ר' יואלי ראטה רעדט צו די חדר קינדער וועגן קדושה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שיינע באבע תירוצים.

אנטשולדיגט מיר אלע זייער שטארק, אבער איך קוק מי ומי ההולכים. שבת'ל מיט טאמבעלע פון איין זייט, אן א שיעור קדושים וטהורים עובדי ה' פון די אנדערע זייט, מיין טשויס איז קלאר. האט גארנישט מיט ר' יואל ראטה אדער מוהרא"ש.

רבינו הקדוש איז נאך דערווייל נישט אריינגעקומען מיט זיינע אנגעפיקעוועטע טעאריעס, אבער ער האט עס שוין געשריבן אין אנדערע מקומות.

איך בין מודה אז געוויסע צדיקים זענען געווען עקסטרעם שארף דערוועגן, אבער נישט פון דעם רעדט מען דא. דער פאקט איז, אז גמרא, שו"ע און רמב"ם און יעדע חסיד'ישע און מוסר ספר איז מעורר אויף קדושה, אינטרעסאנט אז פאר קיינעם פון זיי איז נישט בייגעפאלן צו פרעגן אויב די תורה האט פארגעסן צו רעדן דערפון, עד שבא החכמים זמנינו, האלבע אפיקורסים, און זיי האבן מעמיד געווען הדת ליושנה והמסורה על תילה. גיוו מי עי ברעיק.

און איך זאג עס נאכאמאל הויך, שבת'ל, האלד יור הארסעס.

באמת מיר האבן שוין גענוג אשכולות איבער די נושא, עס פעלט נישט אויך נאכאיינס.
וירח ה' את ריח הניחוח
ים רויבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 102
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 4:59 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל

שליחה דורך ים רויבער »

שבת אחים האט געשריבן:
ים רויבער האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:דאס איז די יסוד פון אידשקייט? דער אייבישטער האט עס פשוט פארגעסן צו שרייבן אין די תורה? פלגשים פון עשיו און ישמעאל האט מען געשריבן אין די תורה און די יסוד נישט?

דער אייבערשטער האט אויך כביכול (ח"ו) פארגעסן צו שרייבן אין די תורה ווי אזוי מען מאכט א ברית מילה, עס שטייט סך הכל אז מען דארף מל'ן די "ערלה" עס שטייט נישט וואס דאס איז, אפשר קענסטו מיך מסביר זיין פארוואס אונז מאכן א ברית מילה באבר המין?


ס׳שטייט אויך נישט קיין פרטים פון תפילין, אתרוג, בשר בחלב וכו׳

אבער כאטש איז דא א מקור אין די תורה וועגן דעם. חז”ל האט אראפגעשריבן און אראפגעלייגט די מסורה- וואס מיינט א פרי עץ הדר וכו׳ ביטע ווייז מיר וואו ס׳שטייט אין די תורה אז מ׳טאר זיך נישט אנרירן אין דעם אותו מקום? וואו פונקטליך שטייט אין די תורה אז א בחור טאר נישט ארויסגיין מיט א מיידל?

און אין די היסטאריע פון אידן איז די זאכן בכלל נישט געוועהן קיין עבירה... ביז ממש לעצטענס!

וואס פארא פארגלייך?

איך האב אייך שוין פריער אראפגעברענגט די מקורות אז אין היסטאריע פון אידן זענען די זאכן "יא" געווען אן עבירה און אויב ווילט איר עס נאכאמאל האט איר עס דא: נדה יג עמוד א, רמב"ם הלכות איסורי ביאה סימן כ"א הלכה י"ח, שולחן ערוך אבן העזר סימן כ"ג.
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

דער שבת אחים האט א אבסעסיע מיט׳ן אהבת ישראל
1)דער אהבת ישראל האט געזאגט אז ז"ל איז נישט קיין עבירה?
2) האט ער געזאגט פאר ר׳ מרדכי חנא (הועווער ער איז) צו דעיטן מיידלעך, אדער זיינע קינדער (דמשק אמ"ח און די קינדער און אייניקלעך די היינטיגע צדיקים) געזאגט פאר איינעם צו דעיטן? אדער נאר פאר די מארמאראשע פויערן וואס וואלטן נישט געפאלגט אנדערש
3) איז דער אהבת ישראל געווען א פוסק? איז דא נאך הוראות פון אים וואס אלע אנדערע גדולי דורו (די אחרונים וועם די מאכסט אזוי אוועק) האבן משים געווען לילות כימים צו מברר זיין האט מען עפעס געהערט פון דיין צדיק?
דער אהבת ישראל איז געווען א גרויסער צדיק אבער מ׳ האט שוין געהערט אזוינס, נאך דא אזעלעכע וואס האבן ליב געהאט און געהאלפן יעדען איד און אויך געשמ׳ט מיט גאונות והוראה און הרבצת התורה
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

דער רבי זי''ע האט אינדערהיים קנאפע גערעדט פון דעם חטא הידוע.
ביז ווען...
אין קראלי האט ביים רבי'ן גלערענט א פרימער בחור - מיטן נאמען אברהם יצחק האניאד'ער, דער שפעטערדיגער תולדות אהרן רבי זי''ע.
און ער האט ווי באוויסט זיך שטארק געקאכט אין די זעקסטע מידה.
ער האט באמערקט ווי בחורים טוען וואס אלגעמיינע בחורים טוען, איז ער אריינגעגאנגן מסר'ן די בחורים פארן רבי'ן.
דער רבי מיט זיין ברייט פארשטאנד, האט ווארשיינליך נישט געוואלט קאנפראטירן די די בחורים דירעקט, האט ער דאן אנגעהויבן מיט די באוויסטע שובבי''ם תורות...

דער הוסיאטינער צדיק וועלכער איז געווען א פארברענטער ציוניסט, האט זיך געוואנדן צום רבי'ן דורכאויס א באזוך אין ארץ ישראל: סאטמארער רב, מ'זאגט אויף אייך אז איר טוהט אויף גרויסע זאכן, מאכט זיכער צו רעדן וואס מער פון די דאזיגע ענינים, ווארום דער דאזיגער זינד האלט אפ די גאולה שלימה.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:דער שבת אחים האט א אבסעסיע מיט׳ן אהבת ישראל
1)דער אהבת ישראל האט געזאגט אז ז"ל איז נישט קיין עבירה?
2) האט ער געזאגט פאר ר׳ מרדכי חנא (הועווער ער איז) צו דעיטן מיידלעך, אדער זיינע קינדער (דמשק אמ"ח און די קינדער און אייניקלעך די היינטיגע צדיקים) געזאגט פאר איינעם צו דעיטן? אדער נאר פאר די מארמאראשע פויערן וואס וואלטן נישט געפאלגט אנדערש
3) איז דער אהבת ישראל געווען א פוסק? איז דא נאך הוראות פון אים וואס אלע אנדערע גדולי דורו (די אחרונים וועם די מאכסט אזוי אוועק) האבן משים געווען לילות כימים צו מברר זיין האט מען עפעס געהערט פון דיין צדיק?
דער אהבת ישראל איז געווען א גרויסער צדיק אבער מ׳ האט שוין געהערט אזוינס, נאך דא אזעלעכע וואס האבן ליב געהאט און געהאלפן יעדען איד און אויך געשמ׳ט מיט גאונות והוראה און הרבצת התורה


אין אמתן אריין וואלט איך דיר נישט געדארפט ענטפערן בכלל, ווייל דו שרייבסט ווי טראלל. און קוקט נישט אויס ווי דו כאפסט וואס איך זאג.


לאמיר פרובירן נאכאיינמאל, אולי יחוס.

די אהבת ישראל קומט נישט אריין דא. רבי מרדכי חנא קומט נישט אריין דא.

די חסידישע אידן אינדערהיים- רוב פון אונזערע זיידעס און באבעס פון די היינטיגע חסידישע אידן האבן געהאט אינגאנצן א אנדערע סיסטעם אין שידוכים ווי זיי זענען ארויסגעגאנגען אויף דעיטס מיט מיידלעך. און אז א איד איז געקומען צוזיין רבין, למשל די רוזינער רביס, ריבניצער, שטעפענישטער, דזיקוב, ספינקא, אדער צו א יעדער נארמאלע צדיק אריינגערעכנט די אהבת ישראל- וואס איך האב נאר געברענגט אלץ משל- האט געפרעגט צי זיי האלטן קדושה וטהרה נאך פאר די חתונה.

מיין קשיא איז וויאזוי און פארוואס האט זיך עס געטוישט?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

די יודן וואס זענן שוין געווען אין אזא שפלות און געדעיט, אנדערש ווי 99% ערליכע יודן, אוודאי האט מען זיי נישט געשטערט און מחזק געווען זיךצו פירן בקדושה, אבער צו זאגן אז דאס איז געווען די נארם? דאס קומט מחוסר ידיעה, אפשר אין מארמאראש איז געווען א גרעסערע פראצענט אבער אויך ווייניגער ווי האלב
דא אין אמעריקע איז געווען א בחור וואס איז געפארן מיט די טרעין צו די ארבעט, און געטראפן דארט יעדן טאג א היימיש מיידעל, און די שידוך איז געווארן צווישן זיי, אבער די עלטערן האבן מסכים געווען און סאטמאר רב ז"ל איז געווען מסדר קידושין, זיי האבן אויפגעשטעלט א הערליכע שטוב
אויך איינער פון די משב׳ק ביי סאטמאר רב איז באפריינדעט געווארן מיט א מיידעל וואס פלעגט ברענגען עסן און ארויסהעלפן אין שטוב, זייענדיג א טאכטער פון איינע פון די מקורבים און זיי האבן חתונה געהאט
אבער דאס זענן אחד מני אלף, און אזוי איז געווען אינדערהיים אויך, נאריש צו זאגן אז דאס איז געווען נארמאל
בד"וו, פארוואס בין איך מער טראלל פון דיר, די מאכסט אוועק יעדן חוץ דעם אהבת ישראל, איך מאך (אויב עפעס) נאר אוועק דעם אהבת ישראל
אויך האסטו געמישט יוצרות, דא רעדט מען פון הוצאת ז"ל נישט פון דעיטן, האט דאס דער אהב"י מתיר געווען אדער אוועקגעמאכט די איסור? אדרבה איך ווער היינט א וויזניצער
קריך ארויס פון דיין באבעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

די קאנצעפט פון סיגופים Asceticism-זיך צוריקהאלטן פון תאוות עולם הזה שטאמט נישט פון די תורה און פון די אידישע רעליגיע. די אידן האבן דאס נישט פראקטצירט ביז די צייטן פון די ראשונים. נאר דאס האבן זיי אדאפטירט אין די 1200 יאהרן.

בודהא זאגט אז די עיקר פראבלעם פארוואס מענטשען אויף די וועלט זענען אומצופרידן שטאמט פון “Desires”
א מענטש האט געוויסע נאטורן וואס שטופט זיי צוטוהן געוויסע זאכן- ווי ****, רייכטום, כבוד, וכו׳ אבער אויב ארבעט ער זיך אויס זיינע תאוות און ער דארף גארנישט נאר ער לעבט אין די יעצטיגע-מאמענט, פרייליך און צופרידן, וועט ער מיט די צייט אנקומען צו “נירוואנע” און לעבן א גליקליכער לעבן.

איך פארשטיי וואס בודהא זאגט און איך בין מסכים מיט אים. אבער די גרויסע בודהיסט און פילאסאפער ארטור שאפענהואר (די ערשטע צו פארשפרייטן בודהיזם אין אייראפע, און אין די מערב וועלט) אפילו ער לויבט בודהיזם אזוי שטארק, קומט ער דאך אן צו די פשוטע מסקנא אז רוב מענטשען, אין רוב דורות וועלן קיינמאל נישט קענען דערגרייכן צו אזא הויכע מדריגה.

געוויסע חסידישע ספרים זענען פארנומען מיט סיגופים- אבער זיי רעדן וועגן יחידים “בעלי מדריגה”- מענטשען וואס לעבן אין העכערס- נישט פון “עמך אידן”
צוזאגן אז יעדער זאל לעבן אזא לעבן איז פונקט ווי זאגן אז ווער ס׳מאכט נישט קיין “גלגול שלג” איז א שייגעץ...

די היינטיגע אידישקייט האט זיך צוביסלעך מעהר און מעהר גערוקט אין די ריכטונג פון prudism גענומען פון בודהיזם און אנדערע רעליגיעס וואס **** און תאוות עוה”ז איז אפגעפרעגט. און סהאט זיך מעהר מעהר evolved ביז צו די היינטיגע אידישקייט ווי מ׳רעדט ניטאמאל צו די אייגענע שוועסטער...

יואלי ראטה מיט די אנדערע היינטיגע רבנים וואס הערן נישט אויף צוהאקן אין קאפ מיט די נושא, און רעדן פונדעם כאילו דאס איז די “יסוד פון אידשקייט” זאלן מוחל זיין און זיין ביזי מיט די תורה, נישט מיט די צוגעלייגטע זאכן! און זאל נישט פארלאנגן אז יעדער זאל זיין א רבי ר׳ אלימלך מיט רבי ר׳ זושע...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

שליחה דורך דערהויבענע איד »

יואלי ראטה איז אויב עפעס סאך מער ליבעראל ווען ס'קומט צו די נושאים, און פארשטייט זיך אדרעסערט געהעריג די נושא, אן קאנפיוזן קינדער. ער פייט די כלה טיטשער'ס וואס באקן חומרות. איך פארשטיי נישט @ברוינשטיין על מה יצא הקצף.

אויב עפעס איז די אלגעמיינע גאס וואס סאמהאי באוויזט צו אריינבאקן אזא אויסטערלישע נעגעטיוועטי אבאויט סעקסשועליטי, אן רעדן פון דעם.
מי יקום
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 20, 2017 3:49 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך מי יקום »

מהאט מיך אויסגעשפארט שבת אחים פון קאווע שטיבל!

א חוצפה פונדעם שבת אחים. ער האט געזאגט די אמת. און זיך מתחצף געוועהן פאר שמעקעדיג.

גרויסע אויפגעקלערטע חברה וואס ענק זענען- “די וועקער”

[שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]!

איך בין דא פון אנפאנג. איך האב געשטיצט דאס פלאץ. געשטיצט די וועקער. אבער איך האב איבערגעצויגן די שטריקל- געזאגט די אמת!

מיט וואס זענען ענק אנדערש ווי אייוועלט?

א גוטן פורים. איך האב געמיינט דא איז א נארמאלע פלאץ וואו ס׳הערשט פרידאם אף ספיטש!
אבער אז סאיז ליידער נישט!

נישטא קיין סיבה שבעולם פארוואס מהאט מיך אויסגעשפארט חוץ אז ענק האבן נישט וואס צו ענטפערן.

דארט ווי ס׳הערשט נישט קיין פרידאם אף ספיטש. איז נישט מיין פלאץ... איז זייטס מיר געזונט און שטארק.

שמעקעדיג וועט מעהר נישט דארפן ליידן פון מיין אמת...

מנהל קענסט אויסמעקן די תגובה אויך...

ענק טוהן זיך אליינס אפ! מאכסט א פלאץ ווי מקען נישט רעדן וואס מ׳וויל- געשריבן פשוטע אידישע היסטאריע און געפרעגט א פשוטע קשיא- א זאך וואס מהאט אייביג גערעדט און דעבאטירט אויף קאווע שטיבל. נישט קיין שום כפירה. נישט באליידיגט קיינעם! פלוז!?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי יקום, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Racism is man's gravest threat to man - the maximum of hatred for a minimum of reason

Rabbi Abraham Joshua Heschel
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

שליחה דורך שפילער »

מאכט נישט סענס ! זיי האבן דיר געלאזט א אימעיל?
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
מי יקום
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 20, 2017 3:49 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך מי יקום »

שפילער האט געשריבן:מאכט נישט סענס ! זיי האבן דיר געלאזט א אימעיל?


זיי שרייבן איך בין אויסגעשפארט.

נא נא! איך דארף נישט קאווע שטיבל פאר מיין לעבן. איך האב ליב צו שמועסן וועגן געוויסע ענינים. אבער אויב מ׳פירט זיך אויף צו מיר אזוי. בין איך נישטא.

און זייטס אלע געזונט.
Racism is man's gravest threat to man - the maximum of hatred for a minimum of reason

Rabbi Abraham Joshua Heschel
petrishke
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 8:52 pm
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך petrishke »

מי יקום האט געשריבן:
שפילער האט געשריבן:מאכט נישט סענס ! זיי האבן דיר געלאזט א אימעיל?


זיי שרייבן איך בין אויסגעשפארט.

נא נא! איך דארף נישט קאווע שטיבל פאר מיין לעבן. איך האב ליב צו שמועסן וועגן געוויסע ענינים. אבער אויב מ׳פירט זיך אויף צו מיר אזוי. בין איך נישטא.

און זייטס אלע געזונט.

ווער ביסטו מנשה לוסטיג? אדער גאר רבינו הקדוש
The greatest science, changed their minds
מי יקום
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 20, 2017 3:49 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך מי יקום »

petrishke האט געשריבן:
מי יקום האט געשריבן:
שפילער האט געשריבן:מאכט נישט סענס ! זיי האבן דיר געלאזט א אימעיל?


זיי שרייבן איך בין אויסגעשפארט.

נא נא! איך דארף נישט קאווע שטיבל פאר מיין לעבן. איך האב ליב צו שמועסן וועגן געוויסע ענינים. אבער אויב מ׳פירט זיך אויף צו מיר אזוי. בין איך נישטא.

און זייטס אלע געזונט.

ווער ביסטו מנשה לוסטיג? אדער גאר רבינו הקדוש


איך בין שבת אחים, און מי יקום איז מיין אנדערע ניק וואס גייט באלד ווערן פארשלאסן דורך די אינקוואזיציע...

Not affiliated with רביה״ק און מנשה לוסטיג.
Racism is man's gravest threat to man - the maximum of hatred for a minimum of reason

Rabbi Abraham Joshua Heschel
מי יקום
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 20, 2017 3:49 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך מי יקום »

איך בעט איבער שמעקעדיג ברבים. ווייל ער האט מסתם גארנישט געהאט צוטוהן מיט דעם.

עניוועי. מיין צייט איז געקומען. מהאט מיך שוין אפילו ארויסגעווארפן פון די ליבעראלע קאווע שטיבל :)

אפילו די היינטיגע וויזניץ ווארפט מען מיך נישט ארויס. פארקערט רבי ישראל פון בני ברק רופט מיך כמעט יעדע מאל ער קומט קיין ניו יארק. (און נישט נאר מיר מיט וועמען ער האט געהאט א פערזענליכער שייכות פאר 35 יאהר, נאר יעדער וואס איז געווארן אויפגעקלערט, און אביסל אוועק פון וויזניץ רופט ער) אפאר מאל האט מיך זיין זוהן הרב חיים מאיר גערופן. און לאדענט מיך איין פערזענליך איך זאל קומען. פאריגע מאל האט מיר רבי ישראלטשע געזאגט אז ער זאגט סליחות אין די קאנטרי. און ער וועט מאכן זיכער אז אויב איך קום זאל איך נישט דארפן ווארטן קיין רגע אריינצוגיין צו אים.

זיי ווייסן גאנץ גוט אז איך בין א שטיקל משכיל. נא נא! די סב”ק די אהבת ישראל האט אריינגעלאזט משכילים אויך. און געשמועסט מיט זיי פאר שעהן שיינערהייט און דעבאטירט מיט זיי.

אבער קאווע שטיבל, וואס פארקויפט זיך שוין יאהרן פאר די מערסטע ליבעראלע פלאץ אינערהאלב דעם חרדישען ציבור קען נישט האנדלען דעם אמת?

וואס פונקטליך האב איך געזאגט אז מען האט מיך אויסגעשפארט?
Racism is man's gravest threat to man - the maximum of hatred for a minimum of reason

Rabbi Abraham Joshua Heschel
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

מיסטעיק
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

איך קוק איבער די אשכול דא, און איך כאפ טאקע נישט פינקטליך פארוואס מען האט אויסגעשפארט דעם 'שבת אחים'
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
petrishke
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 8:52 pm
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך petrishke »

עצי שטים האט געשריבן:איך קוק איבער די אשכול דא, און איך כאפ טאקע נישט פינקטליך פארוואס מען האט אויסגעשפארט דעם 'שבת אחים'

פרעג דעם שליסל האלטער...
איך האב געמיינט אז שבת אחים איז גאר דער שוער - דער דאר-מען
The greatest science, changed their minds
ערבי נחל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 58
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך ערבי נחל »

עצי שטים האט געשריבן:איך קוק איבער די אשכול דא, און איך כאפ טאקע נישט פינקטליך פארוואס מען האט אויסגעשפארט דעם 'שבת אחים'

גא״מ
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

שליחה דורך שפילער »

גא"מ עפעס מאכט נישט סענס דא
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

שליחה דורך אונטער חכם »

petrishke האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:עס איז נישט דא קיין פשוט'ע תירוץ אויף דעם אויסער עבודת המדות, דער ענין איז שוין געווארן אויסגעשמועסט באריכות אין מאחורי. ודי בזה.

לא די בזה, ווייל ס'איז א פאקט אז יעדער בחור ספעציעל היינטיגע צייטן, פאלט איבער דעם ניסיון זייער אפט, אנגעהויבן פון דרייצן ביז אכצן - פינעף יאר - צו זאגן אז ער איז א מזיד נאכאנאנד?
וואס איז די פשט אויף עפעס וואס איז נישטא קיין אויסוועג?
ס'בלויז דא איין תירוץ, אז ס'מיינט בכלל נישט איינער וואס איז נישט מעגליך צו זיין חתונה געהאט - פאר סיי וועלכע סיבה.

ניין און ניינציג פראצענט מענטשן פאלן אויך דורך אין לשון הרע, אונאת דברים, ועוד ועוד, און דאס איז א גאנץ לעבן, נישט נאר ביז די חתונה.

און יענץ איז נאך געהעריג בשאט נפש, בעת וואס ביי איז עס ביי רוב בחורים נישט אזוי.
אלבערט איינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל

שליחה דורך אלבערט איינשטיין »

ערבי נחל האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:איך קוק איבער די אשכול דא, און איך כאפ טאקע נישט פינקטליך פארוואס מען האט אויסגעשפארט דעם 'שבת אחים'

גא״מ

איך פיל אז זינט טוויטער פעיסבוק האט אנגעהויבן צענזורן אן קיין שום בושה טראץ זיי זענען נאן בייעסד, האט קאווע שטיבל אנגעהויבן נאכגיין מיטן לינקע געדאנק אז דו פירסט א זייטל און איינער האלט אנדערש פונעם אדמין מעקט מען און מ'שפארט אויס....
בקיצור גא"מ.
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

גא"מ
אבער שבת איז מן הסתם געקומען.
זיי שפארען מענטשן ווי די שוואמען.
בחנם מיינט עטץ איז דא אזויפיל נייע ניקס?
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

היסטאריע: אבער די נייע ניקס. (צייל אפ) שרייבן א ביסל. און נאכדעים ווערן זיי נעלם. אדער ווערן מגולגל אין נאך א נייע ניק...!
פארשפארט