שטייענדיג נאך די טראגישע זעלבסט מארד פון חיים וואלדער און נאכן צו זען דער עולם׳ס תגובות סיי דא און סיי אויף סאשעל מידיא וויל איך מודה זיין אז דאס וואס איך האב דא געשריבען אז די מצב איבער פראטעקטען מפגעים ווערט בעסער א דאנק סאשעל מידיא איז נאר געווען א חלום וואס ווי איך זע יעצט איז עס ליידער נישט מקיום געווארן, איך רעד נישט פון די רבנים וואס דאס איז יא געווארן אביסל בעסער איך רעד פון דאס וואס איך האב געמיינט אז די ציבור גייט אנפאנגען אויס צושפייען די פארשוינען און אנפאנגען ארויפקוקן די וואס זענען מבער די רע מקרבנו די חלום איז צופלאצט געווארן בקול גדול, די געשרייען רוצח אויף א בראווע שרייבער וואס האט נישט מורא פון א ברענד נעים און אויב יענער איז א געפאר ווארענט ער די ציבור מפניו האט אפגעהילכעט אין מיינע אויערן ביז צו טויב ווערן, איך האב געזען אז דאס איז נאר ווען מען רעדט פון אן ארויסגעפאלענער ווי משי זהב אבער ווען עס רעדט זיך פון איינער משלנו פון די מעינסטריעם גארנישט כלום.
איך מיר שוין געהאלטן ביי מייאש זיין.
און דעמאלטס האב איך מיר דערמאנט א מאמר חז״ל אמר ר׳ לוי לעולם יצפה אדם לחלום טוב עד כ״ב שנה
און איך האב מיר געטרייסט.
איך וויל צוענדיגן מיט די ווערטער פון די הקדמה צו ויואל משה ״ ויודע אני כי יורו המורים חצים ובליסטראות עד אין שיעור על כל הדברים שכתבתי״ איך ווייס אז איך גיי באקומען היט און העיט אויף די ארטיקעל אבער הנראה לענ״ד כתבתי
לעולם יצפה אדם לחלום טוב
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
נפה: ווייל איך האב געחלומ'ט אז איך בין אין הימל ביי בית דין של מעלה. (איך וויל דיר נישט זאגן וועלכע רבנים איך האב דארט געטראפן ביי בי"ד הגדול. דעם העטיעש פעטיעש'ער און דעם סאראש גאטיאש'ער. אויך הרב יצחק גליק זצוק"ל המכונה איצא ש--- שוין!)פלוצלינג באמערק איך איינעם א איד וואס זיין פנים שיינט זייער שטארק. פרעג איך ביי איהם...ווי האט איהר געהייסן אין עולם השפל? זאגט ער חיים ולדר. איהר זענט געווען א ציוני? ס'ארא שאלה? זיכער...! איך האב דאך געשריבן מיינע ספרים/ביכער אויף די שפה הטמאה. יעצט זעה איך הערשט איין אז איך האב געמאכט א טעות. ניין . נישט מיט די מעשים טובים. נאר מיט שרייבן אויף די שפה הטמאה, העברעאיש. איך וויל עס אפילו נישט ארויסזאגן אויף מיין געהייליגט מויל...!...איהר הייסט...בערל...בעל עגלה. וואס האט איהר געטון אין עולם השפל ? ס'הייסט, געטון. איך האב געשריבן אויף קאווע שטיבל. אבער וואס האט איהר געטון פאר פרנסה...? גארנישט. אבער דאך. איך שעהם מיך צו פארציילן. איך בין געווען א באסדרייוער. איך האב געפיהרט אידישע קינדער אין חדר....אה. זייער שיין. איך וויל אייך באדאנקען אז איהר האטציך אייביג אנגענומען פאר מיר דארט אויף קאווע שטיבל...יישר כח...והנה חלום. איך האב מיך אויפגעוועקט 5 מינ. פאר'ן וועקער. אפגעגאסן נעגל וואסער און געגאנגען מאכן (כ'מיין זאגן) אשר יצר...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
תרמב: דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער...!
איך זעה אז דו האלטסט חשבון. אין גהינום מיט טוביה מאיר. ביי בי"ד של מעלה מיט חיים ולדר. ווער נאך פון די צדיקי הדור מיט וועם מ'קען זיצן בשכינות...! אפשר ווייסטו פון נאך עפעס א צדיק, ביטע לאז מיר וויסן. דער חילוק איז נאר אז מיט חיים ולדר איז עס נאר געווען א חלום. מיט טוביה מאיר איז עס א מציאות א רעאליטי.
מ'זאגט נאך פון (הייליגן) ראפשיצער רב אז ער האט אמאל געזאגט אז ער האט פיינט מצוות. און ער האט ליעב עבירות...! ווען מ'האט איהם געפרעגט פשט האט ער געזאגט אז ס'איז פארהאן אמאל ווען איינער זאגט אז ס'איז א מצוה צו רודפ'ן יענעם מענטש. אזעלכע מצוות האט ער פיינט. נאכדעים איז פארהאן אמאל ווען איינער קומט בעטן געלט זאגט מען...ס'איז אן עבירה איהם צו געבן אפילו איין פעני. זאגט דער ראפשיצער רב. אזעלכע עבירות האביך ליעב...! הכל לפי הענין. והבן. דו טראכטסט אז ר' טוביה מאיר וועט אפילו פאר איין מינוט גיין אין גהינום...?! או.קעי. אפשר איין מינוט יא. וועגן די ראבא-קאללס...לאל