פאלגענד איז א טיפזיניגער ארטיקל געשריבן דורך הרב יואל אשר לאבין, איבער לעבן און טויט, איבער חיים טובים און חיים וואלדער.
איך האב פרובירט צו קאפיען און פעיסטן די טעקסט ולא עלתה בידי. ווער עס קען דאס טון וואלט געווען א געוואלדיגע זאך, כדי צו עפענען די פילפארביגע נושאים וואס נעמען ארום דעם ארטיקל, אין אן אפענע דעבאטע צווישן די קאווע שטיבלער.
הרב יואל אשר לאבין - כמה מיני חיים - איבער חיים וואלדער
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 102
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 4:59 pm
- האט שוין געלייקט: 135 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל
וועגן חיים'ען
מחשבות איבער לעבן, מאסקעס, זעלבסטמארד, תיקון העולם און תשובה
יואל אשר לאבין
יעדער פרעגט וועגן חיים. זאג עפעס, שרייב עפעס וועגן חיים
נו, אט לאמיר רעדן וועגן חיים.
חיים - דאס לעבן.
חיים, דאס לעבן איז א זאך וואס מען מוז רעדן וועגן.
וואס הייסט? דו מיינסט רעדן עפעס וועגן לעבן, למשל אז מען דארף נזהר זיין אין עפעס, מצוות פון
אריכות ימים?
ניין, איך רעד וועגן חיים, דאס לעבן.
מיר רעדן וועגן זאכן אינווייניג אין דעם לעבן. דאס לעבן איז די מובן מאליו. זי איז די קאנוואס אויף
וועלכע די גרויסע פעינטינג ווערט געמאלן. די קאנוואס אליין איז די אינטערגרונט. די ווייסע פארמעט
פון אונטער די אותיות. זי איז זעלבסטפארשטענדליך. מען רעדט איבער די חידושים אויף איר.
אבער די לעבן אליין.
נאר אויף איר איז דא די אותיות און די פעינטינג פון וואס מיר רעדן.
מיר רעדן נאר פון זאכן ווען מיר זעען די פארקערטע. די ליכטיגקייט ווערט נאר געזעהן ווען מיר זעהן
איר קאנקורענץ, פינסטערניש. מיר פארשטייען וואס זיין אויסגערוהט און פרייליך איז נאר ווען מיר
באגרייפן וואס מידקייט אדער טרויער באדייט.
דאס לעבן, זי אליין עקזיסטירט. די טויט איז אינדרויסן פון שטעטל, ביים בית החיים. זי ערשיינט אויף
א ווייסע קהל צעטיל מיטן שמש שריפט "הלוואת המת". די לויה איז אין א קאלטע ווינטער נאכט, די
קינדער זענען נישט מלווה און די ארון ווערט דערווייטערט און באדעקט.
מיר דרייען זיך נאר ארום לעבן. און דעריבער איז זי מובן מאליו און מען דארף נישט רעדן איבער איר.
אבער ווען עס קומט אריין אזא מעשה פון חיים'ען, מוזן מיר רעדן וועגן חיים. וועגן לעבן.
ווען די טויט שפילט זיך אויס אין פארנט פון אונזערע אויגן ווי קיינמאל בעפאר, מוז מען אפירנעמען
חיים'ען און רעדן איבער אים.
-
בעצם איז עס נישט ניי. מיר האלטן שוין אפאר יאר אריין אין א דראסטישע טויש. די טויט קלאפט אויף
אונזער טיר. ער טאנצט ארום, דער נישט גוטער, איבער אונזערע קעפ. מיט מאדנע און שוידערליכע
וועגן.
דא ליידן מיר די לעצטע פאר יאר מיט אן אומזעהבארע מגיפה וואס האט אוועקגענומען אונזערע בעסטע
און שענסטע און ברענגט טויזנט סארטן "לאנג-קאוויד" אין פארמאט פון פיזישע, גייסטישע און
געזעלשאפטליכע קאמפליקאציעס.
אט לעבן מיר מיט א הילולא וואס מיר האבן זיך נאכנישט דערכאפט דערפון. א אש קודש וואס איז
געווארן צו אן אש זרה. א אויסדרוק פון לעבן און התרגשות וואס איז פארוואנדלט געווארן, לעיני כל
ישראל, צו א מלכודת מוות.
און דער ציבור, דער זעלבער ציבור וואס ביז לעצטנס האט זיך געקאכט און געאקערט אין דברים של
מה בכך. מינדערוויכטיגע שפאנונגען אינערהאלב חצרות אדער פארטייען, וועלכע נומערן מען זאל
צולייגן צו נעמען פון גאליציאנער שטעטלעך, און וועמען דארף איך היינט פיינט האבן באזירט אויף
מיין פאליטישע אריענטאציע, איז געווארן אריינגעשלעפט אין אמתע שאלות און שמועסן איבער חיים
ומוות!
מיר האבן זיך דערזעהן מיט א מציאות אז אונזערע באליבטע עלטערע ליגן אליין אין שפיטעלער אין
בדידות און פחד מוות און זעהן נאר פארמאסקירטע פרצופים געבן די מינימאלסטע טריטמענט. דאס
געשעהט צו אונז! צו אונזערע באליבטע!
מיר האבן זיך דערזעהן אין א מציאות אז וואס מיר טוען איז מקושר צו לעבן און טויט. יא אדער נישט
פאלגן די דאקטורים. יא אדער נישט וואקסינירן?
יא לאזן די אינסטאנצן קאנטראלירן גרויסע געשעענישן ווי מירון, אדער נישט. און עס איז נוגע אין דיני
נפשות.
דאס טויט איז אנוועזנד!
ווען דאס טויט איז אנוועזנד מאכט עס אונז טראכטן איבער לעבן.
אסאך מענטשן האבן אנגעהויבן היטן זייער געזונט. נישט קיין קונצן און מעשה'לעך. זיי האבן שוין
אנגעהויבן אסאך דייעטס. אבער ווען מענטשן דיין עלטער שטארבן, נעמסטו מער ערנסט דיין
איבערוואג. אסאך מענטשן האבן געמאכט דראסטישע טויש אין זייער שלום בית און קשר מיט די
קינדער, ווען די רעאליטי האט זיי אהיימגעשיקט, קוואראנטירט און בכלליות געשניטן די סאשעל
ארויסגיין תירוצים און מען האט זיך דערזעהן אין רעאליטי.
ווען רעאליטי קלאפט אין פנים צינדט עס אונזערע מחשבות און מאכט אונז טראכטן.
זעלסבסטמארד צווינגט אונז צו באטראכטן אונזער לעבן
מער פון אלעס צוקלאפט אונז א זעלבסטמארד געשיכטע און צווינגט אונז צו גראבן אין די טיפענישן
פון אונזער נשמה און טראכטן טיף.
עס איז היינט אן אפען וועלט. ווען דער איד האט געבראכן די נייעס איבער א פטירה פון זעקס טאג
צוריק האט מען געקענט אנטון קענסער אויף יעדע זעלבסטמארד. אבער ווען מען קען אלעס זעהן לייוו.
יעדע ריר ווערט רעפארטעט, קען מען מער נישט אריינקוועטשן אונטערן געשוואלענעם
איבערגעיורענעם קארפעט.
די יחידים וואס האבן געוויזן מוות פארן עולם אין זייער פנים.
א גאר מיסטעריעזער מוות וואס קיינער האט נישט געקענט זעהן פון דרויסן. נישט צוקוועטשט אויף
שביל ר' דוב אדער אטאקירט פון א אומזעהבארע ווירוס, נאר קראנק פון אינווייניג אויף א שרעקליכע
פארנעם. אסאך ערגער ווי די טויט. זעלבסטמארד. ווען דער מענטש קלויבט מוות איבער לעבן!
די געשעענישן צווינגען אונז צו טראכטן איבער חיים. מיר מוזן באגעגענען חיים, פנים אל פנים און
ענטפערן די שרעקליכע שאלה: וויאזוי קען מיין חבר באגיין זעלבסטמארד?
און אויב ער קען באגיין זעלבסטמארד, וואס זאגט דאס איבערן לעבן? וואס זאגט דאס איבער מיר?
מיין באגעגעניש מיט זעלבסטמארד
א חבר קומט אריבער, צובראכן און צוקלאפט. דער דערציילט א הארצרייסנדע געשיכטע און עס מאכט
אים פרעגן זייער טיפע שאלות:
א נאנטער חבר מיינער וואס מיט וועמען איך האב פארברענגט אפט האט פרובירט צו באגיין
זעלבסמארד! עס איז אים נישט געלונגען.
עס רייסט דאס הארץ! מיין חבר! וויאזוי קען ער טון אזא זאך? איך האב גערעדט מיט אים אפאר טאג
פריער, יא, איך ווייס. ער האט זיך צוטיילט און ער זעהט נישט געהעריג זיין קינד און ער איז מיואש
און צוקלאפט, אבער איך האב נישט גע'חלום'ט! איך האב געמיינט אז ער האט נאך א שטיקל לייף!
שוין, דער חבר איז ארויסגעקומען פון שפיטאל און איך גיי אים טרעפן. און איך האב געטראכט צו מיר
טויזנט זאכן וואס איך גיי אים זאגן ווען איך גיי אים טרעפן. איך גיי אים געבן א האג. איך גיי וויינען
צוזאמען מיט אים און אים זאגן אז איך בין מתפלל א זאכן וועלן ווערן בעסער.
אבער ווען עס קומט למעשה...איך זעה אים. ער שטייט מיט א ציגארעטל, אזוי ווי אייביג. זיין האלז איז
פארבאנדאזשירט. נעבעך, ער האט פרובירט צו שניידן זיין האלז..
ער געט מיר שלום עליכם. וואס מאכסטו, וואס מאכסטו? ברוך השם. יו קנאו... איך האב געהאט א
שטיקל סורדזשערי אויף מיין האלז. ער מאכט זיך תם'עוואטע!
ער לייקנט די רעאליטי! מענטשן זענען זיך צוזאמענגעלאפן. מען האט גערופן הצלה. ער איז געווען אין
א מענטאל אינסטיטוציע. חברים האבן מיר גערופן. איך האב גערעדט צו דאקטורים.... אבער ער,
נעבעך, אין זיין פינסטערע דמיון'דיגע לעבן, גייט ער פארלייקענען די מציאות אין מיין פנים!
איך האב געלאזט די שמועס לויפן וויאזוי ער וויל. אבער מיין קאפ האט גערוישט. ווי קען א מענטש זיין
אין אזא ליגענט? פרובירט ער מיר צו זאגן ליגענט? ער ווייסט דאך אז איך ווייס אז ער ווייסט!
וויאזוי קען א גוטער חבר וואס איך האב נעכטן פארברענגט מיט אים, זיך ארומדרייען מיט ריזיגע שניטן
אויף זיין האלז, און ער ווייסט אז איך ווייס, און זיך מאכן תם'וואטע?
און דער יונגערמאן זיצט ביי מיר, צעשטורעמט. א טרער קומט אים ביים זייט פון אויג און ער פרעגט
גוטע שאלות, יסודות'דיגע שאלות:
זאל איך זיין א חבר צו איינעם וואס איז סואיסיידעל?
צו איז מיין קשר מיט אים געזונט פאר מיר? קען איך זיין נאנט מיט איינעם וואס האט אזא טיפע תהום
אין זיין הארץ? וועט דאס מאכן מיר זעהן די פינסטערניש פון לעבן און אליין אריינפאלן אין ייאוש?
זאגט דאס אז איך קען אמאל זיין אין אזא מצב?
איך בין דאך געווען זיין חבר, איך בין נישט אזויפיל אנדערש פון אים. פשוט זיין לעבן האט זיך
געגליטשט און ער האט זיך דערקייקלט. איך גיי דאך אויף די זעלבע קאמפליצירטע לעבנס מהלכים און
צו קען איך זיך גליטשן אהין?
די שאלות זענען נישט פשוטע. איך האב נישט די ענטפערס ליגן אין מיין קעשענע. און מיט א צובראכן
הארץ האב איך פרובירט מיט מיין חבר זיך דערגרונטעווען אין די געפייניגטע נפש פון זיין חבר און אים
אביסל פארשטיין.
דיין חבר פרובירט שוין נישט צו זיין א גוטער און סאפיסטיקירטער ליגנער.
ער איז אזוי פארברענט פון אינווייניג. ער איז טויט, אויסגעלאשן. דאס לעבן איז אים ערגער ווי די טויט
און ער קעירט שוין נישט. און ער איז אזוי פארטראכט מיט מיליאנען פינסטערע מחשבות און כוואליעס
פון בושה, צער און ייאוש אז ער קען נישט טראכטן אויך פון דיר.
ער איז אזוי דערטרונקען אין זיינע ייסורים אז ער טראכט נישט.. ער טונקט זיך אין פיין. ער וויל
נאכאמאל זיך הרגענען, דאסמאל סוקסעספול.... אבער אויך האט ער טויט חרטה און אפשר פרייט ער
זיך אביסל אז ער האט נישט מצליח געווען. און די אלע געפילן זענען אזוי שווער אויף אים אז ער קען
נישט טראכטן אויך וועגן דיר.
צו די זאלסטו זיין א נאנטער חבר צו איינער וואס שטייט ביי דעם שוועל?
די ענטפער איז נישט קלאר. מיר טארן נישט זיין אכזריות'דיג צו די וואס ליידן די מערסטע. מיר טארן
נישט ווייסן אונזער רוקן.
אבער אנשטאט א אפענע צוויי זייטיגע ידידות פון שוה בשווה, צוויי ענדליכע מענטשן, דארפסטו
טראנספארמירן דיין קשר צו א קלארע נותן מקבל סיטואציע, ווי די נוצט מער רחמים ווי בלויזע אהבה.
דו ווילסטו נישט לערנען פון אים. די ווילסטו נישט קומען צו נאנט צו דעם תהום. די ווילסטו בכלל נישט
אנהייבן פארשטיין די פרעספעקטיוו פארוואס די בעסטע עצה איז זעלבסטמארד!
דן לעבסט.די זעסט דאס לעבן אין א געוויסע לעבנס בליק וואס האט אין זיך האפנונג. לאז נישט אנדערע
טעאריעס איבער לעבן, אין וועלכע די טויט איז בעסער, אריינקומען.
דו, מיין טייערער חבר, די מוזט ליב האבן לעבן!
די מוזט רעדן וועגן חיים און נישט וועגן מוות. זיי גוט צו אים, העלף אים, געב אים רחמנות. געב אים
דיין הארץ אבער נישט דיין מוח.
(איבער זעלסטמארד וואס שטאמט פון מענטאל מחלות וועלן מיר רעדן שפעטער אינעם ארטיקל מער)
די מערסטע דראמאטישסטע זעלבסטמארד געשיכטע אין אידישע היסטאריע
קינדער דערציילן, מענטשן דערציילן און וואס דערציילט חיים?
און לאמיר רעדן איבער חיים'ען.
איבער א מציאות'דיגן מענטש חיים וואס האט געוואוינט אין בני ברק, קען איך נישט רעדן ווייל איך
ווייס נישט גענוג. איך וועל רעדן איבער א דמות. א פערזענליכקייט אין א קאלעקטיווע מעשה וואס מיר
האבן מיטגעלעבט.
דער קעניג פון שרייבערס, דער געוואלדיגער מייסטער אין אויפדעקן אינערליכע געשיכטעס. דער
שרייבער פון פופציג ביכער, וואס אין גאר אסאך פון זיי איז די מאטיוו ענדליך: עס איז דא א
פארהוילענע, אינערליכע וועלט. און די וועלט קען זיין מלא סתירות. עס זענען דא מענטשן וואס פלאגן
זיך מיט אינערליכע שדים, און עס זענען דא מענטשן וואס דעקן צו זייער שרעקליך געמיינעם פרצוף
מיט א מאסקע.
און דער שרייבער האט אויפגעדעקט מאסקעס. אנטדעקט וואס קינדער דערציילן איבער זייערע
אינערליכע, הרגשות רייכע לעבן.
זיין לעבן איז געווען אפען. ער האט ליב געהאט דאס נאנטע אפענע קשר מיטן ציבור. ער איז געווען א
מחנך און געפירט קעמפס פון טויזנטער קינדער. ער איז געקומען אין בארירונג און בארירט מיליאנען
דורך זיינע ביכער, רעדעס און באהאנדלען קינדער. ער האט מיטגעטיילט, מיט גרויס חן, צו די גאנצע
וועלט זיין ווארעמע כאראקטער, זיין בליק אריין אינעם נפש און זיין ווילן צו העלפן.
יעדער האט באוואונדערט וויאזוי דער שרייבער און איש ציבור האט נישט בלויז געעפנט די אויגן פאר
קינדער זיך צו היטן פון סכנות.... און נישט בלויז האט ער געהיילט נפשות און הערצער מיט זיינע הארץ
געשיכטעס וואס האבן געהאלפן מענטשן זיך בעסער פארשטיין.
אבער דער שרייבער איז געגאנגען ווייטער, ער האט געעפנט אין זיין היימשטאט די ערשטע
ארגענאזאציע צו העלפן קינדער. די בני ברק שטאטראט ארבעט מיט אים און מען עפענט א געלונגענע
ארגענאזאציע, ער גייט העלפן אלע קינדער פון זיין שטאט!
אבער דאן, אין א העלן טאג. טיף אין זיין לעבן איז זיין אייגענע מאסקע געווארן דראמאטיש
אויפגעדעקט.
דער גרויסער ארטיסט פון מאסקעס און פנימ'ער וואס האט גערעדט איבער טיפע שיכטן אין לעבן און
אונז גענומען אויף האקעלע טענץ צווישן אמת און שקר, האט זיך אנטדעקט מיט זיין גרויסן ריזיגן
שרעקליכן שאטן!
די דע-מאסקירונג, די הסרת המסווה פון דעם איש ציבור וואס האט אייביג זיך עטוואס געעפענט צום
ציבור איז פארגעקומען מיט געוואלדיגע דראמא. מיט א בני ברק'ער היץ. לעיני כל ישראל, גרויזאם,
פינסטער, און גאר סימבאליש.
דער ציבור האט מיט שאק אויפגענומען די רעאליטעט אז מיר האבן געזעהן א הערליכן פערזענליכקייט,
די בעסטע פון די בעסטער אין דעם באגאבטן בעל כשרון פון וועמען עס גיסט זיך חכמה, הילף און
רחמנות.... אבער דאס איז נאר איין טייל פון זיין לעבן.
דער ריזיגער וואונדערבארער כאראקטער וואס איז אנגעקומען ווי יחידי סגולה קומען אן מיט השפעה
אויפן ציבור, האט אויך פארמאגט א ריזיגע שאטן.
דער זעלבער מענטש וואס האט באמת געהאלפן גאר אסאך. האט אויך פארמאגט א שרעקליכע
אונטערוועלט פון ווילדע תאוות און ענדלאזע אכזריות וואס האט גענומען געוויסע פון די שוואכע, די
צובראכענע, קינדער וואס זענען געקומען זיך אויסוויינען, זיך אויסרעדן, זיין וואלנערעבל, און ער האט
זיי געכאפט אין די מינוטן און זיי אכזריות'דיג בארויבט זייער שליטה און אטאקירט זייער אינטימער
רשות היחיד. און מיט מאניפולאציע און קאלטבלוטיגקייט פארשטאפט די מויל פאר מערערע מענטשן
און געפירט א פארוויקלט לעבן פון זינד, צוואנג, און רציחה.
דער גרויסער מייסטער פון רגש און מומחה אין די נפש טיפענישן האט מיט א פויסט און א פיסקל
פארשוועכט די רגש וועלט פון מערערע און געשאכטן נפשות, כי כאשר יקום איש על רעהו ורצחו
נפש כן הדבר הזה!
דער ציבור האט אין צעמישעניש און שאק נאכגעפאלגט די דראמא. יעדער איז געווען עמאציאנאל און
געזאגט מיינונגען. די משפט פונעם דעת הקהל. די דראמאטישע און קאמפליצירטע קאורט ווי יעדער
איז דער שופט און די מעשה ווערט אויסגעדראשן.
די לאנגע קייט פון ביכער איבער רגש און מאסקעס, ענדיגט זיך מיט די אומגלויבליכע, ברוטאלע און
דראמאטישע ענדע, אין וועלכע דעם העלד פון די געשיכטע, דער באליבטער מחנך וואס איז נארוואס
געווארן נתפס בקלקולו, גייט, צעשטורעמט און מטורף'דיג, אינמיטן די נאכט מיט א ביקס, אין טונקעלן
בית החיים נעבן בני ברק, שפאנט אויף זיין עלטסטן זון'ס קבר. זיין זון וואס איז נפטר געווארן אין א
יונגע עלטער און איבערגעלאזט אן אלמנה מיט א קליין קינד.
אויף דעם זון האבן אלע באקאנטע און ליינערס געליינט, מיטגעטרויערט. פרובירט צו פארשטיין דעם
טאטע'נס הרגשה... יעצט שטייט דער טאטע ביי אט דעם זון'ס קבר.... אט צו דעם זון איז ער געלאפן
זיך קלאמערן אין זיין פינסטערסטע צייט.
דער כאראקטער האט זיך אפגעטשעפעט פון די לעבעדיגע. ער האט נישט קיין תירוץ זיי צו פארשפילן.
ער איז אנטבלויזט. ואירא כי עירום אנכי, ואחבא. ער האט שוין נישט געקענט נעמען די בליקן און די
קאמפליצירטע קשר מיט די נאנטע וואס ווילן נישט גלייבן..... אבער... די צער, די צעמישטקייט און
בושה איז צו גרויס. ער אנטלויפט פון די לעבעדיגע. לויפט צום בית החיים. צו זיין טויטן זון. ביים
קאלטן מציבה זעהט ער נישט קיינעם שוויצן אומבאקוועם און פארווייטאגט. ער נעמט אפיר דעם ביקס.
דער בני ברק'ער מלמד און שרייבער, ווי קומט ער צו א ביקס בכלל? האט ער זיך געלערנט שיסן? ער
קוועטשט דעם צינגל און שליסט זיך אן צו די מתים.
און די ווידערקול פון דעם שאס האט אפגעהילכט אויף יעדען ווינקל פון די אידישע וועלט. אין היסטאריע
וועט זי מעגליך פארשריבן ווערן ווי א ווענדפונקט אין די חרדישע ציבור אין די נושא פון סעיפטי פון
קינדער און איבער די שאלות "איבער וואס מעג מען און זאל מען רעדן צו קינדער" און אויף א גרעסערן
פארנעם איז עס געווען א קאלעקטיווע ערוועקונג פון נאאיוויטי. די תמימות'דיגע גלייבן אז מענטשן
וואס זעען אויס גוט זענען גוט. מיר האבן זיך ערוועקט.
די געשעעניש האט געשיקט גאר אסאך ווארענונג שילדערן. עלטערן האבן באקומען א קלארע ווארענונג
צו ערקלערן די קינדער זיך צו היטן, נישט נאר פון פרעמדע, נאר טאקע פון יעדן. האלטן די אייגענע
שליטה אויף די גוף אין יעדן פאל, און גארנישט צוריקהאלטן פון די עלטערן און נאנטע.
פאטענציאלע אנפאלער און באגוואלטיגער האבן באקומען זייער א קלארע ווארענונג. א ריזיגע סיין
וואס שרייט פאר זייערע אויגן: אויב וועסטו נישט קעיר נעמען פון זיך, וועט דיין ענדע זיין גאר
ביטערליך! עס האט אנטפלעקט אז א גוטער מענטש מיט א שרעקליכע פינסטערע זייט האט נישט קעיר
גענומען פון זיין פינסטערניש און האט געלאנדעט אין עומקא דתהום רבה. עס ווערט נישט געפיקסט פון
זיך אליין!
וואס לערנט אונז חיים'ס טויט?
פארוואס האט ער זיך דערשאסן?
ווי קען א מענטש גיין אין זיך שיסן?
רוב מענטשן זענען גרייט צו דורכגיין געוואלדיגע צער, און וועלן דאך זיך נישט נעמען דאס לעבן.
טראץ אלע צער האבן זיי עפעס א געוויסע רוח חיים.
לאמיר אייך מיטטיילן א בדידי הוי עובדא: מיט א צען יאר צוריק האב איך עוסק געווען אין ראטעווען
א אידיש קינד וואס איז געווען אין א סכנה פון טויט שטראף.
איך האב געברענגט צום עולם'ס אויפמערקזאמקייט די געשיכטע פון הירש ברוך, א אידישע נשמה פון
לאנג איילאנד וואס האט זיך דערקייקלט צו זינד און געווען פארמישט אין א מארד געשיכטע און איז
געווען אין א סכנה פון טויט שטראף. מיר האבן געשאפט דאס געלט פאר די גוטע אדוואקאטן וואס
האבן אראפגענומען די סכנה פון טויט שטראף. ער זיצט לאנגע יארן אין א טורמע אין קאליפארניע.
איך האב בשעתו אסאך גערעדט מיט אים. ער פלעגט מיר רופן גאר אפט פון די טורמע און רעדן וועגן
זיין קעיס און בעטן הילף. ער האט געבעטן אידישע ספרים און א קשר צו אידישקייט, און געזוכט אור
אין זיין פינסטערניש.
רעד איך אמאל מיט אים און איך דערצייל אים איבער איינער וואס איז באגאנגען זעלבסטמארד. זיין
רעאקציע איז געווען גאר נעגאטיוו אויף איינער וואס נעמט זיך דאס לעבן. ווי קען א מענטש טון אזא
זאך! עס איז אזוי סעלפיש! ברוטאל!
איך האב מיר נישט געקענט איינהאלטן און איך האב אים געפרעגט: אזוי פילסטו? די פארשטייסט נישט
א מענטש וואס באגייט זעלבסטמארד? קוק דיר אן, די ביסטו אין דיין דרייסיגער יארן, פאר'משפט פארן
לעבן אין די שרעקעדיגע טורמע. די ביסטו שטאקן אונטער די ערד אין א מאקסימום סעקיוריטי תפיסה.
פארשפארט און איזאלירט אין ד' אמות מיט ווילדע מענטשן און פארברעכער?
זיין ענטפער איז געווען: לעבן איז פיל מיט סופרייזעס. זאכן טוישן זיך. מען גייט נישט עס ענדיגן דאס
לעבן וועגן יעצט איז שלעכט. אלעס טוישט זיך, נייע צייטן וועלן קומען.... איך וויל נישט ענדיגן מיין
לעצטע האפנונג. און איך האב די ליבשאפט פון מיין מאמע וואס האלט מיר ביים לעבן, ווי קען איך איר
וויי טון? דיין געשיכטע ענדיגט זיך נישט פאר זיי ווען די גייסט. זיי בלייבן דא מיט די ברוכווארג! ווי
קען מען דאס טון?
און אין די דירעקטע נעגאטיוו האסטו דא א מענטש וואס האט געענדיגט זיין לעבן ווייל ער האט זיך
געטראפן אראפגעשלעפט זיין מאסקע. יא, שרעקליך. דו גייסט יעצט דורך א געפערליכע שרעקליכע
צייט, אבער פארוואס הרגעסטו זיך?
וואס וואלט איך געזאגט צו חיים?
דער באליבטער איש ציבור האט איבערגעלעבט גאר א ביטערע חודש בעפאר זיין שרעקליכע סוף. רואי
בחוץ ילעיגו לי, יפטירו בשפה יניעו ראש. זיינע חברים זענען געווען פארלוירן. די המון עם איז
געווען אויפגעצארנט אויף אים. נייגעריגע זענען אים נאכגעלאפן. ער איז געווען אין א מבול.
איך האב נישט גערעדט מיט אים, אבער איך טראכט צו מיר: וואס וואלט איך אים געזאגט ווען איך
טרעף אים אראפפארן רחוב חזון איש, מיט אויסגעלאשענע אויגן. צעשטורעמט. מיטן ביקס.
וואס וואלט איך אים געזאגט?
איך וואלט אים פרובירט צו אפהאלטן. ראטעווען א מענטשליכע לעבן איז די העכסטע זאך.
איך וואלט אים געזאגט: די האסטו שוין נישט קיין כבוד. דיין געזעלשאפטליכע לעבן איז חרוב. דיין
סטאטוס און שם טוב איז געשאכטן, אבער דו האסט נאך לעבן!
דאס לעבן טוישט זיך. יעצט איז דיין נידריגסטע פונקט, אבער זאכן טוישן זיך. עס איז דא תשובה, עס
איז דא משפחה. עס איז דא אהבה, און יא א צובראכן הארץ און בעל תשובה קען אויך לעבן און קען
אנהייבן פריש.
עס רייסט ביים הארץ אז דו ביסט אנגעקומען אין אזא תהום פון זיך וועלן הרגענען. דיין ווייטאג און
בושה איז צו שווער צו טראגן.
עס רייסט ביים הארץ אז דיין לעבן איז דיר ערגער ווי די טויט! מיר אלע ציטערן דאך נאטורליך פונעם
טויט. די אולטימאטיווע פחד איז פון שטארבן, און אט גייט מען זיך ברענגען דאס טויט ווען מען קען
נאך לעבן. ווי קען מען דאס טון?
עס רייסט ביים הארץ אז א מענטש האט אזא אינערליכע שנאה צו זיך, צום לעבן, אזא ייאוש, אזא צער
וואס עסט אויף די הארץ אז מען זוכט דאס ארגסטע, די טויט, אלס א מיטל וואס וועט מעגליך אויסלעשן
די פינסטערער שאטן, די שווארצער שד איינגעהילט אינעם שמייכל'דיגן מחנך.
ענדיגן דאס לעבן אליין, צוליב א לעבנס געשעעניש
עס איז דא אזא זאך ווי דאס לעבן אליין. די פאקט אז מען איז דא. אז די וואונדערבארע מיסטעריע וואס
איז "דאס לעבן" גייט אן.
דאס לעבן אליין איז פיל מער דראמאטיש און טיף ווי די געשיכטעס און לעבנס ערפארונגען וואס מיר
גייען דורך. דערפאר איז דאך קלאר די דין אז פיקוח נפש איז דוחה כל עבירות שבתורה. דאס עצם
לעבן איז א פלא'דיגע הייליגע זאך. דאס לעבן איז פארהייליגט אפילו ביי מענטשן וואס פארהייליגן
גארנישט. מענטשן, אלע מענטשן, ווערן צושטורעמט פון זעהן די ענדע פון לעבן, און ראטעווען א לעבן
איז איבעראל די אולטימאטיווע הייליגע אקט.
אט דאס לעבן גופא איז וויכטיגער ווי וואס איז געשעהן אין די צייט און פלאץ ווי די ביסטו יעצט.
די לעבן אליין, דאס קליינע מושג, מיר קענען איר נישט אנכאפן. אבער מיר ווייסן אז זי איז די מערסט
ווערטפולע זאך. לעבן. דאס איז עפעס וואס א מענטש וויל און דארף וועלן אנכאפן!
דיין לעבנס געשיכטע. דיין אינערליכע נאראטיוו, די מחשבות צו די ביסט גוט אדער שלעכט, דיינע
קשרים מיט אנדערע, זיי זענען געשעענישן אינערהאלב לעבן, אבער דאס לעבן איז פיל גרעסער ווי
דעם. דאס לעבן איז פאטענציאל. דאס לעבן איז א געטליכע געשעעניש. אן אייגענארטיגע מענטש,
אנדערש ווי אלע ביליאנען וואס האבן געלעבט, לעבן און וועלן לעבן, לעבט זיין אייגענארטיגע געשיכטע
אינערהאלב די ריזיגע געשיכטע. און גאט וויל דאס זאל אנגיין! ער איז דארט!
ווי שטחיות'דיג איז צו פארלירן דיין לעבן, ווייל די האסטו פארלוירן דיין סוקסעס אדער שאיפה אין
לעבן. דיין לעבנס געשיכטע.
דאס לעבן איז רויע פאטענציאל און איז פיל מיט טויש. מענטשן טוישן זיך, מענטשן פארגעסן. מענטשן
שטעלן זיך אוועק אין נייע ריכטונגען און טוישן אידענטיטיס. זעלבסטמארד איז די שרעקליכע אייביגע
ענטפער צו א קושיא וואס איז מוגבל אין צייט און פרעספעקטיוו. מען נעמט נישט קיין אייביגע החלטה
אויף א צייטווייליגע מציאות.
די ביסטו געווען א גרויסער מאנסטער\מייסטער, אזא גרויסע מענטש מיט אזא ריזיגע פינסטערע שאטן,
דו האסטו מאניפולירט און קאמאנדעוועט, מיט א באהאלטענע ענקזייעטי אז די גרויסע באלאן גייט
פלאצן. דיין פחד האט געשטופט דיין הצלחה. דיין פינסטערע נפש מיט די טיפע שולד געפילן זענען
געווארן פארשטאפט דורך הצלחות, גאוה און א וואקסענדע זעלבסט זיכערקייט וואס שטופט ווייטער
ביידע, סיי דעם מייסטער און סיי דעם מאנסטער. פאר ביידע דארף ער א ריזיגע כאריזמע און
שטארקייט.
וואקסן און איינקויפן מער מאכט איז געווען דיין איינציגע סורווייוועל. די האסט געמוזט האבן די כוח
און די שליטה, די פאפולאריטי און כאריזמע צו קענען צודעקן דעם ריזיגן מאנסטער און איר פארזיכערן.
אבער אלעס האט זיך צוברעקלט ווען די טאג איז געקומען.
איז וואס יעצט?
איז דא א נשמה. א פשוטע כח החיים וואס איז טיפער פון ביידע, פונעם פאלשן מייסטער און
אומגליקליכן מאנסטער?
מיט אביסל ענוה און אקצעפטירן די רעאליטי קען ער ווען קלויבן אן אנדערן מהלך.
ער וואלט געקענט קאפיטולירן צום לעבן. אויפגעבן קאנטראל, זיך עפענען צו א אמתע לעבן פון
קאנסקווענצן און רעאליטי. אראפגיין די טרויעריגע, לאנגע וועג פון תשובה. וואס ווייסן מיר ווי גאוניש
וואלטן געווען די ביכער פון א צוקלאפטן, מער אינערליכן, ניכטערן שרייבער וואס האט געבלאפט זיך
און די וועלט, ענדליך געלאנדעט אויפן הארטן מציאות פון אמת. געלאזט די סיסטעם ארבעטן,
אנגעקומען אלס פארשעמטער, דעמאסקירטער, דעגראדירטער, געוועזענער. ער וואלט געארבעט
פשוטע ארבעט זיך צו שפייזן, געלערנט און געהיילט דעם מאנסטער, געגאנגען פאר טעראפי און תיקון
המדות, געבעטן תשובה און פארגיטיגט די נפגעים און געזינגען טרויעריגע לידער און הארצרייסנדע
שילדערונגען פון אמתע, רויע, עכטע רעאליטי. דער שרייבער וואלט אראפגעגאנגען פאר אלע פון אונז
אין יענעם גיהנום, באמת געעפנט די מאסקע און ער וואלט געקענט זיין א מורה תשובה לרבים און מען
וואלט אים אפגעשאצט מיט אן אמת, פאר זיין נאקעטע מציאות כמו שהוא מיט אירע פראכטפולע קאלירן
און פינסטערע שאטענס.
אבער ער האט נישט. ווען עס איז געקומען דערצו האט די טייך פון ווייטאג, קאמפליקאציע און
הארטנעקיגקייט, יצר הרע און פרעשור, גובר געווען.
ווען די שכל וואלט געארבעט וואלט ער געזאגט זיך אליין דאס וואס ער האט געזאגט אנדערע וואס
זענען געקומען צו אים פאר חיזוק און עצה, וואס וואלט ער געזאגט?
ער וואלט דאך געווען דער גרויסער יועץ און חכם און ער וואלט געגעבן א הערליכע דרשה ווי פאלגענד:
טראכט אריין, וואס גייסטו טון?
זיך נעמען דאס לעבן?
עס איז זייער ווייטאגליך צו הערן אז די האלטסט דארטן. אונז ביידע ווייסן ווי שטארק מיר ציטערן פון
טויט. אבער אז די ווילסטו סיי ווי שטארבן פארשטיי איך גאר א פינסטערע זאך וואס שאקירט מיר אויך
אויף, אז דיין צער און יסורים איז אזוי גרויס אז די ווילסטו זיך באפרייען פון זיי אפילו פארן פרייז פון
טויט!
טויט איז א שרעקליכע זאך. אבער זי קען דיר העלפן אויסלעשן די שרעקליכע קולות וואס לויפן אין
דיין קאפ, די שרעקליכע מחשבות און זכרונות אין דיין מוח און די שרעקליכע חושך און
האפנונגסלאזיגקייט אין דיין מחשבה און די ווייטאג און ייסורים אין דיין הארץ.
עס רייסט מיר ביים הארץ אז דו, א טייערע נשמה. איך קוק דיר אן, די ביסטו הערליך, די האסטו א
ריינקייט אין דיין פנים. די ביסטו ריין. אבער דיר איז די יא לעבן אסאך שרעקליכער ווי די שרעק פון
פון טויט.
עס רייסט מיר ביים הארץ אז אין די צייט וואס די מציאות איז וויברירענד, זאכן טוישן זיך, און עס איז
קלאר אז פון א לאגישן שטאנדפונקט איז הונדערט פראצענט זיכער אז זאכן גייען זיך טוישן.
די יעצטיגע שרעקליכע מצב איז נאר א דורכגאנג. א כוואליע. זי גייט אריבער. איך קען דיר זאגן פון די
מציאות. איך בין שוין געווען אין צען טויזנט אנדערע מצבים אין מיין לעבן, און אייביג איז עס אנדערש,
און פלוצלונג איז דא נייע האפנונג. פלוצלונג קומט אריין א נייע מחשבה, א בעסערע בליק. פלוצלונג
קומט אריין א נייער מענטש אין דיין לעבן און ברענגט פרישע האפנונג. פלוצלונג טרעפסטו א אמתע
שפראך מיטן טאטען אין הימל און דיין דאווענען ברענגט דיר פרישע נחמה.
אבער די האסט אפגעפרוירן און באשטימט דיין צייטווייליגער שלעכטער מצב און ארום איז טונקל. עס
נעמט אויף דיין גאנצע תשומת הלב.
אבער איך וויל דיר דערציילן אפאר פאקטן: ווען מען טרעפט מענטשן וואס זענען באגאנגען
זעלבסטמארד דורך זיך הענגען אדער אנדערע וועגן, זעהט מען זייערע הענט ביים שטריק. ביים לעצטן
מינוט ווען עס קומט די רגע האמת און די טויט קומט פאר די אויגן, וויל מען לעבן. די רצון צו לעבן איז
נאך שטארקער ווי מיר מיינען!
אין די לעצטע רגע האט מען חרטה. די נשמה ציטערט אויף, זי שפירט וואס עס מיינט די הייליגע כוח
פון פאטענציאל. די לעבן אלס א פאטענציאל צו נייע התחלות, נייע יצירות, נייע געטליכקייט. די לעבן
אלס די מציאות ווי מיר קענען זיין בוחרים און שותפים אין א ריזיגע קאמפליצירטע, ווייטאגליכע אבער
פילפארביגע מיסטעריעזע געשעעניש.
און לאמיר דיר זאגן מער: מיט פשוטע לאגיק איז נישט זיכער אז די ווערסט פטור פון די יסורים ווען די
הרגעסט זיך. דאס איז א הנחה וואס איז אליין נישט זיכער. מיר ווייסן נישט גענוי וואס געשעהט ווען
מען שטארבט און וויאזוי די באוואוסטזיין, די קאנשעסנעס, די נשמה ארבעט. עס קען זיין אז די שפירסט
די זעלבע ווייטאג, און די ביסטו נאר אליין און מער נישט קיין בוחר. און עס הייבט זיך אן א פרישע
מסכת.
מיר אידן גלייבן אין א לעבן נאכן לעבן. די דעטאלן זענען על פי רוב משלים. אבער די עיקר היסוד איז
אז מוות איז נישט די ענדע. עס איז נישט קיין כליון. איז אז עס איז פארהאן א גרויסע באוואוסטזיין ווי
מיר נעמען אנטייל, נו אויב אזוי ווילסטו אהינגיין דורך זעלבסטמארד? און וואס אויב דאס מאכט דיר
אייביגע און אייביגע צער?
צדיק, דו געדענקסט וואס חז"ל זאגן אין אבות (ד, כב) "ואל יבטיחך יצרך שהשאול בית מנוס לך" די
משנה דארטן עפענט אונז אויף די אויגן צום מציאות. מיר דארפן איינזעהן אז גארנישט איז נישט אין
אונזערע הענט, נאר איין זאך: צו לעבן אין די יעצט און מאכן גוטע בחירות, אבער איבער אונזער עצם
לעבן זענען מיר קיינמאל נישט געווען און וועלן קיינמאל זיין דער מחליט!
מיר זענען בוחר וויאזוי צו רעאגירן אין לעבן, אבער מיר קענען נישט זיין א בוחר אויב מיר ווילן נעמען
טייל אינעם שפיל. ביסטו אינווייניג צו די ווילסט צו נישט!
ואל יבטיחך יצרך שהשאול בית מנוס לך. און זאל דיר נישט דער יצר הרע, דער מלאך המוות, דער
כוח הנגד צום לעבן, איינדרעדן אז עס איז דא א וועג ארויס. די קבר איז דיין סעיף האוז, דיין פלאץ צו
ווי אהין די אנטלויפסט פון די צרות. זאלסטו זיך נישט איינרעדן אז עס איז דא א וועג ארויס, אין קבר
אריין.
שעל כרחך אתה נוצר :דו האסט נישט געקליבן צו ווערן באשאפן. דו האסטו זיך אמאל אנגעהויבן. יש
מאין, דו האסטו נישט געהאט דארטן קיין ווארט. די ביסטו באשאפן געווארן טראגענדיגע מיליאנען
גענעטישע ירושות וואס פארמירן ווער די ביסטו, דיין די-ען-עי. דו ווערסט נישט גערופן צו די מיטינג
ווי מען זאגט אויף דיר:נעשה אדם. די פאלגסט נאך וואס דער יוצר ובורא מאכט.
ועל כרחך אתה נולד: דו האסטו נישט געקליבן די מאמע, די טאטע, די מצב אין די יארן וואס האבן
אויספארמירט דיין מציאות, אוועקגעשטעלט דיין פסיכישע מצב, דו ביסטו געווען א מונהג. דו האסטו
אקצעפטירט די מציאות, איר אנאלאזירט, געפייערט אדער געטרויערט אויף איר, אבער דו האסטו איר
נישט געמאכט.
ועל כרחך אתה חי. די מציאות איז די מציאות, מיר לעבן עס, מיר רעאגירן צו עס. מיר קענען עס נישט
ענדיגן, ווייל עס ענדיגט זיך נישט ווען אונז ווילן.
ועל כרחך אתה מת. מענטשן שטארבן נאטורליך ווען זיין צייט קומט. דער גרויסער בורא ומנהיג פירט
דאס, און מיר מוזן זיך אונטערגעבן.
זיך נעמען דאס לעבן איז זייער קורצ'זיכטיג. און איז קיינמאל נישט געווארן גענוג גוט דורכגעטראכט.
זי איז דאך די אולטימאטיווע ענטפער צו אלע שאלות, צו דאס לעבן איז גוט אדער שלעכט, צו עס איז
דא א הימל, ווי גייסטו דאס באגיין די אולטימאטיווע אקט וואס פון דארטן איז נישטא קיין וועג צוריק
און די גייסט נישט קענען חרטה האבן!
אויסער די אינערליכע לעבן איז דא די דרויסנדיגע לעבן. די לעבנס גערודער וואס דרויסנדיגע מענטשן
זאגן. שטחיות'דיגע רייד פון די גאס. ווייטאג וואס אנדערע מענטשן ברענגען אויף דיר און דו ווילסטו
באגיין די אולטימאטיווע אקט אז ענדליך זאל מען דיר הערן. ענדליך זאלן די אלע קאלטע הערצער
אנהייבן וויינען און חרטה האבן און ווערן דערציטערט.
איז עס ווערט?
דו מיינסט טאקע אז די וועלט גייט זיך אפשטעלן? די נאנטע גייען זיך שעמען און זאגן אז די האסט
געהאט קענסער. הערסט? דו גייסט אויספלאנירן א גאנצע זעלבסטמארד, ווייל עס איז צייט צו שאקן די
וועלט, צו שיקן די מעסעדזש. צו ענדליך אריינשרייען אין די אויער פון דעם באליבטן-שונא וואס
ברענגט דיר ווייטאג.
אבער צדיק'ל. די וועלט גייט אנגיין. מתעסקים גייט ברענגען קליינע בענקלעך. דיינע נאנטע וועלן זיין
טרויעריג און צעמישט. אבער דאס לעבן גייט אנגיין און דו גייסט נישט פארמירן די נאראטיוו, די וועסט
בלייבן אין די זייט. א מיסטעריע, א קלעם.
אבער דער גרויסער מייסטער, וואס האט געוויס שוין אליין אפגערעדט מענטשן פון זעלבסטמארד, האט
נישט געזעהן קיין לעבן אויסער די געזעלשאפטליכע לעבן פון שליטה און סטאטוס. די אנדערע לעבן
האט ער דערהרגעט, ווען זיינע לעצטע ווערטער זענען געמיינע און נידריגע ווערטער פון שנאה אקעגן
די וואס האבן געענדיגט זיין רשעות קייט. אנשטאט שרייבן נאך איין הארץ געשיכטעלע, בעטן מחילה,
אנטדעקן די אמאליגע אהבה אין זיין הארץ. די אמאליגע שולד געפיל ביים פארשוועכן א יונגע נשמה.
אבער גארנישט. עס איז געווען אפגעפרוירן.
ווען עס וואלט נאך געטליעט עטוואס רחמים און אהבה אין די קאלטע הארץ וואס האט געשריבן די
ווארעמע געשיכטעלעך, וואלט ער געבעטן רחמים. געצאלט זיינע קרבנות און געקליבן לעבן, א לעבן
פון בושה און תשובה.
קראנק אדער שלעכט?
יעדער פרובירט צו פארשטיין איז ער געווען א א חולה אדער א רשע?
איז ער געווען אין שטענדיגע פעין, מלא חרטות צוליב זיינע ענדלאזע עדיקשאנס צו פינסטערע שלעכטס,
אדער איז ער פשוט געווען קאלטבלוטיג און אן קיין נשמה.
איז ער געווען אן עירבוב טוב ורע, אדער שלעכטס צוגעדעקט מיט א טראפ גוטס ווי א בא'טעם'ט
ווארימל ביים שפיץ פונעם פיש נעץ.
דאס זענען טיפע שאלות אין די שאטנס פון מענטשן. די תאוות און אימפולסן. און ווען זיי שווימען ארויף
פאדערן זיי התייחסות.
מיר האבן מורא צו קוקן די מציאות אין פנים אריין און תופס זיין די אמת אז א ויך גוטע מענטשן קענען
זיך דערקייקלען אין שרעקליכע שלעכטס און אז דעריבער דארף א מענטש אייביג חשבון הנפש און
נישט גלייבן נאאיוו אין זיך.
מיר ווילן ענדערש לייגן א לעיבל וואס ערקלערט זאכן. יענער איז געווען. ער איז געווען א פסיכאפאט.
ער איז געווען עדיקטעט. ער האט געליטן פון דאבל פערסאנאליטי. ער איז געווען אליין א וויקטים.
אזוי איז מען צוריק אין די קאמפארט זאנע ווי עס קלאר. שווארץ, אדער ווייס. הלנו אתה אם לצרינו.
אבער נישט אלעס איז א קראנקהייט. נישט אלעס דארף מען אנקוקן פאטאלאגיש, ווי כאילו אז די ענינים
שבנפש זאלן נאר ערקלערט ווערן דורך פסיכיאטארן.
מיר מעגן ארויסנעמען א מוסר השכל פון די מעשה, צו זעהן די כוח פון שלעכטס, פון יצר הרע, און
מאכן שינויים לטובה.
די פסוק ווארענט (ישעיה ה יח) הוֹי ֹמ ְשֵׁכי ֶה ָעוֹן ְבּ ַחְב ֵלי ַה ָשְּׁוא ְוַכ ֲעבוֹת ָה ֲעָגָלה ַח ָטּ ָאה. וויי איז צו די
מענטשן וואס טוען חטאים, יעדע עבירה איז א פאדעם, אבער נאך אסאך פאדימער טרעפט מען זיך
פארכאפט אין א קאמפליצירטע שטריק.
יעדער האט א קאמפליצירטע נפש. אבער עס איז אויך דא חטא וואס דארף ווערן פארדאמט און
באשטראפט ווייל יעדער איז פארט א בוחר.
עס איז נישט קלאר ווען מענטשן זאגן "עס זענען דא נארמאלע תאוות און שוואכקייטן, און עס איז דא
א נייע קאטעגאריע, ווען עס איז פאטאלאגיש, קראנק"
עס איז אמת אז נישט יעדע עבירה איז די זעלבע. עס איז אמת אז עס זענען דא אסאך לעוועלס פון חטא,
עס זענען דא בין אדם למקום און בין אדם לחברו, עס איז דא איסורים וואס איז יעדנס פריוואטע אחריות,
תאוות וואס מען דארף איבערקומען אין פארשידענע לעוועלס און מדריגות, אויף וואס מען דארף מוסר
זאגן, און עס איז אויך דא שרעקליכע חטאים, ווי צוואנג און שפיכות דמים אין די מבואות האפלות וואס
ווערט דערשטיקט. עכטע רוע, ריינע רשעות זיך טונקען אין בלוט, דעמעדזשן נפשות און פארלייקענען
מיט א בלעכענע פנים.
ביידע זענען פון יצר הרע, איינס איז נאר אסאך מער עקסטרעם. איינס איז א מכשול און די אנדערע
צייגט אויף א שרעקליכע מושחת.
צו באטיטלען אלעס אלס קראנקהייט און דעריבער קען מען קרעכצן "וואס פארשטייען מיר" מעקט
אויס גאנצע חלקים פון די חינוך און מוסר וואס מיר האבן באקומען פון אונזערע רבי'ס. ווי די באקאנטע
ווארט "אם אין יראת אלקים במקום הזה והרגוני" דער מערדער איז זייער אפט אליין א קורבן פון
שווערע אלימות, אבער זיין רציחה קומט פון נישט האבן יראת אלקים. פון נישט האבן קיין געטליכקייט.
מיר מוזן נישט קריכן אין עולמות פון קרענק, נאר פשוט זעהן א דוגמא פון ווי אזא געלונגענע מענטש
קען זיך דערקייקלען, און ווי א מענטש וועט לייגן אלעס אין א סכנה, אין א הויכע ריסק, זיין לעבן, זיין
משפחה, זיין כבוד, זיין פארמעגן פאר א קליינע שרעקליכע רשעות'דיגע תאוה וואס ברענגט אזויפיל
ווייטאג, אויב ארבעט ער נישט אויף זיינע תאוות און איז נישט אמת מיט זיך.
יעדער האט א יצר הרע, א רוח שטות. מענטשן ווערן געטריבן פון נאך כוחות, פינסטערע, און נישט פון
די נשמה טהורה. דאס שטעלט אונז אלע אין א סכנה. אז מען לאזט דעם יצר הרע קען מען אנקומען ביזן
ערגסטן שפיץ. דו האסט אין דיר א מעגליכקייט צו אנקומען צו ווערן א מאנסטער!
עס איז נישט צוויי אנדערע געשיכטעס. עס איז א ספעקטרום. א קליינע ווארים פון יצר הרע וואס
פארקריפלט אלעס. א באג אין די פארם פון א עדיקשאן. אבער ער האט ביי יעדן שטאפל געקענט נעמען
די בעסערע בחירה!
ער האט געקענט איינזעהן וואספארא שרעקליכע זאכן ער טוט און זיך גיין מתוודה זיין צו א מומחה
וואס זאל אים העלפן זיך היילן.
ער האט געקענט בעטן מחילה און מחליט זיין אז ער גייט זוכן הילף, און ער האט געקענט לעבן און
תשובה טון.
יא קראנק צו נישט קראנק, אבער קליינע יצר הרע'ס האבן צוזאמען געבויעט א מאנסטער שאטן.
די ווילדע תאוות וואס האבן אים בא'גנבעט די שכל און אים געמאכט טון זאכן וואס ער אליין שילדערט
זייער שרעקליכקייט אין זיינע רגש'דיגע ביכער, האבן אים אריינגעפירט אין קאמפליקאציעס,
אינערליכע סתירות, א ייאוש און די הארצ-ווייטאג און עלענדקייט פון לעבן א דאפלטע לעבן.
א שארפער רבי האט אריינגעקוקט אין די אויגן פון א מכובד'דיגן חסיד וואס וויינט ביים דאווענען און
געזאגט די פסוק אין תהלים " יום צעקתי, בלילה נגדך" בייטאג שרייסטו ביים דאווענען און ביינאכט,
בחדר משכבך, ביסטו קעגן מיר!"
אט אזא סתירה האט ער געלעבט, א סתירה וואס טוט וויי. און די שקר האט זיך דערקייקלט, יעדע נפגע
מיט נייע ענערגיעס צו פארדעקן און מאניפולירן, די פעדימער ווערן שטריק.
און אז מיר פארשטייען די כוח פון יצר הרע און די געדאנק פון ווערן ערגער. יעדע עבירה ברענגט זיין
מלאך חבלה פון שמוציגע סודות און מאניפולאציע איר צו פארדעקן און לעבן אין א שקר, פארשטייען
מיר ווי וויכטיג מיר מוזן זיך נעמען אין די הענט אריין און טראכטן וועגן אונזער לעבן, ווייל יעדע יצר
הרע האט א מסוכן'דיגע פאטענציאל
און לאמיר ארייננעמען די מורא'דיגע ווערטער, די ערשטע מאל גאט ברוך הוא רעדט איבער חטא, זאגט
ער צו קין "הלא אם תטיב שאת, ואם לא תטיב לפתח חטאת רובץ!" אויב די וועסטו תשובה טון
וועסטו קענען דערהייבן די שוועריגקייטן און אנגיין, אבער אויב דו וועסט פארנאכלעסיגן דיין נשמה
און לאזן דעם יצר הרע, וועט די חטא רייטן אויף דיר ביז דיין קבר! ואליך תשוקתו ואתה תמשל בו!
דער יצר הרע וועט דיר פארנארן ביזן קבר אריין מיט תשוקות, אבער געדענק, די האסטו די כוח צו
מושל זיין אויף אים!
זעלבסט-מארד און זעלבסט-דעסטרוקציע
ווען מיר קלערן איבער דאס לעבן. די אומרעכט פון זעלבסטמארד, וואס נעמט אוועק עפעס אזוי טייער
ווי לעבן, דארפן מיר באמת זיך מחבר זיין צו דעם. וואס איז דאס די לעבן אליין וואס מיר האבן אזוי
ליב? וואס איז דאס "דאס לעבן" אז זי איז ווערט די אינוועסטמענט, די חיי צער.
און מיר דארפן אריינטראכטן איבער זעלבסטמארד אין אלע אירע פארמען. עס איז דא טאטאלע
זעלבסטמארד וואס קומט פון טאטאלע ייאוש און שנאה, אבער עס איז אויך דא טיילווייזע זעלבסטמארד.
וואס קומט פון אביסל אומגעזונטע הרגשים.
אסאך מענטשן טוען גאר אסאך קליינע אקטן פון איבוד חיים. ווען מען פארנאכלעסיגט די אייגענע
געזונטהייט, בגוף ובנפש. ווען מיר גייען נאך מסוכן'דיגע רגילות'ן און עדיקשאנס.
די טרויעריגע ערשיינונג פון זעלבסט דעסטרוקשאן איז א קליינע אקט פון זעלבסטמארד, ווען אן
אינערליכע חורבן סאבאטאזשירט יעדע נייע גוטע ה תחלה און שלעפט דעם מענטש צו טון זאכן וואס
מאכן אים חרוב.
היינטיגע צייטן ווען די פיזישע מציאות איז פיל בעסער, מיר ליידן מער נישט פון קיין דרויסנדיגע
שונאים, ליידט די וועלט פון א עמאציאנאלע חורבן, ווי דער ווען עס קומען שוין נישט קיין נאציס קומט
דער אינערליכער שונא און מאכט זיך אליין חרוב.
די מציאות היינט איז גאר א טרויעריגע. די מציאות איז אז מער מענטשן שטארבן פון איבערוואג ווי פון
הונגער, מער מענטשן שטארבן פון זעלבסטמארד ווי פון מארד!
מיר דארפן נישט מורא האבן פון קיין באמבעס וואס פאלן פון פיינטליכע פליגערס, מיר דארפן מורא
האבן פון צוקער וואס מיר אליין פיטערן זיך און מאכן קאליע די הארץ און בלוט צירקולאציע. מיר
דארפן נישט מורא האבן פון ווערן פאריאגט און פארוואגלט, נאר פון זיצן אויף די קאוטש און נישט זיך
אנשטרענגען און קעיר נעמען פונעם גוף.
קליינע עבירות פירן צו ריזן השחתה און קליינע שלעכטע געוואוינהייטן פירן צו הויכע בלוט פרעשור
און הארץ אטאקעס,דייעביטיס, חרובע לעבער, נירן און לונגען.
אביסל ניקאטין ברענגט מיט סכנה פון לונגען קענסער, און אביסל פשוטע "סחורה" מאכט דיר משוגע
נייגעריג צו "טריפן אביסל" און דו גייסט אראפ די דאזיגע שמאלע גלוטשיגע ראוד.
מיר מוזן קעיר נעמען פון זיך. געדענקען ווער עס איז די אמתע אונז, די רצון פאר די הצלחה וואס מיר
ווילן און וואס מיר ווילן פון זיך און פון די קינדער, און ווער עס זענען ווירוסעס וואס מאכט אונז שאדן.
ווארענען קינדער פון "פרעמדע.... "
אין זיינע ביכער האט ער צומאל בארירט די וויכטיגע נושא פון באשיצן די קינדער. רעדן צו די קינדער
איבער די סכנה פון "פרעמדע" און איבער די אנוועזנהייט פון סכנה פון פוגעים און באצווינגער.
ער האט גערעדט און געשריבן דערוועגן אז עס זענען דא קראנקע מענטשן און קינדער מוזן זיין
געווארענט און דערציילן די עלטערן און נישט האלטן סודות, און זיך נישט לאזן חרוב מאכן.
אבער ער האט אייביג גערעדט איבער דעם "פרעמדן"
און ווען ער האט זיך געשאסן און געוויזן דאס פינסטערע זייט..... האבן מיר געזעהן אז ער איז דער
פרעמדער.ער איז דער פרעמדער פון וועמען מען דארף מורא האבן, און נישט דער מיסטעריעזער מענטש
ביים ווינקל.
דאס איז געווען א גרויסער אויפוועקונגס רוף איבער וויאזוי צו לערנען באמת קינדער איבער סעיפטי.
מיר קענען עס מער נישט טון אויף א נאיווע וועג, צו ווארענען פון א קראנקן ארחי פרחי....
מיר האבן געזוכט צו געבן פאר תמימות'דיגע קינדער, די פשוטסטע און איידעלסטע מעסעדזש וואס
צושאקלט נישט זייער וועלט. האט מען גערעדט אז עס קען זיך אמאל מאכן א סכנה פון א מסוכן'דיגע
מענטש.
אבער וויאזוי מאלט מען אויס דעם מסוכן'דיגן מענטש? ווי עפעס א מאדנע בריאה בקרן זוית.
וויאזוי מאלט מען אפ א שפיאן אין א קאמיקס ביכל? אז מען קען אראפלייגן א שפיאן איז ער דאך נישט
גוט פארשטעלט!
דער מסוכן'דיגער מענטש וואס קען אריינכאפן קינדער אדער וואלנערעבל מענטשן און טון כאוות נפשו
מיט אכזריות, קען דאך נישט אויסזעהן מסוכן. ער זעהט גאר אויס מתוק און מתוקן.
דער מסוכן'דיגער מענטש קען זיין סיי ווער מיט פינסטערע תאוות, וואס ער באהערשט זיי נישט, און
ער נוצט זיין שטאנד און כוח צו בא'גנב'ענען מענטשן זייער לעבן.
דער מסוכן'דיגער מענטש קען זיין דער וואס פירט אן די ארגענאזאציע צו ראטעווען און באשיצן
קינדער...
אט די שרעקליכע רעאליזאציע שלעפט אוועק פון די זיסע תמימות, אבער עס טאר נישט פירן צו
פאראניע. מיר דארפן מחזק זיין די אינערליכע כוחות, און קענען באלאנסירן דעם כבדהו וחשדהו. מכבד
זיין יעדן, אבער נישט מורא האבן פון קיינעם וואס וויל דיר פארשוועכן און בא'עוולה'ן.
ווען איז מען מלמד זכות אויף א זעלבסטמערדער?
די געווענליכע זעלבסטמארד געשיכטע קומט נישט פון אזא גרויסע דראמא, נאר איז געווענליך א
רעזולטאט פון מחלת נפש.
גייסטישע און עמאציאנאלע ענגשאפט איז א מגיפה ו ואס גאר אסאך ליידן היינט, און מיר קענען נישט
דן זיין און פארשטיין וויאזוי עס ארבעט די מוח פון א מר נפש וואס זיין וועלט אים פינסטער.
עס זענען פארהאן וואוילע מענטשן, וואס מען דארף זיי דן זיין לכף זכות, וואס ליידן ביטערליך
אינערליך, במסתרים תבכה נפשם. און זיי פאלן נעבעך צו זעלסבטמארד, מיט א פאלשע און
איבערגעאיילטע פרואוו זיך צו אויסלייזן פון א ביטערע לעבן.
עס איז די אחריות פון יעדן איינעם צו ווייזן ווי מער ליבשאפט און גוטסקייט צו מענטשן וואס פלאגן
זיך.
די נשברי לב מוזן הערן קלאר: עס איז די יעצט טונקל, אבער עס איז דא ליכטיגקייט און הילף! לעבן
האט אין זיך ליבשאפט, לעבן האט אין זיך ליכטיגקייט. עס איז טאקע שווער, אבער די לעבן טוישט זיך
אייביג און עס זענען דא אנדערע וועגן צו לעבן און נייע האפנונגען.
רבי נחמן, דער מבין ומרגיש פון נשברי לב, זאגט עס אמבעסטן "ֵישׁ ְבֵּני אָָדם ֶשֵׁיּשׁ ָל ֶהם יִסּוִּרים ְגּדוֹ ִלים
ְונוָֹר ִאים ַר ֲח ָמָנא ִל ְצ ַלן, ְו ִאי ֶא ְפ ָשׁר ָל ֶהם ְלַס ֵפּר ַמה ֶשְּׁבּ ִל ָבּם. ְו ֵהם ָהיוּ רוֹ ִצים ְלַס ֵפּר, אַ˂ ֵאין ָל ֶהם ִבּ ְפֵני
ִמי ְלַס ֵפּר וּ ְל ָה ִשׂי ַח ִעמּוֹ ֶאת ָכּל ֲא ֶשׁר ִעם ְל ָבָבם. ְו ֵהם הוֹ ְל ִכים ְמ ֵל ִאים יִסּוִּרים וְּדאָגוֹת. וְּכ ֶשָׁבּא אָָדם ִעם
ָפִּנים שׂוֲֹחקוֹת ָיכוֹל ְל ַה ֲחיוֹת אוָֹתם ַמ ָמּשׁ וּ ְל ַה ֲחיוֹת אָָדם ֵאינוֹ ָדּ ָבר ֵריק ִכּי הוּא ָדּ ָבר ָגּדוֹל ְמאד (שיחות
הר"ן סימן מג).
זעלבסטמארד פון ייסורים קען קומען פון א מענטש וואס ליידן פון עלענדקייט. די הרגשה אז קיינער
פארשטייט זיי נישט, מאכט אסאך ערגער די מצב און קען צוהעלפן די החלטה פון זעלבסטמארד.
דעריבער הערן מיר ליידער אמאל איבער א זעלבסטמארד ביי עלנדע מענטשן.
עס זענען דא שווערע צייטן ביי מענטשן. ווי למשל א טאטע אדער מאמע וואס האט פארלוירן די משפחה.
פון א מאן און א טאטע, ווייב\מאמע זענען זיי געווארן עלנד אליין. פארלירן די משפחה איז צומאל די
גרעסטע גורם צו אריינפאלן אין תהומות פון ייאוש. די משפחה איז אלעס וואס דער מענטש האט, דער
אנקער, די הויז צו ווי מען קומט אהיים. די אידענטיטי. ווער בין איך?
יעדער קען העלפן אמאל א איד פארטרייבן די עלנדקייט. שמייכלען צו א פריינט אין זיין שווערע צייט
קען זיין הצלת נפשות.
און דער עלנדער מענטש מוז דערהערן אז עס זענען דא גוטע מענטשן וואס זענען גרייט צו זיין ענקערע
ידידים. פרוביר נאך. עס זענען דא גוטע מענטשן.
טוה דיר אן, גיי ארויס. זוך. לעב!
מיטשפירן מיט געליטענע
די שרעקליכע טראגעדיע האט כמובן געשיקט צו די חלל העולם די מעסעדזש: מיר מוזן גלייבן די
קרבנות און זיין אויף זייע ר זייט, זיי שטיצן און מיטשפירן מיט זיי.
אין א צייט וואס אונזער לעבן איז ב"ה רוהיג, אן קיין מלחמות אדער רציחות, זענען פארהאן בתוכנו
מענטשן וואס שפירן ווי זיי זענען געווארן דערמארדעט. אבער די שרעקליכע זאך איז אז זייער מערדער
איז א שיינער איד און מאכט זיי שטיל!
ווי גרויס איז זייער ווייטאג. ווי וויכטיג איז צו זאגן: איך גלייב דיר, איך בין סענסיטיוו צו דיין צער,
איך שפיר מיט. איך בין מיטן נרדף און נישט מיטן רודף!
און כמובן אז די געשיכטע האט אויסגעשריגן מיט א שופר גדול:
אל תשלח ידך אל הנער
עס זענען פארהאן אלע סארטן תאוות און נטיות, אבער שטעל זיך אפ פאר די טוסטו! ראטעווע זיך!
די שאס פונעם בני ברקער בית החיים שרייט אריין אין די אויערן פון יעדן פוגע, למחצה לשליש ולרביע:
אל תשלח ידך אל הנער! עס איז נישט ווערט! אל תשפוך דם.
די שאס שרייט צו טונקעלע שאטנס, העושים במחשך מעשיהם: סטאפ! עס איז דא העלפ. לאז עס נישט
דערקייקלען ערגער און ערגער.
שובו בנים שובבים, טוט תשובה!
כמה מיני חיים
כי יש כמה מיני חיים, והכל נקרא חיים. היום חייתי חיים טובים" (חיי מוהר"ן, ח).
חיים. משמעו שנים.
החי, חי.
החיים, מכילים חיים רבים.
החי מוליד בתוכה המון מיני חיים.
האדם כולו הרכבות הרכבות
עפר אדמה ונשמת עליונים
גיד ובשר, עלי תאנה, וריבוי אנפין
עזר וכנגדו, דעת ומוות, גן וגירוש
אב המון גויים, ושני גויים בבטן, קם נופל,
מתאבק עם אלהים ואנשים, וגיד ונשים
יעקב ועשיו, ברית ועורלה, יצר ויצירה.
והחיים משתכללים, הדורות מתקדמים
והחיים מתרבתים ומתרבים
ומורכבים ומרכיבים
חיים כפולים, מפוצלים, זהויות זהויות
פנימי. משפחתי. ציבורי.
תשוקות, חובות, רצונות והגבלות
תוכניות ודמיונות, והסתרות ומסכות
וצל מרחף על כל זהות וזהות
והבור מלא, יצרים, כאבים, ועקרבים
ובקצה יש אלו שהכי מסתבכים ומתפתלים
שנים מקשרים לשמם תהלות והילולים
ובסוף נקשרים אל עמוד קלון
חיים, מורכבים, כואבים ומכאיבים
סיפורים מעולים, וכישורים עצומים
יכולת השפעה, ותאות שליטה
פעלים כבירים ומעשים מגונים
נפש וספר, נפש וספר. דם ודיו, דם ודיו.
מניח הסכין ואוחז בקולמוס,
מדבר בשער, ומאיים באפלה
והרצון, והדחף רוקדים ומתרוצצים
אנרגיות מתמלאות, לטוב ולרע ביחד ולחוד
וספרא וסייפא, חוקר ודוקר, שוסף וסופר
מתחפר, מנסה לשחרר ונאחז בכאב
שנים עוברות, החרב קהה, הקולמוס יבשה
והבור ללא תחתית, והיצרים בוערים
והסבך מסתבך, ונחשף
וסיפורו מתפורר, ופירוריו מספרים יותר מהכל
אנשים מספרים על עצמם בחורבנם יותר מאשר בבנינם
והאנשים תמהים וצמאים להבין
והכרוז עוברת, והמסר מובנת
סבכים בחיים הולכים ומתפתלים ומסתבכים
המחלה לא מרפאת את עצמו מעצמו
והסיבוכים לא יסתדרו
עורו אחים, אנשים, איפה שאתם, המסובכים בחיים
ראו ודעו, הביטו והתעוררו
התיישרו ותסתדרו, תבחרו זהות ותעבדו על עצמכם
שובו בנים שובבים, שובו ושובבו,
חוץ מהאחר שבך!

- היימישער באניצער
- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 573 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1358
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 915 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל
יואל אשר איז א יוד א צדיק מיט א הארץ וואס גיסט פון זיך גאלאנען מיט אהבת ישראל , ביזי אגאנצן טאג מיט העלפן ציבראכענע יונגעלייט וואס גייען אדורך העלל יעדן טאג, מיט משפחה דיספיוטס וכו' העלפט יודן וואס זיצן אין תפיסה און וואס נישט, אלעס שלא על מנת לקבל פרס. חוץ מכל זה האט ער רייכע שפרייך און איך גיי ניסלעך פאר זיינע ארטיקלעך.