זיידי ברוינשטיין'ס מיטמאכענישן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

זיידי ברוינשטיין'ס מיטמאכענישן

שליחה דורך ברוינשטיין »

די ווענט זענען געפארבט טונקל בלוי, און ווערן פארשטעלט דורך ווייסע מאשינען וועלכע פייפן אין די קאפ מיינ'ס אנע אויפהער אזוי אז עס טוט כסדר פארשטערקערן מיין קאפ וויי. דאס קעסטל אויפ'ן וואנט אין וועלכע מען ווארפט אריין מעדעצינישע אפּפאל טראגט אויף זיך א שטרענגע סימבאל, אזאנס וואס מען טרעפט געווענליך אין צייטונגען ביים לאזן וויסן עפעס שרעקליכע נייעס איבער איראן'ס נוקלעארע פראגראם.

מיין צימער ווערט באלאכטן דורך איין לאמפ וועלכע זיצט אויף א קליינע לעהרע נאכט קעסטל, דעם לאמפ איז מיין פערזענליכע חבר צוליב דעם וואס ער איז דער איינציגער וועלכע ברענגט מיר סיי וועלכע ליכטיגקייט. עס גייט א שמעק פון סענעטייזער\אלקאהאל, דאס אינפארמירט מיך טאקע פיר און צוואנציג שעה אז איך געפין זיך אין א מושב זקנים אנשטאלט. נעבעכדיגע קרעכצן פון אלטע לייט וועלכע ליגן טיף פארכמארעט אין די דערנעבנדיגע צימערן פארשווערן נאר מיין געפיהל פון אויפגעבן, מן הסתם מיינע קרעכצן מאכט זיי אויך דערדרוקט, אבער איך קען זיי ניט העלפן.

----

איך בין ב"ה באשאנקען געווארן מיט דריי וואוילע קינדער, א טאכטער און דערנאך צוויי זין וועלכע איך ליב מיט מיין גאנצע הארץ און איך זארג מיך אויף זיי שטענדיג, איך בין מתפלל אויף זיי א יעדעס טאג אז אלעס זאל זיי גיין אין לעבן צום בעסטן, זייערע פענימער וועלכע איך האב שוין נישט געזען פאר פיר און פופציג יאר, נאכדעם וואס מען האט זיי פון מיר בארויבט צוליב דער פארשאלטענע גט פרשה (איך וועל דאס נאך איין טאג מיטטיילן מיט ענק אי"ה) ליגן מיר תמיד פאר די אויגן מיט בענקשאפט ווי כאילו איך וואלט זיי ווען היינט געגלעט. נישט זיי און נישט מיינע אייניקלעך ווילן זען מיין פנים, צוליב די נאסע ליילעך וואס מען האט יארן צוריק אויף מיר ארויפגעשלייערט.

איי, זינגט זיך ארויס פון הארץ דאס לידל וועלכע איך געדענק מיין מאמען זינגען, איך האב עס דעמאלט ניט פארשטאנען, היינט אבער האט עס גאר אן אנדערע טעם...

יעדער האט געהערט מן הסתם,
און אפשר געזען מיט די אויגן,
ווי דער ווינט טרייבט א שיף אויפן ים,
ווי זי פליט פייל אויסן בויגן,
אבער גיכער פון אים פליען געשווינד,
מיינע יונגע יארן אוועק…

-----------

אזוי ליג איך מיר עלנד אן קיינע באזוכער און אן קיין פריינד זיך אויסצושמועסן, אויף א געלעגער וואס איז אלט און אויסגענוצט, מיט בעט געוואנט וועלכע זעהן זעלטן דעם וואש מאשין.

קיין לערנער\ליינער בין איך קיינמאָל געוועזן, במילא דאס איינציגע וואס איך קען איז הערן מוזיק. געווענליך הייב איך אן מיט "חיים שלמה מאיעס טונקלקייט" וויבאלד איך שפיר מיך באמת איינזאם ווי א שטיין, דערנאך שפיל איך אויף אביסל דודו פישער אבער ווען דאס גריבלט שוין צופיל אין מיינע פיין וואונדן זיך דערמאנענדיג די געוועזענע יארן, צינד איך אן לידער פון "מאָנעסקין" פרובירנדיג צו פארגעסן מיינע ליידן, אבער נאך פינף מינוט לעש איך דאס אויס מיט א געפיל אז איך וועל שוין אין מיין לעבן נישט הערן קיינע מוזיק.

ווען איינער קוקט זיך יא אום אויף מיר, איז דאס די שחור'טע קראנקע שוועסטער (זי זעהט ליבערשט אויס ווי א פּאַפּ-סטאַר) וועלכע קומט אריין דריי מאל א טאג מיך באדינען, איך ווייס נישט אויב זי איז א וויסטע אנטיסעמיט, אדער זי האסט סתם אזוי מענטשהייט אויף א שרעקליכן פארנעם. אבער אן קיין ספק האט מען בלויז צוליב איר, באשאפן דאס ווארט מכשפה.

ווען זי פיטערט מיר עסן ( אויב מעג מען דאס רופן עסן... יא! איך גיי ארויסזאגן דעם ווארט, עס האט א טעם פון ש**!.) שטופט זי אריין דאס לעפל אין מיין מויל אזוי אז מיינע גומען זאלן ווערן צעריבן פון די אום אויסגעוואשענע לעפל. אדער האקט זי דאס אריין מיט א שנעלקייט, אז מיין צינג זאל נישט קענען אראפּלעקן דאס עסן, אדער געשעהט דאס וואס האט לעצטע וואך פאסירט, ווארום זי האט זיך פארשמעוסט אויפן סעליולער האלטנדיג דאס גאפל אין מיין מויל, ביז איך האב זיך געשטיקט און געבראכן אויף אירע הענט... זי האט זיך ניטאמאל אנטשולדיגט. טרערן...

איין מאל א טאג (נאכטמאל) ווען זי שטופט מיר אויפן רעדער-בענקל צום דיינינג רום גיבט זי נישט קיין פיפס (אדער פרובירט זי גאר) ווען מיינע פיס האקן אריין אין די ווענט שפיצן, עס איז כאילו עס וואלט קיינמאל פאסירט. אין דיינינג רום טרעף איך זיך טענה'נען מיט אלטע געגאלטע לויטע וועלכע וועפן שרעקליך, זיי ברויזן אויף מיר און גיבן מיך ווייניג סיפוק צום לעבן. א מזל אז לונגען אטעמען פון זיך אליינס, ווען נישט וואלט איך פשוט אויפגעהערט צו אטעמען פון ייאוש. (אגב האט מיר היינט אן עלטערע פרוי אנגעשפּיגן, זי האט מיר אנגעזידלט פארוואס איך לאז וואקסן מיין שנאלטס ווי היטלער, א מלחמה געליטענע נעבעך).

איך שרייב דעם ארטיקל מיט בלוט, יא, מיט עכטע בלוט וועלכע רינט פון מיין מויל, נאכדעם וואס דער מכשפה\נורס האט מיר אראפגעלאזט א פראסק אין פנים, צוליב דעם וואס איך האב נישט געוואלט נעמען מיין אנטי דעפרעסיע מעדיצין וואס א פיסכיאטער פונעם אנטשטאלט האט מיר פארשריבן. דער פיסכיאטער האט מיר אויסגעזען ווי א קראנקע שי מעיל, אבער איך האב איר\אים גארניט געפרעגט מורא האבנדיק אז זי\ער וועט זיך באליידיגן און מיר פארשרייבן נאך עטליכע אומוויכטיג פערסקריפציעס (איך לייקן נישט אז איך קען נוצן אנטי דעפרעסיע, אבער נישט דאס אומדערהערטע דאזע וואס זי\ער\הינט\הינט'קע האט מיך פארשריבן).

עס לאזט זיך שווער גלייבן אז דא האלט איך. מיין גוף איז שוין פארקנייטשט, און מיינע הענט ציטערן ווי פלאטערלעך, עס איז א פיין וואס איז נישט מעגליך זיך פארצושטעלן ווי לאנג מען איז נישט דארט, דער גרעסטע בושה וואס א מענטשן קען נאר האבן איז זיך נישט קענען זעלבסט באגיין, דאס זיך נישט קענען אליינס וואשן, נאר ווערן פארגאסן מיט וואסער דורך א קראנקע שוועסטער וועלכע מאכט דעם שאוער טעמפראטור בריעדיג איז ביטער ווי עסיג, ווען איך רעד זיך אפ אז איך האלט נישט אויס די קאכעדיגע וואסער, דרייט זי דאס אראפ מיט שפאַס צום קעלטסטע און דאן ווער איך פארפרוירן! מיין מח הייסט מיך ארויסצוטאנצן פונעם אייז קאלטע שאוער, אבער מיין אלטע גוף קען דאס נישט באווייזן, קוים וואס איך קען אויפהייבן א סידור, זאל איך מיר קאנען אנטקעגען שטעלן א ברייט געבילדעטע פרוי וועלכע קען טאן מיט מיר וואס אימער זי וויל?
זי ווייסט זייער גוט אז איך קען מיר נישט אפרעדן צום מושב זקנים אנשטאלט, וויבאלד זי האט זיכער געמאכט אז איך גיי אריין אין די ביכער אלץ איינער וואס פאנטאזירט, דאס גיבט איר די מאכט צו טאן מיט מיר וואס אימער עס פאַלט נאר איין פאר דעם בראנקס איינוואוינער.

אויש קומט מיך טרערן ווען איך דערמאן זיך פון די צייטן ווען איך פלעג אליינס קאנען טאָן מיינע באדערפענישן ביים ארויסגיין,
יעדעס טאג שפיר איך באזונדער פארשעמט און דערנידערט ווי א קינד אין וועגעלע, א ווייטאג וואס רייסט דורך מיין הארץ אהין און צוריק אן קיין שום וועג זיך צו טרייסטן, א שלעכטע שפירונג וואס בראכט מיט זיך מחשבות פון זעלבסטמארד, און פייניגט מיין געוויסן אזש דאס לעבן מיינע ווערט פאראיבלט, טייל מאל לאזט מען מיך ווארטן עטליכע שטונדן, ביז ענדליך קען איך הערן די נוירסעס וועלכע טענה'ען צווישן זיך ווער עס זאל טון די שווערע ארבעט, פון דארט און ווייטער איז נישט געמאכט ארויסצושרייבן אויף פאפיר, אבער איך קען ענק אזויפיל זאגן, עס איז פיינפול ביז גאר!...


די בראך איז דרייפאכיג, זיין א פארשעמטער איז איין צרה, זיין אן עלנדער איז נאך א פיין, זיך נישט קענען אליינס באגיין איז א דריטער מיטמאכעניש, אבער אלע דריי צוזאמען איז עפעס אומדערטרעגליך, עס לאזט מיך א פאלאזירטער אין בעטל ברענגענדיג ליידיגע טעג מיט צייט איך זאל אריינקלערן אין די שווערע לאגע אין וואס איך געפין זיך.

יעצט ווען איך שרייב דעי שורות זיץ איך אין מיין רעדער בענקל ביים פענטסטער, קוקנדיג אויף די יונגע מאסן וועלכע שטורעמען אויף די גאס, איך שפיר ווי איך וויל ארויסטאנצן פונעם רעדער בענקל, דורכברעכן די גלאז און מיטלויפן צוזאמען מיט די מאסן, אבער צום באדויערן קען איך דאס נישט טאן, נאר מיין גוף איז אראפגעבינדן.

קיינער וויל נישט אריינקלערן וויאזוי ער וועט זיך שפירן ווען דאס עלטערקייט וועט אים איבערנעמען, דאס איז די טבע פון א מענטש, אזוי האט די באשעפער אריינגעלייגט אין די בריאה, יעדער וויל פארגעסן פון די הארטע מציאות, אז איין טאג, פריער אדער שפעטער, יונגער אדער עלטער, וועט ער דארפן די גייסטישע און פיזישע הילף פון ארומיגע.

איך זעלבסט בין אויך אמאל געוועזן א יונגע בּאָק וועלכע פלעגט קוואקענען שפעט אין די נאכט אריין, לאכן פון אלטע וועלכע וועפן און זיך געלעבט אין מיין יונגע וועלטעלע.

רבותי דער טאג קומט, יא, קלער אריין אין די דאזיגע דריי ווערטער, דער טאג קומט!

סתם אז די ליינער זאלן שפירן מיין צער וואלט געווען א שיינע זאך, אבער נישט דאס איז מיין ציל און נישט דאס איז מיין ווילן, איך האף אז ענק זאלן ארויסקלויבן עטליכע וויכטיגע פונקטן.

א) קודם מוז איך באטאנען אז ביי מיר איז ווי פארשטענדליך אן אויסנאם, עס זענען פארהאן אָן א צאל באמת פיינע נורסעס וועלכע זענען שטארק איבערגעגעבן און העפליך, זיי דארף מען טאקע אויסלויבן און ארויסווייזן שעצונג, ווען דו טרעפסט אָן א נורס א.ד.ג. געדענק זיך צו באדאנקען, מעגסט גיבן א מתנה'לע, אפגערעדט ווי וויכטיג עס איז אריינצושמירן א מתן שכר בצדה…

ב) איך פארשטיי אז דו ביסט יונג און דו ביסט פארנומען בויען דיין לעבן, דאס איז אבער נישט קיין אויסרייד פון נישט גיין באזוכן די איינזאמע, אויב האסטו צייט נעם די פאר מינוט און גיי ארויף דערקוויקן זייערע הערצער, און אויב האסטו נישט קיין צייט, טראכט אריין אין זייערע שווערע לאגע און דאן וועסטו שוין טרעפן צייט.

ג) אויב דיינע עלטערן זענען שוין אנגעקומען לעת זקנה, מאך נישט דעם טעות פון זיי אריינשטעלן אין א מושב זקנים אנשטאלט.
אפגערעדט פונעם פאקט אז דו ווילסט נישט זעלבסט דארט אנקומען, לייגט זיך נישט אויפן גלייכגעוויכט אז מען זאל טאן אזא גרויזאמען אקט אנטקעגן די אייגענע עלטערן, כאטש אפילו דו קלערסט אז דו וועסט זיכער מאכן צו גיין באזוכן כסדר, דאס אריינשליידערן עלטערן אין א מושב זקנים, איז ווי זיי באדעקן מיט טייטל בלעטער און זיך אייננארן אז דאס קומט פון בייהילפיגקייט, ווען אין די זעלבע צייט לאזט מען זיי ווערן איינגעגעסן, פארגעסן און טייל מאל אנע עסן (קאוויד).

פארשטייט זיך עס זענען פארהאן אויסנאמען, א שטייגער אויב מען דארף חלילה צוקומען צו ספעציפישע מעדעצינישע געברויכן א.ד.ג.

*** .

וְאַבְרָהָם זָקֵן בָּא בַּיָּמִים וה' בֵּרַךְ אֶת אַבְרָהָם בַּכּל..
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך ווייס נישט גענוי וואס דאס דארף צו באדייטן, הגם דער מעסעדזש איז זייער קלאר, אפילו צו שארף קלאר, אויב ווילסטו.

אבער איך וואונדער מיך אויב היינט גייט נאך אן די אלע זאכן? איך מיין אז די מושב זקנימ'ס זענען שוין היינט פיל בעסער ווי אמאל, בפרט אז היינט האלט מען אן אויג אויף די זאכן, און מיט סורוועילענס ווידיאו קען מען דאס פארמיידן, ניין?

בכלל וואלט געווען א גוטע איידיע צו נוצן דעם וועל-טעב אויסטרעף אויכעט אין מושב זקנימ'ס, וואו די קינדער און די עלטערן זאלן זיך קענען זעהן און קאמיוניקירן 24/7.

פארשטייט זיך אז דאס איז נאר אויב מוז מען בלית ברירה שיקן אין מושב זקנים, ווייל למעשה נישט יעדער האט די קעפעביליטי צו האלטן די עלטערן אין די אייגענע הויז.
וירח ה' את ריח הניחוח
יודל טריקען
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 12, 2021 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

Re: זיידי ברוינשטיין'ס מיטמאכענישן

שליחה דורך יודל טריקען »

זאג נאר טייערע זיידע׳לע איז פארהאן אסאך זיידעס וואס טשילען מיט חיים שלמה מייעס און פטנאזירען פון זי/ער׳ס?
איך פאל פון צייט צו צייט אריין אין מושב זקנים איך מוטשע מיך אייביג צו טרעפען א טאפיק צו שניידען די דיקע שטילקייט,
נ.ב. ווי גייט עס דארט מ׳שיקט דורך bluetoot אדער די זיידעס האבען ראק באקס אויף די סענסע קליפ?


Sent from my iPhone using Tapatalk
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

זיסע אידל ברוינשיין,אפשר טויש מושב אויב ס'איז ממש ווי די לייגסט עס אראפ. ביסט פארכאפט?
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

קום אריבער קיין אשל אברהם, איך וועל דיר ווייזן ביי ביי צו דיין פענסטער ווען איך וועל אריבערשפאצירן קומענדיגע מאל.......
דו ביזט פיינע נייעס..! דו שרייבסט גוט, דו ביזט שוין געווען א בחור און א אינגערמאן דא אויף קאווע שטיבל, יעצט א אלטע איד, קומענדיגע מאל וועסטו ארויסשרייבן פון קבר.....
יודל טריקען
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 12, 2021 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

Re: זיידי ברוינשטיין'ס מיטמאכענישן

שליחה דורך יודל טריקען »

זיידי הערסט?? נע אוקעי איך העל שרייען העכער,
זיידי זיידי,
געדענקסט נאך די מעשה וואס האסט מיך פארציילט זייער לאנג צוריק וועגען עפעס א מענטש מיט א אלטע קאר וואס האט נישט געוואלט לייגען וועזעלין אויף זיין הענט נאר אנשטאט האט ער דיך געוואלט באלעסטיגען??
נע זיידי ס׳איז שוין זייער לאנג צוריק האסט שוין זיכער פארגעסען,
זיידי דעס געדענקסטו יא?? זייער לאנג צוריק אין צייטען פון קארנע האט דיך א דרייווער פון ארץ ישראל געוואלט פארשוועכען??
נע זיידי די געדעקסט שוין נישט, עניוועס זאל איך איינטונקען די ביסקוויט אין טיי אדער די קענסט עס בייסען??
שוין זיידי איז איינגעשלאפען, מיסעס טאטעמאמע ווילסט עם לייגען אין בעט??
גוטע נאכט זיידי סי יאָ טאָמאַראָ.


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: זיידי ברוינשטיין'ס מיטמאכענישן

שליחה דורך ברוינשטיין »

תרמב האט געשריבן:קום אריבער קיין אשל אברהם, איך וועל דיר ווייזן ביי ביי צו דיין פענסטער ווען איך וועל אריבערשפאצירן קומענדיגע מאל.......
דו ביזט פיינע נייעס..! דו שרייבסט גוט, דו ביזט שוין געווען א בחור און א אינגערמאן דא אויף קאווע שטיבל, יעצט א אלטע איד, קומענדיגע מאל וועסטו ארויסשרייבן פון קבר.....
ערשט דארף איך ענק דערציילן איבער דעם גט פרשה, נאכדעם קען איך ברענגען א גריס פון הימל.


Sent from my SM-A125F using Tapatalk
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברוינשטיין: אזוי ווי לייבל באלטראמאנצער פלעגט צו זאגן..."ויחי, וימת, ויחי, וימת... געלעבט און געשטארבן. געלעבט און געשטארבן... און וואס איז געווען אינצווישן...? אינצווישן איז געווען א גלעזל (אדער צוויי) בראנפן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

זיידי: איך געדענק דיך נאך פון אלס (שיינע) בחור. ווען דו ביסט געפארן מיט'ן אגד אויטאבוס. און דו האסט צוגעזעהן די סצענע ווי די גערער בעיבי פליעט...! דיינע אנדערע מיטמאכענישן אלס (הערליכער) בחור. וואו א יעדער, ממש א יעדער האטציך נאר געוואלט אנטשעפען אדער חנפ'ן צו דיר. און די ביסט בייגעשטאנען אלע נסיונות (וואס אפילו יוסף הצדיק האט נישט געהאט אין חלום). נאר דיינע איבערלעבענישן אלס חתן בחור. און די מיטמאכענשין אויף בעשוי האסטו אונז קיינמאל נישט מיטגעטיילט. און דיינע זיכרונות פון כולל. און שפעטער דיין ערפאלג אלס גרויסער און אנגעזעהענער סוחר (און שווינדלער). און דיינע (שפעטער'דיגע) נסיונות אלס ראש הקהל. פלוצלינג ביסטו מיר דא אויסגעוואקסן אין א נוירסינג האום. ערגעץ אויף די 56'סטע גאס אין בארא פארק. וועלכער ליידט פון די אייניקלעך פון חם פארשטעלט ווי נוירסעס. און וועלכער הערט ציוניס'טישע ניגונים פון דודו פישר, רחמנא ליצלן. איך געדענק נאך דיין לויה. ווען די ס--- רבי (56) איז געקומען דיך מספיד זיין. און דו ביסט ארויפגעקומען צום בי"ד של מעלה. און דו האסט דארט געטראפן חיים ולדר. און דו האסט דארט געזעהן בערל בעל עגלה שטייט און טענה'ט זיך מיט איהם. ניין. נישט איבער זיינע מעשים טובים אויף דעם עלמא דשיקרא. נאר איבער דעם וואס זיין אשכול (מיט זיין נאמען) האט צובראכן דעם בעל עגלה'ס קאמפיוטער. ווייל אויף איינס פון די לינקס איז געווען א וויירוס פון די (רוסישע?) העקערס...ויקץ פרעה. והנה חלום...! ...!
אלבערט איינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל

Re: זיידי ברוינשטיין'ס מיטמאכענישן

שליחה דורך אלבערט איינשטיין »

זיידי ברוינשטיין. דו באלאנגסט אין מושב זקנים.
דו ביסט געווען די אלטע נערוועזע שכן וואס האט גערופן פאליציי יעדעס מאל איך האב געהאט א ליל שישי אינדערהיים
דו האסט מיר פארעקלט ביים קראצן די פיס ביי די סטעפס פון די הייסע בור
די גרויל ווען דו האסט אויס געוואשן דיין פאלשע ציין ביי די סינק אין קאווע שטיבל.
ווען איך בין געווען א יונגע בחור׳ל האסטו מיר אייביג צוגעשיקט צום עמוד און איך בין געווען צו איידל צו אפזאגן.
ווען איך בין געווען א יונגל האב איך געציטערט צו גיין אין פאליש ביי לכה דודי ווייל דו האסט אנגעשריגן יעדע יונגל וואס האט אריבער געוואקט.
קיין לאלי האב איך נישט פון דיר באקומען פארשטייט זיך.
איך וויל נישט פארגעסן ווי יעדען שבת נאכמיטאג האט מען געווארפן א באלי אויף דיין פעסטער אן אפגעטראגן פון שטח ווייל זיידי ברוינשטיין האט געקענט ביכולת אונז הארגענן.
בקיצור זיידי ברוינשטיין. אונז וואלטן מער געוואלט הערן פון דיין זייט וויאזוי עס האט זיך געפילט אויפצווועקן שבת נאכמיטאג פון א טאבע און די קינדיר ציטערן פון דיר.
און מער אויסברייטערן פארוואס קליינווארג מאכט אייך נערוועז.
ווי אויך די געשמאקייט פון קראצן די פיס אין שוויץ
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זיידי!

איך וויל דיר אזוי שטארק ארויסנעמען פון דארטן, אבער איך געדענק נאך וואס עס האט פאסירט ווען שיינדי האט דיר פרובירט פיטערן, מיר קענען דאס נישט טון אליין.
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: זיידי ברוינשטיין'ס מיטמאכענישן

שליחה דורך ברוינשטיין »

עטץ מיינט אז עס איז פארהאן נאר איין זיידי ברוינשטיין? לא, מיט אן א', איך בין אלץ געוועזן דער באטעמטע זיידע קיינמאל נישט פארשריגן קיינעם.
איין זאך יא, ווען איך פלעג אויפהייבן מיין הענט זיך גרייטנדיג פאר א קניפ אין בעקל פלעגט דער עולם יאגן פון ס'ארט מיט גרויס פחד! יאפס מיינע קניפעס פלעגן גוט ווייטאן.

Sent from my SM-A125F using Tapatalk
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

זיידי [tag]ברוינשטיין[/tag] איך קען קוים ווארטן זאלסט ברעינגען א גריס פון קבר און צי די חיטוטי שכבי טוט וויי, וועלכע זייט האט די וואגשאל געוואויגען?
האט די רב זז"ג עס געגעיבען א שטיפ לצד זכיות אויב ס'האט אויסגעפעילט?
ביסט אין גן עדן אדער ח"ו אין ג****?
וועלכע עטרה גייען די צדיקים שיושבים בעטרותיהם בראשיהם, מיט א געפלאכטענע צי א געקנעפעלטע?
למעשה וואס האט מען גע'פסק'נט אויבן, איז חיים ולדר שילדיג צי נישט?
ביסט ציריקגעווארען שיין אזוי ווי ביסט געוועין אלץ בחור, אדער די זיצט אינטערען חופה מיט פאלשע צאן?
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: זיידי ברוינשטיין'ס מיטמאכענישן

שליחה דורך ברוינשטיין »

אויב האסטו שכל נעם ארויס א געשוואלענע אינשורענס פאליסי אויף מיך ווי אום שנעלסטנס,

Sent from my SM-A125F using Tapatalk
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קהל'ס נער: איין קליינע הערה. די עטרות וואס די צדיקים גייען בעולם הבא איז נישט די געוויינליכע עטרה. דאס איז נישט קיין קינץ. דאס האט דאך א יעדער בעל עגלה. נאר מ'מיינט די עטרות וואס די רבי'ס האבן (בעולם השפל) אין די געגנט פון ישיבת מקום קדשם...!
יודל טריקען
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 12, 2021 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

Re: זיידי ברוינשטיין'ס מיטמאכענישן

שליחה דורך יודל טריקען »

berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: איין קליינע הערה. די עטרות וואס די צדיקים גייען בעולם הבא איז נישט די געוויינליכע עטרה. דאס איז נישט קיין קינץ. דאס האט דאך א יעדער בעל עגלה. נאר מ'מיינט די עטרות וואס די רבי'ס האבן (בעולם השפל) אין די געגנט פון ישיבת מקום קדשם...!
סאיז דאך באקאנט אז די סיבה וואס מען גייט מיט׳ן עטרה אויפען קאפ איז ווייל א קרוין קומט אויפען מח, און טאקע דערפאר לייגען די רבי׳ס די עטרה אויפען…….
ברוך בענדיט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 29, 2021 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

Re: זיידי ברוינשטיין'ס מיטמאכענישן

שליחה דורך ברוך בענדיט »

מוראדיג אינטרעסאנט צו זעהן ווי אזוי א יונג בחור'ל וואס לערנט אין ארץ־ישׂראל שרייבט ווי א זיידע...
איך האב עס פעסטגעשטעלט די ביסט נאר אנליין ממש לויט די ישראלישע זמנים...
נאך אסאך זאכן ווייזן דאס אויף ווי אויסגעשמועסט אין שיינע בחור'ל...viewtopic.php?p=489815#p489815

Sent from my Pixel using Tapatalk
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברוך בענדיט: צוערשט . שלום עליכם...!

זיי נישט חושד אונזער באליבטן זיידי ברוינשטיין וואס וואוינט אין די נוירסינג האום אויף די 56'סטע גאס אין בארא פארק, אז ער איז נאך א בחור'ל. די איינציגע וואונדערליכע זאך איז אז ער איז גאר שנעלל אלט געווארן. כהרף עין. ווייל אין אנהייב איז ער טאקע נאך געווען א בחור וואס איז געפארן אויף דעם אגד אויטאבוס. אבער פלוצלינג איז זיקנה קפצה עליו. מסתמא פאר די טעמים און סיבות וואס די גמרא. און דער רמב"ם רעכענען אויס...א גוטן טאג...!
ברוך בענדיט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 29, 2021 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

Re: זיידי ברוינשטיין'ס מיטמאכענישן

שליחה דורך ברוך בענדיט »

berlbalaguleh האט געשריבן:ברוך בענדיט: צוערשט . שלום עליכם...!

זיי נישט חושד אונזער באליבטן זיידי ברוינשטיין וואס וואוינט אין די נוירסינג האום אויף די 56'סטע גאס אין בארא פארק, אז ער איז נאך א בחור'ל. די איינציגע וואונדערליכע זאך איז אז ער איז גאר שנעלל אלט געווארן. כהרף עין. ווייל אין אנהייב איז ער טאקע נאך געווען א בחור וואס איז געפארן אויף דעם אגד אויטאבוס. אבער פלוצלינג איז זיקנה קפצה עליו. מסתמא פאר די טעמים און סיבות וואס די גמרא. און דער רמב"ם רעכענען אויס...א גוטן טאג...!
איך דערמאן זיך טאקע יעצט אז די זמנים פון א בחור אין לאנד איז ממש די זעלבע ווי אמעריקע...
סא..

Sent from my Pixel using Tapatalk
קידוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 234
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 14, 2021 2:25 pm
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

שליחה דורך קידוש »

זיידי ברוינשטיין,
מיין הארץ גייט אויס פאר דיר, דיינע מיטמאכענישען זענען שרעקליכע און אימענטשליכע, נאכען מהנה זיין כלל ישראל אזויפיל יאר מיט דיינע שרייבווערק ווארפט מען דיר אריין אין א נאכגעלאזטע מושב זקנים ווי הארצלאזיגע שחורים טוישען דיינע ווינדלען,

ווי איז כלל ישראל??
פארשפארט