סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 651
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 238 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איך ווייס פון אן אדמו"ר אין בארא פארק וועלכער האט אפגגעקויפט אן (אלטן) קעדילעק פון זיין שכן, א איד א גביר. ער האט אבער געהאלטן אין איין זאגן פאר זיינע נאנטע, אז ער זארגט זיך וואס דער עולם וועט זאגן. אז ער פארט זיך ארום אין א ..."קעדדי"..
אויך אין זיין הויז איז נישט דא קיין טראפ לוקסוס. איך קען דעם מענטש שוין העכער פערציג יאר. ער האט דעם זעלבן שענדעליער אין ליווינג רום. גארנישט געטוישט. ער וואוינט נישט אלט און פארשלעפט. אבער אינגאנצן אן לוקסוס...!

- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
עצי שטים האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:פון מהר"י ט"ב צי מהר"א רוקח, וואס איז געשעין, א midlife crisis?
גראדע זעט מען אויך א שטארקע חילוק צעווישן די גלגילים, אין די צייט וואס רביה''ק איז געווען מהר''י ט''ב, פלעגט ער אסאך מער רעדן און שרייבן, און אסאך מער באריכות, און מיט א הומאריסטישן קנייטש
אבער זייט ער איז געווארן מהר''א מבעלזא, זיצט ער זיך שטיל פאר'דבק'עט אין זיין ווינקל, שרייבט קוים ארויס צוויי דריי ווערטער, און איז בעיקר פארנימען מיטן זען די גוטס אין כלל ישראל, דורך גיבן לייקס,
מיר בענקן זיך צו די אמאליגע צייטן...
וואס איז געשעהן איז זייער פשוט, ווען איך בין צוערשט אהערגעקומען בין איך נאך געווען אונטער׳ן השפעה פון מיין סאטמארן חינוך פון זיך שלאגן פאר׳ן אמת און אויסשרייען דעם דבר השם אן קיין מורא, און אזוי האב איך טאקע אנגעפאנגען מיין ערשטע תגובה אינעם שלום עליכם אשכול, למעשה בין איך עלטער געווארן און נאך אזויפיל שרייען און שטויסן האט נאך קיינער נישט געטוישט זיין מיינונג ובית הקפה כמנהגו נוהג. מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן, צוביסלעך האב איך איינגעזעהן אז דער בעלזער רב זי״ע איז גערעכט געווען. מהר״י ט״ב כבודו במקומו מונח האט מיט זיין שרייען און שרייבן ספרים קיינעם נישט באוויזן אריבערצושלעפן אויף זיין זייט, ס׳האט איהם נאר אנגעמאכט מער שונאים און הארצעסענישן, בעלזער רב מיט זיין צוגעלאזענקייט און מלמד זכות זיין אויף כלל ישראל האט פיל מער מצליח געווען אין ״איבערצייגן״ מענטשן אין זיין גערעכטיקייט. פונעם ״רעבעסכיסעליינו״ איז געווארן דער ״רובזכעלעברוכע״,
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 709
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
- האט שוין געלייקט: 87 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:פון מהר"י ט"ב צי מהר"א רוקח, וואס איז געשעין, א midlife crisis?
גראדע זעט מען אויך א שטארקע חילוק צעווישן די גלגילים, אין די צייט וואס רביה''ק איז געווען מהר''י ט''ב, פלעגט ער אסאך מער רעדן און שרייבן, און אסאך מער באריכות, און מיט א הומאריסטישן קנייטש
אבער זייט ער איז געווארן מהר''א מבעלזא, זיצט ער זיך שטיל פאר'דבק'עט אין זיין ווינקל, שרייבט קוים ארויס צוויי דריי ווערטער, און איז בעיקר פארנימען מיטן זען די גוטס אין כלל ישראל, דורך גיבן לייקס,
מיר בענקן זיך צו די אמאליגע צייטן...
וואס איז געשעהן איז זייער פשוט, ווען איך בין צוערשט אהערגעקומען בין איך נאך געווען אונטער׳ן השפעה פון מיין סאטמארן חינוך פון זיך שלאגן פאר׳ן אמת און אויסשרייען דעם דבר השם אן קיין מורא, און אזוי האב איך טאקע אנגעפאנגען מיין ערשטע תגובה אינעם שלום עליכם אשכול, למעשה בין איך עלטער געווארן און נאך אזויפיל שרייען און שטויסן האט נאך קיינער נישט געטוישט זיין מיינונג ובית הקפה כמנהגו נוהג. מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן, צוביסלעך האב איך איינגעזעהן אז דער בעלזער רב זי״ע איז גערעכט געווען. מהר״י ט״ב כבודו במקומו מונח האט מיט זיין שרייען און שרייבן ספרים קיינעם נישט באוויזן אריבערצושלעפן אויף זיין זייט, ס׳האט איהם נאר אנגעמאכט מער שונאים און הארצעסענישן, בעלזער רב מיט זיין צוגעלאזענקייט און מלמד זכות זיין אויף כלל ישראל האט פיל מער מצליח געווען אין ״איבערצייגן״ מענטשן אין זיין גערעכטיקייט. פונעם ״רעבעסכיסעליינו״ איז געווארן דער ״רובזכעלעברוכע״,
דו מאכסט דא א שטיקל מישמאש.
לאמיר זיין קלאר, דו ביסט געווען א סאטמאר'ער ווייל דו האסט געוואלט קענען איבערצייגן אנדערע דיין מהלך, און דו האסט געזען אז בעלזא קען מער איבערצייגן ביסטו געוואָרן א בעלזער? אויב איז דעיס די קעיס האט נאך ראכמעסטריווקא היבשע האפענונג דיך צו באקומען....
לאמיך אביסל אויסקלארן די מיסאינפארמעישאן.
נומבער איינס, סאטמארע רבי ז''ל האט קיינעם נישט פרובירט אריבערצושלעפן מיט דרשות אדער ספרים, ווער עס ווייסט וויאזוי סאטמאר האט דעמאלטס אויסגעקוקט... א בחינה פון זוטשקא אמסנא... א קליין בית המדרש'ל וואס פארנעמט קוים פופציג אידן, און דארט האט ער געשריגן די אלע דרשות, ער האט נישט געמאכט קיין כינוסים אין ארמאריס אדער סטאדיומ'ס, ער האט נישט געמאכט קיין מצות הפצה מיט קונטרסים און בלעטלעך, אלע זיינע שריט איז געווען אין זיינע ד' אמות אין אמעריקע אדער אר''י. די זעלבע זאך מיט ויואל משה איז נישטא קיין שום אינדיקעישאן אז ער האט געשריבן דעם ספר פאר וויזניץ אדער בעלזא אדער אז ער האט אפילו פרובירט צו פארקויפן די ספר פאר זיי, אלעס איז געווען בלויז פאר זיין עולם.
און דעיס ברענגט מיך צו די צווייטע נקודה אז סאטמארע רב איז נאך געווען די מערסטע סוקסעספול נאכן קריג אריבערצושלעפן מענטשן צו זיין זייט! היינט קוקסטו עס אן אז סאטמאר רבי האט בלויז זיין אייגענע עולם, אבער רבוש''ע פון ווי קומט דעי עולם? וויפל אידן מיינסטו האבן געוואוינט אין שטאט סאטמאר? יעדע סאטמארע איד איז א תוצאה פון דעם וואס סאטמארע רבי האט אים אריבערגעברענגט צו זיין זייט. ער איז אנגעקומען אין אמעריקע אסאך שפעטער פון פילע אנדערע רבנים ווי למשל צעהלים אדער קלויזענבורג וכו' און סאטמאר האט באוויזן צו ווערן די גרעסטע חסידות אין די וועלט, סאו טעל מי אבאוט אריבערשלעפן אויף זיין זייט.
און יא, פרעג דיך נאך ביי די וואס געדענקען אים נאך, וועסטו געוואויר ווערן אז ער האט געהאט א מוראדיגע כאריזמע און צוגעלאזענקייט, ער איז שטענדיג געווען אויפגעלייגט, אזש איך מיין אז ס'איז דא מער ווערטלעך בשם סאטמאר רב ווי פון בעלזא רב.
און יא, סאטמאר רב האט געהאט אסאך מער הארצעסענישן מער פון בעלזער רב, פשוט ווייל ער האט געהאט א נושא וואס האט אים געגעסן דאס הארץ און דער בעלזער האט עס נישט געהאט, און אודאי האט ער געהאט שונאים מער פונעם בעלזער ווייל ער האט געהאלטן פארקערט פון גאנץ כלל ישראל.
יעצט, איך ווייס נישט וואס מ'האט דיך מחנך געווען, און אין וועלכע סאטמארע פראקציע דו האסט זיך געדרייט, אבער מיך האט מען קיינמאל נישט אויסגעלערנט צו מלחמה האלטן מיט אנדערע, אדער איבערצייגן אדער געפעלן פאר אנדערע, פארקערט ס'איז א גאנצע געווינס אויב קען מען ווערן באשמוצט אין די אלגעמיינע אידישע גאס ווייל דאס איז דאך די ארגינעלע סאטמאר... די גאנצע וואס מפרעגלט אריין איז צו זיין שטאלץ אז מ'איז א סאטמארער און אז אונז זעמער אנדערש פון די גאנצע וועלט וכו' וכו'...
אויב דיין דורכפאל איז געווען אז דו האסט פרובירט צו קומען אויף קאווע שטיבל צו אריינכאפן פרעמדע מענטשן אין סאטמאר און ס'איז נישט געלונגען, דאן איז עס דיין אייגענע פראבלעם, און איך ווער נישט צוקראצט אז די ביסט געווארן א בעלזער, ווייל דו ביסט קיינמאל נישט געווען קיין עכטע סאטמארער און יעצט ביסטו נישט קיין עכטע בעלזער און א יאר ארום וועסטו נישט זיין קיין עכטע פאפאנער ס'איז אלעס געמאלן וואסער.
אבער ווער ווייסט? אפשר וועל איך מיך אויך איין טאג אפשאקלען פון סאטמאר....?
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
מיליאנער האט געשריבן:.
און דעיס ברענגט מיך צו די צווייטע נקודה אז סאטמארע רב איז נאך געווען די מערסטע סוקסעספול נאכן קריג אריבערצושלעפן מענטשן צו זיין זייט! היינט קוקסטו עס אן אז סאטמאר רבי האט בלויז זיין אייגענע עולם, אבער רבוש''ע פון ווי קומט דעי עולם? וויפל אידן מיינסטו האבן געוואוינט אין שטאט סאטמאר? יעדע סאטמארע איד איז א תוצאה פון דעם וואס סאטמארע רבי האט אים אריבערגעברענגט צו זיין זייט. ער איז אנגעקומען אין אמעריקע אסאך שפעטער פון פילע אנדערע רבנים ווי למשל צעהלים אדער קלויזענבורג וכו' און סאטמאר האט באוויזן צו ווערן די גרעסטע חסידות אין די וועלט, סאו טעל מי אבאוט אריבערשלעפן אויף זיין זייט.
סאטמאר אינדערהיים איז געוועהן פארעכענט פאר א קליינע חסידות, פון פרומע אונגארישע אידן און סיגעטער חסידים. סאיז געוועהן בערך אזויווי טאהשער חסידות היינט.
אמת, סאטמארער רב האט געהאט א געוויסע וועג און א כח צו שלעפן מענטשן צו זיין זייט. ער איז געוועהן הומאריסטיש, כאריזמאטיש, און געהאט א ווייכער הארץ. אבער ס'איז דא נאך אפאר זאכן וואס מ׳דארף נעמען אין consideration
נאכן קריג איז נישט געבליבן קיין איין גרויסער רבי וואס איז געוועהן א קנאי- און א אנטי ציוני/אגודה. די תלמידים פון די מונקאטשער און קנאים פון בעלזא האבן נישט געהאט וואו צו גיין. אלזא איז סאטמאר גרויס געווארן. ממש האלב סאטמאר אדער אפילו מעהר זענען מונקאטשער חסידים פון אינדערהיים א שטייגער ווי די גרויסע סאטמארער גאלדבערגער משפחה, און פערלשטיין, ראזענבערג, קעסטענבוים, קליין, קאלליש, ווערצבערגער, אקערמאן, פיקסלער, וכו׳ וכו׳.
וואלט מונקאטש איבערגעלאזט א געהעריגע יורש וואלט סאטמאר נישט געוועהן קיינמאל וואס זיי זענען היינט!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
מיליאנער האט געשריבן:Wow הייסט דו זאגסט אז סאטמאר רב האט באוויזן אריבערצושלעפן בעלזע חסידים צו זיך דאס איז שוין אריינגעשטאכן א מעסער אין @רביה''ק...
נישט נאר בעלזער חסידים נאר וויזניצער חסידים. און קאסאנער חסידים וכו׳
משפחת קלאר, באב״ד, אפפעל, ראזענבערג, רייז, פאגעל, פיש וכו׳ פון סאטמאר זענען וויזניצער חסידים פאר דורי דורות.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
קודם כל, שלום עליכם שבת'ל, איך האב געוויסט אז נאך דיינע אלע סטראשערייען, וועט מען דיר פריער אדער שפעטער צירוק זען דא, וועלקאם בעק,
און בנוגע סאטמאר,
סאטמאר רב איז געווען די עלטסטע ארויפגעקוקטסטע רבי אין אמעריקא נאכן קריג, בנוסף צו זיינע מעלות פון זיין א געשמאקע צוגעלאזענער מענטש,
ר' שלמה מבאבוב, איז נאכן מלחמה געווען א אינגערמאן, און פאפא רב איז געווען א שטיקל תלמיד ביים סאטמאר רב נאך אינדערהיים אין סאטמאר, וויזניץ האט נאך דאן נישט עקזעסטירט, ר' מוטעלע האט דאן קוים חתונה געהאט, און קלויזנבורגער רב האט נאך פארן קריג שיעור נישט געווארן אן איידעם ביים סאטמאר רב
אטאמאטיש איז די מעין סטריעם אונגארישן עולם אנגעקומען קיין סאטמאר, און אפילו פון די פוילישע און גאליציאנע האבן זיך טייל אנגעטשעפעט אויפן וואגן,
און פארשטייט זיך, אז מיט אביסל (לייען: אסאך) טעראר וואס מען האט ארויפגעלייגט אויף ווער ס'האט זיך יא אביסל געהויבן דאס קאפ, איז די זאך געווארן מסודר
איך טראכט אמאל צו זיך, אז ס'ממש א שאד, האסט א גאנצע סאטמארע משפחה וואס איז נאר דארטן בלויז ווייל זייער זיידע האט זיך געוואלט קלאמערן ביים צדיק הדור, האט ער אפגעלאזט מונקאטש, אדער וויזניץ וכדו', און איז געגאנגען קיין סאטמאר, אבער למען השם פארוואס דארפן זיינע איינעקלעך יעצט זיין סאטמארע, און זיך 'קלאמערן' ביי מהר''א אדער ביי מהרז''ל, ס'צייט זיך צו קוקן אין שפיגל און טון וואס די זיידע ז''ל האט געטון בשעתו, און ווערן א סקולענער, ראחמאסריווקא, וכ' פארוואס בלייבט מען סטאק?? גראדע איז דא אסאך וואס טוען עס טאקע, און די אלע משפיעים למיניהם, זענען געפאקט מיט סאטמארע 'מבקשים' וואס זיכן עפעס 'מער' ווי וואס סאטמאר האט צו פארקויפן,

"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
העללא.
קודם כל. שרייבסט נאך “מיינע סטראשערייען”. כ’האב קיינמאל נישט געסטראשעט קיינעם. כ’האב מיך פשוט געוואונדערט פארוואס פלוצלינג ווארפט מען מיר ארויס ווען איך האב געשריבן זאכן וואס איז אמאל געוועהן נארמאל דא צו שמועסן און ס’איז דא גאנצע אשכולות פונדעם דא אין שטיבל.
פארוואס מענטשען בלייבן סטאק?
ס'קען זיין אפאר סיבות. אדער האבן זיי נישט וואו צו גיין. אדער ווייל זיי זענען אזוי צוגעוואוינט.
א חסידות איז א קאמיוניטי, און א identity.
ס'איז לכאורה דא א fundamental חילוק צווישן סאטמאר, פאפא און בעלזא, וויזניץ. סאטמאר, פאפא איז מעהר א קהילה און בעלזא און וויזניץ מעהר א חסידות. אבער היינט זענען אלע חסידות כמעט די זעלבע. בערך אזויווי מים חיים סאדע. די בלעק-טשערי מיט די פיינעפעל זענען די זעלבע “קוואליטי” נאר אין א אנדערע פלעיוואר...

- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
קהל'ס נער האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:פאפא רב איז געווען א שטיקל תלמיד ביים סאטמאר רב נאך אינדערהיים אין סאטמאר,
פאפא רב האט זיך געהאלטן פאר א בעלזא חסיד, אפשר טעכניש איז ער געוועין א סאטמערע תלמיד, אבער זיין נשמה איז געוועין אין בעלזא.
אפילו דאס אויך נישט. פאפא רב איז געווען פון די דיינים אין שטאט סאטמאר מצד די "גרינוואלדס", די תלמידים פון פונעם פריעקרן רב דער קרן לדוד זצ"ל, די צד כנגד פון סאטמארע רב.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
שבת אחים האט געשריבן:קודם כל, שרייבסט נאך “מיינע סטראשערייען”. כ’האב קיינמאל נישט געסטראשעט קיינעם. כ’האב מיך פשוט געוואונדערט פארוואס פלוצלינג מ'ווארפט מיר ארויס ווען איך האב געשריבן זאכן וואס איז אמאל געוועהן נארמאל דא צו שמועסן און ס’איז דא גאנצע אשכולות פונדעם דא אין שטיבל.
כ'האב געמיינט דיינע סטראשענען אז דו ביסט געענדיגט מיט קאווע שטיבל, און אז אויב איז דאס די צוגאנג, דאן ווילסטו נישט שרייבן מער,
און יא, איך האב אויך נישט פארשטאנען פארוואס מען האט דיר אויסגעשפארט, חוץ פון דעם אז 'מנהל' האט געשריבן אז אין אישי האסטו געענטפערט מיט חוצפה.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
וואלווי האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:פאפא רב איז געווען א שטיקל תלמיד ביים סאטמאר רב נאך אינדערהיים אין סאטמאר,
פאפא רב האט זיך געהאלטן פאר א בעלזא חסיד, אפשר טעכניש איז ער געוועין א סאטמערע תלמיד, אבער זיין נשמה איז געוועין אין בעלזא.
אפילו דאס אויך נישט. פאפא רב איז געווען פון די דיינים אין שטאט סאטמאר מצד די "גרינוואלדס", די תלמידים פון פונעם פריעקרן רב דער קרן לדוד זצ"ל, די צד כנגד פון סאטמארע רב.
אלעס פיין און וואויל, איך האב נאר ארויסגעברענגט, אז ער איז געווען אינגער פון סאטמאר רב, און ס'קלאר אז דא אין אמעריקא האט ער זיך מכניע געווען פארן סאטמאר רב,
ער איז טאקע געווען א בעלזא חסיד, און מיט דעם אלעם איז ער נישט געגאנגען צום כותל ווייל סאטמאר רב האט אים געבעטן
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 755
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
- האט שוין געלייקט: 479 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל
מיליאנער האט געשריבן:אגב מענין לענין, לגבי רבי'שע הייזער דאכט זיך מיר אז מהר''א מסאטמאר האט די פשוט'סטע הויז פון אלע גרויסע רבי'ס סיי אין וויליאמסבורג און סיי אין קרית יואל, ער וואוינט אין די זעלבע הויז נאך פאר ער איז אפילו געווען קרית יואלע רב!
He lived before on Carter Lane so i don't think that's true
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שבת אחים: אז מ'רעדט שוין. (ס'נישט די קעפל פון אשכול. אבער לאמיר נישט זיין אזוי אבסעססיוו. מ'מעג כאפן א געשמאקן, היימישן שמועס. אויסער דער פארק'טער ל. וואס זוכט אייביג נאר מקטרג צו זיין...!) ווי גרויס אין נאמבערס איז דאס דמשק חסידות...?! וויפיהל טויזנטער חסידים שטייען אויף די פארענטשעס ביי דמשק?
ביי מיר זענען אלע חסידות'ן גוט און פיין. ישראל אשר בך אתפאר. אבער די גרויסקייט (אין נאמבערס) ווענדט זיך נישט אין די פעולות וואס די רבי האט יא, אדער נישט געטון...!
ביי מיר זענען אלע חסידות'ן גוט און פיין. ישראל אשר בך אתפאר. אבער די גרויסקייט (אין נאמבערס) ווענדט זיך נישט אין די פעולות וואס די רבי האט יא, אדער נישט געטון...!
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
יי
עצי שטים האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:קודם כל, שרייבסט נאך “מיינע סטראשערייען”. כ’האב קיינמאל נישט געסטראשעט קיינעם. כ’האב מיך פשוט געוואונדערט פארוואס פלוצלינג מ'ווארפט מיר ארויס ווען איך האב געשריבן זאכן וואס איז אמאל געוועהן נארמאל דא צו שמועסן און ס’איז דא גאנצע אשכולות פונדעם דא אין שטיבל.
כ'האב געמיינט דיינע סטראשענען אז דו ביסט געענדיגט מיט קאווע שטיבל, און אז אויב איז דאס די צוגאנג, דאן ווילסטו נישט שרייבן מער,
און יא, איך האב אויך נישט פארשטאנען פארוואס מען האט דיר אויסגעשפארט, חוץ פון דעם אז 'מנהל' האט געשריבן אז אין אישי האסטו געענטפערט מיט חוצפה.
לאמיר נישט פארפארן
גענטפערט מיט חוצפה?
איך האב שוין געשריבן אפאר מאל. ער האט מיר געפרעגט א קשיא- פארוואס, און איך האב אים גענטפערט. קיין שום חוצפה אינוואלוועט אין יענע Transaction.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
וואלווי האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:פאפא רב איז געווען א שטיקל תלמיד ביים סאטמאר רב נאך אינדערהיים אין סאטמאר,
פאפא רב האט זיך געהאלטן פאר א בעלזא חסיד, אפשר טעכניש איז ער געוועין א סאטמערע תלמיד, אבער זיין נשמה איז געוועין אין בעלזא.
אפילו דאס אויך נישט. פאפא רב איז געווען פון די דיינים אין שטאט סאטמאר מצד די "גרינוואלדס", די תלמידים פון פונעם פריעקרן רב דער קרן לדוד זצ"ל, די צד כנגד פון סאטמארע רב.
כמעט אלע אויבערלענדער אידן זענען געוועהן בעלזער חסידים אדער געהאלטן פון בעלזא.
איך בין 75 פראצענט א מארמארישער און איך שטאם פון וויזניצער חסידים סיי פון מיין טאטעס זייט און סיי פון מיין מאמע׳ס זייט. אבער די 25 פראצענט אויבערלענדער- אונגארישער בין איך א בעלזער אפשטאמיגער.
מיין זיידע איז געוועהן רב און ראש ישיבה אין צעלדעמעק אויבערלאנד (א שטאט לעבן פאפא). אייניקלעך פון הגה”ק רבי שמעלקא סעלישער- הויפט רב פון אונגארן.
מיין באבע איז געוועהן אכצן יאהר ווען מ’האט זיי געפירט קיין אוישוויץ. זי האט מיר פארציילט אז אויפן באן האט זי געהאלטן איר שוועסטערס קינד אויף די האנט. און אויפן וועג האט דאס קינד געפרעגט. “איז עס נאכאלץ אמת אז די בעלזער רב איז די צדיק הדור?”
דאס קינד נעבעך...
אקעי צוריק צום אשכול.
זייטס מיר מוחל פארן פארדרייען די שמועס. באלד וועלן ענק נאך זיין גערעכט פארן מיך אויסשפארן
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
בד”וו. ענק רעדן פון קארס פון רביס. רבי חיים מאירל, די אמרי חיים האט בכלל נישט געהאט קיין קאר. רבי מנחם אליעזר מאזעס פארציילט אז סאיז געוועהן אידן וואס האבן געהאט א קאר און געוואלט האבן די זכי׳ צו דרייווען די רבי. פלעגן זיי זיך איינשרייבן אז מזאל זיי רופן ווען די רבי וויל פארן ערגעץ. ער ברענגט א copy פון די ליסט פון די מענטשען וואס האבן זיך איינגעשריבן אין זיין ספר. איינע פון זיי איז געוועהן גלויבער- די פאטער פון רבי יענקל גלויבער פון מאנסי-מחסידי וויזניץ- גלויבער’ס דזשולערי. איינער פון זיי איז הרב סטעפאנסקי א רוזינער-בויאנער חסיד וכו׳
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 651
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 238 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל
סאטמארער רב ז"ל האט אויך נישט געהאט קיין אייגענע קאר ביז צו די מאביל וואס מ׳ האט געקויפט סוף ימיו
די ערשטע יארן פלעגט מען אלץ בעטן איינעם
שפעטער איז געווען א קביעות פון סענדער ענגעל מיט זיין קאר
שבת, וואס זאגט איר ר׳ שמעלקע סעלישער איז געווען הויפט רב אין אונגארן? קיינמאל נישט געוויסט, איז געווען בכלל אמאל אזא טיטול?
ווער נאך האט געהאט דעים טיטול?
די ערשטע יארן פלעגט מען אלץ בעטן איינעם
שפעטער איז געווען א קביעות פון סענדער ענגעל מיט זיין קאר
שבת, וואס זאגט איר ר׳ שמעלקע סעלישער איז געווען הויפט רב אין אונגארן? קיינמאל נישט געוויסט, איז געווען בכלל אמאל אזא טיטול?
ווער נאך האט געהאט דעים טיטול?
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
זיך אויף א אנדערע אשכול איבער רבנים אינדעהיים. אדער עפען א אשכול וועגן אים. וועלן מיר רעדן דארט. ער איז געוועהן א אינטערסאנטער מענטש. דער ערשטער רב צושרייבן אנטעקן די “הרעיון הציוני”. סאטמארער רב איז געוואר געווארן וועגן דעם נאכן שרייבן זיין ספר. און ער האט זיך ערענסט געטראכט איבערצודריקן די ספר.
די חתם סופר רופט אים “החכם”
זיין מאמע איז געוועהן א שוועסטער פאר רבי שמעלקע ניקלישבורגער און דער בעל הפלאה- אייניקלעך פון די של”ה הק’
איך בין דער זעקסטער און דער זיבעטער דור, ווייל מיין זיידע האט חתונה געהאט מיט זיין קאזין.
יאיר לפיד איז אויך זיין אייניקל, דורך זיין זיידע די באוואסטער שרייבער דוד גלעדי-קליין. בן הגה”ח ר’ שלמה זלמן קליין מהאלמין. אב”ד סילאג'צ'ה- מגדולי חסידי וויזניץ.
דא האסטו א קליפ ווי ר’ מנחם אליעזר מאזעס- חבר הכנסת טשעפעט אים אז ער איז א אייניקל פון א גרויסע וויזניצער חסיד
מה הקשר בין יאיר לפיד לחסידות ויזניץ
https://youtu.be/Omq4URuP18A
רבי שמעלקא סעלישער אליינס איז נישט געוועהן קיין גענצליכער חסיד. זיינע אייניקלעך זענען געוועהן וויזניצער, בעלזער, סיגוטער חסידים.