שטילע אינגערמאן האט געשריבן:בעל מדות האט געשריבן:
איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב ווי מחאות און אנטי ציונות האבן באקומען מער ליבשאפט ווי אינזער אייגענע פאמיליע, אלץ בחור האב איך געלערנט אין א ישיבה וואס איז אנגעשטעקט מיט אט די שיקאנירונגען פון האסן יעדער איד און איך האב פלייסיג מיטגעהאלטן די גאנצע מסגרת און איך האב נאך א יאר פון זיך פלאגן אויף תורה אוועקגעבנדיג פון מיין פרייע צייט און אייגן ווילן שעות אריכות ווילנדיג ברענגען צו מיינע עלטערן נחת, איך האב געלערנט גוט און זיך ענדליך פארהערט ביי א רייע "בוחנים" (א געוויסע "ארבעט" פאר "ארבעט'סלאזע" מענטשן) איך האב גוט געקענט אינעווייניג און אויסענווייניג און אלץ מתן שכרה בצדה געקריגן א "בעכער" פון די הנהלת הישיבה אלץ אנערקענונג פאר מיין אויסעגעווענליכע התמדה פון א גאנצן יאר הארעווען,
איך קום אהן אהיים מיט מיין אזוי באליבטע מתנה פון ישיבה, איך וויל הערן מיין טאטנ'ס גוט ווארט, א קניפ אין בעקל, א קלאפ אין רוקן, מיין טאטע עפנט דעם באקסל הייבט אהן הנאה האבן ווען מיטאמאל זעה איך א ווילדן גרימצארן אויף זיין באקן, ער כאפט מיין בעכער געבט עס א טראסקע אראפ אויפן ערד האקנדיג דערויף מיט זיין פיס ווען פון זיין מויל רייסן זיך ארויס ווילדע אטאקעס אנגעהויבן אויף מיר און געענדיגט מיטן הנהלת הישיבה, כאפט אייך אהן דאס הארץ, ער קוויטשעט מיט באנומענע יללות, ...פוי..ווי קען דאס ווערן געניצט פאר א מתנה ווען עס איז דערויף ארויפגעקריצט די טמא'נע ווערטער "מעיד אין איזראעל"?!?...שעמען זאלן זיי זיך!.....
אט דאס האב איך געלייענט און מיין מיינונג איז גארנישט אריינצירעדן אין אזעלכע האקעלע נושאים און איך גיי נישט געבן רעכט פאר דעם בחור'ל פארן אראפנעמען די בארד און פאות אבער איך קען נישט קיין טענות צו אים האבן.
און דאס איז ליידער מיט די סארט מענטשן וואס זייער גאנצע לעבן איז פול מיט לעבנסלוסט פון מוחה זיין, זיי אטעמען ציונות, און שטעלן זייערע פאמיליע'ס, קינדער'ס חינוך, ברענגען פרנסה, און אלעס ארום אלץ א זייטיגע זאך אין לעבן.
א ביטערע רחמנות אויף דער קינד וואס האט נעבעך געוואלט איבערצייגן די פאטער אז ער איז א מציון אין די פאטער האט עיהם צופילקט די בעכער, אין די טאטע דארף מען הענגן אונדרויסען פון שומר שבת א זונטאג נאכט.
אבער טוע א טובה הער אויף קויפן די קרעפ, דער בחור איז נישט אראפ פון וועג וועגען דעים, דאס איז אפשר א גוטע תירץ אדער א צו הילף, אבער זיי מוחל האק נישט אין טשיייניק.
דא ביי אונז א געוואלד קראנקע עלטערן וואס האבן געמאכט מיטן קינדער וואס זיי איז געפאלן, ספעיצעל די אינגערלייט וואס האבן עלטערן וואס זענען גיבורען תיכף נאכן קריג האבן די עלטערן איבגעלאסט יעדער שני וחמישי די טעם זיי האבן באקומען, אין ב״ה א הערליך דור פון חסידישע אינגערלייט מעט אייפאונס אין בעקיטשעס.
אראפ נעמען די פיאות האט זירא מיט א טאטע רוב מאל, סהאט מיט די קינד וועלען האקן א לעבן,
אין דער ספר הזכרון אויף הרב הוטנער, ברענגען זיי א גאר אינטרעסאנטע רשימה פון איהם. ער שרייבט וואס איז געשען צו איהם נאכ'ן לערנען דער מוסר מהלך. ער האט אלס געוואוסט די גמרא פון אותו האיש, וואס יהושע בן פרחיה האט איהם דערווייטערט אין מיטען ק"ש מיט א שאקעל מיט די האנט, און אזוי איז ער ארויס לתרבות רעה.
איידער ער האט געלערנט מוסר, האט ער געטראכט ביי זיך, קוק אן די גאנצע קריסטענדום, אלס איז געבויט אויף א קליינע שאקעל מיט די הענט, קוק ווי אלס איז געבויט אויף אזא קליינע יסוד, ס'איז אלס איין שטיק גארנישט. נאכ'ן לערנען מוסר האט ער געזען אז פארקערט, מ'זעט פון דא די גרויסע כח פון א שאקעל מיט די האנט, אז פון אזא קלייניקייט קען ארויסקומען אזא מין ריזיגע צרה ווי די קריסטליכע גלויבונג, וואס האט יארען געבויט און געבליעט און גערודפ'ט אידען און דער אויבישטער. אלס פון א שאקעל מיט די האנט.
אין מיין קליינע ערפארונג אין מיין קינדער האב איך זיך איבערגעצייגט מערערע מאל דער ענין. אמאל קען מען דורך א קלייניקייט מאכען פראבלעמען און פאררעכטען אדער אויסמיידען פראבלעמען דורך א קלייניקייט. יא, איך האב נישט קיין ערפארונג אין בחורים אוועק גייען פון אידישקייט און וויאזוי דאס צו פארמיידען, אבער ס'איז מיר בכלל נישט קיין וואונדער אזא מעשה. אז דער בחור גייט צוריק אין ישיבה אן א חשק אין לערנען, און דערנאך זוכט ער מיט וואס אנצופילען די צייט, איז עס מיר גאנץ לייכט פארצושטעלען דער גליטש פון אזא מעשה.
איך האב זיך אויסגעלערנט נישט מזלזל צו זיין אין קלייניקייטען.