זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:נגינה איז איין זאך און שרייבווערק איז א צווייטע זאך. כל שכן וואלדערס ווערק וועלכע זענען געווען טיף אידעאלאגיש, סאיז ווי גיין הערן שובבים תורה פון א פעדאפיל.
איך בין זיכער אז די וואס זאגן שובבים תורה זענען אויך מוציא ז"ל. און דו ווייסט עס אויך. און מען הערט נאך אלץ אויס.
ניין. איך ווייס נישט צו די וואס זאגן שובבים תורה זענען אויך מוציא זרע, פינטל.
איך זאג נישט קיין שובבים תורה און איך בין נישט מוציא זרע לבטלה, סאיז דא מאנכע דא וואס שטעלן אוועק א מציאות אז הוצאת זרע לבטלה איז עפעס אן איסור וואס קייינער קען נישט ביישטיין, א גזירה שכל הציבור אינם יכולין לעמוד בו.
רעדנדיג פון מיין עקספיריענס קען איך זאגן מיט א פולן מויל אז זינט מיין חתונה האב איך קיין זרע נישט פארגאסן, סאיז דא א סברה צו זאגן אז רוב שובבים תורה זאגער האבן זיך אמאל געמוטשעט דערמיט, אבער צו זאגן אז זיי זענען זיכער מוציא זרע פינף מינוט פארן זאגן תורה איז א בלויזע מעטאד צו טרייסטן די אייגענע געוויסנביסן, מענטשן קענען נישט קוקן זייער דורכפאל אין די אויגן מאכן זיי א סאסייעטי פון דורכפאל.
פארוואס זאגסטו נישט אז די האסט נישט געטרונקען יין נסך זייט דיין חתונה? פארוואס פאלט דיר ביי אז עס איז א חידוש צו זאגן אז די ביסט נישט מוציא? דער מענטש וואס האט נישט דער נסיון אויף אזוי ווייט, און זיין יצר הרע איז קאנטראלירט (כאטש גענוג ספרים זאגן פארקערט) ווייסט געווענליך נישט אז דער כלל מוטשעט זיך אזוי דערמיט.
ואם תמצא לומר, פונקט ווי דער רב קען זאגן ביי דרשות, אז איינער וואס האט אומגעפילטערטע אינטערנעט, ווערט זיכער נכשל, קען איך זאגן דער זעלבער לגבי זיין זרע לבטלה.

סאיז נישט קיין חידוש אז מען איז נישט מוציא זרע לבטלה, דער חידוש איז שרייבנדיג אויף קאווע שטיבל ווי מאנכע טענהן אז סאיז ממש א פארגעסענער איסור. אין א נארמאלע סאסייעטי זעה איך טאקע נישט דעם חידוש.
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:דער רבי האט פארפירט בעיקר איבער די חטאת נעורים. ווי אויך מקרי לילה.
סשייצעך אז די האסט מקרי לילה, קענסטו זאגען מיט א פילע מויל אס זייט די חתונה... נישט אז איך גלייב ממש . דערמאנען אלטע עבירות ברענקט נייע עבירות, פון ווי נעמסטו אויף וועלכע סארט זל די רבי האט געוויינט, אני הקטן האלט ער האט געוויינט ווייל ער האט געוואסט וואס זיין עולם טיט במשך השבוע עטוואס מער פון דיר שאל זקניך ויאמרו לך
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
כהאב געליינט סליפקיןס ארטיקל נעכטן, קודם כל פירט דאך שוין סליפקין א מערכה קעגן רב מיזלמן נאך משנים קדמוניות, עכ״ז איז ער אליין מודה אז ער האט געהאלטן אז רב מיזלמן איז דא זייער קלאר ארויסגעקומען נאר אנדערע האבן אים מעורר געווען (אויפגעקלערט בלע״ז) אז מיט געוויסע פונקטן איז ער ראנג
לפע״ד איז זייער קריטיק נישט אין פלאץ פאר א ראש ישיבה, נו אוודאי גייט ער פארקירעווען די מוסר השכל צו תורה וקדושה וכו׳, זיי שטעלן און פארלאנגן א סטענדערט וואס איז overkill בשעת ווען ער איז זייער קלאר אריינגעקומען לגופו של ענין
חוצמזה, איז רב מיזלמן ביזדערווייל דער איינציגער וואס האט נישט פארשוינט די נערישע און געפארפולע רעספאנס פון בית הרב איידלשטיין, אנדערש ווי רב אייזמאן, רב לופיאנסקי און רב בערקאוויטש וועלכער איז אויך שארף ארויסגעקומען קעגן וואלדער אבער האט זיך באצויגן צו רב איידלשטייןס ווערטער מיט זיידענע הענטשיך, האט רב מיזלמן נישט מורא צו זאגן דעם אמת אז כבודו של הרב אידלשטיין במקומו מונח אין די פרשה און אז ער איז ראנג
די שיינקייט פון סליפקין'ס אודה ולא בוש מהלך איז טאקע דאס, צו אנערקענען אז מומחים אין טראומא און תורת הנפש זענען די וועלכע מוזן געבן די גושפנקא פאר א מהלך איידער מיר אפאלאדירן. רוב ווייטאגליכע דרשות קומט פון חסרון ידיעה. אפי' סליפקין אליין האט לכתחילה רעאגירט מיט די טעות פון עס אבזערווירן מיט א דעת בעל הבית, אן ערפארונג אין די פעלד פון טראומא. ס'פאדערט זיך א paradigm shift און דערווייל שפירט זיך די clash צווישן אלטע אינטואיציע מיט היינטיגע פארשטאנד כחיזרא בגבבא דעמרא דלאחורי נשר. איין טאג וועלן ראשי ישיבה אנערקענען אז פונקט ווי זיי האבן נישט קיין אייגענע דעת תורה אויף וויאזוי צו דיאגנאזירן און פארעכטן א קאר engine אזוי אויך האבן זיי נישט קיין מיינונג אין טראומא והמסתעף. א מעכאניק און א טעראפיסט זענען דא צו העלפן די ראשי ישיבות ווי מייזעלמאן און בלאגערס ווי סליפקין. זיי וועלן עווענטועל אנערקענען אז ס'איז נישט א פחיתות הכבוד פאר זייער פאזיציע צו ברויכן נעמען הילף ביי אן אוטו מעכאניקער אדער טראומא טעראפיסט, הגם זייער זשאב איז צו לאזן הערן מיינונגען איבער אלעמען. ס'איז אקיי צו קאנסאלטן עקספערטן.
זיכער זענען מיר באוויסטזיניג פון ווי מיר קומען און אז ס'פלעגט ערגער זיין. אבער בחדא מחתא ברויך מען, בבחינת בקשה על העתיד, וויסן ווי מיר צילן ענדגילטיג אל ראש הפסגה און beyond.
שוין אפגעזען צו סליפקיןס אודה ולא בוש מהלך איז אין אמתן א נאבעלע אקט אדער א אונטער טירל מיטל וויאזוי צו קריטיקירן זיינס א בר פלוגתא אויף א עלעגאנטן אופן, איז לעכערליך אנצונעמען אז רב מיזלמןס דרשה איז געצילט צו ערקלערן וויאזוי די נפש פון א מאלעסטער ארבעט אדער אלץ א פראוו זיך אהערצושטעלן ווי א טעראפיסט אדער א פסיכאלאג וואס פארשטייט אין תורת הנפש
פארקערט, א חלק פון זיין דרשה איז געווידמעט צו ערקלערן אז ווען סקומט צו די סארט זאכן מוז מען זיך דורכשמועסן מיט מומחים אינעם פעלד און ער ברענגט עקזעמפלס פון זיין אייגענע עקספיריענס ווי ער אליין האט זיך נישט פארלאזט אויף זיין אייגענעם חוות דעת און קאנסאלטעד פראפעשענעלס ווען סהאט אויסגעפעלט
זיין דרשה איז קלאר געווידמעט בלויז צו ערקלערן פארוואס על פי תורה און הלכה איז חיים וואלדער א פרעכער רשע מרושע, פארוואס ממוז אים פארדאמען אן קיין שום רחמנות, און פארוואס סאיז נישט שייך דא קיין מלבין פני חבירו ברבים אדער די איסור פון לשון הרע
סליפקין ברענגט בעיקר צוויי טענות קעגן די דרשה, די ערשטע טענה איז אז רב מיזלמן באציט זיך צו וואלדערס שוואכע ישיבה בעקגראונד און כאילו אז ער מיינט מיט דעם צו זאגן אז איינער וואס איז א שטארקע בן תורה איז נישט חשוד אויף די זאכן, במחילת כבודכם דאס איז קלאר נישט וואס רב מיזלמן זאגט, ער דערמאנט זיין פויגעלדיגע היסטאריע אינעם קאנטעקסט אז וואלדער איז געווען א מעסטער מאניפולעטער אין זיך אהערשטעלן אלץ א בן תורה
רב מיזלמן באציעט זיך מיט דעם צום פאקט אז מענטשן זענען שאקירט וויאזוי קען זיין אז איינער וואס איז געווען אנגענומען אלץ בעל השקפה און הוגה דעות וואס האט פארגעשטעלט די אזויגערופענע ״דעת תורה״ פון די ליטווישע וועלט זאל ווערן אזוי אפגעפרעגט פון איין מינוט צום צווייטן
זאגט הרב מיזלמן אז ער איז סך הכל געווען א צייטונג שרייבער און א בוך שרייבער וואס האט אויפגעבויעט א נעץ פון שקרים ארום זיך כדי צו פארשטארקן זיין אימעדזש, ער ברענגט ארויס אז מענטשן זאלן נישט זיין אזוי נאיוו אנצונעמען אז וויבאלד איינער שרייבט אין א צייטונג איז ער שוין א רשכבה״ג
ער דערמאנט די מעשה פונעם חפץ חיים מיטן בריסקער רב וועגן צייטונג שרייבער און אז הרב שולזינגר איז שוין יארן צוריק ארויס בחרב וחנית קעגן וואלדער און זיינע ביכער זאגענדיג אז ער איז שוואכע סחורה און איז חשוד אויפן ערגסטן
זאת ועוד, אינעם דרשה זאגט הרב מיזלמן קלאר אז סקען זיך מאכן מאלעסטערס אפילו ביי אנגעזענע מענטשן, ער דערמאנט דעם כלל פון אין אפוטרופוס לעריות און אז נישט קיין חילוק ווער דער מדובר איז און ווי גרויס ער איז דארף מען חושש זיין צו קאמפלעינטס פון וויקטעמס, ספעציעל אויב יענער טרעט אויף גדרי הלכה
די צווייטע טענה וואס סליפקין ברענגט איז אז סאיז משמע פון די דרשה אז א מענטש דארף זיך מאכן גדרים ווייל אז נישט קען מען ווערן א מאלעסטער, טענהן די קריטיקירער אז סהאט נישט קיין שייכות, אוודאי דארף זיך א מענטש דערווייטערן פון פארבאטענע רילעשאנשיפס אבער זיין א מאלעסטער איז א שורשדיגע זאך און נישט יעדער וואס פאמפעט ארום וועט ווערן לכבוד דעם א מאלעסטער
נאכאמאל, כזעה באמת נישט פון ווי זיי נעמען ארויס פון זיינע ווערטער כאילו אז ער לייגט דא אראפ א יסוד אז יעדער איינער קען ממש ווערן א מאלעסטער, ער רעדט בכלליות פונעם ענין פון גדרים וסייגים און פירט אויס אז א מענטש קען נידערן גאר טיף טאמער מלאזט זיך דערקייקלען און מנעמט זיך נישט אין די הענט אריין
דער ענין פון זיך דערווייטערן מן הכיעור איז א ריכטיגע נקודה דא און סאיז לאו דוקא א פסיכאלאגישע אפשאצונג אויף די נפשיותדיגע געשטעל פון פאטענציאלע מאלעסטערס
אינטערשטע שורה, לפע״ד איז הרב מיזלמןס דרשה די שטארקסטע ביזדערוויל, סאיז ווי א געשמאקע לופטל מיט לויטער בהירות און קלארקייט פון א הלכהדיגע פערספעקטיוו און די הערות וואס סליפקין ברענגט קומט פון חברה וואס דראפעווען זיך אויף גראדע ווענט, זיי זוכן אים צו קריטיקירן און פארלאנגען פון אים א אומבאלאנצירטע סטאנדארט אדער ווייל זיי גלייכן אים נישט פערזענליך אדער ווייל זיי זענען שטארק פראסטרעיטעד פונעם מאנגל אין קלארע שטעלונגען פון די תורה וועלט
איר האט א פראבלעם מיט זיין שפראך, אקעי, ער איז א בריסקער אייניקל און מעגליך אז זיין שארפקייט קריכט אביסל איבער די ליניע אבער כזעה בכלל נישט קיין עוולה אין זיינע אויסדרוקן דא ביי די דרשה, סהערשט ליידער אזא בלבול המוחות אין די וואלדער פרשה אז ההכרח לא יגונה און ער ציט בכלל נישט איבער דעם שטריקל דא אין מיין אפיניען, כהאלט אז מען דארף אפילו שארפער רעדן
און צו ער מיינט דעם אייבערשטען צו נישט ווייס כנישט, אבער ביי מיר איז בגדר קידוש השם, דעפיניטלי א מניעה פון חילול השם, אז פיינעלי שטעלט זיך אויף א ראש ישיבה פונעם ליטווישן חדר און איז מגדיר קלאר מיט א אמת די הלכהדיגע שטאנדפונקט בנוגע דעם רשע וואלדער ומעשיו הרעים והנוראים
היסטאריע: דו דארפסט נישט מורא האבן. במ"ל וועט זיך נישט נעמען דאס לעבן. ער האט נאך היינט (און נעכטן) גרויס כבוד אין ---- ביהמ"ד וואו די רב/רבי איז איהם שטארק מכבד...!
ס'נאר דא איין שאלה. אויב דעם רב/רבי'ס אן אייניקל, א בחור'ל וועט גיין אין די מקוה אין די זעלבע צייט וואס דער צדיק במ"ל. אויב די רבי וועט דאס צו לאזן...!
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:דער רבי האט פארפירט בעיקר איבער די חטאת נעורים. ווי אויך מקרי לילה.
סשייצעך אז די האסט מקרי לילה, קענסטו זאגען מיט א פילע מויל אס זייט די חתונה... נישט אז איך גלייב ממש . דערמאנען אלטע עבירות ברענקט נייע עבירות, פון ווי נעמסטו אויף וועלכע סארט זל די רבי האט געוויינט, אני הקטן האלט ער האט געוויינט ווייל ער האט געוואסט וואס זיין עולם טיט במשך השבוע עטוואס מער פון דיר שאל זקניך ויאמרו לך
איך בין א גאר אויפגעקלערטער יונגערמאן, אין איך האב קיינמאל, קיינמאל נישט מוציא זרע געוועהן, נישט אלץ בחור אדער יונגערמאן. איך האב שטארקע תאוות אבער אז מ'וויל קען מען, פארשטייט זיך אז די וואס היטן זיך פון ז"ל גייען אטאמאטיש זעהן מער מקרה לילה'ס/קרי.. איך בין דן לכף אז א גרויסע עולם היט זיך.
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:דער רבי האט פארפירט בעיקר איבער די חטאת נעורים. ווי אויך מקרי לילה.
סשטייצעך אז דו האסט מקרי לילה, קענסטו זאגען מיט א פילע מויל אז זייט די חתונה... נישט אז איך גלייב ממש.
דערמאנען אלטע עבירות ברענגט נייע עבירות, פון ווי נעמסטו אויף וועלכע סארט ז"ל די רבי האט געוויינט, אני הקטן האלט ער האט געוויינט ווייל ער האט געוואוסט וואס זיין עולם טוט במשך השבוע עטוואס מער פון דיר, שאל זקניך ויאמרו לך
ס'איז א שאד זיך צו טענה'ן מיט אייך, אייער וועג פון רעדן ווייזט אז אז אייער ארגומענט איז ליבערשט געהויבענע תחתונים ווי סיי וועלכע אידעלאגיע, אבער בלייבן שטיל האט אויך נישט קיין פשט.
די שובבים תורה וואס איז געווארן פארשפרייט פאריגע וואך [בשלח תשט"ז] ווערט בין הדברים דעפינירט דעם אפטייטש פון "חטא הידוע" און "פגם הברית" אין סאטמאר רב'ס דיקשאנערי.
דער רבי ברענגט צו א מעשה ווען דער אר"י הק' האט געוואלט גיבן זיין טאכטער פאר איינע פון זיינע תלמידים אבער האט צוריקגעצויגן דערנאך וואס ער האט געזען אז א נאכט בעפאר איז ער נכשל געווארן מיטן "חטא הידוע", אין די מקורות פונעם סיפור ווערט אראפגעברענגט די לשון הספר אז דער תלמיד איז "ראה קרי".
אנהייב פונעם תורה פארפירט ער אז מען זאל שטארק נזהר זיין אין שמירת המחשבה בייטאג כדי מען זאל חס ושלום נישט נכשל ווערן אין "פגם הברית" ביינאכט.