א גוט שטיקל פילעזאפיע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

א גוט שטיקל פילעזאפיע

שליחה דורך ברוינשטיין »

ליבע ברידער קומט אריין אינעם האלצערנע
ביידל מאכט אייך באקוועם, טוהט אפ די ביר פלעשער פונעם אייז עמער שטויס אראפ איר דעקל און לאז די שויהם שפייען ווי כאילו ס'איז א מאדערענעם טעלער ברעכן, די רויכערער ווערן געבעטן הינטער צו צינדן זייערע לילקעס און לאזן רויעך שווימען ווי שיינע אָדלער, משולם ס'ציהט א קעלט אויב די קענסט ביטע אינטערצינדן דעם פריפעטשיק וועל איך זיין זעיר דאנקבאר, יא קענסט אויכעט אריינווארפן די קליינע העלצערלעך שכוח, ביטע נישט אריינברענגן די הינט נאר זיי ליבערשט לאזן אינעם פאָר צימער, נאך אלעם זענען רוב עולם דא אין קאווע שטיבל ארגינעל פון היימישע שטיבער און האבן טראמע פון הינט.

דער עולם מישט ליבליך אויס די קאווע מיט אייזערנע לעפלעך וואס קלאפן זיך אָן אין די ברייטע גלעזלעך און לאזן ארויס א רוהיגע סארט גערוישעלע וואס טוהט באלעסטיגן די אויער, די אלטע ווענט זענען באצירט מיט טשאטשקעלעך, א שטייגער ווי אויסגעשניצטע קונסט-ווערק פארעלטערטע גלאקן און באַמבאָ שטאנגעלעך, דער באָק-הערש וואס שטאַרצט ארויס פונעם וואנט באטראכט דער עולם ווי כאילו ער איז א לעבעדיגער, די ערד איז באדעקט מיט טונקל רויטע טעפיכער וואס זאַפּן איין די טריט פון אירע אָנטרעטער, עס גייט א גוי'שע סארט גערוך פון אפגעברענטע האלץ אין א שנייעגער ווינטער נאכט וואס לאזט די וועלט שלאפן און צווינגט אינז צו פארברענגען ווי לאנג די פאַקלען טוען פלאמען, מיינע נאכט שטיפערס זענען הונגעריג פאר א גוט שטיקל פילעזאפיע וואס וועט אפלאכן פון סיי וועלכע ערנסקייט און אויסשפרייטן א שמייכל אויף זייערע פארקנייטשטע געזיכטער, לחיים, לחיים, ( עטליכע וויסקי גלעזער האבן זיך צוזאמען געקלאפט)

---

בערל: נו, ווער גייט עס האבן אין 2024?

שמערל: וואס ווייס איך דען, די ליגסט און פאליטיק, נישט איך.

בערל: יא, אבער עפעס א שטעלע האסטו, לאמיך הערן דיין מיינונג, זייט ווען ביסטו אזא שעמעדיגער? הא?

שמערל: די ווייסט מן הסתם זוכער ווער ס'גייט עס האבן, ניין?

בערל: האלאו, האלאו, טשיל דאון! גארנישט איז נישט זוכער. זוכער איז איין זאך, אז מען שטארבט איין טאג..... הערסטע וואס איך זאג דיר? זוכער איז די טויט ! ! !

אן אלטער אויסשפרעך ס'שוין געווען מן הסתם שגור בפיו ביי לבן הארמי, פאפולער ווי ר' אילאן מאָסק'ן , אויסגעדראשן ווי צמחים וואס האבן נארוואס גענימען פּאוזע פון דעם טראדיציאנאלער קף הקלע פראגראם אינטערן פעלזן הארטע שטעיסל האמער, פערזענליך בין איך נישט אזוי זיכער אין דעם, נישט נאר בין איך נישט זיכער, נאר איך נייג מיך מער צום זייט אז... איך ווייס נישט וואס די 'אז' מיט עטליכע פּינטלעך מיינען אבער עפעס אנדערש ווי שטארבן.

איי, וועסטו הייבן דיינע אויגן ברעמען, וואס ברענגען מיט זיך עטליכע קנייטשן אויפן שטערן געוואנדן לויט דיין עלטער, איז ברידער מיינס מאכט אייך באקוועם אויף מיין וואגאן, לאמעך דיר מיטנעמען אויף דעם שיינע רייזע, איך גלייב און איך האף אז איך וועל מיך פיין קענען מסביר זיין, און ס'וועט אייך זיין א גייסטישע פארגעניגן, אגב ווער עס קען שוין דעי מעשה, זאל נישט אריין שרייען, ניין, ניין, ניין, דאס אויך נישט, מאך מיר נישט דעם אָהָאָהָהָהָ... גענוג, גענוג שוין, שששש.... שטיל! (בליקן)
פפססס, פפססס.., אברהמי,
זיי מוחל, גיי ברענג א גלעזל וואסער, שכוח.
וואָס? יא! פינעם מלמדים שטיבל, קענסט צולייגן אביסעלע לוילעך וואסער אויך.

אלזא, ערנסקייט!

שוין א לענגערע צייט וואס איך האב פייגלעך אין קאפ, אז לעבן און אלעס וואס איך זעה און שפיר, איז גארנישט מער פון אן אילאזיע,
דאס ערשטע מאל וואס אזא געדאנק האט ביי מיר אויפגעבליצט אין מוח איז געווען פאר עטליכע יאר צוריק, געגאנגען בין איך אויף א אויספלוג קיין מאנהעטן, צו אן אָרט וואס איך געדענק נישט די נאמען אויפן רגע, אבער איך גלייב אז פילע פון די ליינער וועלן גלייך וויסן פון וואָס איך רעד, די פארוויילונגס ארט איז ספעציעל באקאנט פאר זייערע ווירטואל ריאליטעט, זײער אן אינטערעסאנטע עקספיריענס
(פאר ווער עס ווייסט נישט וואס דאס איז, אונקארצן, מען טוהט דיר אן אזאנע עלעקטאראנישע ברילן, וואס געבן דיר דעם אויסקוק אז וואס די זעהסט יעצט איז אמת ויציב, די קענסט ארומדרייען דיין קאפ אויף אלע זייטן און עס שפילן זיך אויף סצענעס וואס זעהן אויס ווי ריאליטעט ממש, געווענליך וועלן אויך זיין בלאזערס, און די בענקל וועט זיך שאקלען ביינעזאם מיט די מאווי וואס שפילט זיך אפ אין דיינע ברילן. איך רעד נישט וועגן די געווענליכע "טרי די" סימילעטערס)

איך האב פון דארט ארויסשפאצירט ערשטוינט, פארוואונדערט, און באצויבערט, אן אבנארמאלע עקספיריענס, ס'האט מיר באמת געטראגן אויף א ווייטע ווייטע רייזע, איך בין צום ערשטן מאל געווארן באוויסטזוניג מיטן פאקט אז איך קען עקספיריענסן עפעס וואס איז ווייט פון ריאליטעט.

ס'איז זינט דאן אריבער אסאך צייט, און איך האב אנגעהויבן אויסברייטערן די טעמע, אז נישט נאר קען איך איבער לעבן אן אילאזיע, נאר קען גאר זיין אז איך בין יעצט אין אן אילאזיע, ס'איז אריבער נאך צייט און איך הייב אן קלערן אז נישט אפשר, נאר וויירשיינדליך בין איך אין עפעס א סארט חלום.

די חשבון גייט אזוי, אויב איר וועט גוט אריינקלערן אין א חלום וועט איר אוודאי אויפמערקן אז ( געווענליך) בשעת'ן חלום, חלום'ט איר נישט אז ס'איז א חלום, גערעכט? איר קענט זיך אין א פארוואלקענטע ווינטער נאכט חלומען ווי ס'איז אינמיטן די סאמע ברען פונעם טאג איר שפאצירט אריין אין א גארטן באצירט מיט העל גרינע גראז און פיין שמעקעדיגע רויזן וואס בעטן זיך פאר ליבע, אבער און (ווארהייט) איז יעצט א שווארצע נאכט, אייך איז נישט איינגעפאלן אינע'ם שלאפנדיגן חלום אז ס'איז א דמיון, איז היטצטערט מיין חבר זיי מיר מסביר מיט א כאָטש טיילווייזע לאגיק, פארוואס זאל איך אפקויפן די ליגנט אז די טאג טוהט טאגן? מיט וועלכע רעכט זאל איך זיך אויסדרוקן, ברור כשמש?

פאר צען שעה צירוק, ווען די הינער האבן זיך נאכנישט געווייגט צו קרייען, זיבן סעקונדעס פארן זיך ערוועקן, (לויט געוויסע פארשער, אזוי האט מיין רבי געזאגט) האב איך געוויסט אז ס'איז טאג מיט א זוכערקייט (כמעט אזוי זיכער ווי ברור כשמש) איך וועק מיך אויף, ס'איז דריי אזייגער פארטאגס, מכות חושך!

ווי איך שטיי יעצט זעה איך נאר דעם צד אז ס'איז א פאנטאזיע, ווייל איך ווייס אז איך גיי אדורך אזאנע "סטעידשעס" כסדר וואס פארנארן מיר מיט א אויסטערלישע קלוגשאפט און פארגעשריטענקייט,
אז דאס וואס איך זעה איז א פאקט האט מיר קיינער איבערצייגט, איך האב נאר אנדייטונגען אויף פארקערט זעהנדיג ווי גרינג און ווי אפט איך ווער פארנארט, ממילא קלער איך אז איצטערט בין איך אויך איינגענארט אין אן עלאזיע.

לאמיר צוגיין צום פאזע נאמער צוויי.
אויב די לעבן יעצט איז לכאורה א פאלשע, איז פשט אז אלעס וואס איר זעהט איז אויך א דמיון, פאר דיין נארישע פאנטאזיע זעהט זיך אויס אז ס'זענען דא שטעט, לענדער, טעכנעלאגיע, אויבן, אונטן, באנען, ביימער און וואלקן קראצער, איינער פון די אינטרעסאנטע זאכן אין מיין לעבעדיגע חלום איז טאקע מענטשן, זיי שטעלן מיר א פנים ווי זיי האבן געפילן, אמביציעס, ליבע, און פיינטשאפט, ווי אויך זענען זיי אלע כמעט די זעלבע ווי מיר פיזיש און גייסטיש, זיי קענען אפילו ארויסווייזן סימפאטיע מיט מיינע דורכפעלער, ועוד, יעדעס שטיק צייט ווערן מענטשעלעך אינעם דמיון פארשווינדן, מען רופט דאס טויט, געווענליך וועלן שטארבן מער די עלטערע, אבער פון צייט צו צייט שטארבן אויך יונגערע, עס קומען אויך אפיר נייע פיצעלע מענטשעלעך, זיי וואקסן גרעסער און גרעסער, די רוטין גייט אז ווי עלטער זיי זענען האבן זיי א גרעסערע שאנס ארויסציפאלן פינעם "געים".

גראדע, לאַך נישט פון מיר, איך גיי יעצט ווארפן א באמבע, אבער מאך עס נישט גלייך אוועק, איך זאג דיר עס ווייל איך ווייס אז די האסט א ברייטע קאפ, איך האף די וועסט דאס קענען דערהייבן.
אפשר?, ווער זאגט?, אז איך בלייב דא אויף אייביג?

אפשר מיט מיר וועט זיך אויך אויסשפילן דעם טויט, אזויווי ביי אסאך אינעם חלום?
נעעה, כ'מאך א ווערטל ס'איז גוט אמאל אזוי צו דמיונען.

פארוואס זאל איך שטארבן? ווייל אנדערע מענטשעלעך אין מיין לעבעדיגע חלום שטארבן? אויכעט וואָס געשעהט מיט מיר נאכדעם?
וואס? נעעע מאכט נישט קיין סענס.

למעשה גייט שוין מיין חלום אָן פאר צענדליגע יארן, איי מיין גוף ווערט עלטער און בייַ די מענטשעלעך איז דאס אן אנדייטאנג אז מען ווערט אויס, טויט. אקעי, אבער זיי זענען פאלטש, די איינציגסטער זאך וואס עקזיסטירט איז מיין באוויסטזיין, ווי אויך אינעם חלום קומען כסדר אויף פרישע טעכנעלאגיע, אפשר וועט ארויסקומען א טעכנעלאגיע וואס וועט מיר נישט לאזן שטארבן?

גראדע זעה איך א שטיקל ליכט אז דאס איז די וועג וויאזוי דער חלום וועט מיר ארויסדרייען פונעם טויט, ווייל די לעבנס ערווארטונג ווערט אלס העכער און העכער, מעדעצינישע פארשריט ווערט געמאכט א יעדעס טאג, איז זייער מעגליך אז איך וועל קיינמאל נישט קענען דערגרייכן צום ענדגולטיגן לעבנס ערווארטונג ווייל ווי עלטער איך ווער, אלס העכער שטייגט די לעבנס ערווארטונג, אבער נישט קיין חילוק עס קענען זיין נאך וועגן וויאזוי מיין חלום וועט זיך ארויסדרייען פינעם נארישע קשיא אז מן יאמר אפשר וועט געשען פאר מיר דאס זעלבע וואס עס געשעהט פאר די אנדערע מענטשעלעך אינעם אילאזיע.

כ'ווייס נישט וועגן ענק, אבער מיר ברענגט דאס בכלל נישט קיין שמחה, אפשר טאקע פארדעם האט גאט געמאכט מען זאל זיך איינרעדן אז ס'איז דא א טויט, כדי דער מענטש זאל זיך בלויז זארגן אויף די קומעדיגע צענדליגע יארן.-- האט איר שוין געלערנט היינט אביסל ר' אביגדור מילער...

זיכער איז! אז די טויט איז נישט זיכער.




Sent from my SM-A125F using Tapatalk
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

ברוינשטיין: בעט דיין טאטע זאל דיר געבן א געזינטע ציפ, אפשר וועסטו זיך ערוועקן...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

א זיסע הסברה פון דעקארט'ס באקאנטע חקירה.

אונז טרעפן מיר טאקע אז ביים קאליר "ברוין" איז גרינגער זיך עמפּיריש טועה צו זיין און שווערער צו וויסן בברירות פאר זיך אליין וכו' (עס ווענדט זיך מער אינעם קאנטעקסט וסביבה)... :D
Brown.jpg

(וידוע הבעיות ההלכתיים בצבע/בגַוַן זה לגבי מראות הדמים אי המראה היא אדום באמת...)
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברוינשטיין: איך האב נאכנישט אויספיעט אדורכצוליינען דיין גאנצן (זיסן) מאמר. אבער אין ערשטן און צווייטן פאראגראף האביך שוין גאר הארבע קושיות.

דו שילדערסט דא אן אלטע היצערנע ביידל. פאררייכערט פון די האלץ אין פריפיטשיק. דער עוךם זיצט אויף אלטע, האלב צובראכענע שטיקער האלץ וועלכע זענען אמאל געווען בענקלעך. און פונקט די קאווע גלעזער און לעפעלך זענען לוקסוריעזע. אויך די ווהיסקי גלעזער. ברנונד אינגדערהיים האט מען זיך באגענוגנט מיט בלעכענע און הילצערנע שאלן (מיין שוויגער פלעגט זאגן..."שעילעכ'לעך"...). בראנפן האמיר געטרינקען גראד פון די פלעשער.

דו וועסט נאך באלד קומען און זאגן אז מ'האט צוגעשטעלט קישעלעך אויף די בענקלעך. כדי סענסיטיווע חלק אחוריים זאלל זיך פיהלן באקוועם...!

לייבל באלטראמאנצער (ע"ה) האט נישט געהאט די אלע לוקסו ארטיקלען ביי זיך אינדערהיים. הארט נעבן אלטן בית החיים. וואו אלע לוויות זענען אריבערגעגאנגען זיין הויז...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אויך איז פארהאן אזא מין זאך ווי ..."עולם התוהו"... איך האב מיט א לאנגע צייט צוריק געליינט א מעשה אין עפעס א מעשה ביכל אז א מענטש איז געקומען אויף יענע וועלט (לאחר מאה ועשרים) און די בי"ד של מעלה האט איהם פארמשפט' צו עולם התוהו. ער האט געפיהלט ווי ער איז נאך אין דעם עולם השפל. ער האנדלט און וואנדלט. ער איז אן עושר,. ער מאכט א סאך געלט. אבער דאס אלעס איז נאר געווען עפעס א דמיון...איך געדענק שוין נישט פונקטליך די נקודה פון די (אויספאנטאזירטע) מעשה...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

berlbalaguleh האט געשריבן:אויך איז פארהאן אזא מין זאך ווי ..."עולם התוהו"... איך האב מיט א לאנגע צייט צוריק געליינט א מעשה אין עפעס א מעשה ביכל אז א מענטש איז געקומען אויף יענע וועלט (לאחר מאה ועשרים) און די בי"ד של מעלה האט איהם פארמשפט' צו עולם התוהו. ער האט געפיהלט ווי ער איז נאך אין דעם עולם השפל. ער האנדלט און וואנדלט. ער איז אן עושר,. ער מאכט א סאך געלט. אבער דאס אלעס איז נאר געווען עפעס א דמיון...איך געדענק שוין נישט פונקטליך די נקודה פון די (אויספאנטאזירטע) מעשה...!

די נקודה פון די מעשה איז, אז אלס קינד בין איך ארומגעלאפן נאכן ליינען די מעשה, און איך האב באשוואוירן אלע מיינע נאנטע אז זיי זאלן מיר צוזאגן אז זיי זענען נישטנ קיין פארשטעלטע מלאכים, און אז איך בין נישט אין עולם התוהו. אוי ווי שרעקליך דאס איז געווען...
קידוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 234
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 14, 2021 2:25 pm
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

שליחה דורך קידוש »

איך האב פונקט נעכטען געלייענט אין די נייעס אז אפאר סייענטיסטען האבען אויפגעקומען מיט virtual reality goggles פאר קוען וויבאלד זיי זענען איינגעשפארט א גאנץ ווינטער אין דאס קלאפט זייער ארופ, גיבט מען זיי די גאאגלס אין מ'ווייזט זיי ווידיאס פון זומער, גראז אין ביימער וכו, אין שטודיעס ווייזען אז זייער מוט עס געווארען געהויבען.

ליינענדיג די נייעס האט מיר געכאפט א שרעק, טראכטענדיג היינטיגע צייטען קען מען נעמען א קוה איינשפארען 24 שעה א טאג, מ'טוט עם אן א גאגל מ'לייגט שטרוי אין פראנט פון עם אין שלום אל ישראל.

יעצט ווילאנג וועט עס נעמען פאר מ'וועט נעמען מענטשען אנטוהן virtual reality goggles איינשפארען אינדערהיים (due to covid) לייגען א בית כסה מיט עסן פארענט פון עם אין לאזען שימלען
אין עולם גולם וועט אפילו נישט כאפן זייענדיג אריינגעטוהן אין די פאנטעזירטע וועלט...
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: א גוט שטיקל פילעזאפיע

שליחה דורך ברוינשטיין »

קידוש האט געשריבן:יעצט ווילאנג וועט עס נעמען פאר מ'וועט נעמען מענטשען אנטוהן virtual reality goggles איינשפארען אינדערהיים (due to covid) לייגען א בית כסה מיט עסן פארענט פון עם אין לאזען שימלען
אין עולם גולם וועט אפילו נישט כאפן זייענדיג אריינגעטוהן אין די פאנטעזירטע וועלט...


metaverse

Sent from my SM-A125F using Tapatalk
ברוך בענדיט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 29, 2021 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

Re: א גוט שטיקל פילעזאפיע

שליחה דורך ברוך בענדיט »

דיין מעשה דערמאנט מיך פון די ישיבה יארן ווען מען פלעגט שמועסן פון דעם ביי הפסקה (אדער נאכמיטאג סדר) אין איין אויבער חכם האט זיך אייביג געדארפט אנרופן.. סא די באשעפער מיט מעמד הר סיני איז אויך א חלק פון די חלום??
דא האט זיך די שמועס געענדיקט מיט דעם אז מען מיינט עס נישט ערנסט...
אבער דאך בין איך אינגאנצן פארנארט? איך האב נישט בעסער וואס צו טין ווי צו שרייבן פאר מענטשן וואס עקזיסטירן נישט??

אז ימלא שחוק פינו ולשונני רינה..
היינו כחולמים?
אפשר דאס אויך נישט?

Sent from my Pixel using Tapatalk
מיין אמת

Re: א גוט שטיקל פילעזאפיע

שליחה דורך מיין אמת »

עצי שטים האט געשריבן:ברוינשטיין: בעט דיין טאטע זאל דיר געבן א געזינטע ציפ, אפשר וועסטו זיך ערוועקן...
אויב מען חלום'ט ווי די טאטע ציפט, שלאפט מען ווייטער!, נישט אזוי?

Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

אויב זוכסטו דעם אמת לאמתו; דאן דאפסטו וויסן אז ס׳איז דא נאר איין אחד האמת.

אויב זוכסטו באקוועמליכקייט, געשמאקייט, הנאה געפילן; דאן לאז עס ביי דיין ׳עקספיריענס׳. האָ קעירס וואס ריאלעטי איז? איט אָלל בוילס דאון צו ׳דיין׳ פערספעקטיוו...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: א גוט שטיקל פילעזאפיע

שליחה דורך ברוינשטיין »

https://youtu.be/-J-9Ct0oFMU



ביים סוף ווערט עס זייער אינטערעסאנט.

עס ברענגט זייער קלאר ארויס דאס וואס מיר האבן דא פילעזאפירט.

אז איר דרוקט שוין יא די קנעפל, מאך זיכער אריינצובליקן אין דעם "יו טוב" טשענעל, ס'איז גאר אינפארמאטיוו און אינטרעסאנט, אויך שטארק פאזיטיוו.
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

כ'האב געהערט פין פנחס גלויבער אויף גוט געפרעגט ווי ער זאגט אז מענטשן וואס האלטן אז די לעבן איז א חלום ליידן פון א געוויסע סארט מענטל פראבלעם (איך געדענק נישט יעצט די נאמען וויאזוי עס ווערט גערופן אין די פראפעשענעל וועלט) לויט וואס ער זאגט דארט קימט עס פין טראמא פין אלס קינד. אבער אפשר מיינסטו עס נישט ערענסט. אויב די מיינסט עס יא ערענסט מיין איך די זאלסט אנהייבן טין מעדעטעישאן. איך גלייב נישט אז עס איז דא איין מענטש וואס טיט מעדעטעישאן אין האלט אז די וועלט איז א חלום
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: א גוט שטיקל פילעזאפיע

שליחה דורך ברוינשטיין »

צוזאמגעדרייט האט געשריבן:כ'האב געהערט פין פנחס גלויבער אויף גוט געפרעגט ווי ער זאגט אז מענטשן וואס האלטן אז די לעבן איז א חלום ליידן פון א געוויסע סארט מענטל פראבלעם (איך געדענק נישט יעצט די נאמען וויאזוי עס ווערט גערופן אין די פראפעשענעל וועלט) לויט וואס ער זאגט דארט קימט עס פין טראמא פין אלס קינד. אבער אפשר מיינסטו עס נישט ערענסט.
כ'האב גראדע אויך געהערט דעם שמעוס פון גלויבער, אבער איך מיין אז די מישט אויס צוויי זאכן, דאס אז די וועלכע האלטן אז מען לעבט אין א חלום ליידן פון א גייסטישע פראבלעם קען זיין אמת און עס קען ביינעזאם מיט דעם זיין אמת אז לעבן איז א חלום, ס'איז נישט קיין סתירה ווייל עס קען זיין אז ס'איז געזונט נישט ציפיל אריינצוטראכטן, אבער דער אומגעזונטער וועלכע טראכט יא אריין וועט זייער מעגליך אנקומען צום אמת (שקר...)
עכ"פ עס פרעגט אים נישט אפ.


עס דערמאנט מיך אויך פון די חברה וועלכע מאכן חוזק פון אפגעפארענע וועלכע גלייבן נישט, זאגענדיג אז זיי קומען פשוט פון א שווערע יוגנט, עס קען טאקע זיין אז יענער האט גייסטישע פראבלעמען וכדו' אבער דאס מאכט נאכנישט אוועק זיין מיינונג, (פונקט אזויווי דער גלויביגער וועט נישט זאגן אז אלעס איז שטותים וויבאלד עס זענען דא גלויביגע וועלכע זענען טאטאל צערידערט) בקיצור ס'איז א ברייט פארצווייגטע טעמע און ס'איז שוין אסאך געווארן ארומגערעדט דא אין ק"ש.
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: א גוט שטיקל פילעזאפיע

שליחה דורך ברוינשטיין »

צוזאמגעדרייט האט געשריבן: אויב די מיינסט עס יא ערענסט מיין איך די זאלסט אנהייבן טין מעדעטעישאן. איך גלייב נישט אז עס איז דא איין מענטש וואס טיט מעדעטעישאן אין האלט אז די וועלט איז א חלום



וואס עפעס?
רובינזון קרוזו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 03, 2022 8:39 pm
געפינט זיך: Robinson Crusoe Island
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 53 מאל

שליחה דורך רובינזון קרוזו »

ברוינשטיין האט געשריבן:
צוזאמגעדרייט האט געשריבן: אויב די מיינסט עס יא ערענסט מיין איך די זאלסט אנהייבן טין מעדעטעישאן. איך גלייב נישט אז עס איז דא איין מענטש וואס טיט מעדעטעישאן אין האלט אז די וועלט איז א חלום



וואס עפעס?


ברוינשטיין.
צוזאמגעדרייט זאגט עפעס, ער איז מסביר וואס ער האלט, אפילו אויב ביסט נישט מסכים מיט וואס ער זאגט, סתם שיסן א "וואס עפעס?" און האסט איהם אפפגעפרעגט, לא יעשה כן במקומינו, אזוי רעדט מען אויף אייוועלט שר"י, אויף קאווע שטיבעל דרייען זיך ערנסטע חברה און די סארט דאמירן בעלמא געפאלאפעלעכץ גייט נישט דא, עס איז גוט פאר מענטשן וואס דזשעילברעקען פליפ פאונס, בחור'ל האסט דיך ארויפגעכאפט אזוי אויפן אינטערנעט די מיינסט אז די באשעפער זעהט נישט, "די באשעפער איז אויך אין קאנטרי" פלעגט די רבי זי"ע זאגן, טוה שנעל תשובה ווארף אוועק דיין פאון, גיי אין מקוה און הייב אן פון ניי.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

רובינזון קרוזו האט געשריבן:
ברוינשטיין האט געשריבן:
צוזאמגעדרייט האט געשריבן: אויב די מיינסט עס יא ערענסט מיין איך די זאלסט אנהייבן טין מעדעטעישאן. איך גלייב נישט אז עס איז דא איין מענטש וואס טיט מעדעטעישאן אין האלט אז די וועלט איז א חלום



וואס עפעס?


ברוינשטיין.
צוזאמגעדרייט זאגט עפעס, ער איז מסביר וואס ער האלט, אפילו אויב ביסט נישט מסכים מיט וואס ער זאגט, סתם שיסן א "וואס עפעס?" און האסט איהם אפפגעפרעגט, לא יעשה כן במקומינו, אזוי רעדט מען אויף אייוועלט שר"י, אויף קאווע שטיבעל דרייען זיך ערנסטע חברה און די סארט דאמירן בעלמא געפאלאפעלעכץ גייט נישט דא, עס איז גוט פאר מענטשן וואס דזשעילברעקען פליפ פאונס, בחור'ל האסט דיך ארויפגעכאפט אזוי אויפן אינטערנעט די מיינסט אז די באשעפער זעהט נישט, "די באשעפער איז אויך אין קאנטרי" פלעגט די רבי זי"ע זאגן, טוה שנעל תשובה ווארף אוועק דיין פאון, גיי אין מקוה און הייב אן פון ניי.



העי, העי, ראבינסען כאפ א ציגרעטל, וואס האסט דיך אזוי צילאזט אויף איינער פון אינזערע שטערקסטע שרייבערס דא, די האסט קוים 20 תגובות און די דרייסט דא איבער אינזער שטיבל, קאם דאון, לעצטע וואך האסט דיך אויך ציפראסקעט מיט אפאר פון די אלטגעזעצענע, ביסט אפשר נאך א גלגול פון מנשה לוסטיג......?
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

קהל'ס נער האט געשריבן: לעצטע וואך האסט דיך אויך ציפראסקעט מיט אפאר פון די אלטגעזעצענע, ביסט אפשר נאך א גולגול פון מנשה לוסטיג......?


חלומ'סט. ווייל גולגול איז אויך א חלום....
פארשפארט