דערהויבענע איד האט געשריבן:אויב ס'איז אמת אפיךו טיילווייז וואס נא נח זאגט, דאן צי איך צירוק פון מיין אינדארסמענט.
ס'שמעקט זייער נישט גיט וואס טיט זיך דארט.
זיי האבן באקימען 55מ שקל אין נדבות, אין 2021.
זיי אפערעיטינג קאסט איז געוועין 56מ שקל.
ד.מ. אויפציהאלטן זייערע אפיס מיט עדווערטייזעמענט, בקיצור אלע געלד וואס גייט נישט צי די צוועק אליין האט זיי געקאסט א מיליון שקל מער ווי די נדבות, ד.מ. אז קיין איין שקל איז נישט אנגעקימען צי די צוועק.
זיי טענה'ן אז זיי האבן א גרויסע עקספענס וואס איז מחזק זיין די יהדות הגולה, און דאס איז פארט פון די אפערעיטינג קאסט.
זאגט אני הק' פיין און הייליג צי אויפטין פאר יהדות הגולה, אבער פארוואס לייגסטו עס אריין אין די אפערעיטינג קאסט, פארוואס לייגסטו עס נישט און די געהעריגע פייל (ווייס איך נישט וויאזוי ס'הייסט).
בקיצור ס'שטינקט.
דאך איז עס בעסער ווי די היימישע ארגענעזאציעס, וואס לאזן בכלל נישט אריין קיקן אין זייער ביכער, וועיגן דעים שטינקט נישט, ווען מען וואלט געקענט אריין קיקען קען זיין ס'וואלט געוועין אסאך ערגער.
אגב, איך האלט אז א אנפירער פון א ארגענעזאציע מעיג און זאל נעמען א פעיטשעק, ווייל ער פירט א ארגענעזאציע טאר ער נישט מאכן קיים געלד?
נאר וואס, ס'דארף זיין א נערמאלע סכום, לאמיר זאגן 150ק וואס ווען ער טיט די זעלבע ארבעט פאר א פריוואטע קאמפאני וואלט ער עס אויך באקימען, אבער סתם כאפן געלד מיט פארמאכטע ביכער, און די טארסט גארנישט זאגן, אמער ער איז דאך א "אסקען", איז פארקרימט און ברעינגט צי קארופציע, ווייל
lack of accountability is the mother of corruption
.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein