אדנירם האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:א גרויסע יישר כח פארן אראפ ברענגן דער הערליכע פרי הארץ, א יעדע איינציגסטע שורה איז פול מיט אוצרות ומטמונים. דאס וואס דו צייכנסט צו צו זיין מהלך איבער בחירה:
לאמיר קודם צאמנעמען דיינע קשיות:
1. פארוואס זאל מען פרובירן צו זיין ערליך און טון מצוות ווען אלעס איז דאך ממילא פונעם באשעפער.
2. אויב דער באשעפער וויל נישט אז איך זאל עסן א שטיקל חזיר, וועט עס ממילא נישט קענען אריינגיין אין מיין מויל.
3. פארוואס זאל איך שאקלן לולב, אויב דער באשעפער וויל כ'זאל שאקלן וועט ער עס ממילא מאכן פאסירן דורך אן אתערותא דלעילא.
לעצטנס איז מיר אויסגעקומען זיך צו באקענען מיט א געוואלדיגן יסוד וואס שענקט א געוואלדיגע קלארקייט איבער די באוואוסטע נושא פון ידיעה און בחירה, ס'שטעלט אסאך הארבקייטן אין פלאץ אויף א שטארקן אופן. כ'טייל עס דא מיט און כ'וועל הנאה האבן צו הערן וואס דער עולם זאגט דערצו. ווי פאלגענד, בקיצור נמרץ.
לויט'ן חק פון גראוויטאציע פארשטייט יעדער, אז אין אלגעמיין, ווען עפעס פאלט, וועט עס פאלן אויף אראפ. ווען איינער טאנצט אראפ פון דאך וועט ער פאלן צו דער ערד און צע'מזיק'ט ווערן. יעצט, כאטש וואס אין זעלטענע פעלער קען זיך מאכן אז איינער וואס טאנצט אראפ פון דאך זאל פונקט געראטעוועט ווערן צוליב סיי וועלכע סיבה דער אויבערשטער האט צוגעפירט און ער וועט דאס דורכלעבן, וועט אבער קיינער יעצט נישט פראבירן אראפצוטאנצן פון דאך. ווייל ס'איז פארהאן אזא מושג ווי גראוויטאציע וואס ציט אויף אראפ און בדרך כלל וועט א מענטש וואס טאנצט אראפ פון דאך פון א הויכע געביידע שטארבן, אדער לפחות געשעדיגט ווערן. מיט דעם אלעם איז אבער דא א מציאות אז דער אז דער חק זאל נישט בארירן דעם מענטש.
די זעלבע, פארהאן די רצון ה' און א חק ההשגחה פרטית. עפעס וואס דער אויבערשטער וויל וועט בדרך כלל פאסירן [צי דורך הנהגת המשפט אדער הנהגת היחוד, ואכמ"ל]. אז דער אויבערשטער וויל אז א מענטש זאל היינט שטארבן וועט עס בדרך כלל פאסירן. אבער, ס'איז דא א יוצא מן הכלל. דורך פארשידענע וועגן קען א מענטש צופירן, מיט זיין עבודה, מיט זיין מחשבה, מיט זיינע מענטשליכע כוחות אז דער חק ההשגחה פרטית זאל געטוישט ווערן אדער לכל הפחות מאנעווירט ווערן צו אן אנדערן ריכטונג, ווייל נאך אלע מעשיות האט דער מענטש א בחירה. און אז דער אויבערשטער האט אונז געגעבן א בחירה מוז ער זיך רעכענען דערמיט. ווען נישט וואלט ער אונז דאס נישט געגעבן אדער אוועקגענומען פון אונז. און ווילאנג ס'עקזיסטירט אזא מושג ווי בחירה מיינט דאס אז אונזער בחירה האט א כח.
דערפאר מוז א מאסן טראגעדיגע אדער טעראר אטאקע אין מיין בית המדרש נישט מיינען אז איך וועל זיין צווישן די אומגעקומענע. כאטש וואס דער טבע און מציאות זאגט אז יא. פארשטייט זיך אז דאס איז ווייטער מיט'ן מחשבה על סמך ההשענות המוחלטת על השי"ת.
ר' מוטה פראנק אין זיין ספר הסוד הגלוי ארבעט שטארק ארום מיט דעם נקודה און ער קומט צו דערצו זייענדיג פארנומען מיט'ן
"סיקרעט", אז דער מענטש קען מיט זיין פאזעטיווע כח המחשבה גאר שטארק אנקומען. אויף אזוי ווייט צו טוישן א מציאות און א כמעט-טבע.
איינס פון די בעסטע לעבעדיגע ביישפילן איז דער קריג. אז כאטש וואס ס'איז געווען א מאסן אומגליק, זענען אבער געווען אידן וואס צוליב זייער אינטענסיווע פאזעטיווע מחשבה געראטעוועט געווארן, כאטש וואס בדרך הטבע האט נישט אויסגעקוקט ווי זיי וועלן געראטעוועט ווערן (ביבטע זיך נישט ארויפכאפן אויף דעם דוגמא...). און ווי ער שרייבט, טוט די כח המחשבה פון א מענטש מאנעווירן דעם חק ההשגחה פרטית. [דאס איז גראדע א באקאנטער מושג אין בחינה אין פריערדיגע ספרים ובכללם ספרי חסידות, ובכללם המאמר "טראכט גוט וועט זיין גוט". וואס איז לכאורה פשט פון דעם מאמר? וואס עפעס ווייל איך טראכט זיין גוט זאל באמת זיין גוט? מענטש האבן א טעות און מיינען, אז דער כוונה איז, אז וויבאלד איך וועל אזויפיל טראכטן אז ס'איז גוט און ס'וועט זיין גוט וועט די שלעכטע זאך באמת זיין פאר מיר א טובה. אבער דער ריכטיגער אפטייטש דערפון לכאורה איז אסאך פשוט'ער אבער טיפער. טראכט גוט, וועט באמת נמשך ווערן אויף דיר גוטס כאטש וואס דער מציאות און מצב זאגט אנדערש. גראדע טרעפט מען דאס אויך שטארק אין נפש החיים (שער ג', פרק יב ועוד). אויך דער רמב"ם (מו"נ, ח"ג, פרק נ"א) ניצט אסאך דעם באגריף לגבי משיג זיין אלקות, און ספעציעל און ספרי ברסלב טרעפט מען אסאך די נקודה.]. ממילא איז אין קורצן די נקודה אז א מענטש קען ממשיך זיין אויף זיך גוטע זאכן אדער שלעכטע זאכן כרצונו וכפי מחשבתו הקבוע והתמידי.
ממילא, אויף דער פראגע "אויב דער באשעפער וויל נישט אז איך זאל עסן א שטיקל חזיר, וועט עס ממילא נישט קענען אריינגיין אין מיין מויל" איז דער תירוץ פשוט. אוודאי וויל נישט דער אויבערשטער אז א איד זאל עסן חזיר. [הגם ס'איז נישט אזוי ווייט אז ער וויל נישט ווי דאס אז ס'איז א זינד ווייל ס'איז פוגם בציווי של ה', ואכמ"ל]. און אז דער אויבערשטער וויל וועט דאס אין ענדע ממילא געשען 'בדרך כלל'. אבער מיט מיין כח הבחירה, מיט מיין כח המחשבה תמידי קען איך דאס טוישן אז אפילו אויב עס איז דער רצון ה' כך וכך קען איך אבער מאכן אז אין ענדע זאל עס נישט געשען, ווייל מיין מחשבה וועט מאנעווירן דעם חק ההשגחה פרטית. און די זעלבע איז לגבי שאקלען לולב און לגבי די ערשטע שאלה.
אגב, לויט דעם פארשטיי איך נישט דאס וואס [tag]הוגה[/tag] האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:זייער אסאך ספרי מחקר ומחשבה באהאנדלן דער נושא צו פארענטפערן די קשיא בכמה אופנים. הצד השוה שבהם אז אפילו נאכן תירוץ והסבר דארף מען אלץ אנקומען צו אמונה (BLIND FAITH), און גלייבן אז ביידע זענען שייך אויף איין מאל.
דאכט זיך אז לויט דעם מהלך וועט אויך פארענטפערט ווערן דאס וואס ס'האט געקוועטשט פאר [tag]מאטי[/tag]
מאטי האט געשריבן:הגם איך האב אסאך קושיות וואס זענען מיר נאכנישט פארענפערט אויפן פיליזאפישער חלק הידיעה ובחירה, וויל איך יעצט בארירן דער סייענטיפישער פאראדאקס וואס ידיעה ובחירה ברענגט מיט זיך און איז דא נאכנישט ארום גערעדט געווארן.
והנה: אויב גלייבן מיר אין השגחה פרטית, דאן איז טייטש אז יעדער כח וואס איז פארהאן קומט פון גאט. און אויב גאט איז זיך מסלק דערפון איז אויס דערמיט ניטאמאהל אש און פארעך נאר דאס אויך נישט.
יעצט איז אזוי, ווען א מענטש רירט זיין פינגער האט א מחשבה פון רוקען דעם פינגער געמוזט מקדים זיין און דער מחשבה וואלט נישט געקענט באשאפן ווערן נאר פון גאט אויב גלייב איך אין השגחה פרטית. נו וויאזוי קען זיין אז דער מענטש איז בוחר ? איז דען דא א כוח חוץ פון גאט? בוחר זיין מיינט אן דעם בורא דאס הייסט גאט איז זיך מסלק פון מיין כח המחשבה און האט דערמיט קיין שייכות און איך בלייב מיטן כח המחשבה! פון ווי קומט דער כח ? פון גאט ? דאן ווי איז מיין בחירה? גאט האט דאך מיר מכריח געווען צו מחשיב זיין די מחשבה.
און זאגן אז גאט האט מיר געגעבן אן עקספענדעבל כח וואס קען ארבייטן אפילו נאכדעם וואס ער איז זיך מסלק דערפון. קודם קאנטראדיקט דאס דער גאנצער באגריף פון השגחה פרטית. ווייל אויב איז דא אזא כח קען דאך דאס שוין ארויפגיין אויף א יעדן בוים בלעטל וכו׳ והשנית ווי איז שייך אזא זאך? אינדעפענדענט ענערדשי ארבייט נאר אויב דער מקור פון דער ענערדשי איז נאך דא און אויב דער מקור פון דער כח המחשבה איז גאט וועט דאס ווייטער נאר ארבייטן ווילאנג גאט וויל ס׳זאל ארבייטן און אנדערע ווערטער גאט קען יעדע רגע אוועקנעמען דער כח הבחירה אפילו יעצט למעשה לויפט דאס אליינס . קומט אויס אז דער שלילות פון גאט אוועק צו נעמען דער כח איז ווי א רצון אז ס׳זאל בלייבן אזוי. איז הדרה קושיא לדוכתא ווי איז דער בחירה?
כ׳האף כ׳האב מיר גוט אויסגעדרוקט.
לפי דבריי איז דאס אבער זייער פארשטענדליך. ווייל אוודאי איז פארהאן א כח און חק פון השגחה פרטית און א מענטש רירט נישט זיין פינגער אן השגחה פרטית. מיט דעם אלעם האט דער מענטש א געוואלדיגער כח צו קענען מאנעווירן די מעכאניזם פון השגחה פרטית און דאס צופירן לויט זיין מענטשליכן רצון און מחשבה. [פאר מאטי איז אבער לכאורה שווער געווען על זה גופא, ווי אזוי איז שייך אז א מענטש זאל קענען האבן א מחשבה וואס זאל אנדערש מאנעווירן דעם חק ההשגחה פרטית? ס'איז אבער נישט אזוי שווער צו פארשטיין, ווייל יש מקום לומר, אז טראצדעם וואס א מענטש טראכט נישט קיין איין מחשבה אנעם רצון און השגחה פונעם אויבערשטן, איז אבער יתכן לומר, אז דא ליגט די כח הבחירה וואס דער אויבערשטער האט איבערגעלאזט פאר'ן מענטש, ד.מ. אז כאטש וואס דער אויבערשטער האט אנגעשריבן אז איינס אזייגער זאל דער מענטש שטארבן דורך אן עקסידענט, האט דער אויבערשטער געגעבן די רעכט און כח פאר א מענטש צו קענען טראכטן אינטענסיוו פאזעטיוו וואס דאס זאל קענען מאנעווירן דעם חק ההשגחה פרטית]