בית מדרש עיון למחשבה
- עוקר הרים
- ידיד השטיבל
- הודעות: 171
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 26, 2020 3:49 am
- האט שוין געלייקט: 174 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל
Re: בית מדרש עיון למחשבה
https://t.me/chasidus
סובקרייבט אייך צו דעם טשענעל פאר כסרדיגע שיעורים און אפדעידטס...

- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
לגבי דאס וואס ר׳ יצחק זאגט בנוגע דאס אז די הימל מאכט א פשרה מיט׳ן בי״ד של מטה מתי הן מקדשין החודש, זעה׳מיר אז די מהלך חז״ל איז געווען דערביי עכ״כ אז עס טוישט אפילו די פיזישע מציאות וואס איז תלוי בזמן. והיינו, ווי די ירושלמי (כתובות א ב) דרש׳נט די פסוק (תהלים נג ז) לאל גומר עלי צו זאגן אז טאמער האט בי״ד מעבר געווען די יאר איז בתולותיה של קטנה וואס איז לפי״ז פחות מג׳ שנה חוזרין ע״ש. ועיין בש״ך ביו״ד סימן קפט ס״ק יג.
ולגבי דאס וואס מ׳דערמאנט די חקירה [50:53] צי שבת איז הייליג אלס די טאג וואס ס׳איז גרידא צי אלס ווייל עס איז די זיבעטע נאך 6 טעג (פון חול/מלאכה), האב איך געקלערט (אולי בדרך צחות קצת) אז אין די קאנטעקסט פונעם נידון דא וואו מ׳וויל דאס אלס צאמשטעלן צו דעם פון ״ווען״ עס איז שבת פאר אנדערע אידן, קען מען דאס אביסל צושטעלן צו א מושג אין סעט טעאריע. והיינו, (בקיצור נמרץ) אז ווען מען האט אינפיניט סעטס שטארצט מער ארויס די חילוק צווישן קארדינעליטי, והיינו די ״צאל״ אינפיניטי וואס מ׳האט אינעם סעט (וכמבואר שם בהאשכול זענען דא אנדערע ״צאלן״ פון אינפיניטי), און אָרדינעל נומערן, והיינו די סדר אין ווי אזוי מ׳שטעלט זיי אויס; וואס אין א סעט וואס האט נאר איין קארדינעליטי קענען זיין א געוואלד צי אינפיניט צאלן פון אָרדינעל נומערן אליין [ω]. (ואיה״נ אז עס דערקענט זיך אויך ביי פיניט סעטס וואו מ׳האט איין קאַמבּינעישאן אבער מערערע פּערמיוּטעישאנס.)
ולענינינו קען מען צוגלייכן די צד אז שבת איז ״מקדשא וקיימא״, מיינענדיג אז עס איז נישט קיין עכטע חילוק ״וואו״ עס געפינט זיך, צו דעם געדאנק פון דאס קארדינעליטי פון איין געוויסע סעט [פון טעג] - עס איז נאר דא ״איינס״ דערפון. משא״כ אויב איז דאס תלוי אין די טעג פאר דעם, אז עס איז די זיבעטע, איז עס דאך אן אָרדינעל נומער און ווענדט זיך אינעם פאזיציע דערפון (רעלאטיוו צו די אנדערע עלעמענטן אינעם סעט) וואס פון דעם קענען זיין א געוואלד צי אינפיניט צאל, וואס דאס טרעפן מיר טאקע בנוגע שינוי הזמן במתי שומרים/מקיימים שבת בכל קצוי תבל להלכה.
דאס גייט נאכמער ווייל די חילוק שטארצט בעיקר ארויס ביי אינפיניט סעטס. און וואו דער רמב״ם דארט, אין ח״ב פל״א, זאגט טאקע איז די הארבקייט פון מצות שבת טאקע וועגן דעם לחזק חידוש העולם (וואס איז די קאנטעקסט פון די פרקים דארט) נגד קדמות העולם ע״ש. והרמז בזה אז וואס מען טרעפט וואו עס שטארצט מער ארויס ביי ״אינפיניט״ [קדמות] סעטס טאקע די חילוק אין ווי אזוי מ׳באטראכט די געדאנק פון מהו ומתי קדושת שבת, ווי די חילוק בין קארדינעליטי לאָרדינעל נומערן. (ועיין לעיל שם בפכ״ט דהרמב״ם סובר דאכן העולם נצחי ואינפיניט בעתיד.
איך פארשטיי אויך אז אולי יש להתריס אז בעצם זענען די דאך אולי צוויי אנדערע סארטן אינפיניטיס בכלל; מאטעמאטיש ווס. פילאזאפיש. הגם בנוגע קדמות העולם איז עס דאך יא בעצם מאטעמאטיש און קוואנטיטעטיוו.
דאס געבט אויך א נייע געדאנק צו וואס ר׳ יצחק האט געזאגט [55:53] אז ווען ער הייבט אָן מיט רמב״ם/מו״נ [דא] ״ווייסט ער נישט וואו צו סטאַפּן״…)
ולגבי דאס וואס מ׳דערמאנט איבער חילוקים צווישן ווי אזוי חכמי התלמוד זענען צוגעגאנגען און באטראכט דעם געדאנק, ואחריהם הראשונים, ואחריהם הקדמונים, ואחריהם האחרונים, ווי אויך ווי אזוי הלכה און אירע מושגים אויף וואס זי באציהט זיך זענען בעצם אנדערש, האט דאס מיר אביסל דערמאנט פון דר. טאמאס קוהן׳ס באקאנטע געדאנק פון ״פּאראדיים שיפטס״ אין ווי אזוי סייענס רוקט זיך פאראויס, ״רעוואלוציעס״, דורכדעם וואס גאנצעטע קאנצעפטן ווערן (רעלאטיוולי פליצלונג) געטוישט אין מדע און אין די צוגאנג דערצו דורך די וואס זענען עוסק בתחומה.
ולגבי דאס וואס ר׳ יצחק זאגט דא בנוגע די צווייטע וועג אז עס איז פונקט אזוי דא דין ביי די בהמות ווי מענטשן וראיה מהמבול [27:25] איז מערקווידיג צוצוצייכענען דעם תפארת יהונתן בפ׳ נח וואס אונז האבן דא צוגעברענגט וואס זאגט אז דאס איז ווייל לפני המבול האבן די בהמות געהאט דעת (טאקע נישט ווי דער מענטש אבער פארט) וכעין הנחש בחטא עץ הדעת, משא״כ נאכדעם נישט ע״ש.

אפאר הערות אויף די שיעור:
1). לגבי חלק ההלכה איז די שמועס מכאן ולהלן (און די אשכול דארט בכלל) מבאר די געדאנק לגבי די minutiae פון הלכה און צי דאס איז טאקע באמת בעצם וויכטיג לגבי יהדות.
2). לגבי די פלאץ פון תיקון המדות אין די היארארכיע פונעם רמב״ם לגבי שלימות האדם, הא׳מיר דא אראפגעברענגט דבריו בסוף המורה.
3). לגבי דעם אז די וועלט דארף זיך פירן מיט מענטשן וואס טוהן מלאכות, פעולות אנושיות וכו׳ און קען נישט אָנגיין מיט נאר מענטשן וואס פילאזאפירן און ליגן במושכלות, און די וואס יא און בּעיסיקעלי נעמען עדווענטעדזש פון און רייטן אויף די וואס זענען יא עוסק בישיבו של עולם (ועיין בברכות נז. בבן זומא), רירט אָן אויף די פרי-ריידער פראבלעם אין עקאנאמיקס.
4). בדרך מליצה האב איך געקלערט אז לפי שיטת הרמב״ם וואס מ׳טוהט דאך אינעם שיעור אז שביתת שבת איז די ראציאנאלקייט ופראקטישקייט וכו׳ דערפון וממילא איז די שאלה פון ״ווען פונקטליך איז עכט שבת?״ נישט אין פלאץ, אז דער רמב״ם האלט (בריש ח״ב הקדמה טו) ווי אריסטו אז זמן נמשך אחר התנועה, און אין ח״א פנ״ז זאגט ער אז לגבי הקב״ה פאלט עכט נישט די לשון ״קדמון״ בכלל ווייל ער איז נישט תחת הזמן, פונקט אזוי ווי עס פאלט נישט אויף אים לשון ״תנועה״ ווייל ער איז נישט קיין גוף. די איינציגסטע געדאנק פון זאגן ״קדמון״ אויף אים איז להורות אז ער איז נישט מחודש. ולכן לגבי שבת וואס צייגט אויף דעם חילוק אז די וועלט איז יא מחודש מאתו ית׳ וואס ער איז נישט מחודש, און די גאנצע ״קדמות״ ביי אים איז נאר צו צייגן אויף דאס וויבאלד ער איז נישט נופל תחת הזמן, וועגן דעם טאקע אין שבת וואו עס דארף זיין ״מנוחה״ היפך ״תנועה״ איז די ״עכטע״ זמן דערפון מער רופף.
5). ובנוגע דאס צי די גמרא/תלמוד איז געמאכט אויף צו ״פסק׳ענען״ ממש איז דא און דא האט דר. דוד באשעווקין א שמועס מיט פראפעסאר חיים סיימאן און דר. אבי בערגמאן איבער דעם אז די תלמוד׳ס פאקוס איז בעיקר אויף די ״פראצעס״ ותהליך המחשבה.

אפאר הערות אויף די שיעור וואס שמועסט ברייטער אויס די געדאנק אינעם פריערדיגן שיעור אויבן:
1). דאס איז וואס מ׳שרייבט בשיטתו של הרב דר. אליעזר בערקאוויטש בנוגע די געדאנק פון הלכה הוראה ותושבע״פ בכלל:
ער האט טאקע גע׳מטבע׳ט די טערמין פון ״קראים פון (דיני) תושבע״פ״.
2). ובנוגע די רעדאָקשיניסט אויסקוק פון מענטשן אז יהדות איז פשוט די סומע פון אירע באשטיינדלען, והיינו פרטי הדינים, איז דאך דאס ממש ווי ״מען זעהט נישט די וואלד אלס די ביימער שבו״; מ׳ווערט אזוי הוּקט אויף די פרטים אז מ׳פארגעסט דעם גאנצן בילד, די ״וואלד״, כשהיא לעצמה. (ווי אויך איז עס איראניש ווייל מחשבת/השקפת יהדות איז בעצם קעגן א [מאטעריאלע] רעדאָקשיניזם בנוגע אנטאלאגיע בכלליות.)
3). ר׳ יצחק דערמאנט ענליך צו די געדאנק פונעם כוזרי אז בשעת מ׳האט זיך געפירט מיט די מצות הכתובות בפירוש האט מען בפשטות פארשטאנען די חלקי התושבע״פ שבהן. עס איז מערקווידיג צוצוצייכענען צו [tag]קאווע טרינקער[/tag]׳ס שעפערישע תגובה דערין.
4). די געדאנק אויסגעשמועסט בנוגע די פענאמענאלאגישע ״בּענדוויט״ לימיטס פון אראפשרייבן תושבע״פ האט פּאראלעלן מיט די באקאנטע מערי׳ס צימער טראכטן עקספּערימענט לגבי ריכטיג באגרייפן די קוואַליאַ פון א זאך. (דאס פירט ווייטער אריין צו פּאראלעלן מיט דר. דוד טשאַמערס׳ באקאנטע ״שווערע״ פראבלעם פון קאַנשעסנעס.) און אז מ׳דערמאנט דעם אויסדרוק איז קען מען זאגן בדרך מליצה אז דאס ליגט אינעם באקאנטן פילאזאפישן חקירה צי ״אויב א בוים פאלט אין וואלד און קיינער איז נישט דארט מי עס מאכט א גערודער?״ ולענינינו, אז נאר טאמער מען איז ביי א ספעציפישן ״בוים״, והיינו א פרט אין הלכה וואס מ׳פרעגט דערויף דעמאלטס, נאר דעמאלטס מאכט דאס ״פאלן״ דערפון וכו׳ אויס למעשה; עס איז אבער נישט דער עיקר על הכלל כולו וככל הנ״ל. ר׳ יצחק דערמאנט עס טאקע בדרך אגב אין אן ענליכן קאנטעקסט אין די שיעור [40:00-40:47]. (ולפי״ז אז מ׳האט דאס אביסל מקשר געווען מיט דעם אז ״ג-ט׳ס״ ווילן איז דאס וואס געבט דאס א מאטעריאליסטישע אנטאלאגישע מציאות ממש, קען דאס גיין אין איינקלאנג מיט א פארקערטע געדאנק אז קדושת הזמן איז יא תלוי דייקא אין ג-ט. הגם, מ׳קען זאגן אז אפילו הכי איז ער דאך למעלה מן הזמן און ער שטעלט דאס אויס במציאות אזוי ע״י רצונו פאר יעדן מענטש וואו און ווי אזוי דער מענטש איז.)
5). דא הא׳מיר אראפגעברענגט פון אקאט פּ׳בּיִטעק (אין די קאנטעקסט פון אַפריקאַנאַ סעידזש פילאזאפיע) אז דאס׳ן אראפשרייבן א זאך/חכמה נעמט צומאל אוועק דערפון.
6). מ׳דערמאנט ווי דאס אלעס איז ענליך צום באקאנטן קאַמאַנסענס מדע פראבלעם אין עי איי/ארטיפישעל אינטעלידזשענס לעת עתה.
7). בנוגע דאס אז די נס חנוכה איז נקבע געווארן אלס נס השמן, טענה׳ט דר. מלכה סימקאוויטש אז מעיקרא האט מען דאס חוגג געווען אלס א נאציאנאלע נצחון החשמונאים און ערשט שפעטער האט מען דאס ״ריִבּרענדעד״ אלס וועגן נס בנרות.
*
ולגבי וואס ר׳ יצחק דערמאנט אין די שיעור [11:00] בנוגע אונס, פלעגט מיין מגי״ש ר׳ שאול אבראהאם שליט״א זאגן אז די אויסדרוק ״אונס רחמנא פטריה״ איז צו לערנען אז איה״נ אז מ׳האט אן אמתלא פון אונס אבער א ״רחמנות״ בלייבט מען פארט…
פון בערך 53:30 רירט מען אָן אויפ׳ן געדאנק פונעם פּרינציפּ פון סאָפישענט ריִזען.

[left]Related to this is Rabbi Berkovits's view of the Oral Law (Torah She'be'al Peh), the traditional Jewish conception of the oral explanation of the Torah, given at Sinai along with the Written Torah. This Oral Torah includes both explicit interpretations of certain Pentateuchal laws, as well as the general methods of Rabbinic exegesis. In Berkovits's view, the Oral Law was oral in order to allow maximum flexibility, by giving the rabbis of each generation the ability to decide questions of new situations and circumstances and even re-decide anew the questions of previous generations. When the Oral Law was written (chiefly in the Mishna and Talmud), the rabbis viewed this as so catastrophic and unprecedented and controversial because this killed much of the Oral Law's flexibility that was so inherent to its nature; by writing it down, decisions were set in stone and could not be redecided. This was necessary to prevent its being forgotten due to the tribulations of Roman rule and exile, but it had its price[/left]
ער האט טאקע גע׳מטבע׳ט די טערמין פון ״קראים פון (דיני) תושבע״פ״.
2). ובנוגע די רעדאָקשיניסט אויסקוק פון מענטשן אז יהדות איז פשוט די סומע פון אירע באשטיינדלען, והיינו פרטי הדינים, איז דאך דאס ממש ווי ״מען זעהט נישט די וואלד אלס די ביימער שבו״; מ׳ווערט אזוי הוּקט אויף די פרטים אז מ׳פארגעסט דעם גאנצן בילד, די ״וואלד״, כשהיא לעצמה. (ווי אויך איז עס איראניש ווייל מחשבת/השקפת יהדות איז בעצם קעגן א [מאטעריאלע] רעדאָקשיניזם בנוגע אנטאלאגיע בכלליות.)
3). ר׳ יצחק דערמאנט ענליך צו די געדאנק פונעם כוזרי אז בשעת מ׳האט זיך געפירט מיט די מצות הכתובות בפירוש האט מען בפשטות פארשטאנען די חלקי התושבע״פ שבהן. עס איז מערקווידיג צוצוצייכענען צו [tag]קאווע טרינקער[/tag]׳ס שעפערישע תגובה דערין.
4). די געדאנק אויסגעשמועסט בנוגע די פענאמענאלאגישע ״בּענדוויט״ לימיטס פון אראפשרייבן תושבע״פ האט פּאראלעלן מיט די באקאנטע מערי׳ס צימער טראכטן עקספּערימענט לגבי ריכטיג באגרייפן די קוואַליאַ פון א זאך. (דאס פירט ווייטער אריין צו פּאראלעלן מיט דר. דוד טשאַמערס׳ באקאנטע ״שווערע״ פראבלעם פון קאַנשעסנעס.) און אז מ׳דערמאנט דעם אויסדרוק איז קען מען זאגן בדרך מליצה אז דאס ליגט אינעם באקאנטן פילאזאפישן חקירה צי ״אויב א בוים פאלט אין וואלד און קיינער איז נישט דארט מי עס מאכט א גערודער?״ ולענינינו, אז נאר טאמער מען איז ביי א ספעציפישן ״בוים״, והיינו א פרט אין הלכה וואס מ׳פרעגט דערויף דעמאלטס, נאר דעמאלטס מאכט דאס ״פאלן״ דערפון וכו׳ אויס למעשה; עס איז אבער נישט דער עיקר על הכלל כולו וככל הנ״ל. ר׳ יצחק דערמאנט עס טאקע בדרך אגב אין אן ענליכן קאנטעקסט אין די שיעור [40:00-40:47]. (ולפי״ז אז מ׳האט דאס אביסל מקשר געווען מיט דעם אז ״ג-ט׳ס״ ווילן איז דאס וואס געבט דאס א מאטעריאליסטישע אנטאלאגישע מציאות ממש, קען דאס גיין אין איינקלאנג מיט א פארקערטע געדאנק אז קדושת הזמן איז יא תלוי דייקא אין ג-ט. הגם, מ׳קען זאגן אז אפילו הכי איז ער דאך למעלה מן הזמן און ער שטעלט דאס אויס במציאות אזוי ע״י רצונו פאר יעדן מענטש וואו און ווי אזוי דער מענטש איז.)
5). דא הא׳מיר אראפגעברענגט פון אקאט פּ׳בּיִטעק (אין די קאנטעקסט פון אַפריקאַנאַ סעידזש פילאזאפיע) אז דאס׳ן אראפשרייבן א זאך/חכמה נעמט צומאל אוועק דערפון.
6). מ׳דערמאנט ווי דאס אלעס איז ענליך צום באקאנטן קאַמאַנסענס מדע פראבלעם אין עי איי/ארטיפישעל אינטעלידזשענס לעת עתה.
7). בנוגע דאס אז די נס חנוכה איז נקבע געווארן אלס נס השמן, טענה׳ט דר. מלכה סימקאוויטש אז מעיקרא האט מען דאס חוגג געווען אלס א נאציאנאלע נצחון החשמונאים און ערשט שפעטער האט מען דאס ״ריִבּרענדעד״ אלס וועגן נס בנרות.
*
ולגבי וואס ר׳ יצחק דערמאנט אין די שיעור [11:00] בנוגע אונס, פלעגט מיין מגי״ש ר׳ שאול אבראהאם שליט״א זאגן אז די אויסדרוק ״אונס רחמנא פטריה״ איז צו לערנען אז איה״נ אז מ׳האט אן אמתלא פון אונס אבער א ״רחמנות״ בלייבט מען פארט…
פון בערך 53:30 רירט מען אָן אויפ׳ן געדאנק פונעם פּרינציפּ פון סאָפישענט ריִזען.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
לגבי די שיעור איז מערקווידיג צוצוצייכענען אז דאס אז מ׳זאל לערנען די הלכות חג בחג איז לפי התלמוד מתקנת משרע״ה (סוף מגילה לב.) ת"ר כמשה תיקן להם לישראל שיהו שואלין ודורשין בענינו של יום הלכות פסח בפסח הלכות עצרת בעצרת הלכות חג בחג ע״ש ושואלין בהלכותיו ל׳ יום קודם לעיל שם כט:. (ווי אויך איז ידוע הירושלמי (שבת פט״ו ה״ג) לא ניתנו שבתות וימים טובים אלא לעסוק בהם בדברי תורה.)
אין די פריערדיגע צוויי שיעורים האט מען דערמאנט די געדאנק פון הרב דר. דוד ווייס-הליבני אז די סתמות בש״ס וואס זענען נישט בתוך השיטות תנאים ואמוראים וואס מען ברענגט אראפ, ווי לדוגמא די ״והלכתא״ וכדומה, זענען פון די רבנן סבוראי לאחר תקופת האמוראים.

- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
מי אני האט געשריבן:לגבי די שיעור איז מערקווידיג צוצוצייכענען אז דאס אז מ׳זאל לערנען די הלכות חג בחג איז לפי התלמוד מתקנת משרע״ה (סוף מגילה לב.) ת"ר כמשה תיקן להם לישראל שיהו שואלין ודורשין בענינו של יום הלכות פסח בפסח הלכות עצרת בעצרת הלכות חג בחג ע״ש ושואלין בהלכותיו ל׳ יום קודם לעיל שם כט:. (ווי אויך איז ידוע הירושלמי (שבת פט״ו ה״ג) לא ניתנו שבתות וימים טובים אלא לעסוק בהם בדברי תורה.)
אין די פריערדיגע צוויי שיעורים האט מען דערמאנט די געדאנק פון הרב דר. דוד ווייס-הליבני אז די סתמות בש״ס וואס זענען נישט בתוך השיטות תנאים ואמוראים וואס מען ברענגט אראפ, ווי לדוגמא די ״והלכתא״ וכדומה, זענען פון די רבנן סבוראי לאחר תקופת האמוראים.
ייש"כ אויף די הערות ווי אלעמאל. כמובן איז דאס אן אלטע תקנה אבער איך האב געברענגט די גמרא אין קידושין לויט דער רמב"ם'ס פשט אז איינער וואס קען די הלכות וואס מען דרש'נט דעמאלטס איז דער קלענסטער מדרגה תלמיד חכם וואס מען קען זיך פארשטעלן.. דאס הייסט אז אין הכי נמי די ימים טובים זענען אז דער המון עם זאל אויך עפעס לערנען און ער דארף וויסען די הלכות פשוטות.
עס איז אויך ידוע (געדענק נישט כרגע די מקור) אז תלמידי חכמים לערנען דווקא ווייניגער שבת זיי רוען זיך אפ, עונת ת"ח וכו', די עמי הארצים וואס לערנען נישט אגאנצע וואך לערנען כאטשי שבת..
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דער ב״י ברענגט דאס אראפ אין או״ח סימן רפח (והרמ״א מביאו בסימן רצ סעיף ב) טאקע עפ״י דער ירושלמי:
גרסינן בירושלמי ר' חגי אמר לא ניתנו שבתות וי"ט אלא לאכילה ושתיה ר' ברכיה אמר לא ניתנו אלא לעסוק בהם דברי תורה ובתנחומא מפרש לא פליגין מה דא"ר ברכיה לת"ת אלו הפועלים שהם עסוקים במלאכתן כל ימות השבוע ובשבת הם באים ומתעסקים בת"ת ומה דא"ר חגי להתענג אלו ת"ח שהם יגיעים בתורה כל ימות השבוע ובשבת הם מתענגים. והא דאמר רבא (פסחים סח:) הכל מודים בשבת דבעינן לכם כמו שנתבאר בסימן רמב י"ל התם לר"א ור' יהושע קאמר א"נ התם בעונג קצת והכא לעסוק כל היום בתענוג
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 366
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
- האט שוין געלייקט: 809 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל
אינטערעסאנט צו צוצייכענען די גירסה פון דער רי״ף סנהדרין דף קא ואם עמי הארץ הם יעסקו בהילכות הפסח בפסח ובשל-עצרת בעצרת ובשל חג בחג. (כמדומה לי אז דער מקור צו די גירסה איז פון מסכת כלה )
וואס מען זעט אז לערנען הלכות חג בחג איז געמאכט געווארן פאר עמי הארצות.
וואס מען זעט אז לערנען הלכות חג בחג איז געמאכט געווארן פאר עמי הארצות.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
נפה האט געשריבן:אינטערעסאנט צו צוצייכענען די גירסה פון דער רי״ף סנהדרין דף קא ואם עמי הארץ הם יעסקו בהילכות הפסח בפסח ובשל-עצרת בעצרת ובשל חג בחג. (כמדומה לי אז דער מקור צו די גירסה איז פון מסכת כלה )
וואס מען זעט אז לערנען הלכות חג בחג איז געמאכט געווארן פאר עמי הארצות.
יישר כח רב! ראיתי מרגליות הים מעיר בזה ומציין המקור ממסכת כלה. (באמת נראה גירסא זו מסתברת קצת דלמה לא יעסקו בעלי משנה בהלכות חג שיש גם במשנה, ואם זה עוד בבא א"ש קצת)
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
לגבי וואס ר׳ יצחק דערמאנט אין אנהויב די שיעור אז בדעות וואס איז נישט למעשה איז נישט חל אויף דעם שם ״אסור/מותר״, איז ווי דא צוגעברענגט זאגן ר׳ שמואל החסיד און דער רמב״ם (אליין) אז בדעות לא ניפסוק בו הלכה כפלוני. דאס קען מען זאגן אז דאס איז בנוגע ״אמת/שקר״ ווי איידער ״אסור/מותר״. פון די גמרא בסנהדרין צט. ביי ר׳ הילל לגבי ימות המשיח זאגט אבער יא די גמרא ״שרא ליה מריה״ וואס דאס אימפּלייט שוין יא עפעס אן ענין חטא וואס אימפּלייט שוין יא עפעס אן ענין ״איסור״. ואולי קען מען זאגן אז די חלק האיסור איז ווען מען ״זאגט דאס ארויס אפען״ און דאס טוהט שוין דיסטאבּיליזירן דאס געזעלשאפט בפועל ולגבי זייער קיום המצות אא״וו, וכעין מה שהבאתי כאן מהר״ן ממרסיי. (ועיין במה שציינתי כאן מהרב דר. נתן סליפקין.)
דאס אלעס רירט אָן אויף די באקאנטע קשיא פון ר׳ חסדאי לגבי מצות אמונה לפי הרמב״ם וואס ר׳ יצחק דערמאנט אין די שיעור (צוגעברענגט דא).
ולגבי וואס מיינט ״קדושה״? הא׳מיר אויבן דא צוגעברענגט וואס הרב דר. סליפקין זאגט אין דעם בשיטת הרמב״ם. (מ׳טרעפט בעצם יא ביי אוה״ע די געדאנק פון ״מ׳קען עס נישט געהעריג מסביר/מגדיר זיין אבער מ׳ווייסט וואס דאס איז/מיינט״, ווי צוגעברענגט דא.)
ולגבי וואס ר׳ יצחק זאגט אין די שיעור בנוגע ווי אזוי הבנת התורה והאמצעיים לזה זענען אזוי ווי די קשר פונעם דרייווער פון א קאמפיוטער ביז׳ן מאַניטאר/סקריִן, האט דאס מיר אביסל דערמאנט פון וואס ר׳ יצחק האט דא געשריבן.
דאס אלעס רירט אָן אויף די באקאנטע קשיא פון ר׳ חסדאי לגבי מצות אמונה לפי הרמב״ם וואס ר׳ יצחק דערמאנט אין די שיעור (צוגעברענגט דא).
ולגבי וואס מיינט ״קדושה״? הא׳מיר אויבן דא צוגעברענגט וואס הרב דר. סליפקין זאגט אין דעם בשיטת הרמב״ם. (מ׳טרעפט בעצם יא ביי אוה״ע די געדאנק פון ״מ׳קען עס נישט געהעריג מסביר/מגדיר זיין אבער מ׳ווייסט וואס דאס איז/מיינט״, ווי צוגעברענגט דא.)
ולגבי וואס ר׳ יצחק זאגט אין די שיעור בנוגע ווי אזוי הבנת התורה והאמצעיים לזה זענען אזוי ווי די קשר פונעם דרייווער פון א קאמפיוטער ביז׳ן מאַניטאר/סקריִן, האט דאס מיר אביסל דערמאנט פון וואס ר׳ יצחק האט דא געשריבן.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
לגבי הגדרת מהו ״קדושה״ שרייבט דער קריסטליכער טעאלאג דר. רודאלף אָטאָ אין זיין בוך איבער די נושא אז דאס געדאנק פון ״קדושה״ איז עפעס וואס ער האט טערמינט ״נוּמענאָס״. דאס איז א סארט (סאָבּליים) עקספּיריענס, מקושר צו א חפץ או זמן וכו׳, וואס איז נישט מיוסד נישט אויף ראציאנאל און נישט אויף חוש וואס איז מחוצה לו פונעם מענטש; דאס ״גאנץ אנדערע״. זייענדיג א זאך פאר זיך אליינס לגמרי [סוּ דזשענעריס] קען מען דאס נישט דעפינירן און טערמינען פון עפעס אנדערע קאנצעפטן (אריינגערעכענט אט די פריערדיגע הגדרה אליין) און מען דארף דאס ״שפירן״.
***
לגבי וואס ר׳ יצחק זאגט דא [27:00] אז ווען מ׳בארואיגט זיך פאַלט איין די חידושים, איז דר. בּאַבּאַראַ אוֺיקליִ מאריך אין דעם אז בעצם זענען דא צוויי סארטן מוֺידס וואס די מח ארבעט אין: פאָקוּסד, וואס איז קאנצענטרירט אין איין חלק אינעם מח וואס געבט זיך ממש אפ מיט דעם פראבלעם גרידא און קאנצענטרירט זיך אויף די פרטים, און דיפיוּס, וואס איז ברייטער וואו די סאָבּקאַנשעס קען איבערנעמען און באגייט זיך דערצו על הכלל כולו און קען דאס באהעפטן מיט אנדערע חלקים אינעם מח וואס האבן ל״ד א קשר דערצו. פון די צווייטע סארט קומט בדרך כלל ארויס די שעפערישע אויפקומען צו א פראבלעם. והיינו, נאכ׳ן זיך קאנצענטרירן אויפ׳ן פראבלעם דארף מען צומאל זיך בארואיגן צו אקסעסן דעם דיפיוּס מוֺיד וואס זאל אויפקומען מיט אן אנדערן מהלך דערין. דאס קען אויך געבן א קנייטש צו דעם אז ביים וואסער פאַלט איין די חידושים, ווייל דר. אוֺיקליִ משל׳ט טאקע אויס די דיפיוּס מוֺיד ווי א מאדעל ווי די ״נוֺידס״ אינעם מח זענען ווייטער אויסגעשפרייט און ווי די ״מחשבה״ האט ״מער פלאץ״ זיך צו פארשפרייטן פון איינס צום צווייטן; אזוי ווי וואסער וואס איז א ליקוויד און קען דאס טוהן לעומת א סאַליד.
ולגבי וואס ר׳ יצחק זאגט דא [47:00] אז ״שיטה 0״ איז אז נבואה בעצם איז קיינמאל נישט געווען און ס׳איז געווען דמיון, איז דאך דאס באקאנט אלס שיטת שפינאזע וואס האט געהאלטן (בניגוד ממש להרמב״ם בהמורה ח״ב פל״ו) אז נביאים זענען געווען מאראלישע, אבער אומגעלערענטע און נישט שכלי׳דיגע, מענטשן וואס האבן (נאר) געהאט א שטארקע כח הדמיון און אזוי ארום ארויסגעברענגט א מאראלישע מעסעדזש צום פאלק.
עס איז אויך אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו וואס דר. דזשעימס קוגל ברענגט אראפ אז די אינסטיטושאן פון נבואה און נביאים בישראל איז ארויסגעוואקסן מער-ווייניגער ווען עס איז געווען די אינסטיטושאן פון זעלבסטשטענדיגע מלוכה בישראל כדי צו זיין א קאַוּנטערבּאלאנס קעגן דעם; די פאלק האט דאס געדארפט און עס איז געווען א ניִשׁ וצורך דערפאר וממילא זענען געווען די מענטשן דאס צו ערפילן. ווען די אינסטיטושאן פון זעלבסטשטענדיגע מלוכה בישראל איז בטל געווארן וממילא איז שוין נישט געווען די צורך בעם פאר׳ן קאַוּנטערבּאלאנס פון נבואה איז דאס צוביסלעך בטל געווארן; עס האט שוין נישט געהאט קיין אחוזה ביים פאלק.
ולגבי סוף השיעור וואס ר׳ יצחק וויל זאגן איז אז הגם עס זענען טאקע דא מדריגות בנבואה וכדאיתא במו״נ שם בח״ב פמ״ה ועיין בסוטה מח: לגבי בת קול, איז אבער דאס אליין עפעס מוגדר און טענדזשיבּל.

לגבי וואס ר׳ יצחק זאגט דא [34:30] אז די געדאנק אז עס זאל אריבערגיין שבת, סיי ביי א מענטש לברית מילה און סיי ביי א בהמה להקרבה, איז אז עס זאל אריבערגיין א וואך שיצא מכלל נפל ולגדלות שני, און דאס איז אויך געווען די געדאנק ביי יציאת מצרים בדם מילה להוציא עם ישראל מילדות לגדלות, קען מען זאגן אז אז דאס איז די רמז אז ישראל שמרו את השבת במצרים (שמו״ר א יט).
ולגבי וואס ר׳ יצחק זאגט אין סוף די שיעור [48:00-50:00] אז דאס געפיהל פון ״קדושה״ (במקום צי בזמן) איז כעין די כח וואס מ׳פיהלט נאכאמאל ווען מ׳זינגט א ניגון וואס האט געהאט מעורר געווען, הא׳מיר דא געהאט צוגעברענגט פון דר. פראנז ראזענצווייג אז ״נגינה״ איז טאקע בגדר ״זמן״. והיינו כזה אז דאס איז טאקע די מעכאניזם פון זכרון ו״קדושת״ הזמן.
ולגבי וואס ר׳ יצחק זאגט אין סוף די שיעור [48:00-50:00] אז דאס געפיהל פון ״קדושה״ (במקום צי בזמן) איז כעין די כח וואס מ׳פיהלט נאכאמאל ווען מ׳זינגט א ניגון וואס האט געהאט מעורר געווען, הא׳מיר דא געהאט צוגעברענגט פון דר. פראנז ראזענצווייג אז ״נגינה״ איז טאקע בגדר ״זמן״. והיינו כזה אז דאס איז טאקע די מעכאניזם פון זכרון ו״קדושת״ הזמן.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
לגבי וואס ר׳ יצחק זאגט דא לגבי מדרשים [7:00-7:40] איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו וואס דר. דוב ווייס ברענגט צו:
ולגבי וואס ר׳ יצחק זאגט אין די שיעור [פון 23:00] אז מדע בטבע איז געווען די ראשית פון אפיקורסות איז מענין לענין באותו ענין אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו וואס אונז האבן דא צוגעברענגט פון דר. נאָרבּערט סעמיועלסאן עפ״י הרמב״ם במהו חטא אדה״ר והרמז שבו. (ר׳ יצחק רעדט טאקע שפעטער [פון 40:30] אביסל מחטא אדה״ר במשנתו של הרמב״ם. ווי אויך הא׳מיר סתם אזוי ארומגערעדט אינעם אשכול און אינעם ארטיקל איבער׳ן טעאדיסי פונעם רמב״ם אז ״הטבע״ על הכלל כולו איז ״טוב״.)
און אויך מענין לענין באותו ענין פון די סיבות ועילות במדע הטבע און זייער קשר צו אפיקורסות האט דר. דזשאן לענאקס ליב צוצוברענגען פונעם טעאלאג קלייוו לואיס אז די סיבות הטבעיות אז מיין טיי איז הייס איז וועגן די מאלעקיוּלס דערין זענען ענערדזשעטיק וכו׳ וכו׳, איז נישט קיין שום סתירה מיט׳ן זאגן באותו רגע אז די סיבה דערצו איז ״ווייל איך בין פארקילט און איך האב געוואלט מאכן א געשמאקע הייסע טיי.״ וכדומה. (וממילא האט שוין די אשכול א שייכות צום שמועס.
ולגבי הנזכר בריש השיעור הא׳מיר דא דערמאנט וועגן עצם ומקרה.)
דא און דא הא׳מיר צוגעברענגט פון אריסטו בנוגע ״חכמה״ איבער דאס געדאנק וואס שלימות הגדרת ״אדם״ איז. (ועיין כאן וואו אונז האבן ציטירט דעם רמב״ם בסוף מו״נ עפ״י אריסטו און דארט איז אויך דאס אז טאמער עס פעהלט אים אין שלימות המדות איז מוכח אז עס פעהלט אים אין שלימות השכל. ועיין ג״כ בשמונה פרקים.)
דא האט מען אראפגעברענגט (במשנתו של האבן עזרא) במספר 7.

לגבי וואס ר׳ יציק זאגט דא [פון 21:10] אז מיט קדושת הברית לייגט מען צו די אות י׳ צו ״סוד״ וואס איז די צאמקום וכו׳ און דאן ווערט עס ״יסוד״ איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צום מדרש תנחומא (תזריע אות ה) אז אות י׳ איז קעגן דעם אבר המילה פונעם מענטש ע״ש. ווי אויך זאגט דער מדרש (ב״ר מט ב) אז איזהו סוד ה׳ זו מילה ע״ש.
אין די שיעור רירט מען אָן אויפ׳ן באקאנטן שטרויכלונג אין לאגיק פון ארגומענטום עד וועריקאָנדיִאוּם/ארגומענט פון אטאריטעט. אין רעליגיע איז אזא ארגומענט צומאל יא מאסגעבענד; עכ״פ אין הלכה. ווי אויך רירט מען אָן אויפ׳ן געדאנק פון דאס היינדסייט בּייעס.
מ׳רירט אָן אויף דאס וואס דר. מנחם קעלנער זאגט במחשבת הרמב״ם (דלא כהכוזרי) אין זיין מאמר(ים) אויף די נושא.
ולגבי דעם ״אז אונז זע׳מיר אייניקלעך פון יענע גרים, זאג נישט פאר קיינעם״ [37:48-37:53] איז מערקווידיג צוצוצייכענען צו דר. שלמה זנד׳ס קאנטראווערסיאנאלע טעזע אז עם ישראל כהיום באשטייט פון גרים מהאומות וואס זענען איבערגערעדט געווארן דורך איינוואוינער פון א״י וואס האבן געזוכט גרים; פונקט אזוי ווי רוב קריסטן שטאמען פון די וואס זענען איבערגערעדט געווארן דורך די נוצרים וואס האבן געזוכט מגייר צו זיין צו זיי.
ולגבי וואס ר׳ יצחק זאגט [47:58-48:05] בנוגע די חסרון אין מדע בכלל אז מ׳לערענט נישט דערין די היסטאריע און פּראצעס ווי אזוי דאס איז אלס צוגעגאנגען און ערפינדען געווארן, שרייבט דר. מוּהאַמאַד זאַמאַן איבער דאס וויכטיקייט דערפון עפ״י ריִסערטש, און טאקע וועגן אסאך פון די פונקטן וואס ר׳ יצחק ברענגט ארויס.
אין די שיעור רירט מען אָן אויפ׳ן באקאנטן שטרויכלונג אין לאגיק פון ארגומענטום עד וועריקאָנדיִאוּם/ארגומענט פון אטאריטעט. אין רעליגיע איז אזא ארגומענט צומאל יא מאסגעבענד; עכ״פ אין הלכה. ווי אויך רירט מען אָן אויפ׳ן געדאנק פון דאס היינדסייט בּייעס.
מ׳רירט אָן אויף דאס וואס דר. מנחם קעלנער זאגט במחשבת הרמב״ם (דלא כהכוזרי) אין זיין מאמר(ים) אויף די נושא.
ולגבי דעם ״אז אונז זע׳מיר אייניקלעך פון יענע גרים, זאג נישט פאר קיינעם״ [37:48-37:53] איז מערקווידיג צוצוצייכענען צו דר. שלמה זנד׳ס קאנטראווערסיאנאלע טעזע אז עם ישראל כהיום באשטייט פון גרים מהאומות וואס זענען איבערגערעדט געווארן דורך איינוואוינער פון א״י וואס האבן געזוכט גרים; פונקט אזוי ווי רוב קריסטן שטאמען פון די וואס זענען איבערגערעדט געווארן דורך די נוצרים וואס האבן געזוכט מגייר צו זיין צו זיי.
ולגבי וואס ר׳ יצחק זאגט [47:58-48:05] בנוגע די חסרון אין מדע בכלל אז מ׳לערענט נישט דערין די היסטאריע און פּראצעס ווי אזוי דאס איז אלס צוגעגאנגען און ערפינדען געווארן, שרייבט דר. מוּהאַמאַד זאַמאַן איבער דאס וויכטיקייט דערפון עפ״י ריִסערטש, און טאקע וועגן אסאך פון די פונקטן וואס ר׳ יצחק ברענגט ארויס.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
כ׳האב געקלערט לגבי די שיעור אז מ׳דערמאנט שיטתו של אריסטו והרמב״ם בנוגע זמן שהיא מקושר לתנועה און ווי אזוי עס קען זיין אן אנטאלאגישע מציאות וישות וואס דאס איז מסביר קדושתו של שבת, אז דא האב איך אראפגעברענגט ווי דער אור ה׳ דינגט זיך אויף אים און ער איז טאקע מער מקשר ״זמן״ ל״מנוחה״ - שהיא ענינו של שבת.
לגבי דאס וואס מ׳פרעגט און מ׳רעדט ארום [28:20-32:00] איבער ״זמן״ קודם בריאת ה״זמן״, קען אפשר נוגע זיין דאס וואס אונז האבן צוגעברענגט דא דער עיקרים׳ס חילוק צווישן ״זמן״, שהוא מחודש, און ״דמות זמן״.
אונז האבן עטליכע מאל אראפגעברענגט פון דר. פראַנז ראזענצווייג אז ביהדות איז ״זמן״ (אן ענין פון) סירקולער.
לגבי דאס וואס מ׳פרעגט און מ׳רעדט ארום [28:20-32:00] איבער ״זמן״ קודם בריאת ה״זמן״, קען אפשר נוגע זיין דאס וואס אונז האבן צוגעברענגט דא דער עיקרים׳ס חילוק צווישן ״זמן״, שהוא מחודש, און ״דמות זמן״.
אונז האבן עטליכע מאל אראפגעברענגט פון דר. פראַנז ראזענצווייג אז ביהדות איז ״זמן״ (אן ענין פון) סירקולער.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
לגבי וואס ר׳ יצחק זאגט אין די שיעור [34:10-35:45] אז ס׳פעהלט זיך אויס אין א דעבאטע אויף כדי צו אויפווייזן א קעגנער צו טרעפן א בריק וואו מען זעהט דעם קעגנער׳ס פאזיציע און עס (רי)פרעימען פאר די תוצאה ופאזיציע וואס מ׳וויל, איז אין די שטודיע פון די סאציאלאגן דר. ראַבּ ווילער און דר. מעטיוּ פיינבערג (און אנדערע אזוי ווי די) האבן זיי אויפגעוואוזן אז אין פאליטישע/אידעאלאגישע דעבאטעס איז דאס דרך הרצוייה אויף כדי צו מאכן דעם קעגנער איינזעהן דיין פאזיציע, איז צו זעהן און פארשטיין זיינע וועליוּס און פרעימען דיינע פאזיציעס וואס דו ווילסט טענה׳ן פאר עפ״י הנחות צו וועלכע ער איז שוין מסכים.
ועיין באשכול זו.
ועיין באשכול זו.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
לגבי וואס ר׳ יצחק דערמאנט אין די שיעור [12:21-12:56] לגבי היתר אכילת בע״ח אז עס איז מער א בדיעבד הא׳מיר דא צוגעברענגט מש״כ העיקרים (מאמר ג פט״ו) בזה.
לגבי די שאלה [52:56-53:35] וואס ווערט געפרעגט אינמיטן שיעור בנוגע ע״ז, זאגט דר. דזשעימס קוגל אז זייער אויסקוק אויף די געטער בימיהם איז נישט געווען ממש האומר לעץ ואבן אבי אתה (עיין ירמיה ב כז) כפשוטו ממש. נאר זיי האבן געהאט אַן אויסקוק אויף גאט/די געטער ווי שטארקע beings, אין א סארט אנדערע דיימענשאן צי וואס, וואס ״קומט אריבער״ און איז ״שוכן״, טאקע ממש, בתוך דעם פסל מעץ ואבן. די פסוקים וואס מאכן חוזק דערפון זענען מער אלס אנטי די געטער אא״וו, וליצנות כעין מה שמצינו במגילה כה:
איך האב געקלערט בסתם אינעם גאנצן טעמע פונעם שיעור אז אין עדיות (פ״ה מ״ו) זאגט דאך עקביא בן מהללאל ״מוטב לי להקרא שוטה כל ימי ולא ליעשות שעה אחת רשע לפני המקום, שלא יהיו אומרים בשביל שררה חזר בו״ ע״ש. און שפעטער איז דא א דעה/הוו״א אז מ׳האט אים מנדה געווען מחמת בזיון ת״ח ע״ש. והיינו הרמז לענינינו אז (עכ״פ מעיקרא זעהט עס אויס ווי) עס איז דא א דיכאטאמיע פון ״שוטה וצדיק״ אדער ״חכם ורשע״, והיינו בזה להיות ״שוואנץ״ לשררה שזהו ״שוטה״. און די געדאנק איז צו טרעפן דעם מיטל-וועג פון נישט זיין א ״שוואנץ/שוטה״ אבער נישט קיין מבזה ת״ח.
ולגבי דאס וואס ווערט געזאגט [45:36-48:04] לפי הרמב״ם אז שוואכע ראיות זענען ערגער ווי קיין שום ראיה, איז די געדאנק לפי וואס מ׳האט אראפגעברענגט פון דר. פּלענטינגא אז די ראיות זענען טאקע נישט דעמאנסטרעטיוו אבער פארט נישט נאַריש, ופשוט.
***
און די שיעור [36:14-38:10] רירט ר׳ יצחק אָן אויף די געדאנק פון ״אנטי״-טעאדיסי און וואס די תורה וויל פון דיר כלפי הרעות (בכל אופן שהם) איז דאס צו באקעמפן למעשה און נישט טעארעטיש ודכוותייהו.

בנוגע וואס ר׳ יצחק דערמאנט דורכאויס די שיעור אז לפי הרמב״ם (בהמו״נ) איז טאקע דא דעם אכטן עיקר להאמין באמיתת התורה אבער נישט להאמין באמיתת חכמים איז טאקע אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז דער כסף משנה וואונדערט זיך טאקע בהל׳ תשובה (פ״ג ה״ח) פארוואס דער רמב״ם ברענגט נישט אראפ וואו ער רעכענט אויס מיהו ״אפיקורוס״ דאס וואס די דערמאנטע גמרא אין סנהדרין צט: זאגט המבזה חכמים ע״ש.
מ׳רירט אויך אָן אויפ׳ן געדאנק אז זיין א ריכטיגע תלמיד איז אויך א קונץ (ולכן ומתלמידי יותר מכולם, תענית ז.) ולגבי טרעפן דעם ריכטיגן חכם פאר א רבי ועיין במו״ק יז.
ווי אויך רירט מען אָן אויפ׳ן געדאנק אז (שבת סג.) ״אין מקרא יוצא מידי פשוטו״ (וואס איז טאקע געווען א חידוש פאר רב כהנא) איז אויך נישט כפשוטו…
ולגבי די געדאנק פון דעם אז חכמה באדייט טאקע (עכ״פ אפטמאל) זאגן ״איך ווייס נישט״ קען מען דאס טאקע מרמז זיין, ועפ״י משנתו של הרמב״ם אז משרע״ה איז געווען דער מערסטער מושלם בחכמה, אז דאס איז וואס די גמרא (ברכות ד.) איז מרמז בהנהגתו ״למד לשונך לומר איני יודע״ ע״ש. עס גייט סתם אזוי צוזאמען דערמיט אז מ׳קען דעפינירן ״חכמה״ [Wisdom] אלס עפּיסטעמיק יוּמיליטי כידוע מסקראט.
אז מ׳דערמאנט שדים און אין דעם קאנטעקסט פון אָננעמען דברי חכמים בסתם איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער אור ה׳ זאגט (מאמר ד דרוש ו) לגבי מציאות השדים וואו הייבט ער אָן וז״ל:
דאס וואס מ׳רירט אָן בסוף השיעור אז אויב מ׳האט זיך טועה געווען בדין נגד א פוסק ראשון שאין עליו חולק און דאך דארף מען נישט מיהדר זיין המעשה, קען אולי אריינגיין במש״כ הרמ״א בחו״מ סימן כה סעיף א ע״ש. און דאס איז אפילו וואו מ׳ווייסט יא וואס דער פוסק זאגט (ווי לאנג עס איז נישט מבואר בהתלמוד להיפך).

והיינו אז ס׳נישט ממש אז ער גלייבט אין דעם נגד השכל, ובפרט לפי דרך הרביעי ברס"ג מאופני הבירור. אבער ער ענדיגט צו בנוגע ווי אזוי עס איז שווער צו זאגן אויף זיי עפ"י שכל אז זיי האבן (א דמיון) בחירה וכדומה אז:ולפי שמציאותם מבואר בתורה ובדברי רז״ל עם שנתפרסם ונמשך באמות ונתאמת אצל החוש
ולפי שהדברים נעלמים ושערי החקירה כמעט נעולים אין לנו לזוז מקבלת רז״ל, ר״ל שאמרו (חגיגה טז.) שיש בהם דברים כבני אדם ודברים כמלאכי השרת.
דאס וואס מ׳רירט אָן בסוף השיעור אז אויב מ׳האט זיך טועה געווען בדין נגד א פוסק ראשון שאין עליו חולק און דאך דארף מען נישט מיהדר זיין המעשה, קען אולי אריינגיין במש״כ הרמ״א בחו״מ סימן כה סעיף א ע״ש. און דאס איז אפילו וואו מ׳ווייסט יא וואס דער פוסק זאגט (ווי לאנג עס איז נישט מבואר בהתלמוד להיפך).
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
אכן הרמ"א שם כמדומה מבוסס על הרא"ש שציטטתי אבל חיפשתי נקודה קצת אחרת אם בעצם יש לו דעה אלא שהיה מבטל דעתו אילו ידע דעת הגדול ממנו וזה לא נידון בפירוש צל"ע.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
א געוואלדיגע הספד אויף הגר״ח קנייבסקי זצ״ל.
די געדאנק פון דעם אז אפילו מען האט א ציור בשכל פון וואס דער מהות פונעם מענטש איז, מוז אבער נישט זיין אז דאס איז דאס ריכטיגע און מ׳דארף דאס וויסן ווי טאקע ריכטיג אפצושאצן, ווערט אויך ארויסגעברענגט אין די קאנטעקסט פון הרב דר. נתן סליפקין.
דאס וואס ר׳ יצחק דערמאנט איבער הגרח״ק׳ס מהלך אין פירושו על הירושלמי איז ענליך צום מהלך פון רש״י עפ״י ר׳ יהושע כהן.