אידישקייט: די ריכטיגע רעליגיע -חקירה
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 662
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 252 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל
מיין ארעמע מיינונג איז אז מען מיז צוקימען צו אמונה פשוטה נישט דא קיין ברירה נישט גאט מאכט סענס און נישט די תורה
טראכט אריין די תורה איז אזויווי להבדיל א געהעריגע פערי טעיל שטעקענעס ווערן שלענג וואסער ווערט בליט וואסער קימט פון א שטיין און ברויט רעגענט פון הימל

מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com

- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
שפילער האט געשריבן:מיין ארעמע מיינונג איז אז מען מיז צוקימען צו אמונה פשוטה נישט דא קיין ברירה נישט גאט מאכט סענס און נישט די תורה
טראכט אריין די תורה איז אזויווי להבדיל א געהעריגע פערי טעיל שטעקענעס ווערן שלענג וואסער ווערט בליט וואסער קימט פון א שטיין און ברויט רעגענט פון הימל
לאמיך דא איבער שרייבן פאר דיר, וואס איך האב שוין געשריבן אונעם 'טענות הכוזרי' אשכול, וואס מיין פראבלעם מיט אמונה פשוטה איז,
איך פול מיך ווי א נאר, און ווי א סטופיד מענטש, צו גלייבן אז אידישקייט איז די אמת, 'בלויז' ווייל מיין טאטע האט מיר אזוי אויסגעלערנט, און איך בין געבוירן אין אזא סביבה,
און דער צייט וואס איך ווייס אז די מוסלאמענער טאטע לערנט זיין זוהן איסלאם, און די קריסט לערנט זיין זוהן, די קריסטליכע גלויבונג,
נאר איינער איז גערעכט, און אלע אנדערע זענען נישט, סאו, בלויז גלייבן, לשם גלייבן? אן קיין פארוואס און אן קיין פארווען? נאר ווייל איך בין דא געבוירן? עס מאכט דאך נישט קיין טראפ סענס
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
עצי שטים האט געשריבן:רבינו, לויט ווי איך פארשטיי, וויקלסט אויף א נייע נושא, וואס פארדינט זיך א באזינדערע אשכול,
די טענה'סט, אז שוין נאכן צוקומען אז אידישקייט איז ריכטיגע רעליגיע, ווער זאגט אז נאר די ארטידאקסישע רבנים, קענען זאגן וואס די תורה מיינט, אפשר גאר זענען די צדוקים/בייתיסים/קראים/נעאלאגן/משכילים/רעפארמער, גערעכט,
איז דאס דיין טענה?
מיין טענה איז, לאז אפ די אלע חקירות און פילאזאפיעס וואס פירן נישט אין ערגעץ און לאמיר רעדן הלכה למעשה, פילאזאפיע קען נישט גארנישט אויפווייזן, קיינער האט נאכנישט אויסגעהיילט קיין מחלות דורך פילאזאפיע, די מציאות קימערט זיך גאנץ ווייניג מיט אונזער common sense. דערמאנסט מיר א מעשה, כ׳פלעג מיך אמאל דרייען ביי עפעס א באבא, האט אמאל איינער פון די פרענקן דארט, נישט קיין גרויסער חכם און נישט קיין קליינער נאר, איהם געפרעגט אז איינער דרייט איהם א קאפ וועגן איינער יאשקע וואס איז משיח, וואס זאל איך איהם ענטפערן? האט איהם דער באבא געענטפערט אז ער האט נישט געקענט דעם יאשקע, יתכן אז ער איז געווען א וואוילער איד, גאנץ מעגליך אז ער איז געווען א גרויסער צדיק, אבער משיח פון וועם דער פסוק אין ישעיה רעדט איז ער נישט געווען ווייל קיין איין פסוק איז נישט מקוים געווארן דורך איהם...
פארשטייסטו, מ׳דארף נישט אריינגיין אין איררעלעוואנטע פילאזאפיעס, מ׳קען גיין גראד צום נקודה און געגאנגען ווייטער.
א רב וואס האלט זיך פאר א שטיקל אויפגעקלערטער האט זיך באקלאגט אמאל צו מיר אז מ׳פארקויפט אזויפיל שטותים אין די נאמען פון אידישקייט און אסאך מענטשן ווען זיי הערן אויף גלייבן אין די שטותים הערן זיי אויף גלייבן אין אלעס, למשל ער האט א חבר א גורער וואס האט אויפגעהערט האלטן דעם בית ישראל׳ס תקנות און צוזאמען דערמיט האט ער אויך אויפגעהערט האלטן הרחקות אינגאנצן. האב איך איהם געזאגט אז גערעכט איז ער, פארוואס איז רבי זירא׳ס חומרות ווייניגער שטותים ווי דעם בית ישראל׳ס חומרות? וואו שטעלט מען זיך אפ? און צווישן מיר און דיר, ווער זאגט אז מ׳דארף זיך ערגעץ אפשטעלן?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
עצי שטים האט געשריבן:יעצט לאמיר זיך ריקן ווייטער, און דערביי וועט אפשר קלאר ווערן פארוואס איך האב געמיסט אזוי מאריך זיין אונעם חלק, פון מציאות הבורה
דער וועג וויאזוי אונז ווייסן אז די תורה איז אמת, און אז ס'איז מסורה לנו מה' ביים בארג סיני, איז דורך מסורה, מיין טאטע, האט מיר אזוי נאכגעזאגט פון מיין זיידע ביז ארויף צו די זיידעס וואס זענען דארט געשטאנען ביים בארג סיני (און אזוי אויך דיין טאטע ביז ארויף)
נא האמיר דאך א קלארע מסורה, אויב איז עס ליגנט דאן ווער האט עס אויסגעטראכט און פארקויפט פאר גאנץ כלל ישראל, און פארוואס זאל מען עס אפקויפן?
אבער צו דעם איז דא אפאר שוועריקייטן, קודם כל, אויב אזוי, דאן וויאזוי איז קריסטליכע רעליגיע, און די מוסלאמענער רעליגיע, ועוד, צושטאנד געקומען? פארוואס האבן די מענטשן עס אפגעקויפט? אלא מאי מוז זיין אז מען קען יא איינרעדן מענטשן נאכצופאלגן א רעליגיע,
און נאך א קשיא, (וואס איז געברענגט געווארן אין די כזרי אשכול) אפשר האבן עס טאקע נישט גאנץ כלל ישראל אפגעקויפט, נאר מיט די יארן האט מען עס איינגעבאקן, און אויסגעשפיגן די אימגלויביגע וכ' און אזוי איז געווארן כלל ישראל,
צו דעם דארף מען פארשטיין די יסודות'דיגער חילוק פון די אידישע רעליגיע ביז אלע אנדערע רעליגיעס,
אלע אנדערע רעליגיעס, האבן זיך אנגעהויבן דורך איין אינציגער מענטש, ביי די קריסטן איז עס דזיסעס, ביי די מוסלאמענער, איז עס מוחאמוד, וכ', זיי זענען געקומען און זיך אהערגעשטעלט ווי נביאים, און געזאגט כה דיבר ה' אילי וכ', רוב עולם האט עס אויסגעלאכט, אבער צעביסליך האבן עס מענטשן אנגעהויבן צו גלייבן, מענטשן זענען בטבע גלויביג אין זאכן וואס מען קען נישט קלאר אויפווייזן אז עס איז פאלטש, נו גיי ווייז אויף אז ער איז נישט קיין נביא, און פון איין דור ביז די אנדערע, האט זיך עס מער און מער אנגעקלעבט, און עס איז אריבער מדור לדור, און אזוי איז דא א רעליגיע
אבער ביי אדישקייט איז דא א שטארקע פראבלעם צו זאגן אז עס איז פאלטש, די מסורה גייט אז עס זענען געשטאנען ביים בארג סיני, 600,000 אידן, וואס יעדער פון זיי האט געהערט און געזען ווי די באשעפער האט געגעבן פאר אונז די תורה, נא וויאזוי גייט מען איינרעדן אזא ליגנט צו א גרופע מענטשן? מען קען עס גלייך אויפוויזן אויף פאלטש, מען גייט צו די טאטע און מען פרעגט, האט זיך טאקע די באשעפער באוויזן פאר דיר ביים סיני אזוי ווי דער כריזמאטישער יהושע פארקויפט אונז, אדער איז עס הוילע פאנטאזיעס? עס איז גאר שווער איינצורעדן אזא ליגנט, וויל מען קען עס גלייך אויפוויזן אלץ פאלטש
יעצט וועגן דעם האב איך געמאכט די גאנצע הקדמה פון מציאות השם, ווייל למעשה קען מען אויפקומען, און מדחיק זיין וויאזוי, אזא ליגנט זאל 'דוקה יא' פארשפרייט ווערן, אבער אז מען נעמט און באטראכט אז עס איז דא א באשעפער וואס האט באשאפן די וועלט, און באשאפן מענטשן, האט ער דאך עס געטון פאר א סיבה, נישט אזוי? און די סיבה איז אז מען זאל אין דינען, דורך 'די אמת'ע רעליגיע, נא אויב דארף איך טשאזען א רעליגיע, לייגט זיך אידישקייט די מערסטע אויפן שכל צו זיין די ריכטיגע
הכל הוא נפענ''ד, און אדרבה, די מטרה איז ציצוקומען צום 'אמת', אויב איז עפעס נישט אמת, אדער נישט גערעדט צו דער זאך, דאן ברענגט עס ארויף און מיר וועלן עס דורכטון אונאיינען
יודישקייט איז אויך געקימען פון איין מענטש! פארגעס פון הר סיני , אברהם אבינו איז איין מענטש און ער האט געזאגט אז גאט האט זיך צו מיר באוויזן פונקט ווי אנדערע רעליגיעס ...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
קאצקע ציקער האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:יעצט לאמיר זיך ריקן ווייטער, און דערביי וועט אפשר קלאר ווערן פארוואס איך האב געמיסט אזוי מאריך זיין אונעם חלק, פון מציאות הבורה

פארגעס נישט פון הר סיני, ווייל דארט האט מען זיך געקענט אליין איבערצייגן, אז דאס וואס אברהם אבינו האט געלערנט איז געווען אמת
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
רבינו: קום אריין קלאר מיט וואס די ווילסט זאגן, פארוואס זאגסטו אז חקירה ברענגט נישט אין ערגעץ? אלע צדיקים פארן בעש''ט זענען געגאנגען אויפן מהלך פון חקירה, אויב וואלט מען מיט חקירה אנגעקומען צום אויספיר אז ג-ט איז שטיתים, דאן גיימיר שוין עסן א שטיקל חזיר, עס איז גאר שטארק נוגע...
און בנוגע די מעשה פונעם רב, עס זעט מיר שטארק אויס אז די ביסט נוטה, נאר אנצינעמען תורה שבכתב, און נישט תורה שבע''פ, בין איך גערעכט?
און בנוגע די מעשה פונעם רב, עס זעט מיר שטארק אויס אז די ביסט נוטה, נאר אנצינעמען תורה שבכתב, און נישט תורה שבע''פ, בין איך גערעכט?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
ווי איך האב דא געשריבן איז דא צוויי סארטן ״חקירות״. צו מער מסביר זיין איז דא א חילוק צווישן ווערן אויפגעוואוזן אויף צו ״אָננעמען/אקצעפטירן״ א גלויבונג, און דאס האבן אויפווייזונגען אויף נישט צו ״אפּווארפן/רעדזשעקטן״ א גלויבונג וואס מ׳האט שוין מחמת איזה סיבה חיצונית - אפּאלאדזשעטיקס. אין אנדערע ווערטער, עס איז א חילוק צווישן ״אפענסיווע״ חקירה און ״דיפענסיווע״ חקירה. יעצט, מען קען באטראכטן ווי אמונה פשוטה באציהט זיך צו דאס׳ן דאס שוין האבן, און רוּדימענטערעלי אָנהאלטן, דאס גלויבונג. פון דארט און ווייטער אויף נישט צו ״אפּווארפן״ די גלויבונג מכח ראציאנאלע קושיות און דאס אָנהאלטן ווייטער, לעומת דאס׳ן דארפן דאס ״אָננעמען״ מעיקרא לגמרי, איז גענוג די צווייטע סארט ״דיפענסיווע״ חקירה - אפּאלאדזשעטיקס.
דאס האט טאקע השלכות אויף ווי אזוי מ׳באטראכט די אנדערע ״נארישע״ רעליגיעס - עס קומט מיט מיט אן עפּיסטעמיק ענוה. און ווי [tag]אבטולמוס[/tag] ברענגט ארויס. עס איז אויך מן הראוי לציין צו זיינע פאלגענדע דריי מאמרים וואס זענען קילורין לעינים.
עצי שיטים האט געשריבן:לאמיך דא איבער שרייבן פאר דיר, וואס איך האב שוין געשריבן אונעם 'טענות הכוזרי' אשכול, וואס מיין פראבלעם מיט אמונה פשוטה איז,
איך פול מיך ווי א נאר, און ווי א סטופיד מענטש, צו גלייבן אז אידישקייט איז די אמת, 'בלויז' ווייל מיין טאטע האט מיר אזוי אויסגעלערנט, און איך בין געבוירן אין אזא סביבה,
און דער צייט וואס איך ווייס אז די מוסלאמענער טאטע לערנט זיין זוהן איסלאם, און די קריסט לערנט זיין זוהן, די קריסטליכע גלויבונג,
נאר איינער איז גערעכט, און אלע אנדערע זענען נישט, סאו, בלויז גלייבן, לשם גלייבן? אן קיין פארוואס און אן קיין פארווען? נאר ווייל איך בין דא געבוירן? עס מאכט דאך נישט קיין טראפ סענס
ווי איך האב דא געשריבן איז דא צוויי סארטן ״חקירות״. צו מער מסביר זיין איז דא א חילוק צווישן ווערן אויפגעוואוזן אויף צו ״אָננעמען/אקצעפטירן״ א גלויבונג, און דאס האבן אויפווייזונגען אויף נישט צו ״אפּווארפן/רעדזשעקטן״ א גלויבונג וואס מ׳האט שוין מחמת איזה סיבה חיצונית - אפּאלאדזשעטיקס. אין אנדערע ווערטער, עס איז א חילוק צווישן ״אפענסיווע״ חקירה און ״דיפענסיווע״ חקירה. יעצט, מען קען באטראכטן ווי אמונה פשוטה באציהט זיך צו דאס׳ן דאס שוין האבן, און רוּדימענטערעלי אָנהאלטן, דאס גלויבונג. פון דארט און ווייטער אויף נישט צו ״אפּווארפן״ די גלויבונג מכח ראציאנאלע קושיות און דאס אָנהאלטן ווייטער, לעומת דאס׳ן דארפן דאס ״אָננעמען״ מעיקרא לגמרי, איז גענוג די צווייטע סארט ״דיפענסיווע״ חקירה - אפּאלאדזשעטיקס.
דאס האט טאקע השלכות אויף ווי אזוי מ׳באטראכט די אנדערע ״נארישע״ רעליגיעס - עס קומט מיט מיט אן עפּיסטעמיק ענוה. און ווי [tag]אבטולמוס[/tag] ברענגט ארויס. עס איז אויך מן הראוי לציין צו זיינע פאלגענדע דריי מאמרים וואס זענען קילורין לעינים.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
עצי שטים האט געשריבן:רבינו: קום אריין קלאר מיט וואס די ווילסט זאגן, פארוואס זאגסטו אז חקירה ברענגט נישט אין ערגעץ? אלע צדיקים פארן בעש''ט זענען געגאנגען אויפן מהלך פון חקירה, אויב וואלט מען מיט חקירה אנגעקומען צום אויספיר אז ג-ט איז שטיתים, דאן גיימיר שוין עסן א שטיקל חזיר, עס איז גאר שטארק נוגע...
און בנוגע די מעשה פונעם רב, עס זעט מיר שטארק אויס אז די ביסט נוטה, נאר אנצינעמען תורה שבכתב, און נישט תורה שבע''פ, בין איך גערעכט?
א. גאט איז איררעלעוואנט ווייל אויב קענסטו אויפווייזן אז אויב מ׳עסט חזיר פלאקערט מען דערנאך אין גיהנם איז שוין ממש נישט קיין נפקא מינה צו ס׳איז גאט וואס ווארפט אריין אין גיהנם צו ס׳געשעהט אויטאמאטיש צו דורך קוואנטום מעכאניקס.
ב. איך בין נישט נוטה צו גארנישט.
ג. תורה שבתב אליינס קען מען פארטייטשן זיבעציג וועגן, די גרינגסטע וועג עס צו פארטייטשן איז אז די סופרים קורט קען פארטייטשן די תורה ווי זיי ווילן. וּבָאתָ אֶל הַכֹּהֲנִים הַלְוִיִּם וְאֶל הַשֹּׁפֵט אֲשֶׁר יִהְיֶה בַּיָּמִים הָהֵם וְדָרַשְׁתָּ וְהִגִּידוּ לְךָ אֵת דְּבַר הַמִּשְׁפָּט, ואין לך אלא שופט שבימיך. נאך א וועג צו פארטייטשן איז ווי דער רמב״ן אז די תורה איז נאר נוגע אין ארץ ישראל, איך קען אזוי ווייטער אנגיין נאך צעהן יאר די שאלה איז נאר וואס דו גייסט טוהן למעשה דערמיט, סתם רעדן אין דער וועלט אריין איז א שאד די צייט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:רבינו: קום אריין קלאר מיט וואס די ווילסט זאגן, פארוואס זאגסטו אז חקירה ברענגט נישט אין ערגעץ? אלע צדיקים פארן בעש''ט זענען געגאנגען אויפן מהלך פון חקירה, אויב וואלט מען מיט חקירה אנגעקומען צום אויספיר אז ג-ט איז שטיתים, דאן גיימיר שוין עסן א שטיקל חזיר, עס איז גאר שטארק נוגע...
און בנוגע די מעשה פונעם רב, עס זעט מיר שטארק אויס אז די ביסט נוטה, נאר אנצינעמען תורה שבכתב, און נישט תורה שבע''פ, בין איך גערעכט?
א. גאט איז איררעלעוואנט ווייל אויב קענסטו אויפווייזן אז אויב מ׳עסט חזיר פלאקערט מען דערנאך אין גיהנם איז שוין ממש נישט קיין נפקא מינה צו ס׳איז גאט וואס ווארפט אריין אין גיהנם צו ס׳געשעהט אויטאמאטיש צו דורך קוואנטום מעכאניקס.
ב. איך בין נישט נוטה צו גארנישט.
ג. תורה שבתב אליינס קען מען פארטייטשן זיבעציג וועגן, די גרינגסטע וועג עס צו פארטייטשן איז אז די סופרים קורט קען פארטייטשן די תורה ווי זיי ווילן. וּבָאתָ אֶל הַכֹּהֲנִים הַלְוִיִּם וְאֶל הַשֹּׁפֵט אֲשֶׁר יִהְיֶה בַּיָּמִים הָהֵם וְדָרַשְׁתָּ וְהִגִּידוּ לְךָ אֵת דְּבַר הַמִּשְׁפָּט, ואין לך אלא שופט שבימיך. נאך א וועג צו פארטייטשן איז ווי דער רמב״ן אז די תורה איז נאר נוגע אין ארץ ישראל, איך קען אזוי ווייטער אנגיין נאך צעהן יאר די שאלה איז נאר וואס דו גייסט טוהן למעשה דערמיט, סתם רעדן אין דער וועלט אריין איז א שאד די צייט.
איך פארשטיי נישט וואס די רעדסט, וואס הייסט ג-ט איז אירעלעוואנט? ווער דען גייט מיר אריינלייגן אין גהינם? סתם א כח רוחני, וואס האט באשאפן די וועלט, און לאזט נישט טון דאס וואס איך האב געטון? נא אים ריף איך טאקע אן ג-ט, די איינציגסטע וועג איך זע מיך פלאקערן פארן עסן חזיר, איז נאר אויב ס'דא איינער וואס לאזט נישט, און איך פאלג אים נישט, און עס יא, ריף אים וויאזוי די ווילסט, איך ריף אים גראדע ג-ט, און איך וויל שטארק וויסן צו 'ער' עקזעסטירט בכלל, און אויב יא, צו לאזט ער נישט עסן חזיר? אדער גאר גייט אים עפעס אנדעש גאר אן,
און בנוגע חלק ג', פרעגסטו א שטארקע שאלה, ווער זענען די חכמים וואס קענען ריכטיג אויסטייטשן, וויאזוי זיך צו פירן למעשה, אויב קען מען עס אויסטייטשן אויף זיבעציג וועגן? און אויף דעם איז טאקע די תירוץ אז די חכמים פון יעדע דור, זיי זענען די וואס זענען מחליט, וויאזוי זיך צו פירן, אזוי ווי עס שטייט טאקע און די פסוק וואס די ברענגסט
וואס ווערט נאר יא שווער איז, ווער איז מחליט ווער עס זענען די חכמי הדור? אפשר זענען די צדוקים, אדער די רעפארמער, אויך חכמי הדור, און זיי קענען אויך זאגן וואס די תורה מיינט בזמנינו?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 253
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
- האט שוין געלייקט: 574 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל
מי אני האט געשריבן:
ווי איך האב דא געשריבן איז דא צוויי סארטן ״חקירות״. צו מער מסביר זיין איז דא א חילוק צווישן ווערן אויפגעוואוזן אויף צו ״אָננעמען/אקצעפטירן״ א גלויבונג, און דאס האבן אויפווייזונגען אויף נישט צו ״אפּווארפן/רעדזשעקטן״ א גלויבונג וואס מ׳האט שוין מחמת איזה סיבה חיצונית - אפּאלאדזשעטיקס. אין אנדערע ווערטער, עס איז א חילוק צווישן ״אפענסיווע״ חקירה און ״דיפענסיווע״ חקירה. יעצט, מען קען באטראכטן ווי אמונה פשוטה באציהט זיך צו דאס׳ן דאס שוין האבן, און רוּדימענטערעלי אָנהאלטן, דאס גלויבונג. פון דארט און ווייטער אויף נישט צו ״אפּווארפן״ די גלויבונג מכח ראציאנאלע קושיות און דאס אָנהאלטן ווייטער, לעומת דאס׳ן דארפן דאס ״אָננעמען״ מעיקרא לגמרי, איז גענוג די צווייטע סארט ״דיפענסיווע״ חקירה - אפּאלאדזשעטיקס.
ווילסט מיר זאגן אז די רמב"ם חקירה מהלך איז נישט צו אנעמען/אקעצפטירן, די גאנצע בנין פון די רמב"ם איז געבויעט אז אויב מ'האלט יודישקייט מחמת סיבות חיצונית אז מ'זאל נישט אפווארפן/רעדזעקטן ?
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
מ׳דארף אפבאכט געבן פון א פּרעזענטיסט מהלך. מיינענדיג, מ׳דארף אין אכט נעמען אז מציאות הא-ל בזמנו איז געווען אַן אָנגענומענער זאך בכל קצוי תבל ביי די בעלי שכל. וממילא, איה״נ אז ער איז בעצם צוגעקומען להוכחת הא-ל למשל בריש ח״ב ממו״נ אין א סארט דעמאנסטרעטיוו וועג וכעין ״סוג א׳ של חקירה״ הנ״ל, אבער דאס איז שוין געווען בעצם אָנגענומען עקראָס די בּאָרד; עס זענען בּעיסיקעלי נישט געווען קיינע אטעאיסטן אין דעם רעספּעקט בימיו. ואפילו די הוכחה איז בתוכו יא אפּאלאגעטיש: ער וויל אויפווייזן מציאות הא-ל אפילו לפי דעם אריסטעטעליען סיסטעם וקדמות; אז עס שטימט דערמיט מיט המדע בימיו ע״ש.
און טאקע לגבי קדמות העולם ווס. בריאת העולם איז זיין מהלך דארט שפעטער אויך מער אפּאלאגעטיש. כידוע געבט ער אוועק עטליכע פרקים דארט שפעטער להוכיח אז קדמות איז נישט אויפגעוואוזן פונקט אזוי נישט ווי בריאת העולם, וממילא איז עס אינטעלעקטשועלי שקול און מען קען אָנהאלטן אמונה בבריאה. ווי אויך קען מען, צב״ש, באטראכטן ח״א וואו ער האלט אין איין פארטייטשן די לשונות הגשמה בהתורה אז עס איז נישט אזוי, ווי אַן אפּאלדזשעטיק דאס צו מאכן שטימען מיט דאס וואס איז פילאזאפיש אויפגעוואוזן אז הגשמת הא-ל קען נישט זיין און מאכט נישט קיין פילאזאפישע סענס. וכן אפשר לומר לגבי די אנדערע נושאים וואס ער טוהט דורך.
און טאקע לגבי קדמות העולם ווס. בריאת העולם איז זיין מהלך דארט שפעטער אויך מער אפּאלאגעטיש. כידוע געבט ער אוועק עטליכע פרקים דארט שפעטער להוכיח אז קדמות איז נישט אויפגעוואוזן פונקט אזוי נישט ווי בריאת העולם, וממילא איז עס אינטעלעקטשועלי שקול און מען קען אָנהאלטן אמונה בבריאה. ווי אויך קען מען, צב״ש, באטראכטן ח״א וואו ער האלט אין איין פארטייטשן די לשונות הגשמה בהתורה אז עס איז נישט אזוי, ווי אַן אפּאלדזשעטיק דאס צו מאכן שטימען מיט דאס וואס איז פילאזאפיש אויפגעוואוזן אז הגשמת הא-ל קען נישט זיין און מאכט נישט קיין פילאזאפישע סענס. וכן אפשר לומר לגבי די אנדערע נושאים וואס ער טוהט דורך.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
עצי שטים האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס די רעדסט, וואס הייסט ג-ט איז אירעלעוואנט? ווער דען גייט מיר אריינלייגן אין גהינם? סתם א כח רוחני, וואס האט באשאפן די וועלט, און לאזט נישט טון דאס וואס איך האב געטון? נא אים ריף איך טאקע אן ג-ט, די איינציגסטע וועג איך זע מיך פלאקערן פארן עסן חזיר, איז נאר אויב ס'דא איינער וואס לאזט נישט, און איך פאלג אים נישט, און עס יא, ריף אים וויאזוי די ווילסט, איך ריף אים גראדע ג-ט, און איך וויל שטארק וויסן צו 'ער' עקזעסטירט בכלל, און אויב יא, צו לאזט ער נישט עסן חזיר? אדער גאר גייט אים עפעס אנדעש גאר אן
לאמיר פרובירן זיך מסביר זיין מיט א משל, אז דו ווילסט איינעם איבערצייגן פארוואס ער זאל נישט עסן קיין פארדארבענע פלייש איז דא צוויי וועגן זיך אומצוגיין דערמיט. די ערשטע וועג איז אז דו קענסט איהם מסביר זיין וואס באצילן איז, איהם ברענגען הוכחות און ראיות אז ס׳עקזיסטירן באצילן, וויאזוי קען דער וועלט אפילו עקזיסטירן אן באצילן, האט זיך עס דען אליינס באשאפן? אוודאי איז עס באשאפן געווארן דורך באצילן! דערנאך גייסטו גיין נאך טיפער און איהם מסביר זיין אז באצילן האבן שטארק ליעב פארדארבענע פלייש, העק די גאנצע סיבה פארוואס די פלייש איז בכלל פארדארבן איז דורך די באצילן, און די סיבה פארוואס באצילן האבן ליעבן פארדארבענע פלייש איז ווייל בשר איז בגימטריא במספר קטן באקטעריע מיט׳ן כולל דורך א״ת ב״ש, און אז מ׳עסט די באצילן ווערט א יחוד א״ח בא״ח פון די ס״מ מיט לאה און די עטרת יסוד דאבא איז משפיע פאר די חיצונים וואס גייען דערנאך צו לילית און איז מעורר דינים דורכ׳ן דערמאנען דעם חטא העגל און די דינים קומען אראפ אויפ׳ן מענטש וואס האט געגעסן די פארדארבענע פלייש און ס׳פארדארבט זיין מאגן און ס׳קען גורם זיין מיתה בסוד מיתת פרצופין. און כאטש וואס פונעם פרי מגדים איז משמע אז מ׳מעג יא עסן פארדארבענע פלייש אבער מיר חסידים פסק׳נען ווי דעם רב וואס איז מחמיר און באמת איז די פרי מגדים א טעות וואס א תלמיד טועה האט אריינגעלייגט, וכו׳ וכו׳
דאס איז איין וועג, די צווייטע וועג איז פיל פשוט׳ער, עס נישט שלא תמות כמו שמת פלוני. די שאלה צו באצילן עקזיסטירן אין איררעלעוואנט, און באמת האט נאך קיינער נישט אויפגעוויזן אז באצילן זענען גורם מחלות, דערפאר הייסט עס germ theory ווייל ס׳נאר א theory, ס׳האט זיי קיינער נאכנישט געכאפט רויטהאנטיג פארשפרייטן א קרענק, וואס איז רעלעוואנט איז צו ס׳געשעהט עפעס ווען מ׳עסט פארדארבענע פלייש צו נישט. אז דו קענסט אויפווייזן אז עפעס געשעהט ווען מ׳עסט פארדארבענע פלייש איז גוט, אז נישט נעם דיר אלע פשט׳לעך דיינער און גיי דיר צו אלע בייזע רוחות. די אלע פשט׳לעך און חקירות זענען געהעריג הוצאת אנרגיה לבטלה (שובבי״ם!), דערפאר הייסט עס טאקע אוננות אינטלקטואלית.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
עצי שטים האט געשריבן:ביטע צייכן אהן די צייטן און היסטאריע, וואס גאנץ כלל ישראל האט טאטאל פארגעסן די גאנצע תורה, ביז עס איז געקומען איינער און אלעס דערמאנט, איך וויל עס שטאדירן, ייש''כליב צו וויסן האט געשריבן: די נקודה אז 600,000 מענטשן האבן איבער געגיבן פאר זייערע קינדער וכו, איז שוין אויסגעשמועסט געווארן מערערע מאל דא אויף ק"ש.
למעשה: די נקודה האט קיין האפט אין זיך און איז פשוט נישט אמת ווען מען נעמט אין באטראכט די פילע תקופות ווען "כלל" ישראל האט נישט געהאלטן און נישט געוואוסט פון תורה ומצוות.
אין נ"ך איז זייער קלאר אז אידן האבן נישט געהאט די תורה אין די פארעם וואס מיר האבן עס היינט.
זעה:
מלכים ב פרק כב (די זעלבע מעשה מיט קליינע שינויים אין דברי הימים ב פרק לד)
נחמיה פרק ח פסוקים יד-יז
דאס איז שוין חוץ פון דעם וואס ווען מען לערנט תורה כפשוטו און אן קיין פריעדיגע מסקנות (געוויסע רופן עס 'ביקורת המקרא'...), איז היפש פשוט אז די 5 ספרים זענען נישט געשריבן געווארן דורך איין סופר ביים בארג סיני, די תורה אליינס קלעימט קיין ערגעץ נישט אזא זאך (דאס איז א פיל שפעטערע אויסטרעף).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליב צו וויסן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:תורה שבתב אליינס קען מען פארטייטשן זיבעציג וועגן, די גרינגסטע וועג עס צו פארטייטשן איז אז די סופרים קורט קען פארטייטשן די תורה ווי זיי ווילן. וּבָאתָ אֶל הַכֹּהֲנִים הַלְוִיִּם וְאֶל הַשֹּׁפֵט אֲשֶׁר יִהְיֶה בַּיָּמִים הָהֵם וְדָרַשְׁתָּ וְהִגִּידוּ לְךָ אֵת דְּבַר הַמִּשְׁפָּט
ס'איז כדאי צו געדענקען אז די תורה שרייבט בכלל נישט דא אז א כהן שבימיך האט א כח צו מאכן נייע מצוות אדער אפילו גזירות (משמרת למשמרתי)..
בס"ה שטייט דא אז ווען ס'איז פאראן א ספק אויף אן Existing הלכה וויאזוי דאס דארף צו ווערן אויסגעפירט האבן זיי די לעצטע ווארט (ענדליך צו די סופרים קאורט אין וואשינגטאן בנוגע אמעריקאנע געזעץ).
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס די רעדסט, וואס הייסט ג-ט איז אירעלעוואנט? ווער דען גייט מיר אריינלייגן אין גהינם? סתם א כח רוחני, וואס האט באשאפן די וועלט, און לאזט נישט טון דאס וואס איך האב געטון? נא אים ריף איך טאקע אן ג-ט, די איינציגסטע וועג איך זע מיך פלאקערן פארן עסן חזיר, איז נאר אויב ס'דא איינער וואס לאזט נישט, און איך פאלג אים נישט, און עס יא, ריף אים וויאזוי די ווילסט, איך ריף אים גראדע ג-ט, און איך וויל שטארק וויסן צו 'ער' עקזעסטירט בכלל, און אויב יא, צו לאזט ער נישט עסן חזיר? אדער גאר גייט אים עפעס אנדעש גאר אן
לאמיר פרובירן זיך מסביר זיין מיט א משל, אז דו ווילסט איינעם איבערצייגן פארוואס ער זאל נישט עסן קיין פארדארבענע פלייש איז דא צוויי וועגן זיך אומצוגיין דערמיט. די ערשטע וועג איז אז דו קענסט איהם מסביר זיין וואס באצילן איז, איהם ברענגען הוכחות און ראיות אז ס׳עקזיסטירן באצילן, וויאזוי קען דער וועלט אפילו עקזיסטירן אן באצילן, האט זיך עס דען אליינס באשאפן? אוודאי איז עס באשאפן געווארן דורך באצילן! דערנאך גייסטו גיין נאך טיפער און איהם מסביר זיין אז באצילן האבן שטארק ליעב פארדארבענע פלייש, העק די גאנצע סיבה פארוואס די פלייש איז בכלל פארדארבן איז דורך די באצילן, און די סיבה פארוואס באצילן האבן ליעבן פארדארבענע פלייש איז ווייל בשר איז בגימטריא במספר קטן באקטעריע מיט׳ן כולל דורך א״ת ב״ש, און אז מ׳עסט די באצילן ווערט א יחוד א״ח בא״ח פון די ס״מ מיט לאה און די עטרת יסוד דאבא איז משפיע פאר די חיצונים וואס גייען דערנאך צו לילית און איז מעורר דינים דורכ׳ן דערמאנען דעם חטא העגל און די דינים קומען אראפ אויפ׳ן מענטש וואס האט געגעסן די פארדארבענע פלייש און ס׳פארדארבט זיין מאגן און ס׳קען גורם זיין מיתה בסוד מיתת פרצופין. און כאטש וואס פונעם פרי מגדים איז משמע אז מ׳מעג יא עסן פארדארבענע פלייש אבער מיר חסידים פסק׳נען ווי דעם רב וואס איז מחמיר און באמת איז די פרי מגדים א טעות וואס א תלמיד טועה האט אריינגעלייגט, וכו׳ וכו׳
דאס איז איין וועג, די צווייטע וועג איז פיל פשוט׳ער, עס נישט שלא תמות כמו שמת פלוני. די שאלה צו באצילן עקזיסטירן אין איררעלעוואנט, און באמת האט נאך קיינער נישט אויפגעוויזן אז באצילן זענען גורם מחלות, דערפאר הייסט עס germ theory ווייל ס׳נאר א theory, ס׳האט זיי קיינער נאכנישט געכאפט רויטהאנטיג פארשפרייטן א קרענק, וואס איז רעלעוואנט איז צו ס׳געשעהט עפעס ווען מ׳עסט פארדארבענע פלייש צו נישט. אז דו קענסט אויפווייזן אז עפעס געשעהט ווען מ׳עסט פארדארבענע פלייש איז גוט, אז נישט נעם דיר אלע פשט׳לעך דיינער און גיי דיר צו אלע בייזע רוחות. די אלע פשט׳לעך און חקירות זענען געהעריג הוצאת אנרגיה לבטלה (שובבי״ם!), דערפאר הייסט עס טאקע אוננות אינטלקטואלית.
איך האב דיר געלייקט, ווייל עס איז גוט געשריבן מיטן טיפישער רביה''ק הומאר,
אבער לעצם הטענה, איז אין הנידון דומה לראיה, ווען איך וויל דיר איבערצייגן עפעס צו טון, אדער און אונזער משל, 'נישט' צו טון, דאן אויב האט די אקט פאקטישע קאנסעקווענצן, וואס מען קען זען מיט די אויגן, דאן ביסטו גערעכט, לאז אפ די גמטריות און סברות, און גיי גראד צום פונקט, 'פאקט! טאמער וועסטו דאס עסן, וועסטו שטארבן' ענד אוו סטארי!
אבער ווען עס קומט צו עווירות, ווי למשל עסן חזיר, (פרישע) וואס הרבה עשו כן ועלתה בידם, ס'איז זיי גארנישט געשען, עס דרייען זיך ארום פילע עוברי עווירה, זיי לעבן א חיים טובים, פרעסן כל דבר אסור כל ימיהם, און שטארבן בשיבה טובה, און עס פעלט זיי נישט גארנישט, דאן אויב ווילסטו אים איבערצייגן נישט צו עסן, דאן האסטו נישט קיין ברירה נאר צו איבערצייגן אז ער וועט חרטה האבן אויף 'יענע וועלט'
און אויף דעם וועסטו מיזן אויפווייזן מיט ראיות וואס זענען טאקע נישט קיין הארטע באווייזן, נאר מיט חקירה סברות, וואס וועלן איבערצייגן אז ס'דא א ג-ט וואס ער האט באשאפן די וועלט, אוו ער לאזט נישט עסן חזיר, און אויב וועסטו יא עסן, דאן וועסטו בראטן און גהינם
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
איז נאך איינער איטערסירט דא צו חקר'ענען, אדער זאל איך מיך אפלאזן און פערטיג?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
עצי שטים האט געשריבן:איז נאך איינער איטערסירט דא צו חקר'ענען, אדער זאל איך מיך אפלאזן און פערטיג?
איך בין אויך אריבער די תקיפה פון חקר'נען, איך בין אריין אין א טיפע משבר, ווייל איך בין געוועין זיכער אז אלע הוכחות וועלן מיך ציען גלייך אז אידישקייט איז די ריכטיגע רעליגיע, למעשה טאר מען נישט שרייבן וכו' והיבין מבין....., בקיצור איך בין געוועין ציפליקט צווישן 2 וועלטן, א באהאלטענע אט"ד, למעשה האב איך מחליט געוועין מיר איז באקוועים צי זיין א יוד, און איך וועל נישט גיין אין גיהנם אפילו אויב די תורה איז נישט אמת, זייט דעמאלטס גלייב איך מיט אמונה פשוטה (ווייל אויב גלייבט מען נישט בכלל קען מען נישט דאווענען, מען רעדט צים וואנט, פאר וועים פאסט מען, פארוועים מאכט מען קידוש) און דאס לעיבן גייט מיך גיט, מען נעמט אן יעדע קולא וואס מען טרעפט נאר, גלייב מיר חסידים קענען כמעט פינקט אזוי האקן א לעיבן ווי גויים.
צים פוינט, די זיכסט א מסקנה וואס די גייסט נישט טרעפן, אדער הער יעצט אויף חקר'נן און גלייב מיט אמונה פשוטה, אדער די אנדערע אפציע טאר מען נישט שרייבן דא, וואס גראדע איך רעקעמענדיר עס נישט ווייל ס'סאך שווערער מיט א סאך קלענערע סוקסעס רעיט.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
עצי שטים האט געשריבן:איך האב דיר געלייקט, ווייל עס איז גוט געשריבן מיטן טיפישער רביה''ק הומאר,
אבער לעצם הטענה, איז אין הנידון דומה לראיה, ווען איך וויל דיר איבערצייגן עפעס צו טון, אדער און אונזער משל, 'נישט' צו טון, דאן אויב האט די אקט פאקטישע קאנסעקווענצן, וואס מען קען זען מיט די אויגן, דאן ביסטו גערעכט, לאז אפ די גמטריות און סברות, און גיי גראד צום פונקט, 'פאקט! טאמער וועסטו דאס עסן, וועסטו שטארבן' ענד אוו סטארי!
אבער ווען עס קומט צו עווירות, ווי למשל עסן חזיר, (פרישע) וואס הרבה עשו כן ועלתה בידם, ס'איז זיי גארנישט געשען, עס דרייען זיך ארום פילע עוברי עווירה, זיי לעבן א חיים טובים, פרעסן כל דבר אסור כל ימיהם, און שטארבן בשיבה טובה, און עס פעלט זיי נישט גארנישט, דאן אויב ווילסטו אים איבערצייגן נישט צו עסן, דאן האסטו נישט קיין ברירה נאר צו איבערצייגן אז ער וועט חרטה האבן אויף 'יענע וועלט'
און אויף דעם וועסטו מיזן אויפווייזן מיט ראיות וואס זענען טאקע נישט קיין הארטע באווייזן, נאר מיט חקירה סברות, וואס וועלן איבערצייגן אז ס'דא א ג-ט וואס ער האט באשאפן די וועלט, אוו ער לאזט נישט עסן חזיר, און אויב וועסטו יא עסן, דאן וועסטו בראטן און גהינם
א. מ׳שרייבט עבירות, עוויירות זעהט אויס ווי טראלל שפראך. איך זאג נישט אז דו ביזט, ס׳מאכט אבער נישט קיין גוטן רושם.
ֿֿֿ
ב. אויב אידישקייט וואלט געווען א רעליגיע וואס וואלט גארנישט פארקויפט אויסער ״יענע וועלט״ וואלסטו עס רואיג געקענט איגנארירן און טראכטן קיין צוויי מאל, דאס טראגט יעדע סימן פון א הרוצה לשקר ירחיק עדותו זיבעציג בתולות פאר מארטירער סקעם.
ג. אידישיקייט איז בפירוש א רעליגיע וואס פארשפרעכט יא ריעל לייף טענדישבל בענעפיטן, אז מ׳רעדט פון חזיר שטייט בפירוש אין פסוק ונטמאתם בם - ונטמטם בם. די וועג דאס צו מעסטן איז נישט דורך מדייק זין אין ש״ך און משנה ברורה, אידישקייט איז נישט ווי קאוויד וואס איז א נייע זאך וואס מ׳ווייסט נאכנישט וויאזוי זיך צו באגיין דערמיט, דאס איז שוין א קנאפע פיר טויזענט יאר אלט, מ׳וואלט שוין געמעגט אויפקומען מיט עפעס א וועג דאס צו מעסטן. אזעלכע שאלות צו א בריה ווערט בטל, בראקעל טשיקען, שיעור כזית וואלטן געמעגט האבן א בעסערע געידש ווי א דיוק אין פרי מגדים. וויפיל שעה דארף מען ווארטן צווישן מילכיגס און פליישיגס אז דאס הארץ זאל נישט פארשטאפט ווערן? חסידים ווארטן זעקס שעה, אין באבוב ווארט מען נאר פינעף שעה און איין מינוט ווייל צאנזער רב האט אזוי אפגעמאכט, די יעקעס נאר דריי שעה, די קראים עסן לכתחילה מילכיגס מיט פליישיגס, א מין מפגרישע פאלק. ווען מיר וואלטן באמת געגלייבט אין די תורה וואלט מען איינמאל פאר אלעמאל געמאכט א שטודיע ווילאנג מ׳דארף ווארטן צווישן מילכיגס און פליישיגס אז דאס הארץ זאל נישט פארשטאפט ווערן, מ׳וואלט גענומען טויזענט מענטשן און זיי איינגעטיילט אין צעהן גרופעס פון הונדערט מענטשן, איין גרופע זאל ווארטן זעקס שעה, די צווייטע נאר פינעף שעה און איין מינוט, די דריטע דריי שעה, די פערטע איין שעה, די פיפטע זאל נאר מאכן קינוח והדחה, די זעקסטע זאל בכלל נישט ווארטן, א.א.וו., און איין קאנטראל גרופע וואס זאל עסן בשר בחלב למהדרין מיט א כביצה כשיעור חזון איש, און מ׳וואלט זיי געגעבן אן IQ און EQ טעסט פארדעם און נאכדעם און געזעהן וועלכע גרופע האט געליטן פון הארץ פארשטאפעכץ און וועלכע נישט און אזוי גלעהזט דעם הארבן שאלה איינמאל פאר אלעמאל.
טא פארוואס מאכט מען טאקע נישט אזא סארט שטודיע? וועל איך אייך פארציילן פארוואס. ווען איך בין געווען בערך א 15 יעריג בחור האב איך געזעהן אין דברי תורה פון מונקאטשער רב אז א שפין (ספיידע״ר בלע״ז) איז מלכות דקליפה און דערפאר אויב איינער וויל אפשטעלן א שפין זאל ער זאגן דאס ווארט ״שבת״ וואס שבת איז דאך מרמז אויף מלכות דקדושה און די שפין וואס איז מלכות דקליפה וועט פארלירן איר כוח פון די קדושה פון שבת און בלייבן שטיין. שוין, ס׳אדורך נישט קיין לאנגע צייט, ס׳געקומען דער זוממער און איך בין געווען א שבת ביי מיינע עלטערן אין קאנטרי, זיץ איך מיר אזוי אינדרויסן אונטערן פרייען הימל פארטיפט אין א סוגיא, מיטאמאל זעה איך א שפין פארנט פון מיר, ספאנטאניש האב איך געגעבן א שריי אויס ״שבת!״ אבער ס׳האט געהאלפן א קדוחת, די שפין האט זיך טאקע דערשראקן און זיך גענומען אנטלויפן פון מיר... שנעל האב איך מיר געמאכט א חשבון אז די חסידישע הברה איז דאך לכאורה נישט די אויטענטישע הברה און מיין מוח האט אנגעפאנגען ארבעטן פיבערהאפטיג אויסצורעכענען וויאזוי צו זאגן ״שבת״ אין די תימנ׳ע הברה. נאך א צוויי סעקונדעס טראכטן געב איך א שריי אויס ״Shabboth" ווי די תימנ׳ע הברה, און וואונדער איבער וואונדער, די שפין וואס האט נאך געהאלטן אינמיטן אנטלויפן פון מיר האט ספאנטאניש צאמגעלייגט אירע פיסעלעך דקליפה און געבליבן שטיין ווי א גולם.
שיכור פון פרייד פון מיין אנטדעקונג בין איך מיט איין אימפעט געלאפן צו מיין טאטע און איהם דערציילט מיט עקסטאז וואס האט אקוראשט פאסירט, נישט נאר וואס מונקאטשער רב׳ס טריק האט געארבעט, כ׳ווייס אויך פונקטליך די ריכטיגע וועג ארויסצוזאגן דאס ווארט שבת... צו מיין אנטוישונג האט ער אינגאנצן נישט געטיילט מיין איבערראשונג, ער הייבט אויף די אויגן פונעם טור שולחן ערוך און זאגט מיר בערך כזה הלשון: ״איך וואלט נישט געטוהן אזא מין עקספערימענט ווייל וואס טוה איך אויב ס׳ארבעט נישט? וואלט איך דאך געווען חוזק...״ איך שטיי קעגנאיבער איהם מיט יראת הכבוד און ווארט מיט דארשט צו הערן עפעס דברי חכמה פון מיין חשוב׳ן פאטער׳ס מויל ווי איך בין צוגעוואוינט, און אזא אנטוישונג, די פה מפיק מרגליות איז מיטאיינמאל נהפך געווארן צו א פה מפיק צואת שוורים. איך האב געוואלט צוריקשרייען ״אבער ס׳האט דאך יא געארבעט, ביזטו נישט פרייליך אויסצוגעפינען אז דו ביזט נישט חוזק?!״, אבער די ווערטער זענען מיר שטעקן געבליבן אין האלז, כ׳האב גארנישט געקענט זאגן ווייל כ׳האב איינגעזעהן אז די מצב מיט איהם איז FUBAR ווי מ׳זאגט, גיי לערן אן אלטן בער טאנצן, אבער כ׳האב געטראכט צו מיר אזוי. אויב איז עס אמת אז ס׳ארבעט טאקע נישט וואלסטו נישט געוואלט וואוסן אז דו ביזט א חוזק? דו רעדסט דאך שוין באלד ווי אן אנטי וואקסער וואס וויל נישט נעמען קיין וואקסין ווייל ער האט מורא אז ער וועט אויסגעפינען אז ס׳שאדט נישט און ער וועט זיין חוזק... א מין גערעדעכץ דאס. אויב חוזק ביזטו שוין חוזק. אלא מאי דו גלייבסט נישט און פערטיג, און פון דעמאלטס און ווייטער איז מיין טאטע ארויף אויף מיין שווארצע ליסטע פון אפיקורסים, איבעריג צו זאגן אז נאך אפאר אזעלכע סארט עפיזאדן מיט אנדערע מענטשן איז מיין שווארצע ליסטע אלץ גרעסער און לענגער געווארן ביז ס׳שוין קיינער נישט איבערגעבליבן אויפ׳ן ווייסע ליסטע, בלאפן זאלט עטץ בלאפן מיט א צווייטן, א גוטע נאכט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
קהל'ס נער האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:איז נאך איינער איטערסירט דא צו חקר'ענען, אדער זאל איך מיך אפלאזן און פערטיג?
איך בין אויך אריבער די תקיפה פון חקר'נען, איך בין אריין אין א טיפע משבר, ווייל איך בין געוועין זיכער אז אלע הוכחות וועלן מיך ציען גלייך אז אידישקייט איז די ריכטיגע רעליגיע, למעשה טאר מען נישט שרייבן וכו' והיבין מבין....., בקיצור איך בין געוועין ציפליקט צווישן 2 וועלטן, א באהאלטענע אט"ד, למעשה האב איך מחליט געוועין מיר איז באקוועים צי זיין א יוד, און איך וועל נישט גיין אין גיהנם אפילו אויב די תורה איז נישט אמת, זייט דעמאלטס גלייב איך מיט אמונה פשוטה (ווייל אויב גלייבט מען נישט בכלל קען מען נישט דאווענען, מען רעדט צים וואנט, פאר וועים פאסט מען, פארוועים מאכט מען קידוש) און דאס לעיבן גייט מיך גיט, מען נעמט אן יעדע קולא וואס מען טרעפט נאר, גלייב מיר חסידים קענען כמעט פינקט אזוי האקן א לעיבן ווי גויים.
צים פוינט, די זיכסט א מסקנה וואס די גייסט נישט טרעפן, אדער הער יעצט אויף חקר'נן און גלייב מיט אמונה פשוטה, אדער די אנדערע אפציע טאר מען נישט שרייבן דא, וואס גראדע איך רעקעמענדיר עס נישט ווייל ס'סאך שווערער מיט א סאך קלענערע סוקסעס רעיט.
איך בין נישט אריבער קיין תקיפות, שוין אלץ אינגע בחור האב איך געהאט די אלע קשיות, און ציגעקומען צו די אלע זאכן וואס איך שרייב דא, און די אשכול, פארוואס איך האלט אז סטאטיסטיקלי איז יא שטארק מסתבר צו זאגן אז ס'דא א ג-ט, (זעט אויס אז מיין מסקנה איז אויסגעקומען אנדערש ווי דיינע)
אבער ווי געזאגט איז דאס אלעס געווען בחורישע מחשבות, און איך האב געוויסט, אז עס פעלט מיר פאקטן, און ידיעות, און אויך חכמה, וועגן דעם האב איך געשריבן אז אלעס וואס איך שרייב איז בעיבי טאלק, עס איז אלטע בחורישע מחשבות אהן קיין דערפרישונג
די פראבלעם איז אז מען קען זיך נישט אויסקאכן מיט חבירים אין די האקעלע ענינים, איך קען נישט הייסן די 'אפיקורס', און בכלל האט יעדער מורה צו טאטשן די נושא,
איך האב שוין פראבירט אסאך מאל אנצופאנגען א שמועס מיט ידידים, און זיי האבן מיר געלאזט וויסן אז 'זיי ווילן נישט רעדן איבער דעי ענין'...
שטיי איך טאקע מיט ווייניג נאלידזש, אבער מיט אן אפענע קאפ, און איך ווייס נישט ווי צו גיין, האב איך געעפנד די אשכול, ווי דא קען מען יא חקר'ענען,
אבער אפילו דא האט זיך די שמועס שנעל פארמאכט, און איך האב באקומען און אישי ווי מען האט מיר געזאגט אז איך זאל מיך האלטן אין מיין ליין און זיך אפלאזן פון חקירה, ווייל ס'אבי געהאקט
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:איך האב דיר געלייקט, ווייל עס איז גוט געשריבן מיטן טיפישער רביה''ק הומאר,
אבער לעצם הטענה, איז אין הנידון דומה לראיה, ווען איך וויל דיר איבערצייגן עפעס צו טון, אדער און אונזער משל, 'נישט' צו טון, דאן אויב האט די אקט פאקטישע קאנסעקווענצן, וואס מען קען זען מיט די אויגן, דאן ביסטו גערעכט, לאז אפ די גמטריות און סברות, און גיי גראד צום פונקט, 'פאקט! טאמער וועסטו דאס עסן, וועסטו שטארבן' ענד אוו סטארי!
אבער ווען עס קומט צו עווירות, ווי למשל עסן חזיר, (פרישע) וואס הרבה עשו כן ועלתה בידם, ס'איז זיי גארנישט געשען, עס דרייען זיך ארום פילע עוברי עווירה, זיי לעבן א חיים טובים, פרעסן כל דבר אסור כל ימיהם, און שטארבן בשיבה טובה, און עס פעלט זיי נישט גארנישט, דאן אויב ווילסטו אים איבערצייגן נישט צו עסן, דאן האסטו נישט קיין ברירה נאר צו איבערצייגן אז ער וועט חרטה האבן אויף 'יענע וועלט'
און אויף דעם וועסטו מיזן אויפווייזן מיט ראיות וואס זענען טאקע נישט קיין הארטע באווייזן, נאר מיט חקירה סברות, וואס וועלן איבערצייגן אז ס'דא א ג-ט וואס ער האט באשאפן די וועלט, אוו ער לאזט נישט עסן חזיר, און אויב וועסטו יא עסן, דאן וועסטו בראטן און גהינם
א. מ׳שרייבט עבירות, עוויירות זעהט אויס ווי טראלל שפראך. איך זאג נישט אז דו ביזט, ס׳מאכט אבער נישט קיין גוטן רושם.
ֿֿֿ
ב. אויב אידישקייט וואלט געווען א רעליגיע וואס וואלט גארנישט פארקויפט אויסער ״יענע וועלט״ וואלסטו עס רואיג געקענט איגנארירן און טראכטן קיין צוויי מאל, דאס טראגט יעדע סימן פון א הרוצה לשקר ירחיק עדותו זיבעציג בתולות פאר מארטירער סקעם.
ג. אידישיקייט איז בפירוש א רעליגיע וואס פארשפרעכט יא ריעל לייף טענדישבל בענעפיטן, אז מ׳רעדט פון חזיר שטייט בפירוש אין פסוק ונטמאתם בם - ונטמטם בם. די וועג דאס צו מעסטן איז נישט דורך מדייק זין אין ש״ך און משנה ברורה, אידישקייט איז נישט ווי קאוויד וואס איז א נייע זאך וואס מ׳ווייסט נאכנישט וויאזוי זיך צו באגיין דערמיט, דאס איז שוין א קנאפע פיר טויזענט יאר אלט, מ׳וואלט שוין געמעגט אויפקומען מיט עפעס א וועג דאס צו מעסטן. אזעלכע שאלות צו א בריה ווערט בטל, בראקעל טשיקען, שיעור כזית וואלטן געמעגט האבן א בעסערע געידש ווי א דיוק אין פרי מגדים. וויפיל שעה דארף מען ווארטן צווישן מילכיגס און פליישיגס אז דאס הארץ זאל נישט פארשטאפט ווערן? חסידים ווארטן זעקס שעה, אין באבוב ווארט מען נאר פינעף שעה און איין מינוט ווייל צאנזער רב האט אזוי אפגעמאכט, די יעקעס נאר דריי שעה, די קראים עסן לכתחילה מילכיגס מיט פליישיגס, א מין מפגרישע פאלק. ווען מיר וואלטן באמת געגלייבט אין די תורה וואלט מען איינמאל פאר אלעמאל געמאכט א שטודיע ווילאנג מ׳דארף ווארטן צווישן מילכיגס און פליישיגס אז דאס הארץ זאל נישט פארשטאפט ווערן, מ׳וואלט גענומען טויזענט מענטשן און זיי איינגעטיילט אין צעהן גרופעס פון הונדערט מענטשן, איין גרופע זאל ווארטן זעקס שעה, די צווייטע נאר פינעף שעה און איין מינוט, די דריטע דריי שעה, די פערטע איין שעה, די פיפטע זאל נאר מאכן קינוח והדחה, די זעקסטע זאל בכלל נישט ווארטן, א.א.וו., און איין קאנטראל גרופע וואס זאל עסן בשר בחלב למהדרין מיט א כביצה כשיעור חזון איש, און מ׳וואלט זיי געגעבן אן IQ און EQ טעסט פארדעם און נאכדעם און געזעהן וועלכע גרופע האט געליטן פון הארץ פארשטאפעכץ און וועלכע נישט און אזוי גלעהזט דעם הארבן שאלה איינמאל פאר אלעמאל.
טא פארוואס מאכט מען טאקע נישט אזא סארט שטודיע? וועל איך אייך פארציילן פארוואס. ווען איך בין געווען בערך א 15 יעריג בחור האב איך געזעהן אין דברי תורה פון מונקאטשער רב אז א שפין (ספיידע״ר בלע״ז) איז מלכות דקליפה און דערפאר אויב איינער וויל אפשטעלן א שפין זאל ער זאגן דאס ווארט ״שבת״ וואס שבת איז דאך מרמז אויף מלכות דקדושה און די שפין וואס איז מלכות דקליפה וועט פארלירן איר כוח פון די קדושה פון שבת און בלייבן שטיין. שוין, ס׳אדורך נישט קיין לאנגע צייט, ס׳געקומען דער זוממער און איך בין געווען א שבת ביי מיינע עלטערן אין קאנטרי, זיץ איך מיר אזוי אינדרויסן אונטערן פרייען הימל פארטיפט אין א סוגיא, מיטאמאל זעה איך א שפין פארנט פון מיר, ספאנטאניש האב איך געגעבן א שריי אויס ״שבת!״ אבער ס׳האט געהאלפן א קדוחת, די שפין האט זיך טאקע דערשראקן און זיך גענומען אנטלויפן פון מיר... שנעל האב איך מיר געמאכט א חשבון אז די חסידישע הברה איז דאך לכאורה נישט די אויטענטישע הברה און מיין מוח האט אנגעפאנגען ארבעטן פיבערהאפטיג אויסצורעכענען וויאזוי צו זאגן ״שבת״ אין די תימנ׳ע הברה. נאך א צוויי סעקונדעס טראכטן געב איך א שריי אויס ״Shabboth" ווי די תימנ׳ע הברה, און וואונדער איבער וואונדער, די שפין וואס האט נאך געהאלטן אינמיטן אנטלויפן פון מיר האט ספאנטאניש צאמגעלייגט אירע פיסעלעך דקליפה און געבליבן שטיין ווי א גולם.
שיכור פון פרייד פון מיין אנטדעקונג בין איך מיט איין אימפעט געלאפן צו מיין טאטע און איהם דערציילט מיט עקסטאז וואס האט אקוראשט פאסירט, נישט נאר וואס מונקאטשער רב׳ס טריק האט געארבעט, כ׳ווייס אויך פונקטליך די ריכטיגע וועג ארויסצוזאגן דאס ווארט שבת... צו מיין אנטוישונג האט ער אינגאנצן נישט געטיילט מיין איבערראשונג, ער הייבט אויף די אויגן פונעם טור שולחן ערוך און זאגט מיר בערך כזה הלשון: ״איך וואלט נישט געטוהן אזא מין עקספערימענט ווייל וואס טוה איך אויב ס׳ארבעט נישט? וואלט איך דאך געווען חוזק...״ איך שטיי קעגנאיבער איהם מיט יראת הכבוד און ווארט מיט דארשט צו הערן עפעס דברי חכמה פון מיין חשוב׳ן פאטער׳ס מויל ווי איך בין צוגעוואוינט, און אזא אנטוישונג, די פה מפיק מרגליות איז מיטאיינמאל נהפך געווארן צו א פה מפיק צואת שוורים. איך האב געוואלט צוריקשרייען ״אבער ס׳האט דאך יא געארבעט, ביזטו נישט פרייליך אויסצוגעפינען אז דו ביזט נישט חוזק?!״, אבער די ווערטער זענען מיר שטעקן געבליבן אין האלז, כ׳האב גארנישט געקענט זאגן ווייל כ׳האב איינגעזעהן אז די מצב מיט איהם איז FUBAR ווי מ׳זאגט, גיי לערן אן אלטן בער טאנצן, אבער כ׳האב געטראכט צו מיר אזוי. אויב איז עס אמת אז ס׳ארבעט טאקע נישט וואלסטו נישט געוואלט וואוסן אז דו ביזט א חוזק? דו רעדסט דאך שוין באלד ווי אן אנטי וואקסער וואס וויל נישט נעמען קיין וואקסין ווייל ער האט מורא אז ער וועט אויסגעפינען אז ס׳שאדט נישט און ער וועט זיין חוזק... א מין גערעדעכץ דאס. אויב חוזק ביזטו שוין חוזק. אלא מאי דו גלייבסט נישט און פערטיג, און פון דעמאלטס און ווייטער איז מיין טאטע ארויף אויף מיין שווארצע ליסטע פון אפיקורסים, איבעריג צו זאגן אז נאך אפאר אזעלכע סארט עפיזאדן מיט אנדערע מענטשן איז מיין שווארצע ליסטע אלץ גרעסער און לענגער געווארן ביז ס׳שוין קיינער נישט איבערגעבליבן אויפ׳ן ווייסע ליסטע, בלאפן זאלט עטץ בלאפן מיט א צווייטן, א גוטע נאכט.
שוין לאנג נישט געליינט אזא זאפטיגע תגובה, מחשבה, הומור, ליצונותא דע"ז, no nonsense, חידושים.
רביה"ק בתפארתו.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
רבינו: מורה'דיגע פערל ווערטער, אבער איך בין נאכאלץ נישט מסכים,
איך מיז עס איבערשלאפן צו שרייבן אן ענטווארט, עס איז עמוק עמוק..
איך מיז עס איבערשלאפן צו שרייבן אן ענטווארט, עס איז עמוק עמוק..
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
עצי שטים האט געשריבן:איך בין נישט אריבער קיין תקיפות, שוין אלץ אינגע בחור האב איך געהאט די אלע קשיות, און ציגעקומען צו די אלע זאכן וואס איך שרייב דא, און די אשכול, פארוואס איך האלט אז סטאטיסטיקלי איז יא שטארק מסתבר צו זאגן אז ס'דא א ג-ט, (זעט אויס אז מיין מסקנה איז אויסגעקומען אנדערש ווי דיינע)
פאר די רעקארד איך האלט אויך אז ס'איז דא א גאט, נישט אלץ סטאטיסטיק, מאלעריי וכו' נאר פשוט די כח ראשון איז זיכער גאט נישט קיין חילוק וויאזוי מען ריפט עס.
מיין פראבלעים איז אין הכי נמי גאט איז דא ווער זאגט אבער אז ער האט געגעיבען די תורה, וואס אויף דעים איז נישטא קיין ראיות, לפענ"ד.
אדרבה [tag]מי אני[/tag] ווערט פארבעיטן זיך אויף צי שטעלן און ברעינגען ראיות אויף מתן תורה, (און עס ביטע מסביר זיין פאר אינז בהמות וואס פארשטייען נישט קיין איבערגעשלאגענע אונטערגעדרייטע פאראויסגעווארפענע פונאנדערגעשייטע ווערטער )
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
פטור בלא כלום אי אפשר:
אלעס מיז מען סייענטיפיש אויפווייזן? דאן קענסטו פארמעקן רוב תורה,
בשר בחלב פארשטאפט עפעס? וועליכע סייענטיסט האלט אזוי?
זיכער איז אלעס געבעיסט אויף 'יענע וועלט' און נישט יעדע 'ריחוק' איז א סימון אויף 'שקר'
וועגן דעם מיז מען מיט חקירה, פארנאנדעטשיידן, די גן עדן, פון די מוסלאמענער פ''ד בתילות (וויפול די העק עס איז)