וואלווי האט געשריבן:מיינונגזאגער האט געשריבן:חוצפה יסגי איז ממילא עקבתא דמשיחא איז וואס מער א חוצפדיגער דור עס וועט וואקסען וועט די איבעי' ווערן פארענטפערט דורך תישבי שנעלער און פריער.
ביז די שורות האסטו שיין אראפגעלייגט די פערספעקטיוו פון דעווילס אדוואקאט, אבער מכאן ואילך הערט זיך עס ווי הערד אימיוניטי, שטעק אן וואס מער קינדער מיט פארדארבענע חוצפה און משיח וועט קומען? חוצפה איז נישט קיין סגולה צו משיח, ס'איז א פראבלעם פאר משיח, נישט דעווילס אדוואקאט.
חוץ אז ס'איז געשריבן געווארן מיט א ביסל סארקעזם.
ישר כח פאר די הערה. איך וועל אנהייבן מיט די ווערטער אז ביידע זענען אמת.
עס איז געשריבען געווארן מיט סארקאזעם. און אויך איז חוצפה יסגא איז א פראבלעים פאר משיח.
אבער עס איז זייער קלאר אז די דור וואס ווייזט אז מיר זענען גאר נאנט צום משיח'ס טאג איז נאר ווען עס וועט זיין חוצפה יסגא. קוק אריין אין די משנה פרק ט' משנה ט''ו וזל''ק "בעקבתא דמשיחא חוצפה יסגא (לפני ימות המשיח, החוצפה תגדל)... וחכמות (ריכטיגע) סופרים תסרח (ריכטיגע)ויראי חטא ימאסו והאמת תהא נעדרת נערים פני זקנים ילבינו זקנים יעמדו מפני קטנים בן מנוול אב בת קמה באמה כלה בחמותה אויבי איש אנשי ביתו פני הדור כפני הכלב הבן אינו מתבייש מאביו" וכ"ו.
ווי-אזוי ער לייגט עס אראפ איז אז די אינגע וועלן נעדר זיין די עלטערע. היעלה על הדעת פון א רעכטדענקענדער מענטש אז אזא התנהגת קען אפי' פארקומען? אויב אזוי וועט דאך פעלן א גאר וויכטיגער סימן אז מיר זענען שוין אזוי נאנט צו משיח. קומען די צדיקים די פני הכלב, ווי די משנה רופט זיי (אין די פירוש) און מאכן זיכער אז די סימן פון אז משיח איז שוין אט אט דא זאל טאקע פארנעמען אן אויבן אן ארט אין די חינוך סיסטעם פון אינזערע אינגע קינדער אז זיי זאלן שטויסן די עלטערן און זיי זאגן מיר זענען בעסער, ערליכער און די האסט א סמארט פוין וואס איז (נישט) אסור בתחלית האיסור, און איך וויל מיט דיר נישט קיין שייכות האבן.
בדרך אגב.
אפאר יאר צוריק ווען עס איז ארויס געקומען די קאושר לינק כשר'ע סעלפוינס האב איך מער פארשטאנען די גאנצע סמארטפוין הפגנה. אפאר פריוואטע אינוועסטירער האבן געדארפט צוריק מאכן די מאלטי מיליאן דאלאר אינוועסטמענט. אבער וואס איז יעצט ? די פילטער קאמפאניס האבן שוין א יד אחת מיט די מוסדות'ער חצי שלי וחצי שלך. א גרויסער אפיס פאר די אנאיפלויד (ועד האישור) איז שוין אויך דא, נאו וואט? איצטערט וועסטו אפשר פארשטיין מיינע ווערטער עטוואס בעסער.
איך וויל אויך זאלסט וויסען איך בין בכלל נישט אנגעווייטאגט אויף די סיסטעם איך ב"ה האב נאך נישט געליטן דערפון (די ארטיקלען און הערות ווערן געשריבען באהאלטענערהייט אין ביה"כ אז די קינדער וויסען נישט אז א סמארטפוין איז בכלל פארהאן אין זייער געגענווארט) נאר איך האב חבירים און מיטארבעטער וואס מוטשען זיך ארום מיט די מוסדות ווייל זיי זענען די טיפ מענטש וואס וואלט ווען געהאט א סמארטפוין ווען די מוסדות לאזט ווען, אפי' ער האט נישט און ער ארבייט נאר אויף זיין געפילטערטע טעבלאט (וואס לאזט נישט עפענען קאווע שטיבל) איז ער אבער פארט א סמארט-פוין איד.
איך האף אז איך טרייב נישט איבער. אבער זייט זיכער איך מיין עס אמת'דיג און איך האב נישט קיין שום אגענדעס אנטקעגן סיי וועים.
וואס נאך א דרך אגב אז איינע פון די רעדנער ביי די קינדער אסיפה זענען געווען הרב ר' חיים יענקל רובין שליט"א מציעשנוב ב"פ ראש ישיבה גדולה תורה (תורא) ויראה ב"פ (סטעטן איילענד) און איז פאר אפאר צוריק, ווען בלעקבעריס איז געווען די סמארטפוין (וואס דער ברואזער דרייט זיך נאך אלץ אנציקומען צו א וועב זייטל) האט זיך אפגעשפילט אזא מעשה מיט עים און ביי עים.
ליין און שטוינט.
דער חשובער ראש ישיבה הנ"ל וואס האט אכטונג געגעבן אז די בייזע סמארטפוין ווינטען זאלן נישט אריין בלאזן אין די הייליגע ישיבה ווענט האט פשוטו כמשמעו פארשיקט א בחור על לא און בכפו נאר דער פאטער זיינער א שווערע ארבעטער איז געווען פון די רייסערס וואס האבן פארמאגט א בלעקבערי וואס די רעדל האט מען געדרייט אויף די רעכטע זיין אויבן, אין די צייט וואס עס איז שוין געווען מער פארגעשריטענע בלעקבעריס.
נאכן צו זאגען אז ער האט נישט קיין שום טעלעפוין מחובר לאינטערנעט האט די ר"י אראפ גערופן די פאטער מיטן בחור על סמך אינטער צו-שרייבען א טוץ מיט תקנות פאר ער נעמט צוריק דעם בחור אין די ישיבה.
אזוי איבער גייענדיג א גאנצע ליסט מיט תנאים פארשטייט זיך אלעס ארום טעלעפוינען פונעם פאטער, צוקלינגט זיך דעם פאטער'ס פוין אין זיין טאש דער פאטער מתוך דרך ארץ (מורא) נעמט נישט ארויס די פוין פון זיין טאש, אבער די פוין לאזט נישט נאך עס קלינגט און קלינגט איינמאל און נאכאמאל, די ר"י מיט א ברויזענדע מינע אויפן געזוכט גיט א פרעג נא וואס הייבסטו נישט אויף. בלית ברירה נעמט ער ארויס זיין אלטער פארשילמעטער ב"ב און ער דערקענט די נומבער וואס ער רופט שוין די לעצטע וואך צענדליגער מאל זיך איינצובעטן זיין בחור'ל צוריק צו שטעלן אין די ישיבה וואס איז שוין פארשיקט בערך פאר א וואך. נישט מער נישט ווייניגער די אפיס נומבער פון די ר"י.
נא נא, מער האט עים נישט אויסגעפעלט. אין פארנט פון זיין זוהן האט אים אריין געגעבן מנה אחת אפיים, באשייגעצט אויף וואספארא ליגנער ער איז און ווי אזוי ער האט זיך דערוואגט אונטער שרייבן די תקנות ווען ער האט אזא כלי אין טאֲש. און פארשטייט זיך פארשיקט דעם פאטער מיטן בחור אינאיינעם זיך נישט צו דערוואגן נאכאמאל צו אפי' דערמאנען דאס צוריקקער פונעם בחור.
וואס עס איז געווארן מיטן בחור דארף איך בכלל נישט ארויס ברענגען עטץ שטעלטס ענק אליינס פאר.
יא, מאנכע האבן מיר שוין געענטפערט זיי זענען געווען סתם טראבעל מעיקערס און דאס איז געווען די שפיל. מעגליך א"כ זאג פארן טאטע אז דיין בחור איז א טראבעל מעיקער איך וויל עים נישט האבן פארוואס מאכן די גאנצע שפיל ?
דאס איז עס פאר יעצט וועגן די נושא, שוין גענוג געזאגט (געשריבען)
¯\_༼ᴼل͜ᴼ༽_/¯
Sent from my SM-N960U using Tapatalk