ווער ביסטו, וואס דיין נאמען איז,
ער אדער א זי, אדער גאר א שטות,
איך נעם די מיה, ווייל איך מיז,
זוכן די, וואס מאכט מיין ריס.
געזוכט טעג'ן, געקלערט וואכן,
לאנגע וועגן, בין איך געקראכן,
געטוהן פרעגן, תשובות צוריק געשטאכן,
ענטפערס מעגן, זיין ווייניגער צעבראכן.
אברהם האט געניסן, צו איהם זיך באוויזן,
ביי זיינע ברית'ן, איך גערעדט געשריגן,
פון אייר ביז ניסן, ווערטער שיסן,
ביזן, ריזן, הימל דיך צו גריסן,
אפשר צוריק שמעוסן, זאלסט נביא גיסן,
אבער שטילקייט מיך געשמיסן, מיך געביסן,
מיין געוויסן, זאלסטו וויסן,
ווי דאס האט מיך שטארק צעריסן,
אוי! טאטע זיסן.
איך ווייס בײ מיך, אז אנטפלעקן,
איז נישט שכיח, כ'וויל נישט בלייבן שטעקן,
טוה איך אפ גיך, מיין שיך,
די זאלסט דיך, באווייזן הייליג רוח,
אויסקלארן מיינע פלעקן,
און ענדיגען די זוך,
מיט א גלעטל אָן א שטעקן,
זאל איך גלייבן אין דיין הייליג ביך.
וואודער קול, וואודער קול,
אין מיינע אויערן זיי צוריק קלאפן,
וואודער קול, וואודער קול,
מיין רוף די בערג איינזאפן,
וואודער קול, וואודער קול,
אויב קענסטו מיר אויפכאפן,
וואודער קול, וואודער קול,
איך פרוביר דיר צו דערטאפן.
וואודער קול, וואודער קול,
איך ווי א לייב א שרייעדיגע,
וואודער קול, וואודער קול,
ווי א וואלף א וויינעדיגע,
וואודער קול, וואודער קול,
פון דיין קינד א נייגעריגע,
וואודער קול, וואודער קול,
מיין שטום-בענדער הייזעריגע.
האפענונג איך טראג,
א יעדן טאג,
מיינס א רייץ,
צו זעהן דעם קֵץ,
טאקע א יאך,
גלייב איך דאך
מיין אומגעפונס,
נישט אומזינסט.
ס'איז אנגעקומען!
מיך ארומגענומען,
א שיינע פייער,
א ווייסע שלייער,
גאט קישט מיר,
צווישן אויגן פיר,
אזוי בוי איך א בנין,
נעבעכדיגע דמיון.
אויב ליינסטו מיינע געדאנקען,
וועסטו אוודאי וויסן טאָן,
מיינע הייליגע אמונה צאנקען,
וועלכע עס גייט זיי גארנישט אן,
איך דארף נישט קיינע געשאַנקען,
נאר איין געשאַנק איך מאָן,
באווייז דיך כ'זאל דיר קענען דאנקען,
און מיט שטאלץ ארויפציען דיין פאָן.
עס זעהט אויס נאריש און סארקאסטיש,
ס'איז שוין ארויס פון סטיל אז גאט זאל זיך באווייזן,
ווער אין דעי דור קלערט נאך אזוי פאנאטיש,
קיינער טראכט אזוי אפילו אין די שענסטע קרייזן,
אויב וויל מען גלויבן און זיין צו דיר סימפאטיש,
דארף מען זיך שטארקן ווי נאגל אויף אייזן!
מיט בלוט אדער האניג וועל איך בלייבן צו דיר לייַטיש,
יא! איך! גלייב! דו וועסט קומען מיין מיסטעריע לייזן.
אויב נישט בייטאג אפשר ווען טונקל,
אויב נישט אין מדבר אפשר אין שטעטל,
"אויב נישט אויף ערד אפשר אין הימל..."
גאט באווייז דיך צו מיר זעלבסט
- ברוינשטיין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 404
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל
- ספרא דמרא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 35
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 12, 2019 9:48 pm
- האט שוין געלייקט: 22 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל
און גאט האט געענטפערט:
איך בין א מיסטעריע פאר דיר
איך בין א היסטעריע פאר מיר
איך בין נישט נאר איין איך, ווייס נאר
איך עקזיסטיר? יא און ניין, נישט קלאר
איך בין העכער עקזיסטענץ, העכער צייטן
איך בין נענטער ווי נאנט, אבער פונדערווייטן
איך בין נישט מיט דיר, אבער איך טוה באגלייטן
איך בין נישט גלייך מיט אייך, איך טוה זיך צושפרייטן
איך בין דיין הויז, איך בין דיין גאס
איך בין ערנסטקייט, און אויך שפאס
איך בין נישט שווארץ און נישט ווייס
איך בין ליבשאפט, מיט פאלשע האס
איך בין דער בעקער פון דער וועלט
איך בין דער באשעפער פון געלט
איך בין דער האר פון יעדן געצעלט
איך בין דער וואס פון דיין נייגער קוועלט
איך בין נישט דא אז דו זאלסט מיר זען
איך בין שוין דא גענוג לאנג, עס איז גוט געווען
איך בין נאר אינטערסירט זאלסט גלייבן
איך בין נאר אזוי גרייט פאר דיין פארבלייבן
איך בין אינטערסירט דו זאלסט דורכמאכן
איך בין נישט נייגעריג אז דו זאלסט קראכן
איך בין נישט א הארט ניסל אויפצוקראכן
איך בין דער הערשער אויף אלע פעלקער און שפראכן.
איך בין א מיסטעריע פאר דיר
איך בין א היסטעריע פאר מיר
איך בין נישט נאר איין איך, ווייס נאר
איך עקזיסטיר? יא און ניין, נישט קלאר
איך בין העכער עקזיסטענץ, העכער צייטן
איך בין נענטער ווי נאנט, אבער פונדערווייטן
איך בין נישט מיט דיר, אבער איך טוה באגלייטן
איך בין נישט גלייך מיט אייך, איך טוה זיך צושפרייטן
איך בין דיין הויז, איך בין דיין גאס
איך בין ערנסטקייט, און אויך שפאס
איך בין נישט שווארץ און נישט ווייס
איך בין ליבשאפט, מיט פאלשע האס
איך בין דער בעקער פון דער וועלט
איך בין דער באשעפער פון געלט
איך בין דער האר פון יעדן געצעלט
איך בין דער וואס פון דיין נייגער קוועלט
איך בין נישט דא אז דו זאלסט מיר זען
איך בין שוין דא גענוג לאנג, עס איז גוט געווען
איך בין נאר אינטערסירט זאלסט גלייבן
איך בין נאר אזוי גרייט פאר דיין פארבלייבן
איך בין אינטערסירט דו זאלסט דורכמאכן
איך בין נישט נייגעריג אז דו זאלסט קראכן
איך בין נישט א הארט ניסל אויפצוקראכן
איך בין דער הערשער אויף אלע פעלקער און שפראכן.
אם תרצה שיהיה בכוחך לסבול את החיים, היה מוכן לקבל את המוות
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אייזן! אייזן!
דאס איז א שטיקל ענטפער אויף דיין שאלה דא.
מען קען דאס אפטייטשן ווי עס רירט אָן אויף מישעל דע סערטעא'ס מימרא.
דאס קען אנרירן אויף ניקאָלאס פון קוּסאַ'ס געדאנק אז ג-ט איז העכער דעם געדאנק פון נאַן-קאנטרעדיקשאן און האט בתוך ההגדרה קעגנזייטיגע פּראפּערטיס, ווי אויך אויף נמנע הנמנעות (וע״ש בהאשכול) (אָנגערירט אביסל דא).
ברוינשטיין האט געשריבן:עס זעהט אויס נאריש און סארקאסטיש,
ס'איז שוין ארויס פון סטיל אז גאט זאל זיך באווייזן,
ווער אין דעי דור קלערט נאך אזוי פאנאטיש,
קיינער טראכט אזוי אפילו אין די שענסטע קרייזן
דאס איז א שטיקל ענטפער אויף דיין שאלה דא.
ספרא דמרא האט געשריבן:און גאט האט געענטפערט:
איך עקזיסטיר? יא און ניין, נישט קלאר
איך בין העכער עקזיסטענץ, העכער צייטן
מען קען דאס אפטייטשן ווי עס רירט אָן אויף מישעל דע סערטעא'ס מימרא.
ספרא דמרא האט געשריבן:איך בין נענטער ווי נאנט, אבער פונדערווייטן
איך בין נישט מיט דיר, אבער איך טוה באגלייטן
דאס קען אנרירן אויף ניקאָלאס פון קוּסאַ'ס געדאנק אז ג-ט איז העכער דעם געדאנק פון נאַן-קאנטרעדיקשאן און האט בתוך ההגדרה קעגנזייטיגע פּראפּערטיס, ווי אויך אויף נמנע הנמנעות (וע״ש בהאשכול) (אָנגערירט אביסל דא).