קידוש האט געשריבן:א נייע גאר שטארקע בריוו אקעגן די יודישע פייער קאמישענערסc
וואס האט איר געטאן אז דער פייער דעפארטמענט
זאל אויפהערן צו זיין א מאגנעט פאר דער או-טי-די
געמיינדע – און וועלכע קהילה ערלויבט פאר אירע
מיטגלידערס צו "סאושעלייזן" אויף א טאג-טעגליכן
פארנעם מיט די "פארוואגלטע נשמות"?
א גרויל דאס צי ליינען, מען האט זיי שוין ארויס געווארפען פון דערהיים, פון בית המדרש, פון די ישיבה, זיי טרעפן זיך איין פלאץ ווי מען עקסעפט זיי, און דאס פארגינסטו אויך נישט, וואס ווילסטו זיי זאלן טוען זיך נעמען די לעבען??
דער יחזקאל ווייס איז בכלל נישט מוחה למען כבוד השבת, ער איז פשוט א שלעכטע מענטש וואס זיכט צי פארביטערען די לעבען פון ציבראכענע יודן, און פארשטייט זיך אין נאמען פון אייבערשטען.
ווילסט טוען פארן אייבערשטען גיי זיי מחזק ציבראכענע יודן, רוף עים אויף א סעודה, זיך עים א שידוך, הייער עים פאר א ג'אב, זיך נישט אלעמאל די מצוות פון באגראבן מענטשן, מרשעים יצא רשע שטייט אין פסוק, יעדער טרעפט זיך זיינע מצוות, רשעים וועלן אלעמאל אויספיגערען וויאזוי רשעות איז א מצווה.
ר' יחזקאל, די אטד'ס זענען אראפ פון וועיג פאר א סיבה, אנשטאט אינז זאלן זיך פארעכטן און זעהן פארוואס דאס איז געשעהן, גייסטו און די רודפ'סט זיי, די כאפסט ווי פארקרימט די ביסט? די רודפסט מענטשן אויף א זינד וואס אינז זעמיר אליין שילדיג אין? סדום וואלט זיך געשעימט פאר אייך!
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein