מי אני האט געשריבן:3). די לעצטע געזעץ איז א מאטעמאטישן חשבון וואס לויטעט אז ווען מ׳נעמט די יארן ווילאנג עס נעמט א פלאנעט ארומצוגיין די שטערן אינגאנצן און מען squared דאס [מ׳מאכט יענע נומער טיימס/מאל די זעלבע נומער], און דערנאך דיווייד מען דאס ביי איר ווייטקייט פונ׳ם זון [גערעכענט לויט האלב פון די לענגערע זייט פון די ארביט׳ס עליפס/אוועל], נאכדעם וואס מען cubed די נומער [די נומער מאל די נומער מאל די נומער; דריי מאל טיימס אויף די זעלבע נומער], וועט עס אלעמאל אויסקומען צום זעלבען נומער.
דאס איז אויך א פועל יוצא פון דעם אז ווי ווייטער מען איז פון די שטערן, אלס ווייניגער איז זיין כח פון גראוויטי פועל וממילא גייט די פלאנעט שטאטער ארום די שטערן. די געזעץ גייט אויך אנגיין אויף, למשל, לבנות וואס ארביטען א פלאנעט וכדומה.
ס'איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז דער רלב"ג אין מלחמות ה' (מאמר ה ח"ב פ"ט) זאגט אז די סיבה פארוואס די פלאנעטן [כוכב] וואס זענען די ווייטסטע פון די וועלט ארביטן די שטייטסטע (זיין צוועלעפטע שוועריגקייט אויבן אין פ"ז) איז ווייל אין זיין (אריסטאטעלישע/דזשיאוסענטריק וכו') קאסמאלאגיע טוהן די כוכבים, גלגלים וכו' פועל זיין ממש אויף די וועלט. און ווי ווייטער א פלאנעט וכדומה איז אלס שוואכער איר פעולה. דעריבער איז עס אזוי אויסגעשטעלט אז עס זאל סובב זיין שטייטער, אזוי אז פראפארציאנאל זאל עס קענען גיבן די זעלבע אינטענסיטי אין איר פעולה ווי די נענטערע ע"ש. אין אנדערע ווערטער אויך אן ענין פון פראפארשען.
שפעטער אין ח"ג פ"י זאגט ער אז די רעישיאוס פון די מהלך הגלגלים וכו' איינס צום צווייטן איז א רעשאנעל נומער [יחס מדבר] און נישט אירעשאנעל. דאס איז וויבאלד זיי זענען שכלים וואס זענען ממש פועל על העולם און אן אירעשאנעל רעישיאו אין זייער מהלך איינס צום צווייטן וואלטן זיי נישט געקענט געהעריג משיג זיין זייערע מזוגות וואס זיי זענען פועל צוזאמען וכו' ע"ש.
(די גאנצע מאמר איז בעיקר אויף אסטראנאמיע/קאסמאלאגיע.)