שמעון וואלף האט געשריבן:מיליאנער האט געשריבן:און דאס וואס דו זאגסט אז די תקנה איז געווען אז מ'קען מער נישט צווינגען צו בעטן רשות, דו ווייסט אויך אז די ארוינים האבן קיינעם נישט געצווינגען צו בעטן רשות, סך הכל האט דער עולם אליין, יא די זאליס אליין, האבן געבעטן רשות, און דאס איז וואס האט אזוי ארויסגענומען די זאלישע מאשין פון די כלים אזש ביז'ן אריינזעצן מהרז''ל אין קרית יואל ווי א וואנזיגער פאר א וואך צייט, וגם זה לא עלתה בידם, די זאליס האלטן נישט ביים חתונה מאכן אן רשות פונעם מרא דאתרא, און די אויסגעשאסענע לוח החתונות פונעם זאל יוכיח.
אבער די זאליס האבן געוואונען ווייל ס'געלונגען אז מהר''א האט איינמאל געגעבן רשות פאר מהרז''ל ( לפי שיטתם) צו מסדר קידושין זיין אין זיין שטאט.... מיט אזעלכע געווינסן ווער דארף נאך דורכפעלער..... דו הערסט? מהרזייל האט באקומען רשות פון מהר''א!!! אזעלכע לוזערס די ארוינים....
למעשה קוקט אויס אז די ביסט אויך העפי. איז דאך געוואלדיג, זה נהנה וזה נהנה.
גיימיר מאכן א קנאק יענקל
לחיים!
יא, איך בין זייער העפפי, די חידוש איז אויך דיר וויאזוי קענסטו זיין פרייליך װען די פלענער פאר ענקער נייע בית המדרש איז צובלאזן געווארן ווי א זייפן בלאז?
דאס דארף דאך זייער ציפן, אז ענקערע בלוט שונאים האבן אזא מאכט אין שטאט און זיי זעהן נישט קיין שום נחיצות ענק זאלן דארפן האבן א אנדערע ביהמ''ד ווי ביז יעצט....
איך מיין אז ביי די קומענדיגע וואלן זאלט עטס אלע ארויסקומען שטימען און אזוי אומווארפן די יעצטיגע רשעות'דיגע שטאטראט, עטס האטס דאך די רוב און אדער כאטש נאנט צו האלב, נישט אזוי? ס'דאך דא צענדליגע ארוינים וואס שטימען נישט און נאך אלס קענט עטס נישט איבערנעמען די ווילידזש? אתמהה
וועסטו פרעגן ווי קומט עס אריין אין די סידור קידושין אשכול? פשוט ווייל ביז יעצט ווען די זאליס זענען געווען היי און האבן געהאלטן אז זיי צייגן זייער כח אין קרית יואל זענען אלע סידור קידושין געווינסן פארשטילט געווארן, אבער איינמאל זיי האבן געכאפט דעם זעץ ווען די בעל בתים אין קרית יואל האבן זיי געזאגט ''האלאו האלאו זיץ איין גיי צוריק צו ווי די ביסט געווען ביז יעצט, די ביסט א מיעוטא דמיעוטא וועסטו ליידן די קאנסעקווענצן''.פלוצלינג האט זיך די סידור קידושין אויפגעוועקט און יא די זאליס האבן געוואונען! ס'איז זיי געלונגען צו באקומען רשות פון מהר''א....
ווילסט מאכן א קנאק יענקל?