בכל מושבתיכם תאכלו מצות!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

בכל מושבתיכם תאכלו מצות!

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

אזוי אויסהערנדיג דעם ליינען פאריגע וואך פרשת בא אין ס'מעדריש, ווען דער בעל קורא האט אויסגעלאזט רביעי.. בכל מושבתיכם תאאאכלו מצות! האט דער עולם מיטגעברימט כנהוג, אבער עטוואס מער פון א געווענליכע סיום הפרשה, ס'האט געסאונדט מער ווי א האלבע כאלה ביי די הפטרה דעם ערשטן פסח, זיצענדיג אויף די הארטע כזיתים, און אויף די רינעדיגע גרעיפ דזשוס מיט די זאלציגע ווארעמע אייער, מיט רויטע חרוסת. און ס'וואונדערט מיך, וואס דער עולם איז אזוי בשמחה, ווען מ'דערמאנט נאר די ווארט מצות אינמיטן דעם פראסטיגן ווינטער, די ערד איבערגעדעקט מיט א ציכטיגע ווייסער שניי, קאלטע ווינטן בוזשעווען?

נאר ווען מ'דערמאנט זיך פון יו"ט פסח און די סעזאן ארום פסח, פרילינג, ברענגט דאס אריין א פרישקייט אינעם מענטש, "פרילינג" א צייט פון פרישקייט, ליכטיגקייט, ויתרון האור מן החושך... די לענגערע טעג, לענגערע ערב שבת, לענגערע שבת נאכמיטאג, לענגערע טעג פאר די קינדער צו שפילן אינדרויסן, שיינע גרינע ביימער און געוויקסן (פאר די וואס וואוינען אינדרויסן פון שטאט), ווארעמערע טעג און נעכט. הנם, ימים המבורכים, יורה ומלקוש באבם פורחים, ווי מ'זאגט אין די יוצרות פון מוסף פרשת החודש. קינדער פרייען זיך צו די שיינע נייע קליידער, נייע שיכלעך לכבוד יו"ט, מאמעס צו פרישע ספרינג געקלינטע הייזער, טאטעס צו די פרישע אויפגערוימטע קארס, מיט די חירות'דיגן טאן ביים ליל התקדש החג.

און די רבי'ס, לאמיר נישט פארגעסן פון זיי, זיי פארנעמען דאך דעם אויבנאן פונעם פעסטיוואל, מיט זייערע שיינע ציכטיג ווייסע קיטלען מיט רייכע זילבערנע עטרות ארום די אקסלען, שיינע הויכע כמו קרוינען שטריימלעך, מיט די שענסטע זילבערנע כלים מכלים שונים ממש ווי אחשורוש מיט די כלים פון בית המקדש. די טייערסטע וויינען, מצות וואס איז אוודאי געבאקן געווארן תנור ראשון ערב פסח נאך חצות, דורך זכרים שהגיעו לכלל אנשים, מיט שתי שערות דוקא און נישט דורך סתם קטנים, שוטים, אדער נשים, און אפילו נישט דורך בית רחל מיידלעך, נאר דייקא דורך אנשים מאנ"ש ממש, וואס זענען געווען אין מקוה באותו היום.

יא, אבער נישט די חלק וואונדערט מיך, די אלע אויבנדערמאנטע זאכן אידאך פשוט צו וואס יעדע מענטש בענקט און קוקט ארויס, ספעציעל אינמיטן די קאלטע ווינטער טעג. מיך וואונדערט נאר צו וואס דער עולם ווערט אזוי עקסייטעד צו הערן די ווארט "מצות"?? דעם לחם עוני וואס איז געווארן א מצה עשירה פאר די וואס האנדלען דערמיט, די וואס רייסן ארויס אידיש געלט פון שווערע אפגעארבייטע הארעוואניע. שטעלטס ענק פאר, פערציג טאלער א פונט מצות!! נישט צוואנציג, וואס איז אויך ארויס פון גדר אנושי, ארויסצורייסן אזויפיל געלט פאר א ברויט וואס איז בסך הכל צוזאם געשטעלט פון ווייץ און וואסער, נאר דאפעלט גאר, פערציג טולער פאר איין פונט פשוט'ע מצות!! א הימל געשריי!! דאס איז ניטאמאל ראזעווע אדער ספעלט, נאר פשוט'ע מצות געמאכט פון ווייס מעהל! שוין גרינגער אויסצוהאלטן א צען דעגראד אונטער זירא אינעם פראסטיגן ווינטער ווי איידער פערציג טולער העכער זירא!

אמאל, ביז נישט לאנג צוריק, אויב איינער האט געוואלט טועם זיין פון פיינע פרישע געבאקענע מצות טיף אינמיטן ווינטער האט מען געקענט קויפן אינעם מצה בעקעריי, און ס'האט געקאסט וויפיל ס'האט געקאסט, רוב עולם האט נישט געקויפט, נאר די מיוחד שבעדרים, און אויך נאר בעידן דחדוותא ביי א שבת שבע ברכות וכדומה. נאר ווען ס'געקומען נאענט צו שלשים יום קודם החג, צו שלושים דשלושים א חודש צוויי פאר פסח האט מען דערשטיקט דעם עולם, אויף א שטילן אופן, די גבירים, האבן עס גערן באצאלט, און עס אפגענומען אויף אנאנדערן אופן, און פאר'ן ארעמאן האט מען צוגעווארפן קמחא דפסחא ער זאל זיין שטיל. דער מיטעלער קלאס האט יא געמאכט עטוואס גערודער, האט מען זיי באשיינפערליך מסביר געווען אז די מצה בעקערייען דערלייגן געלט אויף יעדן פונט מצה, נאר פשוט צוליב דעם טעם הכמוס זוכן זיי צו צופרידן שטעלן דעם עולם, און ביז ווי וואס ווען, איז אדורך פסח, די מצות מיט די קניידלעך מיט די קדם גרעיפ דזשוס איז שוין געווען צומאלן און ארויס פונעם סיסטעם, דער עולם האלט שוין ביים תנור ראשון פון די פיצא מוצאי פסח, והצרות ראשונות משתכחות, און ויהי ממחרת! ניין טאג נישט געארבייט, אפילו בי ענד עיטש איז געווען פארמאכט, אלע געלע באסעס פיקן שוין אויף אלע קינדערלעך צוריק אין חדר אריין, די טאטעס צוריק צו דער ארבייט, אפילו די רבי'ס פארן שוין ווי זיי באלאנגען נאך אזא שווערע ארבייט ווי פערפארמען פאר די צאן קדשים פאר כמעט צוויי חדשים, שוין אנגעהויבן פון שבת שקלים, ביז פורים, און די שלשים יום קודם החג מיט די שואלין ודורשין פאר די מוסדות הקדושים מיט די קמחא דפסחא'ס און נאכדעם די געהויבענע יו"ט פסח, ציילן ספירה מיט אלעס ארום. פארן זיי שוין ענדליך אפ צו זייערע וואקאציעס. און אזוי פארט ווייטער דער יאר ביז די נעקסטע רעליגיעזע אויסגאבעס קומען צו גיין אהנע רחמנות, באגלייט פריש מיט שרייענדע אידישע אותיות אויף די געפעק.

אבער היינט צוטאגס האבן די טעם הכמוס אינוועסטירערס איינגעזעהן אז ס'בכלל נישט קיין שלעכטע געשעפט צו פארלירן געלט א גאנץ יאר נאר כדי אז אידן זאלן הנאה האבן און שפירן דעם חירות'דיגן טעם אפילו אינעם קאלטן שניי'גן טבת שבט און אפילו אדר, בשעת'ן קייען אויף די פריש אפגעבאקענע קראכעדיגע טרוקענע לחם עוני/עושר. האבן זיי די חשוב'ע מזכה את הרבים אנגעהויבן צו פארקויפן די דאזיגע טעם הכמוס'דיגע טייערע ברויט אין אלע געשעפטן. אבער מיט א העפטיגן פרייז דערויף, פערציג טולער א פונט! נישט מער און נישט ווייניגער. אן א בושה! אמאל איז עס געווען עטליכע צוואנציג טולער פאר א צוויי דריי חדשים אין יאר בצינעא אין די מצה בעקערייען, אבער היינט צוטאגס זענען די מאפיאנערן ארויסגעקומען בריש גלי, די בושה איז אראפ, און איז עמטליך געווארן א חלק פונעם חרדי'שן מהלך החיים, ואין פוצה פה ומצפצף! גארנישט, שא שטיל!

און דער אמת איז, ווער זאל דען שרייען, ווער זאל פראטעסטירן, די רבי'ס?! נעה, ווילאנג ס'נישט עפעס וואס האט צו טוהן מיט פרויען אדער אינטערנעט, זענען זיי נישט בנמצא, און בכלל אינעם ווינטער זענען זיי סתם אזוי נישט צום געפינען, זיי זענען פארנומען צו טוישן זייערע הויט קאלירן פון ווייס צו טונקל ברוין זה במיאמי וזה בפאלם ספרינגס, כל אחד ואחד כפי מדרגתו. פאלט דאך די עול פון שרייען נאר אויף אונז מיטעלע קלאס, און אונז? אה, דערפאר איז פארהאן אזא זאך ווי מוסדות, און שידוכים, זעהט אויס איז אויך א חלק פונעם טעם הכמוס, אויב די מיטעלע קלאס שטעלט זיך אויף פראטעסטירן דאן קומען די בעלי הטעם הכמוס אינוועסטירערס און שיקן זייערע רעביס פארוועם זיי צאלן איין לא יחרץ געלט, און זענען מקיים דעם שמור לי ואשמור לך מיטן פולן ערנסטקייט.

און קיינער זאל מיר נישט קומען יעצט מיט די גמ' אין מס' מגילה דף כ"ז ע"ב שאלו תלמידיו את ר' זכאי במה הארכת ימים און איינע פון די זאכן וואס ער האט מקפיד געווען שטארק און לכבוד דעם מאריך ימים געווען איז געווען וויין פאר קידוש. און אויך רב הונא ווי ער האט זיך פאר'משכונ'ט זיין גארטל נאר כדי צו קענען מאכן קידוש אויף וויין, ווייל אויף יעדע אזא גמ' וועל איך צוברענגען אן אנדערע גמ' ווי חז"ל האבן זיך געזארגט אויף די וואוילזיין פון זייערע אידישע ברודערס און זיי באשיצט פון די מפקיע שערים און מייקרי השער
און אפילו צומאל שטארק מקיל געווען ביי געוויסע מצוות ביז ווי לאנג די פרייזן זענען נישט אראפגעקומען, ווי למשל די גמ' אין סוכה ל"ד ע"ב ביי די הדסים מיקל צו זיין ווי רבי טרפון עיי"ש. אדער אין פסחים דף ל'. מו"ק ועוד

והשנית, וויין פארשטייט יעדער, און ס'למעשה פון שטענדיג אן געווען א רייכע געטראנק, נישט קיין יעדע טאגיקע ערשיינונג פאר די פשוטי המון עם, שטענדיג געווען א חשוב'ע געטראנק. אבער ברויט, מילך און בכלל תבואה איז פון שטענדיג אן געווען א מאכל וואס איז געווען צוגענגליך פאר יעדן איינעם, דעם עושר מיטן ארעמאן מיט יעדעם אינדערצווישן, דער עושר האט אפשר געקענט קויפן מער ריינערע מעהל, סולת, לויט די סטאנדארטן פון אמאליגע ציייטן, און דער ארעמאן, קמח. אבער מעהל און תבואה וואס איז גענוצט געווארן אין א טאג טעגליכן אופן איז פון שטענדיג אן געווען צו באקומען גענוג ביליג אז יעדער זאל קענען האבן גרינגע צוטריט, און זעטיגן די הונגעריגע, אפילו היינט צוטאגס געבן די רעגירונגען אובאכט אז די פרייזן פון תבואה און מילכיגע פראדוקטן זאלן אייביג בלייבן ביליג און די פרייזן זאלן זיין סטאביל.

יעצט אזוי ווי מצות איז די ברויט וואס מיר אידן באנוצן זיך א גאנץ פסח און מ'קען זיך נישט ארויסדרייען דערפון, היות די מצוות מצה איז מען דערמיט מקיים, און סתם אזוי א פרישטאג מצות מיט אבוקאדו אדער פוטער איבערגעצויגן, מיט די סעודות יו"ט, איז סתם גניבה און רציחה צו בא'גנב'נען דעם עולם מיט אזאנע טייערע פרייזן. כ'מיין אז ס'שוין די העכסטע צייט צו ענדיגן דעם טעם הכמוס אינוועסטמענט, יעדע זאך האט אן עקספירעשאן דאטום, די ראטשילדס רייכטום האט זיך אויך נישט געהאלטן פאר מער ווי 200 יאר. ס'שוין ס'העכסטע צייט אז מיר פשוטי המון עם, זאלן זיך צוזאם נעמען און באיקאטירן די האנד שמורה מצות און אנהייבן נוצן מאשין מצות, ס'פונקט אזוי כשר!

מכשולות האט זיך שוין געמאכט סיי ביי האנט מצות און סיי ביי מאשין מצות. לא ניתנה תורה למלאכי השרת, מיר זענען מענטשן, פראבלעמען קענען זיך מאכן אונטער יעדן הכשר, אונטער יעדן רב און אונטער יעדע פראדוקציע, סיי ס'געמאכט דורך האנט, היימיש, מאשינען, נישט קיין נפק"מ. מאכטס ענק א פשוט'ע חשבון, פערציג טולער, קעגן 2.49 א שאכטל!

רוב משפחות ביים היימישן עולם זענען געבענטשט געווארן מיט אסאך קינדערלעך קע"ה און מצות קען אריין ציען צו קרוב צו צוויי טויזענט דאללער!!! און דאס איז אן די חומרות, ווי למשל ער"פ מצות (אויך א פלעינע פשוטע גניבה, א שמועס פאר זיך) אדער חומרות ווי למשל, רש"י ראש, אנשים וכו' וואס דאן גייען די פרייזן ארויף אהנע רחמנות, פסח מיטאמאל וויל דאך יעדער זיין הייליג. און א חוץ די מצות אויסגאבעס אינאך דא גענוג און נאך שווערע אויסגאבעס, ווי למשל קליידער, נייע כלים, וכו' אבער ברויט אליין פאר אכט טאג זאל קאסטן אין די אלפים??? א שאנדע!! נאר מיר אליינס קענען אראפנעמען די שאנדע, מיר קענען זיך גרינגער מאכן.

זאל יעדער האבן א רייכן געשמאקן פרייליכן יו"ט פסח און לעכטיגן געשמאקן תמיד. און מיר זאלן קענען מיטזינגען מיטן בעל קורא ולכל בני ישראל היה אור במושבותם, ואחרי כן יצאו ברכוש גדול.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

זייער שיינע פונקטן, שטארקע טענות און זיסע הומאר,
נוגע די טענה אז מ'בעהט אסאך געלט פאר מצות אינמיטן ווינטער, קען מען דן זיין, ווייל סתם שבת קענסטו דאך עסן חלות, אז דו ווילסט מצות, איז עס א לוקסוס וואס ער דארף עס נישט צושטעלן, אז דו ווילסט עס זאלסטו צאלן, דאונאטס אינמיטן יאר איז אויך טייערער ווי חנוכה, (איך רעד פון די פלעינע מיט די לאך אדער זשעלי).
בנוגע מאשין מצות האב איך געהערט פון א חשובע איד א אייניקל פונעם צאנזע רב זי"ע , אז ער האט גערעדט צו א מלחמה איבערלעבער, יענער האט אים פארציילט אז ער איז געווען אין די די פי קעמפס נאכן קריג פסח און דארט איז נאר געווען צו באקומען מאשין מצות האט ער בכלל נישט געגעסן קיין מצות פסח, אפילו נישט די כזיתים, יעצט האט ער חרטה, ווייל זיינע קינדער האבן אים געזאגט אז אלעס פיין וואויל אז מ'וויל נישט עסן קיין מאשין מצות ווען סאיז דא געהעריגע מצות אבער אז סאיז נישט דא איז מען נישט מבטל די מצוות עשה פון עסן די כזיתים ביים סדר, דער צאנזער אייניקל האטט געטענה'ט אז ער וואלט אויך אזוי געטון, צאנז'ע רב האט דאך געזאגט אז סאיז חמץ, וויאזוי איז שייך צו עסן חמץ אין פסח?!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום תרמב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

איך קען נישט די קאסטן פון באקן האנט מצות, אבער סברא זאגט אז אויב וואלט מען עס געקענט פראדוצירן פאר פיל ביליגער וואלטן זיך געיאוועט קאמפעטיטארס...

(די חלק פון Labor קאסטן -וואס איך בין גראדע היפש באקאנט מיט- איז זייער שטארק ארויף אין די לעצטערע יארן אין די אלגעמיינע גאס בכלליות, און אין די היימישע מארקעט בפרטיות)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליעב צו וויסן: נאר אויב דו וועסט אריינרעכענען די וואקאציעס וואס דער בעל המצות (מאפיה, תרתי משמע.) נעמט. און די אנדערע עקספענסעס ווי א נייע קיטשען פאר זיין רביצין. דאמאלס וועסטו אנקומען צו 40 דאללער פאר א פונט מצות. און דו וועסט נאך האבן א שטיקל דעפיציט אויך.

דערווייל זעהען מיר אז די מענטשן וועלכע זענען זיך מתעסק אין באקן און פארקויפן האנד מצות זענען (ב"ה) נישט קיין ארימעלייט...! ענדערש די קאסטומערס/קאנסומערס.
צעיר בישראל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך צעיר בישראל »

דאכצעך אז וויזניצע רבי ז"ל האט געזאגט אז אינדערהיים האט מען פאר קינדער געגעבן מאשין מצות, כ'געדענק נישט ביז וועלכע עידזש.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

עדה החרדית (תחת נשיאות רבוה"ק מ'סאטמאר זי"ע) געבט אפיציעל א הכשר אויף מאשין מצות
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
עדיאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 593 מאל

שליחה דורך עדיאל »

פונקט אויפן שבכל הלילות מצות קלאגסטו? ס'איז לגמרי נישט קיין נויטיגע פראדוקט.
איבערן פסח דארף מען טאקע זיך קלייבערן. ס'דא משמחי לב וואס געט פאר ביליגער און זיי בעטן נישט קיין טעקס רעטוירנס. וואס איז שייך מיטל קלאס, אז ס'קומט אן שווער איז דאס דאך טאקע געמאכט פאר דיר.
כ'האף אז די ארבייטער פארדינען פון די ארויפגעשרויפטע פרייזן. ס'איז עבודת הפרך. גיי וועלגער איין טאג און פרעג דיינע מוסקלען אויף צומארגנס.
אבער שרייען גיי עסן מאשין מצות איז, במחילה, גע'גאז-ליכטעט. אנטשולדיגט, איר פארשטייט גאנץ פיין די מנהג פון האנט מצות איז אזוי נשתרש אז ס'איז ווי זאגן לך עבוד ע"ז.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:

זייער הנאה געהאט פון דיין ארטיקל, אבער די מסקנה אז מ'זאל מאשין מצות איז איבערגעטריבן. ענדערש דארפן די רבי'ס און עסקנים - א. ג. פארזארגער פון כלל ישראל זעהן ס'זאל דיין אוועילעבל ביליגע האנט מצות. יעדעס יאר טיט מען זיך אויף מיט פרישע חומרות וואס מ'האט איינגעפירט. ווער האט זיי דאס געבעטן? לאז וויאזוי ס'געווען און העכסטענס מאך אן עקסטרע ראן פאר די וואס ליידן אויף די נערווען.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

berlbalaguleh האט געשריבן:ליעב צו וויסן: נאר אויב דו וועסט אריינרעכענען די וואקאציעס וואס דער בעל המצות (מאפיה, תרתי משמע.) נעמט. און די אנדערע עקספענסעס ווי א נייע קיטשען פאר זיין רביצין. דאמאלס וועסטו אנקומען צו 40 דאללער פאר א פונט מצות. און דו וועסט נאך האבן א שטיקל דעפיציט אויך.

דערווייל זעהען מיר אז די מענטשן וועלכע זענען זיך מתעסק אין באקן און פארקויפן האנד מצות זענען (ב"ה) נישט קיין ארימעלייט...! ענדערש די קאסטומערס/קאנסומערס.


אויב ס'איז אמת, דאן עפן דיר אויך אויף א מצה בעקעריי...

ר'בערל, א נייע קיטשען פאר די רביצין קען אסאך צוהעלפען, בפרט אויף די עלטער :lol:
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

פאר די אלע וואס רעדן זיך דא אפ וועגן די שווערע ארבייט וואס גייט אריין אינעם פראדוצירן די מצות און דערפאר מעג מען רייסן די הויט, מיט פרייזן וואס אפילו מיט די היינטיגע אינפלאציע קען מען עס נישט פארענטפערן, זאלן מוחל זיין און געדענקען אז בינגא ברענגט אריין האנט מצות פון ארץ ישראל מיט א גוטן הכשר, און כ'בין זיכער אז אין יענע מצות גייט אריין פונקט די זעלבע שווערע ארבייט, און מיט דעם אלעמען זענען יענע פרייזן א פערטל פון די היגע פרייזן, דאכט זיך אכט ביז צען טולער א פונט! און געדענקטס עס קאסט געלט צו אימפארטירן די מצות אויכעט. און די געשעפטן לייגן נאך צו רווחים אויך.

און די וואס זאגן אז מתיר זיין מאשין מצות איז איבערגעטריבן, לאמיר אונז בעלי בתים אביסל אדורך בלעטערן אונזער שטויביגע ש''ס וואס ליגט עלנד ווי אן אלמנה אונטער די זויבערע גלאז פון די שיינע שאפע. ווי געשריבן שוין אינעם ארטיקל, טרעפט מען אין חז"ל אויף מערערע פלעצער ווי אונזערע חכמים ז"ל האבן ליטערעלי באיקאטירט די מנהגים, הלכה, ווען מ'האט געהאט צו טוהן מיט מייקרי השער אדער הפקעת שערים, אדער נאר אפילו פאר א חשש אז די פרייזן וועלן שטארק ארויפגיין!


נאר עטליכע מ"מ:

ר''ג האט מבטל געווען א מנהג, און מען רעדט פון א מנהג קבורה וואס מען טוישט נישט אזוי שנעל. אפגערעדט וואס דער וואס קען אביסל היסטאריע פון ר''ג אלס נשיא ווייסט אז ער האט זיך געהאלטן זייער בכבוד'יג און ער האט עס פארלאנגט מיט א שטרענגקייט און ער האט נישט געשוינט די גרעסטע ת''ח בדורו ווען עס איז געקומען צו זיין כבוד, פונדעסטוועגן איז ער געווען גרייט זיך מבזה צו זיין, נאך ביים לעצטן כבוד אויף די וועלט פאר זיין קבורה.

מועד קטן כ"ז
בראשונה היתה הוצאת המת קשה לקרוביו יותר ממיתתו עד שהיו קרוביו מניחין אותו ובורחין, עד שבא רבן גמליאל "ונהג קלות ראש בעצמו" ויצא בכלי פשתן ונהגו העם אחריו לצאת בכלי פשתן.



אין מסכת סוכה, וואס רוב פון אונז האבן געלערנט אין די אינגע יארן, איז דא א מחלוקת וויפיל הדסים דארפן זיין גאנץ. פארציילט די גמרא אז שמואל האט געסטראשעט די הדסים פארקויפערס אז מען זאל אראפברענגען די פרייז פון די כשר'ע גאנצע הדסים ווייל אויב נישט גיי איך פסק'ענען ווי ר' טרפון אז מען דארף נישט די כשר'ע, עס איז גוט אויב עס איז נקטם. פארציילט די גמרא אז נישט נאר ער האט געסטראשעט, נאר ער האט טאקע אזוי געטוהן למעשה און ער האט גע'פסק'נט ווי ר' טרפון.

סוכה ל"ד
אמר רב יהודה אמר שמואל הלכה כרבי טרפון, ואזדא שמואל לטעמיה דאמר להו שמואל להנהו דמזבני אסא אשוו וזבינו "ואי לא דרישנא לכו כרבי טרפון".



לאמיר ארויסנעמען נאך א באנד גמרא וואס אסאך פון אונז האבן געלערנט, א פסחים גמרא פרק כל שעה. עס איז דא דארט א מחלוקת וועגן חמצ'דיגע בליעות צווישן רב, שמואל, און רב יוחנן. רב האלט אז די טעפ וואס איז געמאכט פון חרס דארף מען צוברעכן פאר פסח און קויפן נייע טעפ, ווייל די בליעות בלייבן דארט און עס איז חמץ שעבר עליו את הפסח. שמואל קריגט זיך און זאגט אז אום יו"ט פסח טאר מען עס נישט נוצן אבער מען מעג עס נוצן נאך פסח. און רב יוחנן האלט אז מען מעג אום יו"ט זעלבסט אויכעט עס נוצן. פארציילט די גמרא אז שמואל איז אנגעקומען צו די שטאט ווי רב האט געוואוינט, וואס באתריה דרב איז די הלכה ווי רב, און ער האט אנגעזאגט פאר די טעפ פארקויפערס אז ענק זאלן נישט ארויפרוקן די פרייז ווייל אויב יא וועל איך פסק'ענען אז מען דארף נישט קויפן קיין נייע טעפ, נאר מען קען נוצן נאך פסח די אלטע טעפ! און דא רעדט מען פון חמץ וואס מען איז מחמיר מיט די גאנצע קנאק וואס עס שטייט אין הלכה אז א זאך וואס קען האבן א חשש זאל מען מחמיר זיין. זאגט אבער שמואל דאס איז ביז ווען די געלטגייציגע חברה רייטן אויף אונזער הלכה, אפילו אין די שטאט פון רב וואס מען דארף פסק'ענען ווי איהם.

פסחים ל
דאמר שמואל להנהו דמזבני כנדי אשוו זביני אכנדיכי ואי לא דרשינא לכו כרבי שמעון, ולידרוש להו דהא שמואל כרבי שמעון, סבירא ליה אתריה דרב הוה.



אין מסכת תענית זעהען מיר אז ווען אין הייליג לאנד א"י האט נישט גערעגנט האט מען גוזר געווען אויף דעם עולם אפאר טעג צו פאסטן. זאגט אבער די משנה אז מען האט געהייסן דעם עולם נישט אנפאנגען צו פאסטן דאנערשטאג, ווייל דער עולם גייט דארפן איינקויפן אסאך, סיי פאר נאכ'ן אויספאסטן און סיי פאר שבת, און אז מען וועט איינקויפן אסאך וועלן פארקויפערס מיינען אז מען עס דא א הונגער און מען וועט ארויפרוקן די פרייז. לכבוד דעם האט מען אפגעשטופט די תענית פאר די נעקסטע מאנטאג, אפילו מען האט געדארפט וויכטיג די תפלות.

תענית ט"ו
אין גוזרין תענית על הצבור בתחילה בחמישי "שלא להפקיע את השערים".


רמב"ם הלכות גניבה פרק ח' הלכה כ':

חייבין בית דין להעמיד שוטרים בכל מדינה ומדינה ובכל פלך ופלך שיהיו מחזרין על החנויות ומצדקין את המאזנים ואת המדות ופוסקין את השערים, וכל מי שנמצא עמו משקל חסר או מדה חסרה או מאזנים מקולקלין רשות יש להן להכותו כפי כחו ולקנסו כפי ראות בית דין לחזק הדבר, וכל מי שמפקיע את השער ומוכר ביוקר, מכין אותו וכופין אותו ומוכר כשער השוק.

מגן אברהם סימן רמ"ב ס"ק א':

א (פמ"ג) (מחה"ש) לכבוד השבת - ולא יפחות משני תבשילין (זוהר בראשית עמוד ק"ל), ובתיקוני שבת שיאכל בכל סעודה מג' סעודות דגים עיי"ש. ונ"ל דכל אחד לפי טבעו, כמ"ש סי' רפ"ח ס"ד, אם הערלים מייקרין השער דגים נכון לתקן שלא יקנו דגים וראי' ממשנה ספ"א דכריתות (צ"צ).


ס'זיכער פארהאן נאך מ"מ סיי אין חז"ל און סיי אין ראשונים ואחרונים. און אדרבה, אויב איינער ווייסט פון נאך מקורות זאל ביטע מוחל זיין און אפירברענגען.

דער עיקר נקודה דא איז, אז דארט ווי אונזערע חכמים האבן נאר געהאט א חשש פון די מאפיאנערן, די מייקרי השער, אז ס'קען נאר צוקומען דערצו - נישט אפילו אז ס'שוין אנגעקומען דערצו, נאר א חשש - האבן זיי תיכף ומיד גענומען די נויטיגע שריט אפצושטעלן להציל עשוקים מיד עושקיהם. און אונזערע פירערס, לא די זיי טוען גארנישט, נאר זיי זענען גאר מחזק ידי עוברי עבירה מיט'ן געבן הכשרים און הסכמות פאר די גניבות וגזילות, און מיר פשוטי המון עם, אויב חלומ'ען מיר נאר פון נעמען סיי וואספארא שריט צו שפארן אונזער אויסגעהארעוועטע געלטער, ווי למשל קויפן ביליגע מצות, אפילו האנד מצות, צום ביישפיל די צווייטע יאר וואס בינגא האט געברענגט ביליגע האנד מצות פון ארץ ישראל מיט א גוטן הכשר, האבן די באנדיטן ארויסגעלאזט א שם אז בעצם זענען די מצות "מאשין מצות", איי ס'נישט אמת, שוין גיי פארענטפער דיך, אדער שריי העכער פון די מאפיאנערן, ס'געווען פונקט גענוג אפצושטעלן דאס פארקויפן די ביליגע מצות.
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

שליחה דורך דערהויבענע איד »

העניך האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:פאר די אלע וואס רעדן זיך דא אפ וועגן די שווערע ארבייט וואס גייט אריין אינעם פראדוצירן די מצות און דערפאר מעג מען רייסן די הויט, מיט פרייזן וואס אפילו מיט די היינטיגע אינפלאציע קען מען עס נישט פארענטפערן, זאלן מוחל זיין און געדענקען אז בינגא ברענגט אריין האנט מצות פון ארץ ישראל מיט א גוטן הכשר, און כ'בין זיכער אז אין יענע מצות גייט אריין פונקט די זעלבע שווערע ארבייט, און מיט דעם אלעמען זענען יענע פרייזן א פערטל פון די היגע פרייזן, דאכט זיך אכט ביז צען טולער א פונט! און געדענקטס עס קאסט געלט צו אימפארטירן די מצות אויכעט. און די געשעפטן לייגן נאך צו רווחים אויך.

אבער די קושיא שרייט פארוואס עולם גולם קויפט נישט ביי בינגא נאר דווקא ביי די מייקרי השער!


שפעטער איז דא די גרעסערע צדיקים וואס שרייען אז בינגאוי נעמט אוועק פון אידן פרנסה.

נאך א מדרגה העכער אין פרעזערווען סיסטמינו הקדושה.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הערליך, גאלדענע! עס גיסט זיך דא לומדות, מען דארף מאכן א דיסקלעימער נישט צו לייענען אין א מקום מזוהם און זיכער מאכן צו זאגן ברכת תורה בעפאר....

אז דו שרייבסט וועגן דעם פראבלעם אז די מנהיגים קערן נישט איבער די מייקרי שער, איז מיר אינטרעסאנט וואס דו זאגסט צו דעם וואס מהר"א מסאטמאר האט געטון לגבי קויפן הייזער אין קרית יואל בשעת עס איז אזוי טייער. איך וויל נישט פארדרייען די שמועס פון מצות, און זיכער נישט צו פאליטיק, אבער א שטיקל שאלה אויף דיין כלל איז עס, ניין?
וירח ה' את ריח הניחוח
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

דערהויבענע איד האט געשריבן:שפעטער איז דא די גרעסערע צדיקים וואס שרייען אז בינגאו נעמט אוועק פון אידן פרנסה.

נאך א מדרגה העכער אין פרעזערווען סיסטמינו הקדושה.

נישט צו פארפארן פונעם שמועס, נישט בינגא איז די נקודה דא, נאר צו געברענגט אלץ א משל.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

שמעקעדיג האט געשריבן:הערליך, גאלדענע! עס גיסט זיך דא לומדות, מען דארף מאכן א דיסקלעימער נישט צו לייענען אין א מקום מזוהם און זיכער מאכן צו זאגן ברכת תורה בעפאר....

אז דו שרייבסט וועגן דעם פראבלעם אז די מנהיגים קערן נישט איבער די מייקרי שער, איז מיר אינטרעסאנט וואס דו זאגסט צו דעם וואס מהר"א מסאטמאר האט געטון לגבי קויפן הייזער אין קרית יואל בשעת עס איז אזוי טייער. איך וויל נישט פארדרייען די שמועס פון מצות, און זיכער נישט צו פאליטיק, אבער א שטיקל שאלה אויף דיין כלל איז עס, ניין?

ייש"כ.

כ'בין נישט באקאנט מיט די קרית יואל'ר הייזער, און מיט זייער רב, אפשר ברייטערסטו אויס דעם ענין?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זייער גערן, בקיצור נמרץ - די פרייזן פון די קרית יואל'ע הייזער זענען לעצטנס געשטיגן שרעקליך הויך, צוליב די מאנגל (סופליי & דימענד), עס איז כמעט געווארן א צווייטע וויליאמסבורג (פאר מער אינפא קענסטו לייענען אויף אייוועלט...),

דעם פארגאנגענעם כ"א כסלו, ווען די רבי'ס געבן די סטעיט אוו די יוניאן דרשה, האט מהר"א אויפגעפאדערט זיינע חסידים אז מען זאל נישט קויפן קיין דירות פאר עטליכע חדשים ביז די פרייז וועט אראפקומען.

איך ווייס מען קען מחלק זיין, פון די מצות מאכן די רבי'ס/מוסדות געלט משא"כ ביי דירות, וכדו', אבער למעשה האסטו א מעשה רב, א רבי וואס האט אינזין געהאט אונטערצוהאקן די מייקרי שער און זיך אננעמען פאר די פארפלאגטע איינוואוינער פון שטעטל.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויך א רבי וואס האט זיך געזארגט אז די גלילות זאלן זיך נישט בויען.
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

שליחה דורך תנחום »

העניך האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:פאר די אלע וואס רעדן זיך דא אפ וועגן די שווערע ארבייט וואס גייט אריין אינעם פראדוצירן די מצות און דערפאר מעג מען רייסן די הויט, מיט פרייזן וואס אפילו מיט די היינטיגע אינפלאציע קען מען עס נישט פארענטפערן, זאלן מוחל זיין און געדענקען אז בינגא ברענגט אריין האנט מצות פון ארץ ישראל מיט א גוטן הכשר, און כ'בין זיכער אז אין יענע מצות גייט אריין פונקט די זעלבע שווערע ארבייט, און מיט דעם אלעמען זענען יענע פרייזן א פערטל פון די היגע פרייזן, דאכט זיך אכט ביז צען טולער א פונט! און געדענקטס עס קאסט געלט צו אימפארטירן די מצות אויכעט. און די געשעפטן לייגן נאך צו רווחים אויך.

אבער די קושיא שרייט פארוואס עולם גולם קויפט נישט ביי בינגא נאר דווקא ביי די מייקרי השער!


איך צאלן פולע פרייז ביי בראדוועי פשוט ווייל כ'קען נישט עסן עפעס אנדערש. הלוואי זאל איינער ברעכן די קאוד...
לא באתי לנצח (שולי)
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: בכל מושבתיכם תאכלו מצות!

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

תנחום האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:פאר די אלע וואס רעדן זיך דא אפ וועגן די שווערע ארבייט וואס גייט אריין אינעם פראדוצירן די מצות און דערפאר מעג מען רייסן די הויט, מיט פרייזן וואס אפילו מיט די היינטיגע אינפלאציע קען מען עס נישט פארענטפערן, זאלן מוחל זיין און געדענקען אז בינגא ברענגט אריין האנט מצות פון ארץ ישראל מיט א גוטן הכשר, און כ'בין זיכער אז אין יענע מצות גייט אריין פונקט די זעלבע שווערע ארבייט, און מיט דעם אלעמען זענען יענע פרייזן א פערטל פון די היגע פרייזן, דאכט זיך אכט ביז צען טולער א פונט! און געדענקטס עס קאסט געלט צו אימפארטירן די מצות אויכעט. און די געשעפטן לייגן נאך צו רווחים אויך.

אבער די קושיא שרייט פארוואס עולם גולם קויפט נישט ביי בינגא נאר דווקא ביי די מייקרי השער!


איך צאלן פולע פרייז ביי בראדוועי פשוט ווייל כ'קען נישט עסן עפעס אנדערש. הלוואי זאל איינער ברעכן די קאוד...
כ'האב אויך אזוי געמיינט. דו דערמאנסט מיך פון קדם גרעיפ דזשוס, זיי טיילן אונז איין וועלעכע גרעיפ דזשוס האט די בעסטע טעם. א טעם קען מען אייביג דיוועלאפן, ספעציעל ווען נאך אכט טאג פסח שפירט מען שוין מער נישט דעם זיסן טעם פון בראדוועי אבער יא דעם ציפעדיגן טעם אין די טאשן

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

שליחה דורך ברוינשטיין »

איך מיין אז אויב מען באקט גוט איבער די מצות האט עס אלץ א פיינע קריספי רייכע טעם, נישט קיין חילוק פון וועלכע בעקעריי, עס קען אפילו זיין די גראבע ערב פסח מצות..
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברוינשטיין: אבער אזוי ווי דער גאלדענער אדלער זאגט. לאנג נאכדעים וואס דער טעם פון די מצות וועט אוועקגיין וועט נאך בלייבן דער ציפעדיגער טעם פון די געפעפער'טע פרייזן...!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

berlbalaguleh האט געשריבן:ברוינשטיין: אבער אזוי ווי דער גאלדענער אדלער זאגט. לאנג נאכדעים וואס דער טעם פון די מצות וועט אוועקגיין וועט נאך בלייבן דער ציפעדיגער טעם פון די געפעפער'טע פרייזן...!


נעווער מיינד, קריספי אנגעוואראמטע מצות איז עכט גוט.
איינער ספענד אויף טייער וויין און פלייש, און ס'ציפט עם גארנישט מוצאי יום טוב אפי' אז די פרייז בארעכטיגט נישט די טעם, א צווייטער ספענד אויף פיינע מצות אפי' די פרייז בארעכטיגט נישט די טעם. אבער פארפאלן, פאר א הנאה מועטת איז מצה דעלישעס.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ברוינשטיין האט געשריבן:איך מיין אז אויב מען באקט גוט איבער די מצות האט עס אלץ א פיינע קריספי רייכע טעם, נישט קיין חילוק פון וועלכע בעקעריי, עס קען אפילו זיין די גראבע ערב פסח מצות
..


איי רעספעקטפולי דיסעגרי. עס איז אויסדרוקליך יא א חילוק פון וועלכע בעקעריי, הגם נישט יעדער איז גענוג סענסיטיוו צו שפירן דעם חילוק.
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט