ס'איז מיר אויסגעקומען צו ליינען אויפ'ן געוועב איבער א קונטרס "גפילטע בקצה המזלג", א קונטרס'ל וואס אנטהאלט "שיחות על היהדות". ס'האט מיר קיינמאל נישט עפעס געצויגן, סיידן דעם קאלירפולן קוריאזן דעקל, ביז איך האב געזען - אין פארשידענע געשפרעכן איבער יסודות הדת - צוברענגען אויסצוגן און ווערטער פונעם קונטרס. כ'האב עס פראבירט צו שאפן אנליין, אבער ס'האט אויסגעקוקט אז ס'וועט נעמען גאר לאנג ביז עס וועט אנקומען דאהי קיין אמעריקע.
האב איך געקאנטאקט אין אימעיל דעם מחבר, הרב יוסף רזניק, און ער האט מיר געענטפערט: בס"ד, שלום וברכה, אשמח לדעת כיצד שמעת על הספר. ניתן להשיג אותו רק דרכי. אם תכתוב לי את כתובתך, אשלח לך בע"ה. אין לי דרך נוחה לקבל תשלום מחו"ל, ומבחינתי הטוב ביותר הוא שתתן 15$ לצדקה. בברכה, יוסף.
ס'איז אריבערגעגאנען א קורצע תקופה און דער קונטרס'ל איז טאקע אנגעקומען. ס'איז א דינע קונטרסס פון ארום 160 עמודים. די טעקסט איז היפש אויסגעשפרייט. אבער אזאנס האב איך נאך קיינמאל באגעגנט.
דער קונטרס איז געבויעט ווי א שמועס צווישן אים און אן אנדערן. און איז מסודר אויף א מייסטערהאפטיגן סדר. ער הייבט אן פון אנהייב בריאת העולם. און ער פארט ווייטער צו תכלית העולם, טוב ורע און בחירה, קבלת התורה, גאולה, הוכחות לאמונה אא"וו, אזש ער לאזט נישט איבער קיין אומאיבערגעקערטן שטיינדל. ס'איז אינטערעסאנט אז צווישן אזא קליינע צאל עמודים קאווערט ער אזויפיל. און וויבאלד ס'איז געפלאכטן ווי א שאלה און תשובה כאפט מען נישט וויפיל יסודות מ'האלט אינאיין שלינגען און וויפיל קושיות און תירוצים עס ווערן פארענטפערט.
דער קונטרס האט א מעלה וואס כ'האלט גראדע פאר א חסרון, אז אינעם עצם הספר, אינעם גוף הטעקסט האט ער נישט אריינגעלייגט קיין איין מראה מקום, אפילו בטעות, זעט אויס נישט צו פארפארן דעם רצף השמועס און נישט צו באלמוטשען די ליינער. און ערשט צום סוף פונעם קונטרס האט ער געלייגט אזעלכע כלליות'דיגע מראי מקומות.
נאכ'ן דורכלערנען דעם קונטרס עטליכע מאל שיילט זיך ארויס אז דער מחבר איז א שטארקער בעל מחשבה און טיב הגיון, ער האט דורכגעטון אסאך ספרי מחשבה, און ספעציעל איז ער אויסגעקאכט און ספרי הרב קוק וועמען ער ניצט אלס א שטארקער יסוד פאר אסאך נקודות.
דאס אז דער קונטרס איז אויסגעשטעלט בדרך שמועס, ברענגט מיט זיך נאך א שטיקל חסרון, אז וויבאלד די רצף הדברים מוז גיין בדרך פליסיגע שמועס, איז אלעס זייער איינזייטיג. ער לאזט זיך נישט אריין אין חילוקי דעות אדער אפילו באטאנען אז דאס און דאס איז נאר לויט'ן רמח"ל אבער פון אנדערע ספרים איז משמע אנדערש. לויט ווי עס קוקט אויס פונעם ספר מיינט עס אז ער האט אפגעשריבן פאר זיך איין שטארק אויסגעבויעטן מהלך, און דאס פארוואנדלט אין א שמועס. ס'איז ממש א שאד אז דער ספר האט נישט קיין פוט-נאוטס וואו עס ווערט כאטש צוגעצייכנט אויף אסאך פלעצער וואו ס'איז באוואוסט אז ס'איז תלוי באשלי רברבא, אז דא איז דא א מחלוקת הראשונים אדער אז די ווערטער וואס ער שרייבט איז מבוסס אויף דעם און דעם.
אדערווייז איז דער קונטרס גאר גאר גוט. באמת א מועט המחזיק את המרובה. און ס'איז א חידוש אהערצושטעלן אזא זאך, בפרט לויט זיין סגנון, וואס איז געשריבן סלענגיש, היינטיג, גאנץ ברייט, אפן און אפילו געוואגט.
אויך איז דער ספר בארייכערט מיט אסאך מאדנע מעלערייען און קאריקאטורן, א שטייגער ווי אין די ספרי הרב קטלא קניא.
כ'שטעל דא ארויף בילדער פונעם דעקל און מפתח
כ'וועל מיר פרייען צו הערן אויב איינע פון די ליינער פארמאגן ערפארונג וועגן דעם ספר.
"גפילטע בקצה המזלג"
- בר גיורא
- ידיד השטיבל
- הודעות: 208
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל
Re: "גפילטע בקצה המזלג"
ביטע שרייב אן אימעל ווי מען עס באקומען
שכוח
Sent from my Pixel using Tapatalk
שכוח
Sent from my Pixel using Tapatalk
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk