סתם אזוי קען די מעשה נישט זיין אמת ווייל ווי [tag]קאצקע[/tag] האט אנגעמערקט האט די מאן א סמארטפון, און פון אינטערנעט קען קיין גיטס נישט ארויסקימען.
אויכט די פרוי איז סאך מער מכשיל די בחורים מיט איר דורך זיכטיגע שטרימפ, נאך אן קיין סימס אויך, אךךך.. פוי..., סקירט ווייניגער פון 4 אינטשעס, און א לאנגע עבודה זרה שייטל, זי איז שוין פארכאפט ביי די סטרא אחרא, אפילו אויב די מעשה איז יא אמת קומט עס מצד הטומאה, אזוי ווי ביי די נס וואס איז געשעין אין ענטעבי.
א געשיכטע מיט א בילבאורד
פאליטיקאנט האט געשריבן:קען זיין עס איז געווען אן עלעקטראנישע בילבאורד וואס מ'קען צאלן אויפ'ן טאג / שעה.
סתם אזוי:
1) קאוקא קאולע האט דאך געקענט אליין טון דעם שפיצל אויב עס איז זיי אזוי וויכטיג...
2) אן עד ביי די סופערבאול קאסט 5 מיליאן דאלער, שווער צו זאגן א בילבאורד זאל זיי ווערט דריי בכל אופן.
3) קאוק האט דאך געקענט אנטקעגן 2 מאות, און ער וואלט עס גענומען. וואס איז פשט פון די דריי מיליאן דאלער?
איך האב געשיקט אן אימעיל צו קאקע קאלע אנפרעגנדיג איבער די אנגעבליכע געשיכטע. זיי האבן מיר אנגעבאטן דריי מיליאן דאלער פארן קאפ פון דעם וואס האט זיי געמאכט אויפנעמען נאך דריי מיליאן ארבעטער צו ענטפערן די טעגליכע דריי מיליאן אימעילס פון דריי מיליאן יואלי׳ס וואס אפפערן זיי מארקעטינג ספעשל׳ס.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
קריגסט נישט ווייל ס'איז מסתבר אז דאס האסטו שוין געמאכט נאכ'ן הערן די מעשה ווייל דו האסט נאר די סעקונדן פאזיציעס ווייזענדיג אז דו האסט זיך געראכטן פאר דאס בילד צו סטאפן ביי זעכציג סעקונדן... 

דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.