מילתא דבדיחותא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מ'פארציילט א מעשה שהיה אויפ'ן מאנסי באס. א (העיליגע) פרוי רופט זיך אן צו דעם באסדרייווער. אזוי ווי איך בין די לעצטע פאסאזשיר, האביך מורא פאר איסור יחוד. דער באסדרייווער זאגט... איין מינוט. ער צינדט אן די לייט און זאגט...ניין ס'איז נישט דא קיין שום חשש...לאל...! אזוי ווי מיין רבי (מהר:א שליט"א ) זאגט... ווער ס'פארשטייט, פארשטייט...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- ברוינשטיין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 404
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל
Re: מילתא דבדיחותא
דאס פאלגענדע איז א פאפולערע ( אפשר שוין אפילו דערמאנט ערגעץ ווי אין אשכול)
אבער ס'איז אלץ גוט צו הערן.
פארוואס שערט זיך די כלה איר האר?
כדי דער חתן זאל שפירן ווי ער שלאפט נאך מיט א בחור.
(טאקע דערפאר לאזן אינז פיאות, אז זי זאל זיך געפונען מיט עטוואס א מיידלישע געשטאלט)
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
אבער ס'איז אלץ גוט צו הערן.
פארוואס שערט זיך די כלה איר האר?
כדי דער חתן זאל שפירן ווי ער שלאפט נאך מיט א בחור.
(טאקע דערפאר לאזן אינז פיאות, אז זי זאל זיך געפונען מיט עטוואס א מיידלישע געשטאלט)
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
- ברוינשטיין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 404
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל
Re: מילתא דבדיחותא
א יעניגער האט אנגעהויבן פעצלען מיט א קינד.
נאך פאר וואס ווען וואו, פרעגט אים דאס יונגל: פארוואס ביסטו נישט קיין סובסעטוט אין מיין חדר?
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
נאך פאר וואס ווען וואו, פרעגט אים דאס יונגל: פארוואס ביסטו נישט קיין סובסעטוט אין מיין חדר?
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:חקרן: נו, אז דו ווילסט הערן עמיר פארציילן. האומר דבר בשם אומרו... איך האב געהערט דאס ווערטל פון מיין רבי'ן דער הייליגער יארמער רב שליט"א...והנה. 2 אידן זענען סטאק געווארן איבער שבת אין עפעס א האטעל אין א שטעטל אין טעקסאס. קיין גרעיפ דזשוס. קיין חלות. גארנישט... יא. איין פלעשל וואדקא. דאס האבן זיי געטראפן אין האטעל צימער. נו, מ'גייט מאכן קידוש אויף א גלעזל וואדקא. שוין. ס'איז געקומען צו חלות און לחם משנה. עודך. ווידער א גלעזל משקה. פיש. נאך איינס. זופ. נאך א גלעזל. פלייש נאך א גלעזל. שוין. מ'גייט בענטשן. רופט זיך אן דער חבר...איך מיין אונז האמיר פארגעסן עפעס...פרעגט ער , וואס?...צו טרינקען בראנפן נאך די פיש...!
שווער צו גלייבן אז ערוואקסענע היימישע אידן האבן ערשט געהערט דעם אלטן זשאוק ליינענדיג די תגובה. ס'מוז זיין אז די לייקס זענען פאר דיין זיסע שפראך
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- פאלאצ'ינטא
- היימישער באניצער
- הודעות: 557
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
- האט שוין געלייקט: 432 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

פאלאצ'ינטא: ווען איך זעה מילתא דבדיחותא מיט ..."פאלאצ'ינטא"...קען איך נישט אוועקמישן. דאס גייט צוזאמען. אזוי ווי אן אתרוג מיט א לולב. סמייטע מיט זויערע מילעך. א קאטץ מיט א מייז/ל. א טעפל מיט א שטערצל. א שיך בענדל מיט א גאטשע בענדל.
מ'קען אנהייבן אן אשכול אויף די אלע זאכן וואס גייען צוזאמען. אדער נישט...! אדער קענמיר אריינגיין אין..."פלאפלערייען"... מיט רשות...!
מ'קען אנהייבן אן אשכול אויף די אלע זאכן וואס גייען צוזאמען. אדער נישט...! אדער קענמיר אריינגיין אין..."פלאפלערייען"... מיט רשות...!
- פאלאצ'ינטא
- היימישער באניצער
- הודעות: 557
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
- האט שוין געלייקט: 432 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
א ראש ישיבה גייט אריין צו א גביר און דער גביר גיבט איהם 1 דולר.
פרעגט איהם דער ראש ישיבה, וואס איז פשט?
זאגט ער, אלע מיין געלט האבן זיך ארום געקריגט ווער זאהל גיין צו אייך ביז זיי האבען זיך מיחד געוועהן און עס איז געווארען איינס.
אויפ'ן וועג ארויס שטרעקט אויס דער גביר די האנט צום ראש ישיבה און דער ראש ישיבה ווייזט איהם דער מיטעלסטע פינגער.
דו שעמסט זיך נישט? שרייט דער גביר
איין מינוט זאגט דער ראש ישיבה איך האב געוואלט געבען די גאנצע אבער אלע פינגער האבען זיך אנגעהויבען קריגען ווער זאהל גיין צו דיר ביז זיי זענען געווארען איינס

אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?
צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
- פאלאצ'ינטא
- היימישער באניצער
- הודעות: 557
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
- האט שוין געלייקט: 432 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
צוויי אידן זיצן אין גן עדן און לערענען צוזאמען א שטיקעל רמבם און טענה'נן זיך וואס איז פשט. דער זאגט אזוי און דער זאגט אזוי.
אין מיט'ן גייט אדורך איינער און רופט זיך אן צו זיי, ענק זענען ביידע נישט גערעכט.
רופט זיך אן איינער פון די צוויי, ווער ביזטו? און האט דיר געפרעגט?
ענטפערט ער, איך הייס משה בן מימן הספרדי
רופט זיך אן איינער צום אנדערע, אויך מיר א מיבן, וואס פארשטייט א פרענק צו א רמב"ם?
אין מיט'ן גייט אדורך איינער און רופט זיך אן צו זיי, ענק זענען ביידע נישט גערעכט.
רופט זיך אן איינער פון די צוויי, ווער ביזטו? און האט דיר געפרעגט?
ענטפערט ער, איך הייס משה בן מימן הספרדי
רופט זיך אן איינער צום אנדערע, אויך מיר א מיבן, וואס פארשטייט א פרענק צו א רמב"ם?
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?
צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
פאלאצ'ינטא: דאס איז א גוטס. נאר כ'האב געמיינט דו וועסט זאגן אז יענער האט געזאגט אז ער איז א ליובאוויטשער...!
ומעשה שהיה. אין א שול וואו איך פלעג דאווענען זומער האט דער רב אין איין תקופה פארגעלערנט רמב"ם, שבת אינדערפריה ביי קידוש. איין וואך איז דער רב נישט געווען אינדערהיים. דארט האט געדאוונט א ליובאוויטשער חסיד מיט דעם גאנצן געשטעל. אראפגעבויגן שווארצע הוט מיט א פראק. און א גארטל. האט מען איהם מכבד געווען ער זאלל פארלערנען רמב"ם... ער איז דאך אבער געווען א געשוואלענער עיי"ן ה"א. ער האטציך (נעבעך) אזוי שטארק געבראכן די ציין אז איך ווייס נישט אויב ער איז געבליבן מיט א פאר ציין. דער עולם האט זיך פארגעשטעלט אז ער איז א חב"ד'סקער מסתמא קען ער רמב"ם אויסנווייניג. ס'איז געווען אזעלכע בושות...!
ומעשה שהיה. אין א שול וואו איך פלעג דאווענען זומער האט דער רב אין איין תקופה פארגעלערנט רמב"ם, שבת אינדערפריה ביי קידוש. איין וואך איז דער רב נישט געווען אינדערהיים. דארט האט געדאוונט א ליובאוויטשער חסיד מיט דעם גאנצן געשטעל. אראפגעבויגן שווארצע הוט מיט א פראק. און א גארטל. האט מען איהם מכבד געווען ער זאלל פארלערנען רמב"ם... ער איז דאך אבער געווען א געשוואלענער עיי"ן ה"א. ער האטציך (נעבעך) אזוי שטארק געבראכן די ציין אז איך ווייס נישט אויב ער איז געבליבן מיט א פאר ציין. דער עולם האט זיך פארגעשטעלט אז ער איז א חב"ד'סקער מסתמא קען ער רמב"ם אויסנווייניג. ס'איז געווען אזעלכע בושות...!
- פאלאצ'ינטא
- היימישער באניצער
- הודעות: 557
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
- האט שוין געלייקט: 432 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:עס איז (שוין) נישט חנוכה אבער א ווערטל אויף חנוכה איז אלעמאהל גוט.
וואס איז געוועהן דער נס חנוכה?
אז מען האט געטראפען א קריגל אויל מיט די חתימה (הכשר) פון איין רב און איעדער האט געהאלטען אז עס איז כשר.
מיינסט טאקע? געווען פיינע פאליטיק, מלכי בית דוד האט גאנץ ווייניג געשמעקט אז בית חשמונאים האבן איבער גענומען די לייצעס, ס'זיכער געווען אפאסישאן וואס האט געמאכט שבת פאר זיך..
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- פאלאצ'ינטא
- היימישער באניצער
- הודעות: 557
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
- האט שוין געלייקט: 432 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
וואלווי האט געשריבן:פאלאצ'ינטא האט געשריבן:עס איז (שוין) נישט חנוכה אבער א ווערטל אויף חנוכה איז אלעמאהל גוט.
וואס איז געוועהן דער נס חנוכה?
אז מען האט געטראפען א קריגל אויל מיט די חתימה (הכשר) פון איין רב און איעדער האט געהאלטען אז עס איז כשר.
מיינסט טאקע? געווען פיינע פאליטיק, מלכי בית דוד האט גאנץ ווייניג געשמעקט אז בית חשמונאים האבן איבער גענומען די לייצעס, ס'זיכער געווען אפאסישאן וואס האט געמאכט שבת פאר זיך..
אוודאי האט מען זיך ארום געאמפערט אבער נאך אלעס אבער מען אבער געצינדען איין מנורה מיט די איין קריגל וואס מען האט געטראפען מיט איין חתימה פון איין רב.
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?
צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
- פאלאצ'ינטא
- היימישער באניצער
- הודעות: 557
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
- האט שוין געלייקט: 432 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
אן עלטערע איד האט אויף דער עלטער באשלאסען אז מען דארף דאך אמאהל עפעס לערענען האט אנגעפאנגען לערענען אינדערהיים ביינאכט. די אידענע זיינע וואס האט איהם נאך קיינמאהל נישט געזעהן עפענען א אידיש ספר האט געגעבען א בליק אין וועליכע ספר ער קוקט אריין איז מיט קולות ארויסגעלאפען פון שטוב און געלאפען צום רב.
זי קומט אריין צום רב וויינענדיג... רבי העלפט מיר, מיין מאן וויל זיך שמד'ן ל"ע
פרעגט דער רב פון ווי ווייסטו?
ענטפערט זי ווייל איך האב איהם געזעהן ליינען א גרויסע בוך וואס שטייט אויף דעם עבודה זרה
זי קומט אריין צום רב וויינענדיג... רבי העלפט מיר, מיין מאן וויל זיך שמד'ן ל"ע
פרעגט דער רב פון ווי ווייסטו?
ענטפערט זי ווייל איך האב איהם געזעהן ליינען א גרויסע בוך וואס שטייט אויף דעם עבודה זרה
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?
צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
פאלאצ'ינטא: נאר די רביצין איז אזא בת תלמיד חכם ווי איהר מאן. איך האב צוגעזעהן אן ענליכע מעשה. אין בארא פארק אין ביהמ"ד שומרי שבת האט זיך איין טאג פאר מנחה אנגעריקט אן עלטערער (היימישער) איד מיט א ווהילטשעיר. זיין גבאי איז געווען א רוסישע איד וועלכער איז (נעבעך) נישט געגאנגען אין חדר. דער זיידי פרעגט ביי זיין גבאי (ביי די טיר פון ביהמ"ד)..."וואו האלט מען?"...! זאגט דער רוסישער איד..."מ'לעינט יעצט פון די גרויסע ביכער"...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אין א שטאט האבן אמאל געוואוינט 2 מענטשן וועם די גאנצע שטאט האט אייביג גערדופ'ט. מ'האט זיי נאכגעשפעט. און נאכגעשריגן. איינער איז געווען א ..."גנב"...דער צווייטער איז געווען א ..."נאר"...!
איין טאג האבן די 2 חברים געשמועסט צווישן זיך און זיי האבן געזאגט אז דאס איז נישט קיין תכלית. זענען זיי אויפגעקומען מיט אן עצה. מ'גייט זוכן א נייע שטאט. און דארט, אין די נייע שטאט וועט מען פאר קיינעם נישט פארציילן אז דער איז א גנב. אויך נישט אז דער צווייטער איז א נאר. שוין. זיי האבן זיך ארויסגעלאזט אויף די נסיעה. ווען מ'איז שוין אנגעקומען נאנט צו די נייע שטאט, זאגט דער גנב צו זיין חבר, דעם נאר...,הער מיך אויס. איך וועלל גיין פאראויס. און זעהן וואס די געלעגנהייטן זענען. און דו וועסט נאכקומען...!
דארט איז געווען א קרעטשמע, ביים עק שטאט. דער גנב איז (אזוי ווי געשמועסט) געגאנגען פאראויס.אין די זעלבע צייט איז זיך דער נאר ווייטער געגאנגען רואיג. ער איז אבער אויך געווען אן אויבער חכם. הייבט ער אן טראכטן. ..."ווער זאגט אז דעם שטעקן וואס איך האלט אין די האנד מוז מען גיין גלייך, אין די לענג. אפשר קענמען גיין מיט דעם שטעקן אין די ברייט. ער איז אזוי געגאנגען אויף דעם פעלד אומגעשטערט. ווען ער איז אנגעקומען צו די קרעטשמע, וואס איז געווען געפאקט מיט מענטשן , האט ער פרובירט אריינגיין. אבער דער שטעקן האט איהם נישט געלאזט. האט ער זיך גענימען שטופן מיט אלע כוחות. אבער ס'גייט נישט. די מענטשן אין קרעטשמע האבן געזעהן א פאני זאך. א מענטש מיט א פארדרייט היטל און א שטעקן וואס ער האלט אין די ברייט פרובירט אריינגיין. און ער שטופט מיט אלע כוחות. האבן זיי גענימען לאכן . פלוצלינג באמערקט ער זיין חבר דעם גנב זיצן צווישן עולם. רופט ער זיך אן (אויפגערעגט)..."דער גנב האט זיכער פארציילט אז איך בין א נאר"... פארדעים לאכט דער עולם...!

דריי אידישע עלטערע פרויען זיצען און שמועסען וועגן זייער קינדער.
דער ערשטער זאגט, ענק ווייסען וואס ליבע מיינט? מיין זוהן האט מיר אזוי ליעב אז איעדער יאהר אויף מיין געבורטס נעמט ער מיך צו ענגלאנד, פראנקרייך און ארץ ישראל ערשטע קלאס.
רופט זיך אן דער צווייטער, דא איז גארנישט מיין זוהן שיקט מיר איעדער ערב שבת א טויזענט דולר ווערט פרישע בלומען און עס ווערט דעליווערד ביי דער פרעזידענט פון אמעריקא.
זאגט דער דריטער, אה דאס אלעס איז גארנישט. פאר די לעצטע 30 יאהר גייט מיין זוהן צו א פסיכיאטר צוויי מאהל א וואך און די איינציגסטע זאך ער רעדט פון איז מיך

א אידל איז לא עלינו ולא עליכם ארויס געפאלען פון א פענסטער אויפ'ן 5'טען שטאק.
עס לויפן צום אסאך מענטשען און מען רופט די הצלה.
דער ערשטער הצלה מאן שטופט זיך אדורך און פרעגט וואס גייט דא פאר?
רופט זיך אן דער איד, איך ווייס נישט איך בין אויך יעצט אנגעקומען
עס לויפן צום אסאך מענטשען און מען רופט די הצלה.
דער ערשטער הצלה מאן שטופט זיך אדורך און פרעגט וואס גייט דא פאר?
רופט זיך אן דער איד, איך ווייס נישט איך בין אויך יעצט אנגעקומען
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?
צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:דריי אידישע עלטערע פרויען זיצען און שמועסען וועגן זייער קינדער.
דער ערשטער זאגט, ענק ווייסען וואס ליבע מיינט? מיין זוהן האט מיר אזוי ליעב אז איעדער יאהר אויף מיין געבורטס נעמט ער מיך צו ענגלאנד, פראנקרייך און ארץ ישראל ערשטע קלאס.
רופט זיך אן דער צווייטער, דא איז גארנישט מיין זוהן שיקט מיר איעדער ערב שבת א טויזענט דולר ווערט פרישע בלומען און עס ווערט דעליווערד ביי דער פרעזידענט פון אמעריקא.
זאגט דער דריטער, אה דאס אלעס איז גארנישט. פאר די לעצטע 30 יאהר גייט מיין זוהן צו א פסיכיאטר צוויי מאהל א וואך און די איינציגסטע זאך ער רעדט פון איז מיך
מאראל אוו די סטארי? אז א זוהן קען ארום פליען דעם מאמע'ן איבערן גאנצע וועלט, באשיינען מיט די טייערסטע בלומען, און נאכאלס דארפן זיצען ביי א טאראפיסט דרייסיג יאהר...
יעצט אביסל פילאזאפיע: אויב א זוהן פירט נישט די מאמע ארום די גאנצע וועלט, וואלט די בלומען אליינס געהאלפן נישט צו דארפן זיצען דרייסיג יאר אין טעראפי? און וואס איז פארקערט? יא פליען אבער נישט בלומען?
אפטעמיסם איז אייביג גוט: די פליען און בלומען איז א תוצאה פון טעראפי. ס'שווער אין אנהייב, אבער נאך דרייסיג יאר טעראפי קומט מען אן ערגעץ.
לחיים.