דאס געזאנג פון דבורה און איר רייכער אינהאלט.

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

דאס געזאנג פון דבורה און איר רייכער אינהאלט.

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]דארטן אונטערן טיילבוים צווישן רמה און בית א-ל, זיצט זיך א געטליכע פרוי. אויף די פרוי האט גערוהט אן הייליג גייסט, אזש זי האט זוכה אפצוהאלטן געשפרעכן מיט גאט זעלבסט. בלויז זיבן פרויען אין די וועלט האבן אין די פאַרגאַנגענהייט זוכה געווען צו אזא הויכע מדרגה. די נאמען פון די פרוי איז געווען דבורה אשת לפידות! ס'איז שווער צו פארשטיין ווי אזוי ס'האט נישט אפגעפינען אין גאנץ ארץ ישראל א מאנספארזאן וואס זאל ריכטן די אידן, אזש ס'האט געמוזט זיין פונקט א פרוי? און אייגנטליך וואס איז געווען די אייגנארטיקייט פון דבורה?
אין צפון ארץ ישראל דארט אין גליל התחתון הייבט זיך דאס מייעסטעטישער בארג תבור. דער תבור דערגרייכט א הייך פון ארום אכצן הונדערט פיס העכערן ים פלאך. אונטערן תבור אויף צפון זייט פארשפרייט זיך א הערליכער טאל מיטן נאמען עמק יזרעאל. ווען מ'שטייט הויך אויפן תבור און מ'קוקט אראפ צו די טיפעניש פונעם טאל, אנטפלעקט זיך א הערליכער אויג-פארכאפנדיגע פּראנאַמע. דארט אין טאל אונטען לויפט דורך א שמאלן וואסער-קאנאל מיטן נאמען נחל קישון.
ווען די אידן זענען אריבער דעם ירדן, איז זיי נישט געלונגן גענצליך צו פארטרייבן די כנענים פון עמק יזרעאל. די אידן אין יענעם געגענט זענען אויסגעשטאנען שווערע פארפאלגונגן פון יבין דער קעניג פון חצור. דער פעלדמארשאל פון יבין סיסרא, איז געווען א לעגענדארער העלד וואס האט אנגעווארפן א טויט שרעק אויף יעדער וואס ס'איז געקומען מיט אים אין בארירונג. דער סיסרא האט פארמאגט אזא אומנאטירליכער פיזישער קערפער, אזש ווען ער פלעגט זיך אונטערטינקן אינעם קישון, האבן זיך אים גאנצע דריי הונדרעט פיש איינגעקניפט אין בארד! און פונקט דער דאָזיקער שרעקדיגער סיסרא, האט יבין אויסגעקליבן צו באצווינגן די אידן דארט אין עמק יזרעאל.
דבורה האט אויפן באפעל פון השי''ת באפוילן פאר ברק בן אבינעם – א באוויסטער אידל פון שטאט קדש אין לאנד נפתלי,אז ער זאל נעמען מיט זיך צען טויזענט מאן פון די לענדער זבולן און נפתלי, און ארויפגיין אויפן בארג תבור, און דאס וועט באשיימפערליך פראוואקירן סיסרא ארויסצוגיין אין קאמף קעגן זיי. און דבורה האט צוגעלייגט א נבואה, אז סיסרא וועט פאלן אין די הענט פון א פרוי! אזוי צו זאגן, אז ברק וועט ניטאמאל געניסן דער אנערקענונג פארן זיג, פארט האט ברק איינגעשטומט ארויסצוגיין אין קאמף קעגן דעם מאנסטער סיסרא. סיסרא איז טאקע געפאלן צו די פראוואקאציע פון ברק און דבורה, און ער האט מאביליזירט זיין מיליטער צוזאמען מיט ניין הונדרעט שטאלענע רייטוועגענער, און היידא... ער האט אנגעהויבן זיין מארש צום עמק יזרעאל...
אנקומנדיג דארט צום עמק יזרעאל, האבן די זעלנער פון די ארמיי פון סיסרא מיטאמאל אנגעהויבן צו הערן מאדנע שרעקעדיגע שטימעס ארויסקומען פון טייך קישון, שטימעס פון פליענדיגע פיילן און פון טריט פון פערד רייטער. און צוגאב האט זיך אויך אראפגעלאזט א שלאקס רעגן וואס האט פאראורזאכט אז דער קישון זאל איבערפליסן, און פארפלייצן דאס גאנצע טאל. די ארמיי פון סיסרא איז אריינגעפאלן אין כאאס. דבורה האט דאן געגעבן דאס סיגנאל אז דאס שלאכט זאל זיך אנהייבן... ברק מיט זיין ארמיי האבן ספאנטאן אנגעהויבן אראפ צו גאלאפירן צום טאל, און א מאסיווער געיעג האט זיך אנגעהויבן. סיסרא האט אראפגעשפאנט פון זיין רייטוואגן און ער האט אנגהויבן צו אנטלויפן צופיסנס ...
סיסרא איז געלאפן פאר זיין לעבן און ברק מיט זיין ארמיי גלייך אונטער אים. מיטאמאל הערט סיסרא א געצערטעלטע שטימע פון א פרוי – וואס רופט צו אים: סיסרא קום אריין צו מיר אין געצעלט! סיסרא קום אריין צו מיר אין געצעלט! די פרוי איז געווען נישט קיין צווייטע ווי יעל די ווייב פון חבר הקיני... סיסרא איז באלד אריין צו איר אין געצעלט. ער האט האט גארנישט פארדעכטיגט, ווארום די קיני פאמיליע האבן פארמאגט גאר נאנטע באציאונגן מיטן קעניגליכער הויף פון חצור. סיסרא איז געווען פארמאטערט צום טויט. יעל האט אים אנגעגאסן א גלאז מילך, און אים צוגעדעקט מיט ווארימע קאָלדרע, און דער אויסגעמאטערטער סיסרא איז אריינגעפאלן אין א טיפע בערן שלאף...
ווען יעל האט געזען ווי סיסרא כראפעט שוין אויף די העכסטע טענער, האט זי א כאפ געטאן די נאגל פון איר געצעלט, און זי האט דאס אריינגעשמיסן פאר סיסרא אין זיין געזיכט הארט לעבן זיין אויג מיטן גרעסטן מאס קראפט! ווען ברק איז ענדליך אנגעקומען איז יעל ארויסגעגאנגן קעגן אים און אים געזאגט: קום איך וועל די צייגן וואו דער מענטש וועמען דו זיכסט געפונט זיך. ברק איז אריין צו יעל אין געצעלט, און וואונדערליכער צענע האט זיך אים אנפלעקט פאר די אויגן... סיסרא איז געליגן א טויטער אין א קאלודזשע בלוט...
דבורה איז אזוי אינספרירט געווארן פון די וואונדערליכער זיג, אזש זי האט זיך אוועק געזעצט און פארפאסט א וואונדערליכער ליד, אין וועלכע זי שילדערט דאס גרויסער נס, און פון צווישן אירער ווערטער אינעם פעאט, ווערן מיר אויך געוואר נאך אינטערעסאנטע קרישקעלעך וועלכע זענען זיך דאן פארלאפן.

אט איז די געזאנג פון דבורה:
אריינפיר:

אפגעזען פון די שווערע אומרוען ביי די אידן, האבן פארט צען טויזנט העלדישע אידישע זעלנער פון זבולן און נפתלי באוויליגט געמיינזאם צו באקעמפן די ארמייען פון סיסרא - און דאס איז ווערט א לויב צום אויבישטן.
הארכט אויס קעניגן און דערהערט הארן , איך גיב דעם גאנצן קרעדיט פונעם זיג בלויז פארן באשעפער, און איך באשאף א ליד פאר אים, און איך זינג צום באשעפער פון די וועלט דער באשעפער פון די אידן.


דבורה הייבט אצינד אן מיט איר געזאנג:

ווען די אידן אין שפיץ פון באשעפער האבן פארקירעוועט פון שעיר און אויסגעקרויזט די פעלדער פון אדום, און אנגעקומען קיין ארץ ישראל, האט די ערד געטרייסלט און אויך די וואלקנס האבן געטראפט וואסער.
די בערג זענען זיך צוגאנגן צוליב דעם כבוד פון דעם באשעפער וואס איז געקומען פון סיני, דער באשעפער פון די אידן.


אבער שפעטער האבן זיך זאכן דראסטיש געטוישט:

אין די טעג פון שמגר בן ענת, און אויך שפעטער אין די טעג פון יעל, האבן זיך אויפגעהערט דורכגייער. די רייזענדער וועלכע גייען אויף די וועגן האבן פארקירעוועט צו אַלטערנאַטיווע שטראזן.
און דאס וואוינען אין אפענע שטעט אין ארץ ישראל איז געקומען צו אן ענדע, ביז דבורה איז אויפגעשטאנען.
ס'איז אויפגעשטאנען א מאמע צווישן די אידן, וועלכע האט פונדאסניי געבוירן דאס פאלק.

דער באשעפער האט אױסדערװײלט נייע קעמפער פון די שטאטן זבולן און נפתלי, וועלכע האבן זענען געווען מושטירט צו קעמפן קעגן טויערן.
עס האט זיך נישט אנגעזען קיין פאנצער און שפיז פון די קעמפער פון ראבן, גד און מנשה, וועלכע האבן געקעמפט אין ארץ ישראל אין די צייטן פון יהושע בן נון.

מיין הארץ איז פאר די אידישע אפיצירן, די דאזיגע וואס האבן זיך פרייוויליג אנגעטראגן צו העלפן דאס פאלק, זאלן בענטשן דעם אויבישטן.
רייכע לייט וואס רייטן אויף ווייסע אייזלן, אינטעליגענטע לייט וואס זיצן און שטודירן, און די ארימעלייט וועלכע וואנדערן ארום אויף די וועגן, אלע, פארציילט דאס לויב פון באשעפער.
פון די זעלבע ארט פון וואו מ'האט געהערט די געפילדער פון די וואסער-שעפער, הערט מען אצינד שפרעכן דאס גערעכטיקייט פון באשעפער.

דאס גערעכטיקייט איז, אז אידן קענען שוין ווידער וואוינען אין אפענע שטעט, נישט ווי פריער, ווען די אידן זענען געווען געצווינגן צו וואוינען אונטער פארשלאסענע טויערן.
וועק דיך אויף, וועק דיך אויף דבורה, וועק דיך אויף שפרעך און זינג, שטיי אויף ברק, און זיץ אויף דיין רויב - דער זון פון אבינעם.

דאן ביים גרויסן נס ווען אהוד האט אריינגעשטאכן א שווערד אינעם בויך פונעם שמאלציגן קעניג פון מואב עגלון, איז דאס געווען די אורזאך פארוואס די שטארקע האבן באזיגט מואב.
אבער ביי מיר, איז געווען דער באשעפער זעלבסט דער אורזאך וואס ס'האט געפירט צום זיג, מיט די העלדן די ארמיי פון סיסרא.

און ווער זענען געווען די העלדן וועלכע האבן אנטייל גענומען אין די שלאכטן קעגן מואב אין שפיטץ פון אהוד? דאס איז געווען די לייט פון אפרים וועלכע האבן נאך אויסגעריסן עמלק וואס האט זיך געהאט אנגעשלאסן מיט אמון און מואב. און דערנאך איז געקומען אהוד א מאן פון בנימין, זיי זענען געווען ווירקליכע העלדן.

אבער אצינד די דאזיגע וואס זענען געגאנגן מיט מיר אין שלאכט, זענען געווען די קינדער פון מכיר, געזעצגעבער און שרייבער פון שבט זבולן...
די הארן פון יששכר זענען געגאנגן מיט דבורה, און די קעמפער פון יששכר אינאיינעם מיט ברק האבן צופיסנס אן קיין שרעק אראפגענידערט צום טאל. ווען די לייט פון ראובן האבן זיך אפגעטיילט און נישט אנטייל גענומען אינעם שלאכט, האט דאס פאראורזאכט גרויסע קריצן אין הארץ.


דבורה קלאגט אויף די שבטים וואס זענען נישט געקומען צו איר הילף:

פארוואס ביזטו געזיצן ביי גרעניצן, בלויז אויף צו הערן די מעקערייען פון די שאף-סטאדעס, דאס וואס ראובן האט זיך אפגעטיילט, איז מער ווי פאר דענקער צו פארשטיין.
גלעד רוהט דאך ביים ברעג פון ירדן, און דן פארוואס זאמלט ער דען שיפן און קומט נישט צו הילף, און אשר זיצט ביים בארטן פון ים, דאס באשיצט אים פון פיינטליכע אריינדרונגער.
זבלון איז דאס פאלק וואס האט גרינגגעשעצט זיין אייגענעם זעל, און איז געווען גרייט צו שטארבן, אינאיינעם מיט נפתלי אויף די הויכן פונעם שלאכט פעלד.


אזוי ווי אין די טעג פון יהושע בן נון:

אין די טעג פון יהושע בן נון האבן אנדערע קעניגרייכן געקעמפט אינאיינעם מיט יבין דער קעניג פון כנען, אזוי אויך איצט האבן האבן אנדערע קעניגרייכן גענטפערט דאס רוף פון יבין אין שלאכט פון מי מגדו, ניטאמאל געלט האבן זיי גענומען.
גענוי ווי אין די צייטן פון יהושע, ווען די שטערן פון הימל האבן פון זייערע וועגן געקעמפט קעגן די כנעניים, אזוי אויך איצט האבן זיי געקעמפט קעגן סיסרא.


אצינד צום נס:

דאס טייך קישון האט זיי אריין גראַבלירט, דאס טייך קישון פון פריער, איז אצינד פארוואנדלט געווארן צו דאס באוויסטער איבערגעפליסטער נחל קישון.
און איך זעלבסט האב זיי צוטראטן מיט שטארקייט, און דאן זענען צושלאגן געווארן די פאדקאוועס און די פוס פון די שטארקע פערד.

פארשאלטן זיין די שטאט מרוז, זאגט דער מלאך פון באשעפער, פארשאלטן זאלן זיין אירע איינוואוינער, ווייל זיי זענען נישט געקומען צום הילף צום באשעפער, צום הילף פון באשעפער קעגן די העלדן פון סיסרא.

דאקעגן געבענטש זאלן זיין פון געצעלט, פון די פרויען וואס זיצן אין די געצעלטן, יעל די פרוי פון חבר הקיני, פון די געצעלטן פון די פרויען זאל זי זיין געבענטשט.
וואסער האט סיסרא געבעטן, מילך האט זי אים געגעבן, און א חשובער שיסל האט זי אים דערלאנגט פיטער.

איר הענט צום נאגל האט זי אויסגעשטרעקט, און איר רעכטע הענט צו שלאגן די פארמאטערטע, און זי האט געשלאגן סיסרא, זי האט אפגעהאקט זיין קאפ, און אים געשלאגן און פארטושט זיין געזיכט.

צווישן איר פיס האט ער געקניעט און געפאלן ליגנדיג. צווישן אירע פיס האט ער געקניעט און געפאלן, דאס ארט וואו ער האט געקניעט דארט איז געפאלן דער אומגליקליכער.

דורכן פענצטער האט זי געקוקט, די מיטער פון סיסרא האט געוויינט ביים פענצטער, פארוואס פארזוימט זיך זיין רייטוואגן צו קומען, פארוואס פארשפעטיגן זיך די טריט פון זיין רייטוואגן.

אירע קליגע ראטגעבערינס האבן איר געגעבן פארשידענע אויסריידן, און זי האט אויך געגעבן פאר זיי אירע אויסריידן.


וואס פאר א אויסריידן?

ס'געפונט זיך ביי די אידן א סאך רויב מיט וואס סיסרא מיט זיין ארמיי צוטיילן זיך אצינד, א מיידל אדער צוויי פאר איטליכער פון זיי, די טייער געפארבטע קליידער בקומט זיכער סיסרא אלס גענעראל, און נישט אזעלכע שיינע געוועבטע קליידער גייען פאר די איינפאכע זעלנער פאר שאלן אויף זייער העלצער.

און דבורה ענדיגט איר געזאנג:

אזוי זאלן פארלוירן ווערן די פיינט פון באשעפער, און זיינע ליב-האבער זאלן לייכטן פון די זון וואס גייט אויף מיט איר שטארקייט...

מיר לערנען ארויס פון די געזאנג פון דבורה, עטליכע אינטערסאנטע פאקטארן, וועלכע ווערן נישט אזוי דייטליך אויסשמיעסט אין די פסוקים. וו.צ.ב.ש. אז יהושע האט נישט גענצליך באזיגט די כנענים, נאר די כנענים האבן נאך פארמאגט א באדייטענעם אנוועזנהייט אין ארץ ישראל. ווי אזוי אז דבורה האט געבעטן הילף פון אלע שבטים, און קיינער האט נישט גענטפערט איר רוף, אויסגעשלאסן די שבטים זבולן און נפתלי. אז יעל האט אפגעהאקט די קאפ פון סיסרא, און נאך...[/justify]
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: דאס געזאנג פון דבורה און איר רייכער אינהאלט.

שליחה דורך ברוינשטיין »

דו ביסט איבער מעכטיג, דאס איז ארטיסטיש געשריבן און שיין אראפגעלייגט.

וואס מיינט היידא... ?
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

זייער שיין אפגעטייטש א שטיקל נ''ך,
די לאזט נאר אויס די אינטימישער באצואונגען וואס איז פארגעקומען צעווישן יעל און סוסרא
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: דאס געזאנג פון דבורה און איר רייכער אינהאלט.

שליחה דורך תוהו ובוהו »

עצי שטים האט געשריבן:זייער שיין אפגעטייטש א שטיקל נ''ך,
די לאזט נאר אויס די אינטימישער באצואונגען וואס איז פארגעקומען צעווישן יעל און סוסרא
דאס איז א חז''ל אין הוריות אין פסוק ווערט עס נישט דערמאנט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

תוהו ובוהו האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:זייער שיין אפגעטייטש א שטיקל נ''ך,
די לאזט נאר אויס די אינטימישער באצואונגען וואס איז פארגעקומען צעווישן יעל און סוסרא
דאס איז א חז''ל אין הוריות אין פסוק ווערט עס נישט דערמאנט.

נישט געוואוסט אז קאך לעפל איז א בייבל קריטיק.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]די גמרא זאגט נאך אין נאמען פון רבי יוחנן: זיבן געשלעכטן האט דער רשע געשלעכט יענעם טאג! פון וואנעט ווייסן מיר דאס? ווייל דבורה אין איר געזאנג רעכנט אויס זיבן פאזיציעס ווי אזוי סיסרא האט זיך אפגעפינן נאכדעם וואס יעל האט אים דערלאנגט מיטן נאגל אין געזיכט לעבן אויג:
בֵּין רַגְלֶיהָ כָּרַע.
נָפַל.
שָׁכָב.
בֵּין רַגְלֶיהָ כָּרַע.
נָפָל.
בַּאֲשֶׁר כָּרַע.
שָׁם נָפַל שָׁדוּד.

רבי יוסף אלבו שרייבט אין ספר העיקרים: די מאמע פון סיסרא, האט נישט סתם אזוי ארויסגעקוקט פון פענצטער, נאר זי האט געקוקט מיט כישוף וואו איר זון געפונט זיך. און זי האט אים געזען ליגן אויסגעשטרעקט אויף דער ערד, און א פרוי שטייט איבער אים און מעסט אפ זיין קאפ און עס טראפ בלוט. זי האט אויך געזען גע'הרג'טע מיט פארבלוטיגטע העלצער. און בלויז צוליב דעם איז זי אריינגעפאלן אין א שרעקליכע היסטעריע...

איז אזוי, מיר אלס ארטאדאקסישע אידן גלייבן הייליג, אז די תורה הק' ווערט אפגעלערנט אויף פיר וועגן. פשט, רמז, דרוש, און סוד. אמת טאקע אז א מאווי אן קיין ראָמאַנטישע צענע האט נישט קיין שום טעם, פארט האבן מיר זיך אפגעהאלטן פון צו שרייבן איבער די געשלעכטן צווישן סיסרא און יעל, פאר די זעלבע אורזאך פארוואס מיר האבן נישט ציטירט דעם ספר העיקרים, און די דרשות פון זוהר הק' אין די דאזיגע פרשה.
אונזער ציל איז זיך בלויז צו צוהאלטן צום אָריגינעלע פשט אין די פסוקים. אפילו די לעזער גלייגן זייער שטארק זיך פארסמאקעווען און זיך צו בארייכן די פאנטאזיעס מיט גליסטישע ראָמאַנס...

ואתכם הסליחה.[/justify]
פארשפארט