שלוש השבועות פון כתובות

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

עצי שטים האט געשריבן:ס'איז מיר באמת א פלא, וויאזוי סאטמאר האט באוויזן דאס צו מאכן פאר די אנגענימענע מיינונג,
דאס אז עס איז שוין היינט דא אסאך פרעמדע וואס האבן א אפשיי צו גיין צו בחירות
טוט שטארק אפשפיגלען די ווערטער בהקדמת ספר ויואל משה אז ''יבוא'' עוד זמן שיפקחו
די סאטמארע רבי שרייבט אז ווען די צייט וועט קומען גייען מענטשן קוקן אויף צוריק וואס איז די דעת תורה
און דער מציאות באשטעטיגט די ווארהייט פינעם אמת וואס דארט איז פארגעגאנגען
און נאר צוליב דרוק פון אגודה פאליטישענס האט מען דאס קיינמאל נישט געהעריג דורכגעטון כדרכה של תורה
און קיין שום חיבור איז נישט ארויס צו פארטרעטן די דעת המחירים
די היינטיגע התנתקות פינעם בחירות דורך טויזענטער פרומע אידן דאס טוט קלארשטעלן די אנגענומענע מיינונג

נעם למשל גיין צו די בחירות, די רבנים המתירים:
טשיבינער רב
בעלזער רב
האמרי חיים
האמרי אמת
קלויזענבורגער רב
ר' אהרן קאטלער
החזון איש
ועוד הרבה זי''ע

און די אוסרים איז נאר סאטמאר רב ותלמידיו, און בריסקער רב
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

שליחה דורך דערהויבענע איד »

איך האלט אז די אלע פרא סאטמערע טענות ווי ווער ס'איז געוען א גרעסערע צדיק, אדער ווער ס'האט געהאט א שטופ צו זאגן וואס, איז סתם סאטמערע פראפעגאנדע. איך האב נישט קיין כוח און געדילד אויב דאס גייט מיר אריינשלעפן אין וויכיחים, אבער ס'איז קלאר אז די איינציגסטע זאך וואס מאכט אויס איז ווער האט וואס וואס געהאלטן. אלע אונגארישע דמיונות לאזט'ס אינדערויסן.

דרך אגב איז אינטערעסאנט ווי אסאך וואס ווילן זאגן אז סאטמער רב איז גערעכט קעגן יעדם איינעם, אפילו די גאר פרומע, האבן אלע אויפגעקלערטע טענות ווי די רבנים זענען געווען פארקויפט, אדער נישט געוויסט ווואס די מצב איז, ס'קומט אבער צום בעל דברי יואל, איז ב''ה דא אמונת צדיקים ואמונת חכמים אויפן העכסטן מדרגא.
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

שליחה דורך דערהויבענע איד »

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:טאש
ו


די טאהש'ער האט קיינמאל נישט געזאגט וואס ער האלט. אויב עפעס איז ער געווען אויף די אנדערע זייט נאר נישט געוואלט זיך קריגן. (בכלל מיינט סאטמער אז טאהש איז סאטמער, בזמן וואס ס'איז קלאר א אנדערע מין חסידות.)
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

petrishke האט געשריבן:סאטמארע רב האט נישט געוואוסט פון אזא זאך זיך בייגן פאר א צווייטן, און ממילא דער יחיד ווי עהם איז געווען שוקל קעגן יעדן איינעם, ווייל ער האט אפגעמאכט וואס מיינט כפירה, דאס וואס ער האלט, האלט די תורה.
דאס גאנצע כוח זיינע איז געווען איין זאך, ער איז געווען זייער הומאריסטיש און א געוואלדיגע דעמאגאג! א געשליפענעם צונגל.


דברים של טעם, מען דעבאטירט איבער שלוש שבועות און איבער נעמען פון גדולים וואס זענען זיך חולק אבער פעטרישקע קלערט אז מען רעדט בלויז פון א קריג איבער דעמאגאגיע און הומאר.

אה, כהאב פארגעסן אז ער רעדט פונעם בעל בני יואל.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

איך וויל עפעס קלאר מאכן דא, די נושא איז נישט ווער איז גערעכט, לדעתי איז עס א נערישע שאלה, און מען זאגט דערביי אלו ואלו דברי אלוקים חיים,
איך האלט קלאר אז ווען עס קומט ארויף א דערהויבענע אויסגעהארעוועטע וויזניצע אדער בעלזער איד, אויפן עולם האמת, גיבט מען אים שכר פארן פאלגן זיין רבין און טון די מצוה פון גיין צו די בחירות, און ער גייט נישט און גהינם פאר עובר זיין אויפן -יהרג ואל יעבור'דיגן- איסור
אוו דער תולדות אהרן חסיד גייט אויך נישט און גיהינם פארן ביטול מצות בחירות,
בקיצור, ס'איז פינקט ווי די גמרא זאגט דארט און יבמות, וועגן די מח' פון ב''ש און ב''ה, וואס לויט ביידע, איז לויט ווי די צווייטע פירט זיך, דא פעלער ווי זייערע קינדער זענען ממזרים, און מיט דעם אלעם לא נמנו מלהתחתן זב''ז, און ווי מ'איז מסביר דארטן, נישט אז זיי האבן חלילה עובר געווען אויף זייער רבין'ס שיטה, נאר זיי האבן געהאט געניג טראסט צווישן זיך, אז אויב איז געווען א פראבלעם ביי א שידוך פארן צווייטן צד, וואלטן זיי דאס מודיע געווען,
מען האט געהאט גענוג ברייטע קעפ צו ווייסן אז מיין רבי האלט טאקע אזוי, אבער יענעמס רבי האלט אנדערש, און יעדער איז גערעכט, און יעדער דארף זיך פירן לויט זיין וועג,

און אזוי האלטן טאקע די אנדערע קרייזן, אבער סאטמאר האלט אז ס'איז נישט גילטיג דערביי קיין אלו ואלו, און מיט אסאך תירוצים און אויסריידן, און כ'מיין אז סאטמאר רב אליין האט אויך אזוי געהאלטן, אבער דאס מיינט נישט אז ס'איז נישט אזוי,און ס'איז מעגליך אז ביי געוויסע מח' פון די ט''ז מיטן ש''ך, האט די ט''ז פאר זיך געהאלטן אז די ש''ך איז נישט גערעכט, און ס'איז אפילו נישטא דערביי קיין אלו ואלו, אבער מיט דעם אלעם איז די ש''ך יא געווען אנגענימען און הימל, און ס'יא געווען אלו ואלו דברי אלוקים חיים,

ס'איז קלאר אז אלע גאונים וואס האבן מתיר געווען, (טשיבין, בעלז, וויזניץ, גור, סטייפלער, ר' אהרן קאטלער, קלויזנבורג, לויבאוויטש, ועוד הרבה) האבן זיך נאך געקענט אזוי פארמעסטן מיט סאטמאר רב'ס צדקות און גדלות בתורה, אויב עפעס, איז דא און די אויבענדערמאנטע ליסטע, וואס זענען געווען באוויסט אלץ גרעסערע גאונים, און זיי האבן אלע געהאלטן אז על פי תורה איז עס 'נישט' קיין איסור, און זיי האבן אויך געוויסט אז סאטמאר רב האלט לאיסור, ער האט זיך געטראפן מיט ר' אהרן קאטלער, מיטן גורער רבין, און מיטן בעלזער רב, ולא נשתנו דעתם הק'

און דאס וואס איינער האט ארויפגעברענגט אז סאטמאר רב האט געזאגט אז מען האט אים נישט געלאזט אויסרעדן ביים בעלזא רב, איז נעריש,
ער איז געווען אליין מיטן רב און די צימער, חוץ שלום פויגל, און סאטמאר רב האט פיין גערעדט, און בעלזא רב איז געזעצן מיט ציגעמאכטע אויגן, און ס'האט אויסגעזען ווי ער שלאפט, אדער האט ער זיך געמאכט, אדער איז ער געפלויגן בעולמות עליונים, וויאזוי מען וויל נאר זאגן, און נאך סאטמאר רב האט געענדיגט אראפלייגן זיין קעיס, האט זיך שלום פויגל אנגעהויבן טענה'נען, און ס'איז געגאנגען בעק אין פארט, ביז ר' שלום האט געזאגט, ''אונז פאלגען וואס די רב זאגט אונז'' און דאן האט זיך די רב געעפנט די אויגן און געזאגט, ''יא, ער פאלגט מיר'' און דא האט זיך די שמועס געענדיגט,
יעדער האט געוויסט וואס סאטמאר רב האלט, נאר מען האט געוויסט אז ער איז שטארק פאר'עקשנט, און מען האט זיך נישט געזיכט צו איינרייסן, אבער מען האט געהאלטן אז ס'איז מותר,
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: שלוש השבועות פון כתובות

שליחה דורך פרנס החודש »

איך וייס נישט פ"וו די חברה דא דערמאנען נישט דאס סאטמאר רב שרייבט קלאר אין ויואל משה דאס די שלוש שבועות זענען נישט "הלכה" נאר " ענין חמור" ( עיין תשובתו למה לא כלל הרמב"ם השבועות ביד החזקה
אויך שרייבט ער דארט דאס עס איז נישט " שבועה ממש" נאר " ענין חמור".

Sent from my SM-G930V using Tapatalk
Don’t ask unless you want to hear the answer.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

נישט אז זיי האבן חלילה עובר געווען אויף זייער רבין'ס שיטה, נאר זיי האבן געהאט געניג טראסט צווישן זיך, אז אויב איז געווען א פראבלעם ביי א שידוך פארן צווייטן צד, וואלטן זיי דאס מודיע געווען,


אינטרעסאנט, היינט איז דא א סלסול אז מען נעמט נישט א משגיח אויף א זאך וואס ער זעלבסט איז נישט מקפיד. למשל איינער וואס איז נישט מקפיד אויף חלב ישראל קען נישט זיין א משגיח פאר חלב ישראל.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

שליחה דורך חתן בחור »

די גאנצע שקלא וטריא דא איז קינדעריש. די וואס זענען אויפגעוואקסן אין סאטמאר, אלע תלמידי וחסידי סאטמאר, זענען אויפגעוואקסען פון קינדווייס אן, מ׳האט זיי אריינגעפרעדיגט אין קאפ, אז ציונות איז ערגער ווי די שלוש עבירות החמורות און ס׳איז ביהרג ואל יעבור. ס׳ליגט אין א פלאץ אין זייער קאפ נאך טיעפער פון יודישקייט. ס׳איז נישט מעגליך פאר זיי צו זעהן אן אנדערען מיינונג. ציוניזם גרוילט און עקל׳ט זיי מדכדוכה של נפש. ס׳איז א שאד יעדעס ווארט. די אלע טענות איז שוין יעדער איבערגעגאנגען טויזענט מאל און ס׳פירט נישט אין ערגעץ.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

דערהויבענע איד האט געשריבן:פארוואס מיינסטו אז די רבנים האבן בכלל געוואלט ארויקומען קעגן בחירות? רוב רבנים זענען געווען אויסער זיך פאר שמחה אז אזויפיל אידן וואוינען אין אר''י, א זאך וואס מ'האט נישט געזען באלד צוויי טויזנט יאר, זינט חורבן בית שני.

אונגארישע רבנים נכדי ותלמידי הח"ס און גאליציאנע ווי די קלויזענבורגע רב, בעלזע רב און נאך זענען אלץ געווען שטארק מיט די שיטה פון זיין אפגעטיילט פון פרייע. די פון זיי וואס האבן געהייסן גיין צו בחירות אדער עכ"פ עס נישט גע'אסר'ט איז געווען פארקערט פון דאס וואס זיי האבן אייביג געטון, נאר זיי האבן פארשטאנען אז ס'איז אנדערע צייטן און לפי המצב ולפי הזמן דארף מען טוישן און נעמען אן אנדערע מהלך.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

טאמער איז בחירות אסור ווייל מען איז זיך משתתף צו איינער וואס איז עובר א ענין חמור, וויאזוי מעג מען דאווענען אין סאטמאר היינט, די רבי'ס זענען עובר אויף מחלוקת, א בפירושע עבירה אין די תורה, ולא תהיה כקורח וכעדתו?
מיילא אין באבוב, באבוב האלט אז בחירות איז מותר, אבער לויט סאטמאר, טאר מען נישט געבן געלט פאר סאטמאר, נישט זיין שמחים בשמחתן ומצערים בצרתן.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
פארשפארט