וועלכע ''מינע מענטשן'' זענען קאווע שטיבל?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב די פארגאנגענע נאכט (פרייטיג צו נאכטס) געחלומ'ט אז איך שטיי פאר'ן בי"ד של מעלה. מ'פרעגט מיך וואס ווילסטו (כאילו מ'פרעגט) גן עדן אדער גהינום. האביך געזאגט גהינום. שוין. איך קום אריין אין א גרויסן לעכטיגן צימער. זעהט אויס ווי א ביהמ"ד. ס'דא פיינע באקוועמע בענקלעך. א גלעזל טיי איז אנגעגרייט אויפ'ן טיש. (מיט איקוועל אדער ספלענדא פאר די וועלכע טארן נישט עסן קיין סאך צוקער). אין ביהמ"ד איז גוט ווארעם. ס'זיצט דארט נאך א איד. ער זעהט מיר אויס צו זיין באקאנט. איך רוק מיך צו נענטער צו איהם און געב איהם שלום עליכם. כ'פרעג וויאזוי ער האט געהייסן אין עולם השפל. זאגט ער טוביה מאיר. זאג איך דער פון מאמענט. יא. אבער מ'קען מיך ענדערש פון די ראבא-קאללס. פארדעים ביניך טאקע אנגעקומען דא אין גהינום. האמיר זיך אראפגעזעצט שמועסן. דארט (אין גהינום) איז געווען גרויסע פענצטער. מ'האט געקענט אריבערזעהן אין די שכינות'דיגע היכלות פון גן עדן. זעהמיר דארט אין א געוויסן היכל אין גן עדן וואו ס'איז זייער שטארק געפאקט. דארט איז דא א גרויסער עולם. די אידן וועלכע האבן געוואלט מקיים זיין געוויסע מצוות. אזוי ווי רודפ'ן די רשעים. (נישט די עכטע). און די פאשקעוויללן שרייבער און ווארפער זענען אויך דארט געווען. אויך האבן זיי נישט געוואלט עובר זיין אויף געוויסע עבירות. ווען א איד איז געקומען אין ביהמ"ד בעטן געלט האבן זיי געזאגט אז ס'איז אן עבירה א יעדן דאללער וואס מ'געט פאר איהם . האבן זיי טאקע נישט עובר געווען די עבירות. אבער אין דעם היכל אין גן עדן איז נישט געווען קיין בענקלעך. אויך נישט קיין טישן. ס'איז אויך געווען זייער קאלט. קיין ספרים זענען אויך נישט געווען פון וואס צו לערנען תורה. מ'איז נאר געשטאנען און געווארט....! זאג איך צו ר' טוביה מאיר אז ס'איז בעסער צו זיין אין דעם זעלבן גהינום וואו ער איז פארמשפט' געווארן (וועגן די ראבא-קאללס) ווי איידער אין דעם גן עדן פון די אזוי-גערופענע צדיקים אין גן עדן...וייקץ פרעה והנה חלום...!


קען זיין אז טוביה מאיר וועט גיין אין גן עדן, אבער ס'וועט האבן יענץ טעם, ער וועט זיצען אויפן גאלדענע שטיל, מיט די געפלאכטענע/געקנעפעלטע עטרה אויפן קאפ, איבער א גמ' מיט א טיי...לימא מתניתין...טררררררררר, ער הייבט אויף די טעלעפאון און ווער איז עס......נישט קיין צווייטער ווי חסדי טובים מאורות, ער האקט אראפ, נאכאמאל לימא מתניתין דלא......טררררררררר.........חסדי טובים מאורות......לימא מתניתין דלא כבן ננס....טררררררר.......חסדי טובים מאורות.......בקיצור ער וועט נישט האבן קיין מנוחה דארט ס'וועט האלטן אין איין קלינגען.....טררררררר.......שוין ווייטער ווער איז די מאמע שטיפער, ער הייבט אויף און.......חסדי טובים מאורות
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
ויש לומר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 11:54 pm
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

ווער בין איך

שליחה דורך ויש לומר »

ווער בין איך? , ווילען די קאווע טרינקער וויסען.
אאאממממ....... די אמת איז אז איך ווייס אליין נישט,
אייגענטליך, עס ווענדט זיך וועלכע טאג די פרעגסט מיר.
איין טאג בין איך א מגי"ש וואס גיבט א ווארימע שמועס איבער "חובת האדם בעולמו".
[center]אבער דער צווייטער טאג ווייס איך נישט אין וועלכע עולם איך געפין זיך.[/center]
איין טאג וויל איך נאר להתענג על ה' איך דראפעווע זיך ביי והאר עינינו, ודבק ליבנו,
[center]אבער דער אנדערע טאג דארף איך נאר אלכאהאול מיט פארנאגראפיע.[/center]
איין טאג גלייב איך אין דער כח פונעם רבי'ן זאל זיין געזונט מיט אלע אנדערע צדיקים,
[center]אבער דער קומענדיגען טאג גלייב איך ................................[/center]

איז מיר באשערט צו זיין אזוי וואו א צעבראכנע שיף וואס די כאוואליעס ווארפען עס פון איין שטיין צום צווייטען?
[center]אדער וועל איך אמאל וויסען מיין ריכטגען אידענטעט?.[/center]
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

דו פארסט גוט. שטעל דיך פאר ווען דו פארסט נאר אין איין ריכטונג, וואספארא נמאס'דיגע טעם דאס האט. וואס דו טוהסט, טראכסט, און פאנטאזירסט יעצט, מיינט אז דו ביסט א מבקש האמת, און צו דערגרייכן די ריכטיגע דירעקציע קומט נישט פון גיין יעדן טאג אין די זעלבע וועג, דאס רופט מען, מעשה קוף בעלמא.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

ויש לומר האט געשריבן:ווער בין איך? , ווילען די קאווע טרינקער וויסען.
אאאממממ....... די אמת איז אז איך ווייס אליין נישט,
אייגענטליך, עס ווענדט זיך וועלכע טאג די פרעגסט מיר.
איין טאג בין איך א מגי"ש וואס גיבט א ווארימע שמועס איבער "חובת האדם בעולמו".
[center]אבער דער צווייטער טאג ווייס איך נישט אין וועלכע עולם איך געפין זיך.[/center]
איין טאג וויל איך נאר להתענג על ה' איך דראפעווע זיך ביי והאר עינינו, ודבק ליבנו,
[center]אבער דער אנדערע טאג דארף איך נאר אלכאהאול מיט פארנאגראפיע.[/center]
איין טאג גלייב איך אין דער כח פונעם רבי'ן זאל זיין געזונט מיט אלע אנדערע צדיקים,
[center]אבער דער קומענדיגען טאג גלייב איך ................................[/center]

איז מיר באשערט צו זיין אזוי וואו א צעבראכנע שיף וואס די כאוואליעס ווארפען עס פון איין שטיין צום צווייטען?
[center]אדער וועל איך אמאל וויסען מיין ריכטגען אידענטעט?.[/center]

דעם פראז 'איין טאג א מלאך און איין טאג א גלח איז נאך ערפונדן געווארן בעפאר די ביסט געבוירן,
רוב מענטשן אויפן וועלט זענען אזוי ווי דיר, יעדן טאג עפעס אנדערש,
דאס איז די מין אנישי, אזא מין מאדנע באשעפעניש...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
קאמארנער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 05, 2022 6:16 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך קאמארנער »

ויש לומר האט געשריבן:ווער בין איך? , ווילען די קאווע טרינקער וויסען.
אאאממממ....... די אמת איז אז איך ווייס אליין נישט,
אייגענטליך, עס ווענדט זיך וועלכע טאג די פרעגסט מיר.
איין טאג בין איך א מגי"ש וואס גיבט א ווארימע שמועס איבער "חובת האדם בעולמו".
[center]אבער דער צווייטער טאג ווייס איך נישט אין וועלכע עולם איך געפין זיך.[/center]
איין טאג וויל איך נאר להתענג על ה' איך דראפעווע זיך ביי והאר עינינו, ודבק ליבנו,
[center]אבער דער אנדערע טאג דארף איך נאר אלכאהאול מיט פארנאגראפיע.[/center]
איין טאג גלייב איך אין דער כח פונעם רבי'ן זאל זיין געזונט מיט אלע אנדערע צדיקים,
[center]אבער דער קומענדיגען טאג גלייב איך ................................[/center]

איז מיר באשערט צו זיין אזוי וואו א צעבראכנע שיף וואס די כאוואליעס ווארפען עס פון איין שטיין צום צווייטען?
[center]אדער וועל איך אמאל וויסען מיין ריכטגען אידענטעט?.[/center]

א נארמאלע איד מיט א יצר הרע און א יצר טוב
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

א ברסלב'ער תלמיד וועלכער האט אייביג עליות און ירידות. ער שטארקט זיך אייביג אויף זיינע פרעבלעמען (און יצר הרע). ער הייבט אייביג אן נאכאמאל פון אל"ף. און איז זיך קיינמאל נישט מייאש...!

נאר ער זאלל נישט אויסזעהן ווי ר' חיים. בגן עדן תהא נשמתו...!
petrishke
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 8:52 pm
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך petrishke »

berlbalaguleh האט געשריבן:א ברסלב'ער תלמיד וועלכער האט אייביג עליות און ירידות. ער שטארקט זיך אייביג אויף זיינע פרעבלעמען (און יצר הרע). ער הייבט אייביג אן נאכאמאל פון אל"ף. און איז זיך קיינמאל נישט מייאש...!

נאר ער זאלל נישט אויסזעהן ווי ר' חיים. בגן עדן תהא נשמתו...!

כ'האב לעצטענס געהערט אזא אויסדרוק; כ'שפיר מיך ווי א רשע אין גן עדן...
The greatest science, changed their minds
מיין אמת

שליחה דורך מיין אמת »

עצי שטים האט געשריבן:זיך שאקלנדיג אזוי פרייטיג צונאכטס ביי מיין רבין'ס טיש, בשעת'ן זיך אריינקאכן אין א פארדווייקעטער כל מקדש, גיט מיר פליצלונג אזא שווים ארויף אין קאפ אזא מחשבה'לע,

יא, איך שטיי דא ווי א ציקוועטשטן חסיד וואס פארשטייט נישט גארנישט ארויס פונעם קעסטל, איינער וואס באטראכט מיר פונעם צווייטן זייט בארענטשע, קלערט ניטאמאל אז איך שרייב אויף אייוועלט, נא אויב אזוי איז אפשר מיין פאר'דבק'טער חברים מימיני ומשמאלי, אויך פון די הויכגעשעצטע קאווע שטיבל שרייבערס?

איך קוק אזוי אראפ אויפן פאדערשטן טיש, דארט זיצט אזא חשובן דיין, אביסל אן אפענער, ער גלעט זיך לייכט זיין לענגליכע רויטע בארד, און קלאפט לייכט זיין האנט צום טאקט פונעם ניגון, און איך טראכט אזוי צו מיר, איז ער נישט אפשר אונזער 'שמעקעדיג'??

פון די אנדערע זייט פארענטשע זעה איך א איד מיט א מיטל סייז שווארצע בארד, ער זינגט אזוי שטיל מיט די ניגון, און איך טראכט אזוי צו מיר, ער איז דאך ממש געאייגנט צו זיין 'רביה''ק זי''ע', נישט אזוי?

ביים עק פונעם אויבן אן זיצט אזוי א חשובן מגי''ש, ער זיצט מיט א קצות, דוקא אינמיטן כל מקדש, ער ציעט בשעת מעשה זיין גרויע בארד, און איך טראכט צו מיר, איז דאס נישט אונזער 'העניך'?

אויבן ביי די בחורים זעה איך אזוי שמועס'ן צוויי בחורים דוקא אינמיטן די ניגון, זיי מאכן זיך נישט צו טון פון די בייזע בליקן וואס די עולם ווארפט אויף זיי, און איך באמערק אזוי ווי איינער איז אזא דארע בחור מיט א שיינע קמץ בארד, אזעליכע שיינע מסודר'דיגע פיאות, און איך גיב א טראכט, אפשר איז ער גאר 'ברוינשטיין'?

איך בעט איבער די איבריגע חבירים וואס איך בין נישט מפרט בפרטיות, באט יו געט די פיקטשער, מיטאמאל זעה איך מיך שטיין אינמיטן א קאווע שטיבל טיש, און ווער ווייסט, אפשר איז די רבי אליין א שריפטשטעלער, אפשר גאר איז די רביצין, אונזער 'בת קול'

איך שטיי אזוי און מיטאמאל זעה איך ווי ס'ווערט שטיל און די עולם קוקט אויף מיר, מען האט פארענדיגט כל מקדש און יעדער באטראכט מיר אזוי, וואס גייט פאר? איך פאנג אן צו ווערן רויט, וואס וויל מען פון מיר? מה חטאתי? און דאן זעה איך ווי די אדמו''ר אליין קוקט מיר אהן, אוי רבש''ע וועגן דעם קוקט מיר יעדער אן, וואס וויל מען פון מיר? האט מען אנטדעקט ווער איך בין?

מיטאמאל שניידט דורך די גבאי'ס קול די שטילקייט ווי א מעסער: ''עצי שטים איז מכובד מיט מנוחה ושמחה''

עצי שטים@wow!
פארשפארט