שבת אחים האט געשריבן:בן ישי האט געשריבן:ס'איז אמת אז בעלז האט נישט קיין נאנטע קשר מיט זייער רבי, זיי זעהן עם בערך איינמאל אין צוויי יאר אין אפילו דעמאלטץ גייט מען אריין אויף א קוויטל דרייסיג מענטשן אויפאמאל.
אבער טאקע דערפאר האט ער איינגעפירט אז בעלז זאל האבן אסאך בתי מדרשים אין יעדע שטאט אין יעדער ביהמ"ד האט זיין אייגענע דיין אזוי האבן זיי א נאנטע קשר מיטן דיין וואס ער איז זייער מורה דרך.
זעהסטו. אמאל האט מען געמיינט אז סאיז א מעלה אז די רבי האט נאר איין זוהן. אזוי וועט מען זיך נישט ארומקריגן. למעשה זעהט זיך אויס אז נישט. די רב קען נישט הענדלן אזויפיל טויזנטער מענטשען. בעלזא האט זיך אין די לעצטע פאר הונדערט יאהר קיינמאל נישט צוטיילט. פארדעם זענען זיי אזוי גרויס. ווען וויזניץ בלייבט ווען איין גרויסע חסידות וואלט זיך דער רבי אויך נישט געקענט קיין עצה געבן, אפילו צוטיילטערהייט זענען זיי צו גרויס. אלזא פון דא איז געדרינגן אז סאיז בעסער פאר די המון עם ״קלענערע חסידות׳ן״ ווי איידער איין גרויסע פאוערפולע חסידות ווי יעדער איז א נומבער. נישט אזוי.
ביז דערווייל זעה איך נישט, ווי פון די "חיסרון" איז ארויס אזעלכע שלעכטע פירות...
ב"ה נישטא פון וועמען זיך צו שעמען. (פון דיר אויך נישט...)