חברים דמאנסי מאניטירט משכונות סיטואציע אין טעקסעס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
[NAMELESS]

חברים דמאנסי מאניטירט משכונות סיטואציע אין טעקסעס

שליחה דורך [NAMELESS] »

איינער קען מיר ערקלערן די מאדנע געשעעניש וואס האט זיך אפגעשפילט דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת?
ֿ
עס איז פארגעקומען א דראמאטישע משכונות פארכאפונג אין טעקסעס. א מוסלמענער יונג האט פארכאפט א רעפארמער ראביי מיט עטליכע מתפללים אין א שול, די פאליציי און די סוואט איינהייט האבן זיך געשטארקט אויף אים און אומגעברענגט דעם טעראריסט און באפרייט די פארכאפטע מיטן אויבערשטנס הילף.

אבער צוויי מערקוודיגע טוויט׳ס האב איך געקריגן. די ערשטע איז געקומען פון די ראמאפא פאליציי וועלכע האבן פארזיכערט די מאנסי און ספרינג וואלי איינוואוינער אז מען זאל זיך נישט שרעקן, ווייל זיי האבן צוגעלייגט וואך ביי אלע בתי מדרשים און אידישע צענטערן אין די אומגעגנט. אקעי, איך פארשטיי, זיי כאפן א טרעמפ אויף די פאפולעריטעט פון די אנגייענדע געשיכטע, און זיי ווילן אז יעדער זאל וויסן אז זיי זענען גרייט צו אפהיטן אין יעדע סיטואציע.

אבער...

חברים דראקלענד האט באשלאסן אז עס פעלט זיך אויך אויס פון זיי א מעסעדזש. זיי האבן ארויסגעשיקט א מעלדונג אז זיי טוען מאניטירן די משכונות סיטואציע פונדערנאנט, און אז דער עולם זאל שפירן סעיף און פארזיכערט.

און אזוי בין איך רואיג געגאנגען שלאפן וויסנדיג אז חברים דראקלענד היט אויף די אידן אין מאנסי. מיין פראגע איז נאר צו זיי האלטן טאקע אז מיט זייערע פלעשלייטס קענען זיי אומברענגען טעראריסטן, אדער איז דאס גאר א ביליגער אומגעלונגענער מארקעטינג שפיצל.
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: חברים דמאנסי מאניטירט משכונות סיטואציע אין טעקסעס

שליחה דורך ברוינשטיין »

מאך נישט אזוי אוועק חברים, זיי פארמאגן פארד עקספלאדערס וועלכע זעהן אויס ווי "עכטע" פּאליס קאר'ס
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: חברים דמאנסי מאניטירט משכונות סיטואציע אין טעקסעס

שליחה דורך ברוינשטיין »

מאך זיכער האט געשריבן: מיין פראגע איז נאר צו זיי האלטן טאקע אז מיט זייערע פלעשלייטס קענען זיי אומברענגען טעראריסטן, אדער איז דאס גאר א ביליגער אומגעלונגענער מארקעטינג שפיצל.


ביסט גערעכט מיט פלעשלייטס קענען זיי נישט נייטראלאזירן א טעראריסט, אבער זיי פארמאגן גענוג קעש אויסצולייזן משכונות...
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

שליחה דורך היכי דמי »

עס מיינט נישט גארנישט אויסער PR.
אזויווי די toughts and prayers פון פאליטיקאנטן ארום די וועלט.

יעדע שומרים און שמירה ארגאניזאציע האט ארויסגעשיקט א מעסעדזש אז זיי גייען האבן עקסטערע פאטראל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

היכי דמי האט געשריבן:עס מיינט נישט גארנישט אויסער PR.
אזויווי די toughts and prayers פון פאליטיקאנטן ארום די וועלט.

יעדע שומרים און שמירה ארגאניזאציע האט ארויסגעשיקט א מעסעדזש אז זיי גייען האבן עקסטערע פאטראל.

שומרים און שמירה? איך האב נישט געזען, אבער אפילו אויב יא, נו זאל זיין. זיי זענען דאך אפיציעל כלומר׳שטע פאטראל (ווייל זיי כאפן בילדער ווי דער גוי ליגט אויף דער ערד און פאליציי קוקט אים אן). פארוואס אבער זאלן די איבערגעגעבענע אינגעלייט וואס פעטשן פלעט טייער׳ס אריינשטופן זייערע פלעשלייטס אין דעם ספאטלייט?
נחמד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 07, 2021 6:49 pm
האט שוין געלייקט: 134 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

שליחה דורך נחמד »

מאך זיכער האט געשריבן:
היכי דמי האט געשריבן:עס מיינט נישט גארנישט אויסער PR.
אזויווי די toughts and prayers פון פאליטיקאנטן ארום די וועלט.

יעדע שומרים און שמירה ארגאניזאציע האט ארויסגעשיקט א מעסעדזש אז זיי גייען האבן עקסטערע פאטראל.

שומרים און שמירה? איך האב נישט געזען, אבער אפילו אויב יא, נו זאל זיין. זיי זענען דאך אפיציעל כלומר׳שטע פאטראל (ווייל זיי כאפן בילדער ווי דער גוי ליגט אויף דער ערד און פאליציי קוקט אים אן). פארוואס אבער זאלן די איבערגעגעבענע אינגעלייט וואס פעטשן פלעט טייער׳ס אריינשטופן זייערע פלעשלייטס אין דעם ספאטלייט?

חברים פון מאנסי איז נישט ווי חברים איבעראל זיי דינען אויך ווי שומרים און פוירסט רעספאנדערס אין ראקלענד.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

און אויב איז עס יא געווען א אומגעלונגענע מארקעטינג פריוו דאן איז וואס? מען קען מיינען מען רעדט דא פון א ארגאניזאציע וואס מאכט תקנות אדער עפעס א וועד לעניני.... סך הכל רעדט מען דא פון א ארגענעזאציע וואס קיינער פון די העצער'ס דא זענען נישט גרייט אינטערצושרייבן אז זיי גייען קיינמאל נישט מער זיך באנוצן מיט זיי איז וואס איז פשט פון די העצעריי? אז דו ווילסט דווקא לייג ארויף א סקרין שאט פון די מעסעדזש ביי די מילתא דבדיחותא אשכול...
ישן מלא חדש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 123
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 240 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך ישן מלא חדש »

קודם כל חברים אין מאנסי האבן באוואפנטע מעמבערס.

ועוד די אלע מודעות פון פאליציי אין אנדערע סטעיטס איז נאר געווען צו אפשרעקן קאפי קעט אטטאקעס וד"ל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיליאנער האט געשריבן:און אויב איז עס יא געווען א אומגעלונגענע מארקעטינג פריוו דאן איז וואס? מען קען מיינען מען רעדט דא פון א ארגאניזאציע וואס מאכט תקנות אדער עפעס א וועד לעניני.... סך הכל רעדט מען דא פון א ארגענעזאציע וואס קיינער פון די העצער'ס דא זענען נישט גרייט אינטערצושרייבן אז זיי גייען קיינמאל נישט מער זיך באנוצן מיט זיי איז וואס איז פשט פון די העצעריי? אז דו ווילסט דווקא לייג ארויף א סקרין שאט פון די מעסעדזש ביי די מילתא דבדיחותא אשכול...

איך פארשטיי נישט, עס טאר מיר נישט באדערן די וויכטיג-מאכעריי? ביסט באקאנט בכלל מיט חברים דמאנסי אז דו אטאקירסט מיר אזוי?

דו ווייסט אז עס איז צוטיילט אין צוויי פראקציעס. די וואס טוען און שווייגן, און די וואס רעדן און טוען גארנישט. זיי לויפן נאך די פאליציאנטן ביי יעדע קאלל פאראורזאכנדיג טרעפיק מיט זייערע לעלא׳ס. איך בין אמאל געווען ביי א קאלל איבער אן אווערדאוז, עס האט געזאלט זיין א קליינע שטילע קאלל, למעשה האבן זיי אפגעבלאקט די גאנצע גאס, און איך האב אפגעציילט פערצן שווארצע באפאנצערטע קארס מיט אנגעצינדענע לעקטער׳ס האבן זיך באוויזן אויפן סצענע. נאר צוויי פון זיי האבן זיך באמת באנומען מיטן דראגירטער.

דעריבער ברענג איך אויף די פראגע, וואס מישן זיי זיך און וואס הייבן זיי די קעפ ווען מען דארף נישט.

האסט באוויזן מיר צו אויפרעגן, ביי.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

א רגע, קודם בארואיג דיך.

ניין איך בין נישט קיין מאנסי'ער, איך האב נישט קיין אנונג פון די דארטיגע פאליטיק, איך בין סך הכל ארויפגעגאנגען אויף א פובליק פארום ווי איך האב מיך אנגעשטויסן אין א שרעקליכע סקאנדאל איבער ראקלענד חברים, אן קיין שום אינדיקעישאן אז די אשכול איז בלויז פאר מאנסי איינוואוינער.

נעקסטע מאל איר קומט אראפרייסן אן ארגאניזציע, וואס פאר פרעמדע וועט עס אויסקוקן לעכערליך, איז אדער שרייבט אז דאס איז בלויז פאר די וואס ווייסן וואס גייט פאר, אדער זייט מער מסביר וואס ליגט אונטער דעם.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

איך בין גראדע יא א מאנסי איינוואוינער און איך האב נישט קיין מושג איבער קיין פאליטיק מיט חברים, אלץ וואס זיי טוען איז טוישן רעדלעך און טשילן ביי די ריבניצע ציון מיט די לייטס און סיירענס, איינער זעהט עפעס wראנג מיט דעם?
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מ'דארף בכלל נישט אראפרייסן (און בכלל זה חוזק מאכן) קיין שום פאבליק סערוויס ארגאניזאציע. זיי זענען נישט דא צו מאכן געלט. סך הכל זענען דאס וואלונטירן וועלכע זענען גרייט צו העלפן א צווייטן. אן קיין שום תשלום שכר...! לאמיר ארויסווייזן א ביסל רעספעקט. און נישט אלעס אוועקהרג'נען מיט ליצנות...!
פארשפארט