די נאבעלע רעגירונג ווס די Greedy קאפיטאליסטן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

די נאבעלע רעגירונג ווס די Greedy קאפיטאליסטן

שליחה דורך ליב צו וויסן »

2 פערזענליכע פאסירונגען אפגעשפילט אין די זעלבע וואך.

מעשה 1

איך באקום א בריוול פון די סטעיט רעגירונג אז צוליב געוויסע אורזאכן, בין איך זיי שולדיג נאך געלט אין אינקאם טעקס פאר די יאר 2020.

אינעם בריוול שטייט אז וויבאלד כ'האב זיי נישט געענטפערט אויפן ערשטן בריוול פון א חודש פריער (וואס כ'האב קיינמאל נישט באקומען), דארף איך אויך צאלן א פענעלטי.

איך קוק אינעם בריוו, פרוביר צו פארשטיין וואס דא קומט פאר, פארוואס בין איך זיי פלוצלונג שולדיג נאך געלט (כ'האב געפיילד מיט 10 חדשים צוריק..) אבער ס'גייט מיר נישט.. בין איך מחליט אריינצורופן.
איך זוך אויף דעם נומער, און נאכן קוועטשן מערערע קנעפלעך אנצוקומען צו א לעבעדיגע פערזאן קום איך אן צום מעסעדזש "אלע אונזערע רעפרעזענטאטן זענען פארנומען מיט אנדערע, ביטע רופט צוריק אן אנדער מאל." (!!)

זעלבסטפארשטענדליך אז אויב דערוואג איך מיר צו ווארטן מיטן באצאלן ביזן כאפן א לעבעדיגע פערזאן וועט די ביל נאר גרעסער ווערן צוליב די פענעלטיעס.

מעשה 2

איך באקום א בריוו פון Key bank אז אין אן אקאונט וואס כ'האב געהאט ביי זיי און עס פארמאכט א שטיק צייט צוריק, בין איך זיי שולדיג געבליבן א סכום געלט (היפש אן ענליכער סכום צו די טעקס ביל....).

זיי שרייבן מיר אז כ'זאל זיי ווי שנעלער אריינקאלן (נישט די ערשטע מאל וואס זיי קאנטאקטן מיר דערוועגן..).

דאס מאל האב איך זיי גערופן, געכאפט א לעבעדיגע פערזאן אין געציילטע מינוטן, גערעדט אהער און אהין, און מ'האמיר געמאכט א פשרה... אויב צאל איך יעצט, דארף איך נאר באצאלן 60 סענט אויפן דאלאר.
כך הווה, כ'האב באצאלט, און געענדיגט.


די 2 מעשיות -כאטש בלויז אנעקדאטל עווידענס- ברענגט ארויס די ענטוסיאזם פון די לימיטעד-רעגירונג קאנסערוואטיוון/ליבערטעריענס.
באניצער אוואטאר
גוצא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 1:58 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

שליחה דורך גוצא »

סך הכל דיסקרייבסטו ביוראקראטיע, די בעסטע רעגירונג אין די וועלט קען נישט אנטלויפן פון ביוראקראטיע, כמעט אוממעגליך צו פארמיידן.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

גוצא האט געשריבן:סך הכל דיסקרייבסטו ביוראקראטיע, די בעסטע רעגירונג אין די וועלט קען נישט אנטלויפן פון ביוראקראטיע, כמעט אוממעגליך צו פארמיידן.



די סיבה איז נישט עכט רעלעוואנט. וואס איז רעלעוואנט, איז די תוצאה..

סיי וועלכע פראגראם פון די רעגירונג קומט מיט א יסודות'דיגע פראבלעם.
נישט פארהאן קיין Accountability!!

די סיבה?
1) נישט פארהאן קיין קאמפעטישן (קארפארעישאנס דארפן זיין "בעסער" פונעם קאמפאטישן, ביי די רעגירונג עקזיסטירט נישט אזא מושג.. זיי זוכן נישט נייע קאסטומערס דארפן זיי נישט צופרידן שטעלן די אלטע..).
2) זיי האבן די מאכט צו צווינגען (די רגע וואס א זאך ווערט א געזעץ, דארפן זיי מער גארנישט "זיך צושטעלן צום קאסטומער", אויב פאלגט מען נישט גייט מען אין Jail..).
פארשפארט