א געשיכטע מיט א בילבאורד

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

א געשיכטע מיט א בילבאורד

שליחה דורך כלבאשבוע »

סקאכט זיך שוין א חודש צייט אויף די היימישע גאס וועגן א געשיכטע וואס האט זיך געזאלט אפשפילן אין קאליפארניע, נעמליך אז נעבן א ישיבה האט זיך געפינען א בילבאורד מיט א אומאיידעלע בילד, און א איד א חרד וועם דאס האט זייער געבאדערט האט געספענדט $1,000 א טאג צו דינגען די רעכטן פארן בילבאורד און אז דאס אומאיידעלע בילד זאל נישט זיין דארט

די מעשה גייט ווייטער, אז אנשטאט צו האלטן דעם בילבאורד ליידיג האט ער דארט געמאכט א קאונטדאון זייגער וואס האט אנגעהויבן מיט איינס און געוויזן אז סגייט גיין ביז 90, דאס האט געברענגט א שטארקע נייגעריקייט ביי מענטשן און ממש עטליכע טעג בעפאר ווען סהאט שוין דערגרייכט אין די אכציגער נומבערס האט ער באקומען א אפפער פון קאקא קאלע זיי צו אדווערטייזן ווען סקומט אן צו 90 און זיי האבן זיך געלאזט קאסטן נישט מער און נישט ווייניגער ווי 3 מיליאן דאלאר צו האבן דארט זייער עד, אזוי אז בשכר די געוואלדיגע מצוה האט זיך די אינוועסטמענט אפגעצאלט בכפל כפלים!

אין אונזער קולטור ווי ספעלט ב״ה נישט קיין באבע מעשיות און טעגליכע גראנדיאזע מופתים האט א שיינער חלק פונעם עולם אויפגענומען די געשיכטע מיט סקעפטיזם און צינישקייט אבער דרשנים ורבנים האבן זיך צוגעכאפט דערצו און סאיז געווארן מפורסם בכל כנפות הארץ, סאיז דאך צו א גיטען ארטיקל דאס נישט צו פארשפרייטן

למעשה, האט מען אנגעהויבן נאכזוכן די אריגענעלע מקור און מאיז דערגאנגען אז סאיז צום ערשט פארציילט געווארן דורכן בעל דרשן הרב בן ששון פון פייוו טאונס, ער אליין האט אבער נאך דרישות וחקירות מודה געווען אז ער האט נישט געהעריג קאנפירמט די אויטענטישקייט פון די מעשה, ער האט ארויפגעברענגט די מעגליכקייט אז סאיז מעגליך בלויז געווען א משל וכו׳ אבער האט פארשפראכען ווייטער נאכצוגיין די מקור, ביזדערווייל האבן זיך מאנכע געשוואוירן אז זיי האבן געהערט פונעם בעל המעשה אין לאס אנדזשעלעס אליין אז סאיז הונדערט פראצענט אמת

א שטיק צייט שפעטער איז רב בן ששון ארויסגעקומען ברבים אז סאיז אים געלונגען נאכצוגיין די מקור פון די מעשה און הגם אז געוויסע אריגינעלע פרטים זענען נישט געווען אינגאנצן ריכטיג, למשל אז די מעשה איז געשען אין טאראנטא און נישט אין לאס אנדזשעלעס, האט ער אבער ווידערגעהאלטן אז די מעשה איז אמת ויציב

כאטש די פילע סתירות און שטארק אומגלויבליכקייט פונעם געשיכטע, איז פארשטייט זיך די אזויגערופענע קאנפירמעשאן געווען מער ווי גענוג פאר די גלויביגע ממשיך צו זיין באמונתם, אבער האט אויך געארבעט אויף פארקערט, אז די ציניקער האבן אפגעלאכט פון די נייע ווערסיע און געפרעגט ווילאנג ביז סקומט נאך א פרישע ווערסיע...

ביזדערווייל איז דאס געווארן דער געשפרעך פון טאג אין היימישע קאווע שטיבלעך, א שעפערישער מארקעטער איז ארויפגעשפרינגן אויפן וואגן און אויפן חשבון פונעם געשיכטע אויסגעניצט די געלעגנהייט צו אדווערטייזן א היימישער ראפפעל קאמפיין, א סימן מובהק אז די געשיכטע האט פיינעלי דערגרייכט די סטאטוס פון א meme

ווי משטייט יעצט, איז שוין מער ווי א חודש זייט די אזויגערופענע געשיכטע האט זיך אנגעהויבן, און סזעט נאך אלץ נישט אויס צו זיין פארטיג

היינט נאכמיטאג האט הנגיד יואל ווערצבערגער, א היימישער ק״ש אנהענגער און באקאנטער שטיצער פונעם וועקער, פובליצירט אויף טוויטער אן אפפער פון $15,000 פאר ווער סקען פראווען אז די מעשה איז אמת!

בלייבט בלויז איבער צו זען, וויאזוי די געשיכטע, און די געשיכטעס ארום די געשיכטע, וועט זיך ווייטער שפינען פון דא און ווייטער...
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
yn.NY
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 3:10 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל

שליחה דורך yn.NY »

מיין צוויי סענט: אויב דו מעשה וואלט געווען אמת, וואלט מען שוין לאנג געהאט א "קאנפירמעישען"!
די מעשה איז געגאנגען וויירעל, אלע היימישע נייעס קוועלער פון אלע שיכטן און קרייזן האבן רעפארטעד די מעשה, און מ'ווייסט נאכאלץ נישט ביי וועלכע ישיבה/בילבארד סהאט פאסירט.

ס'וואלט שוין לאנג געדארפט זיין פופציג מענטשען וואס זייער שכנ'ס באבעס אייניקעל לערענט פונקט און יענע ישיבה, אדער האט מיטגעהאלטן די מעשה. ואין פוצה פה ומצפצף...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב ליידער נישט געגלייבט די מעשה פון טאג איינס. אזא זאך דארף קומען מיט עדות-בילדער. אן דעם קומט עס נישט אן אפילו צום בין-איך-אמת האנדל טיש.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

די בעל דרשן איז א פערד פון קלאס 1.
ווען ער דערציילט עס ווען די זעלבע מעשה אלץ א משל, וואלט ער געוועין מער פאפיולער ווי דער דיבנער מגיד, יעצט אז ער האט עס דערציילט אלץ פאקטישע מעשה און דער עולם זעיט אז ס'איז בעלוגנא, קען ער שוין גיין באזיכן חיים ולדר.
דער אמת איז אז בערל טויבער איז די זעלבע זאך, דער איז א מייסטער מעשה באשעפער, מען דארף עים נאר אויספראקן אויף טוויטער וגמרנו, סעים מיט דער עקסטרעמיסט הרע-ב יצחק אלעזר מאשקאוויטש, ער באשאפט פאקטן און סטאטיסטיקס אן-דימענד, ליינט (בעסער נישט) אדורך די האספולער בלעטל "השמיעיני", זיי האלטן די עולם פאר בהמות, יעדע צווייטע וואך קומט ער מיט סטאטיסטיקס וואס איז עים בייגעפאלן זיצינדיג אויפן געלעכערטען שטיל איינער אליין.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: א געשיכטע מיט א בילבאורד

שליחה דורך ברוינשטיין »

@קהל'ס נער איך דינג זיך גענצליך מיט דיר, טאקע אינז פויערן דא אין שטיבל גלייבן אים נישט אבער די טיפישע המון עם קויפט דאס גערן אפ, דער עולם הערט זיי אויס מיט שפאנונג און שאקלען צו מיטן קאפ אויף א יעדעס איינציגער ווארט און לאזן נאכדעם ארויס דעם באקאנטן "פשי זייער שיין, אינטערעסאנט" קרעכץ, אף אחד קימערט זיך נישט דאס צו אויספארשן, און גערעכט זענען זיי, ווייל אז מען גלייבט, גלייבט מען אלעס, וואסארע מין זאך איז דאס אויספארשן, באשטעטיגן, חקירה, דאס איז נישט געווען אינזער מינהוג, מען גלייבט וואס מען הערט פון די בל הדרשנים און פערטיג.

Sent from my SM-A125F using Tapatalk
קידוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 234
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 14, 2021 2:25 pm
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

שליחה דורך קידוש »

די אמת איז אז אויפען פאפעלערע דרעזנער- שמעלצער ליל שישי שמועס אויף קול מבשר איז דאס יא אוסגעשמועסט געווארען אין אפילו מיט א שטיקעל ביטול צום אמת'קייט פונעם מעשה, נאכען ארויפברענגען די בעל מספר אין עם אויספראקען אין האט ארופגעשפיעלט די ווארהייט פונעם מעשה
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: א געשיכטע מיט א בילבאורד

שליחה דורך ברוינשטיין »

קידוש האט געשריבן:די אמת איז אז אויפען פאפעלערע דרעזנער- שמעלצער ליל שישי שמועס אויף קול מבשר איז דאס יא אוסגעשמועסט געוווארען


וואָר זיי מעגן דאס אויסשמועסן, ווייל זיי זענען א חלק פון די בל הדרשנים, אבער עולם גולם זאגט נישט קיין אייגן געטראכטע מיינונג. (אפגערעדט פון לאזן ארטיסטישע געפילן שפילן און זיך אויסשפילן, א טעמע פאר זיך )

Sent from my SM-A125F using Tapatalk
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

סגייט אריינגיין אין שפראך דאס. אמאל ווען מען האט געוואלט זאגן אז די מעשה איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן , פלעגט מען זאגן אז סאיז א באבע מעשה, אדער א בעלויני סטארי .

פון יעצט וועט מען זאגן עה סאיז א בילבאורד סטארי...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך פארשטיי נישט פארוואס הרב בן-שושן-פורים וויל נישט אראפבעקן פון דעם געשיכטע. פארקערט, עס וואלט ווען געווען פיל בעסער אויב וואלט ער ארויסגעקומען מיט א מוסר השכל איבער דעם ווי זיין איינרעדעניש איז ארומגעפארן גלאבאל. ער איז פארנומען זיך צו פארענטפערן, ממש א שאד אויף אים.

דער אויסטרעפער פון די געשיכטע איז שעפעריש ביז גאר.
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

גראדע איז די אויסטרעפער פון די געשיכטע נישט אזוי שעפעריש בכלל. ווייל Coke האט טאקע קאונטדאון עדס פאר קאוק זערא. מילא איז די ליגענט וואס רב ששון האט איבערגעפלאנצט פון LA צו Tronto און אנגעהאלטן די מעשה אליין מיט אן עקשנות ווייל ס'איז אמת (און זיין שפראך "עמעעט") פלא'גע'רייזט אויך.

https://youtu.be/0RfnTcXNkqU

https://adage.com/creativity/work/mondays/36905
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

אדער קען מען זאגן אז די געשיכטע איז באזירט אויף אמתדיגע פאקטן....
מאנטריאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2020 12:04 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

Re: א געשיכטע מיט א בילבאורד

שליחה דורך מאנטריאל »

און טאמער עס איז יא אמת איז עס דען אזוי odd אז עס זאל געשען, דאס יא אז עס ווייזט אז דער עולם קויפט אפ מעשיות אבער עס קען זיין אמת. און גראדע איך האב פארציילט די מעשה פאר א שיינע איד האט ער מיך געזאגט ער האט שוין געהערט די מעשה א לאנגע צייט צוריק.
אויכעט האב איך עס פארציילט פאר א בחור זאגט ער מיך ער האט עס שוין געהער לאנג צירוקַ.
מסתמא די מעשה איז אן אלטע לעגענדע וואס איינער איז איינגעפאלן און דער בן ששון האט עס אפירגעקראצט ער האט געזוכט וואס צו קענען רעדן און שוין.

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

די קאונטדאון דערמאנט מיר א שטיקל רעב קטלא פון כמעט צוואנציג יאר צוריק.

"האָב איך מיר געטראַכט װיאַזױ עס װאָלט אױסגעזען אַז ס׳װאָלט געװען אַ מצות עשה צו מאַכן אַן אַראָפּצײל (קאָנטדאָן בלע"ז)."

http://katlekanye.blogspot.com/2003/05/?m=1
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

שליחה דורך תנחום »

המבשר תורני די וואך
לא באתי לנצח (שולי)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א רחמנות אויף זיי צו דרוקן יעצט ווען ס'שוין עטליכע וואכן וואס די גאנצע וועלט ווייסט אז ס'קוים א משל.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

נאך א פאר יאר פון האבן א סעלפאון האב איך זיך אויסגעלערנט פון זעהן די מעסעזשעס צו וויסן אויב סאיז אמת אדער פעיק ניוז, איך דארף נישט קיין ראיות און הוכחות אויף מעסעזשעס וואס איך באקום איך שמעק עס גלייך ביים זעהן, די מעשה ביים לייענען, האט זיך גלייך מיין דעטעקטער אין מיין קאפ צופופן הויעך, פאלש! פאלש! איך דארף נישט מער פון דעם.
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

תרמב האט געשריבן:נאך א פאר יאר פון האבן א סעלפאון האב איך זיך אויסגעלערנט פון זעהן די מעסעזשעס צו וויסן אויב סאיז אמת אדער פעיק ניוז, איך דארף נישט קיין ראיות און הוכחות אויף מעסעזשעס וואס איך באקום איך שמעק עס גלייך ביים זעהן, די מעשה ביים לייענען, האט זיך גלייך מיין דעטעקטער אין מיין קאפ צופופן הויעך, פאלש! פאלש! איך דארף נישט מער פון דעם.


וואס איז מיט אלע fables און מעשהלעך וואס האסט זיך צוזאמגעהערט פאר דיין enlightenment, זיכסט ראיות און הוכחות אויף למפרע אויך, אדער שבשתא כיוון דעל על?
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

דעי יוד האט א סמארטפון ר"ל
yesiknow
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל

שליחה דורך yesiknow »

אויך כאפט זי אהן זיין האלז פון איר מאן רחמנא ליצלן קען זיין די אהבה האט געברענגט די השפעה ודוק
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

איך בין נישט באהאווענט אין די אדווערטייזינג ביזנעס וממילא קען זיין אז מיין קושיא איז נישט קיין קושיא. אבער מיר איז בכלל שווער אויף אפילו די "קען זיין" פונעם מעשה. והיינו, ווי איך פארשטיי, ווען איך דינג א בּילבּאָרד פון א קאמפּאני צו אדווערטייזן דערויף, צב"ש, וויקטאָריאָ'ס סיִקרעט אונטערוועש מיט די מאדעלן וכו', האב איך אן אפמאך עד כך וכך זמן וועט מען עס דארט אדווערטייזן. יעצט, קען דען א צווייטער, וואס איז א קאנקורענט אדער גלייכט נישט מיין אדווערטייזמענט, קומען בתוך אותו זמן און זאגן "איך צאל דיר מער, נעם עס אראפ, און לייג אנשטאטס דעם מיין אדווערטייזמענט"? איך האב דאך שוין א קאנטראקט און אפמאך מיט'ן אדווערטייזינג קאמפּאני וואס איז בעה"ב פונעם בּילבּאָרד! און אויב די זמן איז שוין אפגעלאפן גייען זיי דאך ממילא אראפנעמען דעם אדווערטייזמענט בכלל; זיי גייען עס דאך נישט דארט לאזן בחנם. מ'קען אפשר מדחיק זיין אז די קאנטראקט איז אפגעלאפן און יענער איז שנעל אריינגעקומען אז די "אומווערדיגע" קאמפּאני זאל נישט קענען באנייען דעם קאנטראקט. עס איז אבער לכאורה נישט משמע אזוי פונעם סיפור.

קען זיין אז מ'קען זיך אפרעדן צו די רעגירונג וכדומה אלס אפענסיוו וכו' צי סוּען אלס דעמעדזשעס וכדומה ווען מ'האט א טענה, אבער נישט אלס אפדינגען "אנשטאטס" בתוך זמנם וכנ"ל. לכאורה.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל

שליחה דורך לייבל שטילער »

וועט מען מוזן פארענטפערן די נישט-געשטויגענע מעשה אז דער איד האט אויך אנגעבאטן קאנפעסאציע פאר די דינגער'ס צו לאזן איהם איבערנעמען די קאנטראקט.
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

אבער דעמאלטס וואס פעהלט אים אויס צו אדווערטייזן דארט עפעס אנשטאטס. מיינענדיג, ער קען פשוט זיי געבן קאַמפּענסעישאן זיי זאלן דארט אדווערטייזן, צב״ש, די קאמפּאני׳ס לאָגאָ/סימבאל אָן א בילד וכדומה. ווי אויך קען ער זיי געבן קאַמפּענסעישאן אז זיי זאלן גארנישט דארט אדווערטייזן, לאזן דאס געלט וואס זיי דארפן באצאלן פאר׳ן אדווערטייזינג קאמפּאני ביים אדווערטייזינג קאמפּאני, און לאזן דאס אדווערטייזינג קאמפּאני דאס יעצט פארדינגען פאר איינעם אנדערש; די אדווערטייזינג קאמפּאני פארדינט פון ביידע זייטן און די קינדער׳ס ״קדושה״ איז אויך געראטעוועט.

עכ״פ מ׳דארף פארענטפערן די ״קען זיין״ פונעם מעשה מיט דוחקים שבדוחקים.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: א געשיכטע מיט א בילבאורד

שליחה דורך פאליטיקאנט »

קען זיין עס איז געווען אן עלעקטראנישע בילבאורד וואס מ'קען צאלן אויפ'ן טאג / שעה.

סתם אזוי:
1) קאוקא קאולע האט דאך געקענט אליין טון דעם שפיצל אויב עס איז זיי אזוי וויכטיג...
2) אן עד ביי די סופערבאול קאסט 5 מיליאן דאלער, שווער צו זאגן א בילבאורד זאל זיי ווערט דריי בכל אופן.
3) קאוק האט דאך געקענט אנטקעגן 2 מאות, און ער וואלט עס גענומען. וואס איז פשט פון די דריי מיליאן דאלער?
פארשפארט