. איך האב אויסגעצאלט זיין חוב פון איבער 300 דאללער אין זיין גראסערי...! דאס איז איינס פון די בעסטע וועגן פון געבן צדקה. פאר (אמת'דיגע) נצרכים. בדרך כבוד...!
petrishke
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 8:52 pm
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך petrishke »

ווען איך האב געלט קען איך געבן פאר חברים וואס ווילן א גרעסערע הלוואה צו אפילו א נתינה, און אזוי צוריק אויך
אבער ווען מיינע חברים זאגן מיר דעם פאקט, אז זיי פראבירן בעטן פון דעם אירגון און יענעם אירגון, וואס יעדע אירגון באזונדער פראקלאמירן מיט זייערע ריזן פעולות,

אבער...
ס'איז '''מתן בסתר'''... דו ווייסט פארוואס? ווייל נאר די אירגון ווייסט, און די מקבלים ווייסן נישט פון קיין נתינה...

כ'האב שוין אפילו קאנפראנטעד עטליכע אירגונים ביום חתונתם - ווען זיי מאכן א מגבית, און איינער האט מיך אפילו באשולדיגט מיט'ן מבזה זיין ברבים! ווייל כ'האב געפרעגט כאטש צען מענטשן ארום אויב זיי ווייסן עפעס וואס דער אירגון האט געגעבן פאר איינעם די לעצטע דריי יאר...
פארשטייט זיך די אמת שטעכט ווי א חלף. און... כ'האב עהם פארשעמט! אבער? עולם כמנהגו נוהג, אלעס איז בדרך כבוד... אז אפילו דער מקבל באקומט נישט...
The greatest science, changed their minds
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

איך פארשטיי נישט וואס די שאלה איז דא? אונז האבן א שו"ע מיט פונקטליכע פארשריפטן וויאזוי, וואו און ווען מ'ברויך געבן צדקה.
אין יורה דעה הלכות צדקה סימן רנ"א איז קליפ און קלאר ארויסגעשריבן פאר וועם מען איז מחוייב צו געבן צדקה, וועם ערשט און צווייט אא"וו. דארט שטייט אז די ערשטע און די וויכטיגסטע איז די אייגענע משפחה. דארט ווערט גראדע נישט אויסגערעכנט די אלע מיני ארגאניזעשאנס מיט ר' ישעי'לעס קאך, חסד לאברהם אדער נחמת ישראל.

מיין כלל ביי צדקה איז נישט אנדערש ווי ביי אנדערע מצוות, ווי שווערער די מצוה איז, אלץ מער און אויטענטיש איז די מצוה, דהיינו, דארט וואו ס'שווער צו געבן צדקה, טאקע דארט איז די מצוה. האסט אוועקצוגעבן צען טויזענט דאללער, פאר צדקה, איז אסאך שווערער עס צו געבן פאר פאר אן אייגענעם נאענטער משפחה ווי פאר אן ארגענעזאציע, נישט קיין נפק"מ די נאמען און די וויכטיגקייט פון די ארגענעזאציע, און דארט ליגט דער נסיון פון צדקה.

מענטשן האבן ליב צו פאנטאזירן, הא! ווען איך האב ווען געלד וועל איך טיילן רעכטס און לינקס! און מ'קוקט אן צדקה פאר איינע פון די געשמאקסטע גרינגסטע מצוות, ווען אין פאקט איז עס פון די שווערסטע מצוות, מיט די גרעסטע נסיונות! און די גרעסטע נסיון איז ווען ס'קומט צו טיילן, פארוועם? און די צווייטע נסיון איז וויפיל? אא"וו.

און אפילו ווען מ'איז זיך שוין גובר און מ'גיבט עס פאר אן אייגענעם געברויכער, וואס איז אייביג דער גרעסטע עול אויפן בעל צדקה'ס קאפ, ברויך מען עס צו געבן אויף אזא באהאלטענעם אופן נישט ח"ו וויי צו טוהן דעם מקבל, צו בדרך הלוואה, אבער דארט קומט צו גיין דער אלטער יצר הרע פון תאוות הכבוד, יעדער וויל דאך אז זיין נאמען זאל קורסירן אין די גאסן ווי א עושר א נגיד המפורסם און א צורבא מדרבנן, און נדיב הלב, ווייל מ'ברויך דאך טוהן גוטע שידוכים. בקיצור, מ'ברויך ארבייטן שווער אויף זיך צו קענען מקיים זיין די מצוה פון צדקה ווי ס'ברויך צו זיין, אפילו צו די מינימום.
פארשפארט