היינט איז קול מבשר געגאנגען א ווייטע טריט פאראויס ווען די היסטאריקער שמואל פוקס ברענגט ארויף אויפן ליין א דרוזישער פראפעסאר פון חיפה, ארומרעדנדיג איבער די דרוזישע רעליגיע און געמיינדע און ווי אויך רעדנדיג פון זייער זיידע יתרו וועלכע מיר קענען פון די תורה אלץ יתרו חותן משה.
פאר די דרוזים איז יתרו זייער הויפט נביא, ( מעגליך אפילו מער ווי א נביא, אבער איך בין נישט קלאר אין דעם) ווען שמואל פוקס האט אים געפרעגט וועגן יתרו'ס קבר האט דער דרוזישער פראפעסאר געענטפערט אז מען שפירט דארט עפעס א מוראדיגע הייליגקייט מען פילט ווי מען איז אויסגעטון פון די וועלט! חוץ וואס דאס איז קאנטראווערסיאל ( פאר די אלגעמיינע חרדישע עולם, בפרט קול מבשר) צו ווערן אינספירירט אויף עפעס דורך א מיינונג פון אן אנדערע רעליגיע איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז קבר יתרו איז נישט אזוי פשוט אויב מען מעג דארט אהין גיין און עס איז אויך נישט קלאר די מסורה אויב יתרו ליגט טאקע דארט ( ביידע פאקטארן דערציילט שמואל פוקס ביים אריינפיר צום אינטערוויו) און מיט דעם אלעם לאזט מען אז ער זאל שילדערן די געפילן וואס מען שפירט ביי "נבי שועייב".
ועוד, א חלק פון די אינטערוויו איז ארויסגעשניטן און ווער עס וויל דאס הערן קען זיך ווענדן פריוואט אין אימעיל ווי מען וועט דאס ערהאלטן. (נאכנישט געהערט\באקומען די גאנצע אינטערוויו, אלץ וואס געשריבן איז אויף קול מבשר זעלבסט)
קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס ווען קול מבשר רעד פון פרויען למשל גאווערנער האקעל רעד ער בלשון זכר ?? למשל "די גאווערנער זאגט אז "ער" האט אינטערגעשריבען די ביל בלא בלא בלא" ?!
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
בר גיורא האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס ווען קול מבשר רעד פון פרויען למשל גאווערנער האקעל רעד ער בלשון זכר ?? למשל "די גאווערנער זאגט אז "ער" האט אינטערגעשריבען די ביל בלא בלא בלא" ?!
פארוואס סתם שרייבט ליגענט??? בפרט במילתא דעבידא לאיגלויי בלויז אין א מינוט...
קול מבשר ביים באריכטן איבערן 'דזשעימס וועב' טעלעסקאפ ארויסגעשאסן דורך נאסא אפאר וואכן צוריק: "מ'ערווארט עס זאל קענען אויפכאפן ליכטיגקייט פון די עלטסטע שטערנס פון די יוניווערס"
און אז מ'דערמאנט א מימרא פון מ"ק (דף כה:) לגבי דעם דזשעימס וועבּ טעלעסקאפּ, קען מען אויך צושטעלן דאס וואס שטייט דארט פריער אין מסכת (דף טז.) לגבי יושבי מרוז וואס קען זיין א כוכב, ווייל די טעלעסקאפּ וועט אויך קוקן אויף עקסאָפּלאנעטן...
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
מי אני האט געשריבן:און אז מ'דערמאנט א מימרא פון מ"ק (דף כה:) לגבי דעם דזשעימס וועבּ טעלעסקאפּ, קען מען אויך צושטעלן דאס וואס שטייט דארט פריער אין מסכת (דף טז.) לגבי יושבי מרוז וואס קען זיין א כוכב, ווייל די טעלעסקאפּ וועט אויך קוקן אויף עקסאָפּלאנעטן...
איבריג צו זאגן אז אלע ראשונים לערנען פשט אין יושביה - "די גרופע שטערנס ארום דעם אנגעבליכן כוכב".
אבער לפי די פשט, האב מיר גרייט א גמרא דזשאסט אין קעיס מ'טרעפט טאקע לייף אויף אן אנדער פלאנעט צו קענען אפלאגאטירן אז חז"ל האבן שוין געוואוסט דערפון סאך פאר די סייענטיסטן..
איך האב געהערט פון דעם מגי''ש רב רייזמאן רעדן פון די דרוזן ער זאגט אז בפשטות איז זייערע רעליגיע נישט א פראבלעם פאר אידן וויבאלד זיי גלייבן נישט אין קיין אנדערע נביא און זיי האלטן די שבע בני נח. אויך זאגט ער אז די ניגוני ל''ג בעומר שטאמען פון זיי.. די דרוזן פלעגן פארן ל''ג בעומר קיין מירון פאר הונדעטער יארן צוריק און אז די אידן פון יענע פלעצער פלעגן צוריקפארן צו זייערע האלידעיס ווען זיי האלטן יתרו'ס יארצייט ... ס'מיר געווען אינטערעסאנט דאס אלעס, דאס מערסטע אז די אלע הייליגע ל''ג בעומר טענער שטאמען מעגליך גאר פון זיי
נחמד האט געשריבן:איך האב געהערט פון דעם מגי''ש רב רייזמאן רעדן פון די דרוזן ער זאגט אז בפשטות איז זייערע רעליגיע נישט א פראבלעם פאר אידן וויבאלד זיי גלייבן נישט אין קיין אנדערע נביא און זיי האלטן די שבע בני נח. אויך זאגט ער אז די ניגוני ל''ג בעומר שטאמען פון זיי.. די דרוזן פלעגן פארן ל''ג בעומר קיין מירון פאר הונדעטער יארן צוריק און אז די אידן פון יענע פלעצער פלעגן צוריקפארן צו זייערע חינגאות ווען זיי האלטן יתרו'ס יארצייט ... ס'מיר געווען אינטערעסאנט דאס אלעס, דאס מערסטע אז די אלע הייליגע ל''ג בעומר טענער שטאמען גאר פון זיי
אינטרעסאנט פון ווי האבן די דרוזים געוויסט די אלע שמות וואס איז מרומז אין די ניגונים
קהל'ס נער: אויף דרוזיש שטימט עס אויך די חרוזים מיט'ן נאמען פון ר' שמעון בר יוחאי. און די שם הווי"ה...אלעס אויף די דרוזישע שפראך...זיכער. וואס ווילסטו? דו קענסט דאך נישט רעדן (אדער זינגען) דרוזיש...)...!
היינט האט קול מבשר מיך שאקירט נאכדעם וואס זיי האבן געלאזט ליפטערן אן "עדד" אויף זייער "עפּפּ" ווי מען זעהט מושי מאיר פון וויין-קעלער זויפן פון א באטל וויין, (אָן קיין גלעזל)
כאטש עס איז נאר אויף די עפפ וועלכע איז אפיציעל געאייגענט פאר מער אפענע מענטשן, איז אזא "עדד" היפש אויפפאלנד און קאנטראווערסיאל, ספעציעל פאר קול מבשר וועלכע טראגט דעם נאמען פון די היימישע מידיע נעץ וועלכע איז דאס מערסטע איינגעהאלטן.
---
פערזענדליך בין איך גאנץ פרייליך אז זיי הויבן אָן ווערן לויזער, ווייל איך האף אז זיי וועלן אויך אנהייבן צו מעלדן וויכטיגע נייעס'ן וועלכע זענען אויפדערווייל באגראבן.