גלייכווערטליך פון גדולי ישראל

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
אויסגעהאלטן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 1:10 am
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך אויסגעהאלטן »

סאטמאר רבי זי"ע איז אמאל געגאנגען באזוכן די סטיטשינער (הרב יודקאווסקי) 7-8 צופרי (פארן דאווענען פארשטייט זיך) און די סטיטשינער האט שוין געהאלטן נאכן דאווענען און האט געגעסן פרישטאג, האט אים סאטמאר רב געזאגט אז די גמרא זאגט דאך "שעה שנית מאכל לסטים", האט אים די סטיטשינער געענטפערט מיר רבי'ס זענען אלע לסטים מזויין :D און סאטמאר רבי האט א גאנצע וועג אהיים איבער געזאגט "אונז זענען דאך אלע לסטים מזויין..." והמבין יבין
אויסגעהאלטן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 1:10 am
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך אויסגעהאלטן »

סאטמאר רב איז אמאל געגאנגען באזוכן די גריבובער ז"ל - האט אים די גריבובער געזאגט אז ווען נישט די צווייטע וועלט מלחמה וואלט ער איבער גענומען און ער וואלט געווען צאנזער רב, האט סאטמאר רבי געזאגט: נו אפשר וועגן דעם איז געקומען די צווייטע וועלט מלחמה
נ.ב. סאטמאר רבי האט אים דעמאלסט אנגעוואונטשן כדי איבערצובעטן אז ער זאל האבן בני חיי ומזוני און נעווער-מיינד אלעס איז מקוים געווארן
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אויסגעהאלטן האט געשריבן:סאטמאר רבי זי"ע איז אמאל געגאנגען באזוכן די סטיטשינער (הרב יודקאווסקי)

די יארן שטימען נישט, רביה״ק מסאטמאר איז אוועק תשל״ט, סטוטשינער רב רבי יהודה׳לע איז אוועק תשמ״ב.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

אויסגעהאלטן האט געשריבן:סאטמאר רב איז אמאל געגאנגען באזוכן די גריבובער ז"ל - האט אים די גריבובער געזאגט אז ווען נישט די צווייטע וועלט מלחמה וואלט ער איבער גענומען און ער וואלט געווען צאנזער רב, האט סאטמאר רבי געזאגט: נו אפשר וועגן דעם איז געקומען די צווייטע וועלט מלחמה
נ.ב. סאטמאר רבי האט אים דעמאלסט אנגעוואונטשן כדי איבערצובעטן אז ער זאל האבן בני חיי ומזוני און נעווער-מיינד אלעס איז מקוים געווארן

סאטמאר רב איז דעם גריבובער קיינמאל געגאנגען באזוכן.
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
אויסגעהאלטן האט געשריבן:סאטמאר רבי זי"ע איז אמאל געגאנגען באזוכן די סטיטשינער (הרב יודקאווסקי)

די יארן שטימען נישט, רביה״ק מסאטמאר איז אוועק תשל״ט, סטוטשינער רב רבי יהודה׳לע איז אוועק תשמ״ב.

רביה"ק זי"ע: די יארן וואלטן יא געשטימט. נאר סאטמאר'ע רב איז שוין נישט געגאנגען אין ערגעץ אין די יארן פאר זיין פטירה...!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

וויאזוי וואלט עס געקענט שטימען? יודקאווסקי איז געווארן רבי ווען זיין זיידע האט נאך געלעבט?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

געהערט א גוט ווארט בשם דער ראפשיצר ז"ל

פארוואס האט רבקה געהייסען יעקב אבינו גנב'נן די ברכות? וואס האט עס איהם אויסגעפעהלט? אזוי האט עשיו באקומען די צווייטע ברכות פון והי' כאשר תריד ופרקת עלו מעל צוארך. אז ווען יעקב (די אידן) היט'ן [ליידער] נישט די תורה וועט די גוט'ס גיין פאר עשיו (די גוים).

יעצט שטעלט אייך פאר אז עשיו באקומט די ערשטע ברכות און דערנאך קומט יעקב און באקומט די ברכות והי' כאשר תריד אז ווען עשיו היט נישט די תורה וועט פאר יעקב זיין גוט?

האט געזאגט דער ראפשיצער ז"ל

דאס געשעהנט ווען פרויען מישן זיך אריין
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל

שליחה דורך תוהו ובוהו »

אהה. נישט פארהאן בעסערס ווי א פארצייטיש שטיקל שאוויניזם.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

תוהו ובוהו: דאס דארף מען אויך אמאל. פשוט וועגן נאסטאלגיע...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'איז דא א ווארט פון חת"ם סופר. (דעם עכטן).

אין אנהייב פ' תולדות (יא. 2 פרשיות צוריק) אויפ'ן פסוק ויתרוצצו הבנים בקרבה...זאגט רש"י אז ווען אימער רבקה איז אריבער א בית מדרש האט יעקב זיך געריסן ארויסצוגיין. און ווען זי איז אריבער א בית עבודה זרה האט עשיו זיך געראנגלט ארויסצוגיין. פרגט דער חת"ס. אויב אזוי פארוואס איז דא געווען א ויתרוצצו. א געראנגל?!. ביי א בית מדרש האט דאך עשיו נישט געוואלט ארויסגיין. און ביי א בית ע"ז האט יעקב נישט געוואלט ארויסגיין. נאר. רבקה איז אריבער א רעפארם טעמפל. האבן ביידע נישט געוואוסט אויב ס'איז א שול אדער א טשוירטש...איבער דעם איז געווען דער געראנגל...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נאך א ווערטל...אין סוף פ' ויצא דארט וואו לבן האט נאכגעיאגט יעקב און ער האט געכאפט א שמועס מיט איהם. איינס פון די טענות פון לבן איז געווען ווי ס'שטייט אין פסוק...על בלי הגיד לו כי בורח הוא...אז יעקב אבינו האט איהם (לבן) נישט אויסגעזאגט אז ער גייט אנטלויפן...! איז דאך שווער א קשיא. פרעגט איינער פון די גדולי ישראל. (מעגליך ער דרייווט אפילו א באס.)...וועלכער (נארמאלער) מענטש גייט פארציילן פאר א צווייטן ווען ער וויל אנטלויפן...?!

נאר. דער פשט אין פסוק גייט אזוי...על בלי. אויף א יעדע קלייניגקייט, הגיד לו האט יעקב געזאגט צו לבן, כי בורח הוא. אז ער גייט אנטלויפן. פאר א יעדע קליינע זאך האט יעקב געסטראשעט לבן אז ער וועט אוועקגיין פון איהם. אבער ער האט עס נישט מקיים געווען. האט לבן געזעהן אז יעקב מיינט עס נישט ערנסט. און ער גייט נישט אוועקגיין פון איהם. נאכדעם איז יעקב אנטלאפן... דאס איז געווען די סורפרייז...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נאך א זיס ווערטל: (אבער דאס וועללן נאר פארשטיין ווער ס'רעדט און פארשטייט די שפה הטמאה (רח"ל) העברעאיש/עברית.

זיצט א תימנ'ער איד ביים סדר און בראקט די הגדה. ער זאגט די צען מכות. נאכדעים זאגט ער ..."רבי יהודה היה נותן בהם סימנים"...פרעגט די ווייב..."אני לא מבינה. הרי יש מכות. למה צריך עוד סימנים"...?! ענטפערט איהר מאן..."מכות בלי סימנים זה לא מכות"...! לאל. אזוי ווי מהר"א שליט"א זאגט...ווער ס'פארשטייט, פארשטייט...!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

צוויי מאהל אין די תורה שטייט אז איינער האט באגעגינט א "איש".

אין פרשת וישלח שטייט... ויאבק איש עמו.

און אין פרשת וישב שטייט... וימצאהו איש.

אין פרשת וישלח זאגט רש"י הק' ויאבק איש עמו... אז עס איז געוועהן שרו של עשיו

און אין פרשת וישב זאגט רש"י הק' אז עס איז געוועהן מלאך גבריאל

פרעגט די וועלט... פון וואו האט רש"י הק' געוויסט ? אז איינער פין זיי איז מלאך גבריאל און דער אנדערע איז דער שר פון עשיו ? און פון וואו האט ער געוויסט וועליכע איז וועליכע?

האט געזאגט דער צדיק ר משה ליב סאסעווער ז"ל

ביי יוסף שטייט וַיִּמְצָאֵהוּ אִישׁ וְהִנֵּה תֹעֶה בַּשָּׂדֶה וַיִּשְׁאָלֵהוּ הָאִישׁ לֵאמֹר מַה תְּבַקֵּשׁ

איינער דארף הילף און ער פרעגט ווי אזוי קען איך דיר העלפען. דאס איז מלאך גבריאל

און ביי יעקב שטייט איך קאן דיר נישט (אפי) בענטשען יעצט איך דארף גיין זאגען שירה.

אזוי ווי אסאך מאהל ווען מען בעט איינעם א טובה... ענטפערט ער אוי נו מנחה, מנין, שיעור וכו וכו דאס איז עשיו... א איד וואס הילפט א צווייטען איז א מלאך
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

געהערט ביי די מסיבת סעודת הודאה לכב' די באפרייאונג פון הרה"צ ר' שלום מרדכי רובאשקין, הי"ו..."שלום מרדכי חובת הלבבות" איז די ראשי תיבות. שמח"ה...!

ע"י הרה"ח ר' אברהם פריעד(מאן) הי"ו...!

ס'איז דאך באוואוסט אז ר' שלום מרדכי רובאשקין האט אייביג געלערנט חובת הלבבות שער הביטחון. ער האט אפילו פארפאסט די ראשי תיבות..א.ב .ג. אמונה, ביטחון. גאולה...!
סעגאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

שליחה דורך סעגאל »

ווען די וואלסט אראפגעשלינגען די קאפ פון א טשיקן וואלסטו געהאט מער שכל אין בויך ווי אין קאפ. ↵
שמואל ניימאן
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

ווען דער אויבערשטער האט געזאגט זאל נעמען זיין זוהן און שחט'ן, האט ער נישט געדארפט פרעגן וועלכע זוהן, וועלכע יחיד, ביידע האב איך ליב, נאר געברויכט אנכאפן ישמעאל און אנשחט'ן.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
תפארת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 29, 2019 11:08 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך תפארת »

היסטאריע האט געשריבן:ווען דער אויבערשטער האט געזאגט זאל נעמען זיין זוהן און שחט'ן, האט ער נישט געדארפט פרעגן וועלכע זוהן, וועלכע יחיד, ביידע האב איך ליב, נאר געברויכט אנכאפן ישמעאל און אנשחט'ן.


ואפשר לומר אז דאס איז געוועהן דער נסיון.
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

די גמרא דערציילט אז אמאהל פלעגט מען פרעגן א חתן... מצא או מוצא.

מיינענדיג מצא אשה מצא טוב

אדער ומוצא אני את האשה מר ממ**

זאגט דער יארמר רב זאהל לעבן און געזונט זיין אז אמהל האט ער געטראפען א אינגערמאן אפאר וואכען נאך זיין חתונה און האט איהם געפרעגט, נו? מצא און מוצא?

ענטפערט ער, ליידער איז עס נישט מצא

פרעגט איהם דער יארמר רב, זאג נאר אינגערמאן, דו האסט א שיעור איעדן טאג?

זאגט ער, ניין איך האב נישט קיין צייט צו לערענען

זאגט דער יארמר רב, אז קען מען פארשטיין די גמרא "פשפש ולא מצא יטלה בביטול תורה
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פאלאצ'ינטא: איינער האט געטראפן זיין רבי'ן א פאר וואכן נאך די חתונה. פרעגט איהם דער רבי...נו, מצא או מוצא. ענטפערט ער...מוציא...ס'איז א מוציא מיט האניג...נאר נישט ביי מיר...!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

אין די אשת חיל וואס מען זאגט פרייטיג ביינאכט ווערט דערמאנט דריי מאהל דאס ווארט "בעלה"

ביי די ב - בטח בה לב בעלה
ביי די נ - נודע בשערים בעלה
ביי די ק - קמו בני' ויאשרוה בעלה

וואס שרייבט בנק

ודאי לחכימא ברמיזא
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

פאלאצ'ינטא האט געשריבן:אין די אשת חיל וואס מען זאגט פרייטיג ביינאכט ווערט דערמאנט דריי מאהל דאס ווארט "בעלה"

ביי די ב - בטח בה לב בעלה
ביי די נ - נודע בשערים בעלה
ביי די ק - קמו בני' ויאשרוה בעלה

וואס שרייבט בנק

ודאי לחכימא ברמיזא

ס’איז דא א מסורה: נודע בשערים בעלה
מיט: או נודע כי שור נגח הוא...
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

איך האב היינט געהערט א גוט'ס בשם ר' מאטעלע זל וויז'ניצער.

עס איז געוועהן א רבי'לה וועליכע האט געהאט א בן יחיד וועליכע איז געוועהן א קיעבארד שפילער. ווען דער רבי'לה איז אוועק ל"ע האט ער געלאזט צוואה אז זיין זוהן זאהל איבער נעמען די מאשין. און פירן ווייטער זיין בית מדרש'ל איז ער געגאנגען צו ר' מאטעלע פרעגען צו ער זאהל ווערען א רבי(לה) אדער בלייבן א שפילער?

האט ר' מאטעלע גע-ענטפערט... דו קענסט רואיג טוהן ביידע, ווייל היינט זענען רוב רעבנים, שפילער.
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
[NAMELESS]

Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל

שליחה דורך [NAMELESS] »

פאלאצ'ינטא האט געשריבן:איך האב היינט געהערט א גוט'ס בשם ר' מאטעלע זל וויז'ניצער.

עס איז געוועהן א רבי'לה וועליכע האט געהאט א בן יחיד וועליכע איז געוועהן א קיעבארד שפילער. ווען דער רבי'לה איז אוועק ל"ע האט ער געלאזט צוואה אז זיין זוהן זאהל איבער נעמען די מאשין. און פירן ווייטער זיין בית מדרש'ל איז ער געגאנגען צו ר' מאטעלע פרעגען צו ער זאהל ווערען א רבי(לה) אדער בלייבן א שפילער?

האט ר' מאטעלע גע-ענטפערט... דו קענסט רואיג טוהן ביידע, ווייל היינט זענען רוב רעבנים, שפילער.
[emoji4]

Sent from my Qin 1s+ using Tapatalk
פארשפארט