אידישקייט: די ריכטיגע רעליגיע -חקירה

מחשבה, השקפה ועיון
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

קהל'ס נער האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:איך בין נישט אריבער קיין תקיפות, שוין אלץ אינגע בחור האב איך געהאט די אלע קשיות, און ציגעקומען צו די אלע זאכן וואס איך שרייב דא, און די אשכול, פארוואס איך האלט אז סטאטיסטיקלי איז יא שטארק מסתבר צו זאגן אז ס'דא א ג-ט, (זעט אויס אז מיין מסקנה איז אויסגעקומען אנדערש ווי דיינע)

פאר די רעקארד איך האלט אויך אז ס'איז דא א גאט, נישט אלץ סטאטיסטיק, מאלעריי וכו' נאר פשוט די כח ראשון איז זיכער גאט נישט קיין חילוק וויאזוי מען ריפט עס.
מיין פראבלעים איז אין הכי נמי גאט איז דא ווער זאגט אבער אז ער האט געגעיבען די תורה, וואס אויף דעים איז נישטא קיין ראיות, לפענ"ד.
אדרבה [tag]מי אני[/tag] ווערט פארבעיטן זיך אויף צי שטעלן און ברעינגען ראיות אויף מתן תורה, (און עס ביטע מסביר זיין פאר אינז בהמות וואס פארשטייען נישט קיין איבערגעשלאגענע אונטערגעדרייטע פאראויסגעווארפענע פונאנדערגעשייטע ווערטער :lol: )

יא, אבער די 'כח ראשון' איז א גרויסע נפק''מ וואס עס איז, אויב איז עס נאטור, דאן קענסטו פרעסן חזיר, אויב איז עס ג-ט, און ער לאזט נישט, דאן וועט נישט טויגן
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: אידישקייט: די ריכטיגע רעליגיע -חקירה

שליחה דורך ברוינשטיין »

רביה"ק זי"ע, איי לאָוו יאָו!
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

עצי שטים האט געשריבן:

כח ראשון איז גאט אפילו אויב די ווילסט עס רופן נאטור, נאכאלץ קען איך עסן חזיר, פארוואס נישט?
Unless די קענסט מיך אויפווייזן אז די כח ראשון/גאט לאזט נישט עסן חזיר און ער האט א קאלך אוייווען/גיהנום ווי ער ווארפט אריין יעדער וואס פאלגט עים נישט.

המוציא מחבירו עליו הראיה, כל עוד דעיס איז נישט אויפגעוויזן קען זיין א גאט ביז מארגען, ס'זאגט נאך גארנישט, פארוואס קען נישט זיין אז די ועד ארבע ארצות האט אויפגעמאכט די תורה לגמרי? אויב די פרעיגסט מצד סברא און הוכחה האט זיך יודישקייט אנגעהויבען ערגעץ דארט.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein

אדרבה [tag]מי אני[/tag] ווערט פארבעיטן זיך אויף צי שטעלן און ברעינגען ראיות אויף מתן תורה, (און עס ביטע מסביר זיין פאר אינז בהמות וואס פארשטייען נישט קיין איבערגעשלאגענע אונטערגעדרייטע פאראויסגעווארפענע פונאנדערגעשייטע ווערטער [emoji38] )

יא, אבער די 'כח ראשון' איז א גרויסע נפק''מ וואס עס איז, אויב איז עס נאטור, דאן קענסטו פרעסן חזיר, אויב איז עס ג-ט, און ער לאזט נישט, דאן וועט נישט טויגן

כח ראשון איז גאט אפילו אויב די ווילסט עס רופן נאטור, נאכאלץ קען איך עסן חזיר, פארוואס נישט?
Unless די קענסט מיך אויפווייזן אז די כח ראשון/גאט לאזט נישט עסן חזיר און ער האט א קאלך אוייווען/גיהנום ווי ער ווארפט אריין יעדער וואס פאלגט עים נישט.

המוציא מחבירו עליו הראיה, כל עוד דעיס איז נישט אויפגעוויזן קען זיין א גאט ביז מארגען, ס'זאגט נאך גארנישט, פארוואס קען נישט זיין אז די ועד ארבע ארצות האט אויפגעמאכט די תורה לגמרי? אויב די פרעיגסט מצד סברא און הוכחה האט זיך יודישקייט אנגעהויבען ערגעץ דארט.
ר' עצי די האסט געגעבן א לייקל וויבאלד דו שטימסט מיט, מיט קהל'ס נער?

איך בעט אייך, ווען איר לייגט זיך היינט נאכט שלאפן, גרייט נאך אָן נעגל וואסער, האלט דיך פעסט!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

ברוינשטיין: מען לאזט נישט אפ די תורה פון איין מינוט אויפן צווייטן, טאמער גיי איך צוקומען אז ס'נישטא קיין ג-ט,
אדער אז די תורה איז נישט פון אים, דאן גייט עס נעמען צייט ביז איך וועל אנקומען דערצו, אויף א למעשה'דיגן אופן, און איך וועל פרעגן קליגע לייט אויב זיי קענען פארענטפערן מיינע קשיות, וכ', עס איז א פראצעדור...
א לייק מיינט בלויז אז איז הער וואס ער זאגט, עס מיינט נישט אז איך בין מסכים 100%
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

עצי שטים האט געשריבן:ברוינשטיין: מען לאזט נישט אפ די תורה פון איין מינוט אויפן צווייטן, טאמער גיי איך צוקומען אז ס'נישטא קיין ג-ט, דאן גייט עס נעמען צייט ביז איך וועל אנקומען דערצו, אויף א למעשה'דיגן אופן, און איך וועל פרעגן קליגע לייט אויב זיי קענען פארענטפערן מיינע קשיות, וכ', עס איז א פראצעדור...
א לייק מיינט בלויז אז איז הער וואס ער זאגט, עס מיינט נישט אז איך בין מסכים 100%

Somewhere ביזטו געבליבן סטאק...
ווי מערערע האבן שוין דערמאנט האט א Creator מיט א תורה 0 שייכות.

ס'קען זיין 100% פרוף פאר ג-ט, און נאכאלס 0% פרוף פאר תורה.
געדאנקן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל

שליחה דורך געדאנקן »

ברוינשטיין האט געשריבן:[quot]ר' עצי די האסט געגעבן א לייקל וויבאלד דו שטימסט מיט, מיט קהל'ס נער?

איך בעט אייך, ווען איר לייגט זיך היינט נאכט שלאפן, גרייט נאך אָן נעגל וואסער, האלט דיך פעסט!

איר האט דאך אים אויך געלייקט...
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

ליב צו וויסן האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:ברוינשטיין: מען לאזט נישט אפ די תורה פון איין מינוט אויפן צווייטן, טאמער גיי איך צוקומען אז ס'נישטא קיין ג-ט, דאן גייט עס נעמען צייט ביז איך וועל אנקומען דערצו, אויף א למעשה'דיגן אופן, און איך וועל פרעגן קליגע לייט אויב זיי קענען פארענטפערן מיינע קשיות, וכ', עס איז א פראצעדור...
א לייק מיינט בלויז אז איז הער וואס ער זאגט, עס מיינט נישט אז איך בין מסכים 100%

Somewhere ביזטו געבליבן סטאק...
ווי מערערע האבן שוין דערמאנט האט א Creator מיט א תורה 0 שייכות.

ס'קען זיין 100% פרוף פאר ג-ט, און נאכאלס 0% פרוף פאר תורה.

מען פרעגט די שאלה איינמאל און נאכאמאל, איז לאמיך עס אויסקלארן איינמאל פאר אלעמאל,

גערעכט, עס איז צוויי באזונדערע זאכן,
א. עס איז דא א ג-ט
ב.ער האט געגעבן די תורה, און די תרי''ג מצות וואס מיר מוזן היטן, אויב נישט וועט נישט גוט זיין, אויב מען וועט יא היטן, ווער ער דיר באלוינען וכ'

יעצט, אמת אז נאכן אננעמען אות א. מוז מען נישט גיין ווייטער צו אות ב. (צו אננעמען ב. מוז מען יא קודם אננעמען א. ) עס קען זיין אז ער האט באשאפן די וועלט און עס געלאזט אויף הפקר, אדער ער האט עס באשאפן, אבער גאר איסלאם איז וואס ער וויל,
סאו כדי מיר צו מאכן אויס איד, קען מען טון איינס פון צוויי, מיר אויפוויזן אדער מאכן סקעפטיש אז די תורה איז פון ג-ט מסיני, אדער קענסטו גיין גראד צום שורש, און אויפווייזן אדער מיר מאכן סקעפטיש, און די מציאות השם בכלל, אויב איז נישטא קיין ג-ט, דאן זענען אלע רעליגיעס נארישקייטן
איך מאך טאקע א קיגל פון די צוויי, און מען דארף עס טאקע אפטיילן,
איך האב פאראכטן די תגובה אויבן, אז עס זאל טאקע זיין מער צוגעפאסט
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

רביה״ק זי״ע האט געשריבן:שיכור פון פרייד פון מיין אנטדעקונג בין איך מיט איין אימפעט געלאפן צו מיין טאטע און איהם דערציילט מיט עקסטאז וואס האט אקוראשט פאסירט, נישט נאר וואס מונקאטשער רב׳ס טריק האט געארבעט, כ׳ווייס אויך פונקטליך די ריכטיגע וועג ארויסצוזאגן דאס ווארט שבת... צו מיין אנטוישונג האט ער אינגאנצן נישט געטיילט מיין איבערראשונג, ער הייבט אויף די אויגן פונעם טור שולחן ערוך און זאגט מיר בערך כזה הלשון: ״איך וואלט נישט געטוהן אזא מין עקספערימענט ווייל וואס טוה איך אויב ס׳ארבעט נישט? וואלט איך דאך געווען חוזק...״ איך שטיי קעגנאיבער איהם מיט יראת הכבוד און ווארט מיט דארשט צו הערן עפעס דברי חכמה פון מיין חשוב׳ן פאטער׳ס מויל ווי איך בין צוגעוואוינט, און אזא אנטוישונג, די פה מפיק מרגליות איז מיטאיינמאל נהפך געווארן צו א פה מפיק צואת שוורים. איך האב געוואלט צוריקשרייען ״אבער ס׳האט דאך יא געארבעט, ביזטו נישט פרייליך אויסצוגעפינען אז דו ביזט נישט חוזק?!״

גראדע איך האב מורא׳דיג הנאה פונעם טאטן דא; געבענדיג אים די פּרינציפּ פון טשעריטי. מיינענדיג, ווי כ׳האב ארויסגעברענגט דא איז לגבי רעליגיעזע אמונות האלטן נישט חרדים אז דאס איז תחת די עמפּירישע ״[פילאזאפישע] וועלט״. מיינענדיג, עס נישט ניתן צו פאלסיפיצירן ע״י הוכחה חושית. אבער אויב אזוי דארף מען אנערקענען אז פונקט אזוי איז עס אויך נישט ניתן להוכיח ע״י הוכחה חושית אויך נישט. דאס האב איך אויך ארויסגעברענגט דא מיט מיין פראבלעם מיט די סארט מעשיות.

דא איז דער טאטע נישט נתפעל געווארן פון א הוכחה חושית אויף עפעס א רעליגיעזע קלעים ווייל ער אנערקענט אז אויב אזוי וואלט ער ווען געדארפט פונקט אזוי נתפעל ווערן אויף פארקערט פון א פירכא חושית אויף אזא סארט קלעים אויך. און דאס וואלט ער דאך נישט אקצעפטירט, וממילא קען ער פונקט אזוי נישט אקצעפטירן אזא סארט הוכחה לזכות דערויף אויך נישט. ער וועט לכאורה האלטן אז די סארט ״אמת״ פון די קלעים איז אן ״ענין למעלה מהשגה״, ולכן נישט ניתן לא להקשות ולא להוכיח בהוכחות חושיים.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

רביה''ק:איך האב געספענד די לעצטע פאר שעה ליינענדיג דיינע תגובות, אין די נושא פון חקירה, און איך האב מיך נישט געכאפט אז די ביסט דא די leading voice פון די אפיקורסים, איך האב נישט פארשטאנען פארוואס די שרייבסט אנהויב פונעם שמועס אז די האסט אסאך וואס צו שרייבן אויף דעם ענין נאר מען וועט דיר פארמעקן, איך האב נישט געכאפט אז די ווארענונג פונעם מנהל איז לכאורה געווען געוואנדן צו דיר, עפעס האט מיין סובקאנטשעס נישט געלאזט די ווארט 'רביה''ק' צאמגעשטעלט ווערן מיט אפיקורסות, אבער קוקענדיג אביסל און די חקירה אשכולות פון העמק דבר זעה איך ווי איין פלאץ מעקט דיר די מנהל מיט א חוט של שני אז 'כפירה איז נישט ערלויבט' און א צווייטע אשכול פון העניך בעט ער דיך נישט צו שרייבן כפירה און זיין אשכול, בקיצור כהאב נישט געוויסט מיט וועמען איך הייב זיך אהן

אבער עס גייט מיר נישט אהן, ווי געשריבן בין איך דא פארן אמת, און אז די שרייבסט די אנדערע זייט פונעם בטבע, אדרבה דאס וויל איך הערן, און דאס איז וואס האט מיר געפעילט אלע מיינע יארן, איינער וואס זאל מיר גאר טשעלענדזען מיין מהלך המחשבה און ארויסברענגען פארקערטע סברות פון וואס מען איז געוואונט צו הערן

פון ליינען אזויפיל זעט מיר אויס ווי די האסט א גאנצע אויפגעבויטע מהלך, איך האב עס נאכאלץ נישט איגאנצן ארויס, אבער עס זעט מיר אויס ווי די האלטסט יא פון מציאות השם, און די האלטסט יא אז תורה איז מסיני, נאר די האטס גאנצעטע שיטות וויאזוי תורה שבע''פ בעיקר איז פארדרייט געווארן, און עס איז אונגאנצן נישט וואס די תורה מיינט בלא בלא בלא, איך בין אויך נישט זיכער פונקטליך, און איך ווייס נישט אויף זיכער אויב די האלטסט טאקע בכלל פון ג-ט און תורה, בקיצור כ'בין צעמישט,

לעצם הענין, די שרייבסט, אויב די איינציגסטע זאך וואס די תורה פארקויפט איז 'יענע וועלט' דאן קען איך עס אונגאנצן איגנארירן, הרוצה לשקר וכ', וכ' וכ'

איך ווייס נישט פון ווי די האסט גענימען דעם טעות אז די תורה איז דא צו מאכן די גשמיות'דיגן לעבן פונעם מענטש בעסער, מען זאל נישט עסן בשר בחלב ווייל עס וועט נודערן די IQ אדער אז עסן חזיר וועט פארשטאפן די אדערן, אויב וואלט דאס געווען די תורה, דאן וואלט מען עס טאקע נישט געדארפט, איך וועל פרעגן מיין מאמע וואס די דאקטורים זאגן איז געזונט צו עסן און וואס איז נישט,

באמת האסטו אנגעכאפט איין משל פון מאכלות אסירות וואס אויף דעם כאפסטו זיך ארויף אויפן טומטום הלב, כאילו מען מיינט א גשמיות'דיגן פארשטאפונג,
וואס איז מיט כל התורה כולה? רוב תרי''ג מצות, און בפרט די מצוות וואס האבן נישט קיין טעם,?
ווען איך וויל ארויסשלעפן די ביינער פון מיין סעלמאן פיש אויף שבת, איז מיין מבחן צו זען אויב עס איז א סכנה? איך זאל מאכן א גוגל סירטש צו זען וויפיל מענטשטן א יאר שטארבן פון עסן אהן א ברכה? איך זאל פרעגן א פראפעסאר, אויב אנצינדען א פייער שבת איז מיר נישט געזונט? וואט די העק רעדסטו פון? מען זאל מאכן גרופעס צו מאכן א טעסט וועלעכע שיעור בשר בחלב איז ריכטיג כאילו אזוי גייט עס,

זיכער איז אלעס א 'יענע וועלט' זאך, יא מען קען אפשר זאגן אז דא אויך האט מען א בעסערע לעבן, אבער נישט דאס איז די געדאנק, גיי עס פלייש צוזאמען מיט פיש און זע וואס גייט געשען, אסאך גוים טוען עס, און עס געשעט נישט גארנישט, און דא רעדט מען שוין פון א זאך וואס איז נאר אסור וועגן סכנה

סאו זיכער איז די מהלך צו מאכן חקירה צוצוקומען אז עס איז דא א ג-ט וואס הייסט די תרי''ג מצות, און ער וועט שטראפן אויף 'יענע וועלט' לעוברי רצונו און פארדעם זאל מען פאלגן די תרי''ג מצות, נישט ווייל יעדע בעל עווירה (סארי, כ'וויל נישט זיין א 'טראל, 'עבירה', וואטעווער הודו האט מיט קוש) וועט לעבן א פיילפולער לעבן דא אויף די וועלט, ניין און נאכאמאל ניין, נאר ווייל עס וועט אפווארטן א הייסע גהינם ווי מען בראט פאר יעדע איינציגע חטא

איי מען זעט עס נישט, הרוצה לשקר וכ'? עס דערמאנט די מעשה ווי די רוסישער לערער האט געזאגט אז ס'נישט דא קיין ג-ט ווייל א זאך וואס מען זעט נישט, עקזעסטירט נישט, האט זיך די אידישע אינגל זיך אנגעריפען, אז די טיטשער האט נישט קיין שכל ווייל מען קען עס נישט זען, און הגם די מעשה איז סתם א ווערטל, און מען קען יא אויפקראכן א קאפ און טרעפן די דזעלי מח, און שכל קען מען דאך זען אז מען טראכט, אבער די נקודות הדברים איז אמת, ווייל מען זעט עס נישט, מיינט נישט אז עס איז נישט,
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

א. לגבי טענדשיבל בענעפיטן פון ״אידישקייט״ קען מען רעדן פון עשר בשביל שתתעשר, וּבְחָנוּנִי נָא בָּזֹאת אִם לֹא אֶפְתַּח לָכֶם אֵת אֲרֻבּוֹת הַשָּׁמַיִם וַהֲרִיקֹתִי לָכֶם בְּרָכָה עַד בְּלִי דָי, אלו דברים שאדם אוכל פירותיהם בעולם הזה, גורל הגר״א, בייבל קאודס, פארשטאפטע קעפ פון בני נידה, ציצית אלס שמירה פון אלעס בייזן, תפילה, ישועות וואס מענטשן זעהען דורך זאגן תהילים, שיר השירים, שאלות חלום, קמיעות, ערבה בלעטער און י״ב חלות, קברי צדיקים, לייגן ציגל ביי חעזקעלע מערץ, א.א.וו. פארוואס טוט/גלייבט מען די אלע זאכן, ווייל מ׳איז איבערצייגט אז ס׳ארבעט נישט במציאות נאר ס׳איז א בחינה? אפשר איז גאט און גיהנום אויך נאר א בחינה? איך גראדע לייג תפילין וואס מ׳קען נישט אויפווייזן מיט די חושים אז ס׳עקזיסטירט טאקע, מ׳קען אבער אויך נישט אויפווייזן אז ס׳עקזיסטירט נישט, איין זאך איז זיכער אז איך שפאר מיך אסאך צייט און געלט מיט די ספעציעלע תפילין, און ווי אויך דארף מען עס קיינמאל נישט בודק זיין. מ׳קען באשטעלן ביי מיר די ספעציעלע סארט תפילין די צוגענגליגע פרייז פון $5,000, און דאס קומט א קאמפלעט סעט פון נישט נאר רש״י און ר״ת שימושא רבה און ראב״ד נאר מיט אלע 64 שיטות וואס דער גר״א האט אויסגערעכנט. דיעס ליין טראגט אויך אינוויזיבל טליתים, מצות, ארבעה מינים, און נאך אסאך פארשידנארטיגע חפצי קודש אלס פאר זייער צוגענגליגע פרייזן. לאמיר זיך אבער נישט פארטיעפן דערין ווייל ס׳זעהט מיר נישט אויס ווי דאס איז די אישו דא.

ב. וואס איז די חילוק וואס איך האלט? איך בין נישט קיין ט״ז וואס מ׳דארף מדייק זיין און נאך אלעם פארשטייט מען נישט זיינע סברות סייווי און מ׳דארף צוקומען אז ס׳איז העכערע זאכן, איך בין נאר דא קלארצומאכן די פאקטן און יעדער זאל ציען די מסקנות וואס איהם שמעקט, אז דו זוכסט דווקא אריינצועיפן אין א סקעם האב איך א גאנצע ליסטע פון בריקן דיר צו פארקויפן, פרטים אין אישי. ווי ס׳זעהט מיר אויס איז די אישו נישט אז דו פארשטייסט נישט וואס איך זאג, דו פארשטייסט שוין איינמאל, וואס שטערט דיר איז אז דו האסט מורא ארויסצוקריכן פונעם באקס איינער אליינס דערפאר ביזטו פארנומען וואס רבינו הקדוש האלט כדי צו וואוסן ביז וואו דו קענסט גיין און נישט זיין אליינס אויפ׳ן וואסער. אויב פילסטו אז דו דארפסט עס האבן כדי ארויסצוקריכן פונעם באקס קען איך דיר פארציילן אין אישי פונקטליך וואו איך האלט און וואו איך פלאן צו גיין ווייטער, איך זעה אבער נישט פארוואס ס׳פעלט אויס, ס׳דא גענוג סעלעבריטיעס וועם נאכצוטאנצן, פעלט נישט אויס נאכצוטאנצן עפעס אן אנאנימער לץ פון קאוועשטיבל. אז דו זוכסט וועם נאכצוטאנצן קענסטו נאכטאנצן מיינע ראול מאדעלס אין די ענינים, Sam Harris און Megan Phelps, ביידע פלעגן זיין פארגלייבט אין רעליגיע ביז איבער די נאז מיט א פעלזן פעסטע אמונה פשוטה וחקירה ביז זיי האבן איינגעזעהן וואס זיי האבן איינגעזעהן, אויף אנצופאנגען האסטו דא א שמועס צווישן די צוויי, העכסט רעקאמענדירט. https://m.youtube.com/watch?v=hyUO2ZAX5X0
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:א. לגבי טענדשיבל בענעפיטן פון ״אידישקייט״ קען מען רעדן פון עשר בשביל שתתעשר, וּבְחָנוּנִי נָא בָּזֹאת אִם לֹא אֶפְתַּח לָכֶם אֵת אֲרֻבּוֹת הַשָּׁמַיִם וַהֲרִיקֹתִי לָכֶם בְּרָכָה עַד בְּלִי דָי, אלו דברים שאדם אוכל פירותיהם בעולם הזה, גורל הגר״א, בייבל קאודס, פארשטאפטע קעפ פון בני נידה, ציצית אלס שמירה פון אלעס בייזן, תפילה, ישועות וואס מענטשן זעהען דורך זאגן תהילים, שיר השירים, שאלות חלום, קמיעות, ערבה בלעטער און י״ב חלות, קברי צדיקים, לייגן ציגל ביי חעזקעלע מערץ, א.א.וו. פארוואס טוט/גלייבט מען די אלע זאכן, ווייל מ׳איז איבערצייגט אז ס׳ארבעט נישט במציאות נאר ס׳איז א בחינה? אפשר איז גאט און גיהנום אויך נאר א בחינה? איך גראדע לייג תפילין וואס מ׳קען נישט אויפווייזן מיט די חושים אז ס׳עקזיסטירט טאקע, מ׳קען אבער אויך נישט אויפווייזן אז ס׳עקזיסטירט נישט, איין זאך איז זיכער אז איך שפאר מיך אסאך צייט און געלט מיט די ספעציעלע תפילין, און ווי אויך דארף מען עס קיינמאל נישט בודק זיין. מ׳קען באשטעלן ביי מיר די ספעציעלע סארט תפילין די צוגענגליגע פרייז פון $5,000, און דאס קומט א קאמפלעט סעט פון נישט נאר רש״י און ר״ת שימושא רבה און ראב״ד נאר מיט אלע 64 שיטות וואס דער גר״א האט אויסגערעכנט. דיעס ליין טראגט אויך אינוויזיבל טליתים, מצות, ארבעה מינים, און נאך אסאך פארשידנארטיגע חפצי קודש אלס פאר זייער צוגענגליגע פרייזן. לאמיר זיך אבער נישט פארטיעפן דערין ווייל ס׳זעהט מיר נישט אויס ווי דאס איז די אישו דא.

ב. וואס איז די חילוק וואס איך האלט? איך בין נישט קיין ט״ז וואס מ׳דארף מדייק זיין און נאך אלעם פארשטייט מען נישט זיינע סברות סייווי און מ׳דארף צוקומען אז ס׳איז העכערע זאכן, איך בין נאר דא קלארצומאכן די פאקטן און יעדער זאל ציען די מסקנות וואס איהם שמעקט, אז דו זוכסט דווקא אריינצועיפן אין א סקעם האב איך א גאנצע ליסטע פון בריקן דיר צו פארקויפן, פרטים אין אישי. ווי ס׳זעהט מיר אויס איז די אישו נישט אז דו פארשטייסט נישט וואס איך זאג, דו פארשטייסט שוין איינמאל, וואס שטערט דיר איז אז דו האסט מורא ארויסצוקריכן פונעם באקס איינער אליינס דערפאר ביזטו פארנומען וואס רבינו הקדוש האלט כדי צו וואוסן ביז וואו דו קענסט גיין און נישט זיין אליינס אויפ׳ן וואסער. אויב פילסטו אז דו דארפסט עס האבן כדי ארויסצוקריכן פונעם באקס קען איך דיר פארציילן אין אישי פונקטליך וואו איך האלט און וואו איך פלאן צו גיין ווייטער, איך זעה אבער נישט פארוואס ס׳פעלט אויס, ס׳דא גענוג סעלעבריטיעס וועם נאכצוטאנצן, פעלט נישט אויס נאכצוטאנצן עפעס אן אנאנימער לץ פון קאוועשטיבל. אז דו זוכסט וועם נאכצוטאנצן קענסטו נאכטאנצן מיינע ראול מאדעלס אין די ענינים, Sam Harris און Megan Phelps, ביידע פלעגן זיין פארגלייבט אין רעליגיע ביז איבער די נאז מיט א פעלזן פעסטע אמונה פשוטה וחקירה ביז זיי האבן איינגעזעהן וואס זיי האבן איינגעזעהן, אויף אנצופאנגען האסטו דא א שמועס צווישן די צוויי, העכסט רעקאמענדירט. https://m.youtube.com/watch?v=hyUO2ZAX5X0

האטס אויסקעפיקט אפאר מצות (און סגילות) וואס מען דארף יא אפישילי צו קענען זען דערביי זאכליכע רעזולטאטן,
אבער אויב גייסטטו אפמעסטן די קראנטקייט פון אידישקייט מיט די מאס כח וואס די זאכן האבן צו פאקטיש דעליווערן, דאן איז עס נישט קיין גיטע מעסטער,
זאגן תהילים קען קיינער נישט אויפוויזן סייענטיפיש אז עס העלפט, גענוג מאל געשעהן מיריקלס, און חולים ווערן נתרפה, וכ', אהן קיין תהילים, און גענוג מאל וואס וויפול תהילים מען זאגט נאר, זענען די 'שערי שמים ננעלו' און די חולה ווערט נפטר, און ס'דא כל מיני תריצים, אז די תפילות זענען נישט געגאנגען לאיבוד וכ', אבער מען זאגט תהילים ווייל מען האפט עס וועט העלפן גיבן די שטיפ וכ', אבער ס'נישט קיין זיכערע זאך

מאיר טורנהיים יוכיח, ער האט אויסגעטראפן א מהלך וואס האט געארבייט ביי איבער צוואנציג עלעקשינס ציצוטרעפן וואס די תורה איז מרמז, און ער האט אייביג צוגעטראפן, מען וואלט פון דעם אליין געקענט ווערן א בעל תשובה און גלייבן אז תורה מן השמים, נישט אזוי? עד שבא 2020 און ער האט קלאר 'געזען' אין די תורה אז טראמפ האט עס, און.... מען האט געזען קלאר אז ער האט פשוט געהאט א גאר גוטע מזל ביז אהער, אבער קיין רמזים אין די תורה קען ער נישט, נו, איז אפילו ביז ער איז געווארן חוזק איז עס אויך נישט קיין פרופ, עס איז סובסטענשיל עווידענס בסך הכל

בנוגע דיין חלק ב', איז אזוי, האסט געשריבן און איין אשכול (כ'וואלט צוגעוויזן מיט א בלויע 'דא', נאר כ'קען מיך נישט אויס, אפשר קען מיר איינער אויסלערנען) אז די האסט נאכנישט באגעגנט איינער און ריל לייף וואס זיכט די אמת, און די האסט מיר טאקע נאכנישט באגעגנט, איך זיך עס טאקע, אויב קום איך צו אז אלעס איז שטותים, דאן גיי איך עסן יוה''כ, יא איך גיי עס טון באהאלטן, איך זיך נישט קיין בזיונות און א גט, און קיינמאל קענען זען מיינע קונדער וכ', אבער איך פאר נאך די אמת, און ווי איך האלט יעצט, איז ג-ט און תורה, ביי מיר 90% אז עס איז אמת, און איך בין יא מדקדק קלה כחמירה, און איך לייג גשמיות'דיגע תפילין, ווייל אזוי שטייט אין שו''ע, און איך האלט אז דאס וואס שטייט און שו''ע, דאס וויל ג-ט אז איך זאל טון,

איך האב געליינט דיין סברה בנוגע comfort zone, במקום אחר, און עס איז טאקע אמת, אבער נאר אויף גרויסע טוישן, אבער צו טון עפעס וואס קיינער וועט נישט וויסן דערפון, אויב האלט איך אז ג-ט אין אידישקייט איז פאלש, דאן האב איך בכלל נישט קיין פראבלעם דערמיט, און איך דארף נישט וויסן אז רביה''ק טוט עס אויך, אז איך זאל עס קענען טון,

די סיבה פארוואס איך האב געוואלט וויסן וואס די האלטסט, איז פשוט ווייל די שרייבסט נישט ברחל בתך הקטנה וואס די האלטסט, און מען זעהט קלאר אז ס'איז הרבה יותר ממה שכתיב כאן יש כאן, און איך וויל ארויסהאבן די זאך קלאר,
קוק צוריק אויף אונזער בעק ענד פארט דא, איך מיין אז איך שרייב גאנץ שכל'דיג, איך דארף נישט קיינעם נאכצוטאנצן, איך דארף בלויז מיט וועמען צו רעדן אין זיך אויסקאכן, און אויב פארשטיי איך נישט קלאר וואס יענער וויל פינקטליך, וועל איך פרעגן און וועלן פארשטיין בעסער
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אקעי, איך בין אפשר געגאנגען צו עקסטרעם פארלאנגענדיג סייענטיפשיע הוכחות, דער אמת איז אז עמפירישע הוכחות קענען אויך זיין גענוג. למשל, איך קען טרעפן א היתר אין א רגע צו נוצן א פאון שבת, איי פארוואס טוה איך עס נישט? ווייל ווען איך נוץ א פאון שבת פיל איך נישט קיין מנוחה. די גאנצע ענין פון שבת איז בא שבת בא מנוחה, אז איך פיל נישט קיין מנוחה מוז זיין אז איך טוה עפעס wראנג, זאכן וואס איך בין זיך מקיל לויט דעם מעסטער פעלט נישט אויס אויסצושרייבן. :D איינער וואס פילט נישט קיין טעם אין שבת קען רואיג אריינפארן צום ארבעט מיט׳ן קאר און פאון אויף מיין אחריות.

און אז מ׳רעדט פון טורנהיים, אדרבה, אויב איינער פילט אז דאס איז א גוטע מעסטער פאר איהם זאל ער גיין דערמיט עד הסוף, trial & error איז די איינציגסטע וועג צו דערגיין די מציאות. טורנהיים איז נישט קיין חוזק, אין לו לדיין אלא מה שעיניו רואות, חוזק איז ער ווען ער בלאפט ארום.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איינער וואס פילט נישט קיין טעם אין שבת קען רואיג אריינפארן צום ארבעט מיט׳ן קאר און פאון אויף מיין אחריות.

איז שייך זיך פארלאזן אויף אייער אחריות באופן כללי? אדער נאר אויף ארבעט, קאר, און פאון וואס איז מפורש

ואת"ל אז דוקא במפורש, טאמער מ'קען זיך נישט געהעריג אפרייסן פונעם טעם שב"ק בעצם, קען מען מתיר זיין אלס נותן טעם לפגם, עכ"פ פאר בן יומו..?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום וואלווי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אוודאי באופן כללי, ודיבר הכתוב בהווה.

הער אויס, איך גיי נישט צולאזן אז דו זאלסט פון מיר אויך מאכן א ש״ך פון וואס מ׳קען מדייק זיין וויאזוי בית דין של מעלה פסק׳נט אויס ווער ס׳גייט אין גן עדן און ווער אין גיהנום, איך זאג איין זאך, אין ענגליש רופט זיך דאס elimination diet, אויב גייסטו נאכאיינמאל פרובירן אריינצולערנען בריסקע מאטעמאטישע חשבונות אין מיינע רייד ועל איך דיר פארוואנדלען אין א העכערע בחינה וואס מ׳קען נישט סייענטיפיש אויפווייזן אז ס׳עקזיסטירט נישט בבחינת והייתם כאלוקים, און דעמאלטס וועסטו שוין מוזן קויפן מיינע אינוויזיבל טליתים סקעם. געדענק, ועשית ככל אשר יורוך, המלעיג על דברי חכמים נקרא יהודי, ואין לך אלא רביה״ק שבימיך.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

גערעכט, אזוי שטייט טאקע ביי חנוך, ואיננו כי לקח אותו אלקים. יעצט אלס elimination diet דארפסטו אלעס צירוק שטעלן חוץ פון די שאור שבעיסה, אזוי ווי ביי מתן תורה האבן זיי צירוק באקומען די נשמות כקטן שנולד, וועט יעצט מותר ווערען די עריות? א"כ מה הועילי חכמים בתקנתם. איז א טאקע א ראי' פון דעם אז היכי דמי אפיקורס המלעיג על דברים חכמים.

נ.ב. אז די בעטסט אז כ'זאל נישט דרייען מיט בריסקער חקירות, אפשר דרוש ארבעט יא פאר דיר?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום וואלווי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

וואלווי האט געשריבן:גערעכט, אזוי שטייט טאקע ביי חנוך, ואיננו כי לקח אותו אלקים.

נאר אז די בעטסט אז כ'זאל נישט דרייען מיט בריסקער חקירות, דרוש ארבעט יא פאר דיר? אדער דאס אויך נישט

קענצט אנהייבן צי גיין בדרך רמז, דעיס איז א get out of jail free card, ווען די זיכסט עפעס א מקור, ריק אריין עפעס א רמז, און די ביסט גיט צי גיין.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

קהל'ס נער האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:גערעכט, אזוי שטייט טאקע ביי חנוך, ואיננו כי לקח אותו אלקים.

נאר אז די בעטסט אז כ'זאל נישט דרייען מיט בריסקער חקירות, דרוש ארבעט יא פאר דיר? אדער דאס אויך נישט

קענצט אנהייבן צי גיין בדרך רמז, דעיס איז א get out of jail free card, ווען די זיכסט עפעס א מקור, ריק אריין עפעס א רמז, און די ביסט גיט צי גיין.

אפשר נאך בעסער עלַ פי' סוד. ליבא לפומיה לא גליא, ולא נודע כי באו אל קרבנה.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
עגלה ערופה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 14, 2018 1:53 am
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

שליחה דורך עגלה ערופה »

איך בין צוגעקומען צו די החלטה אז מ'קען מסביר זיין אלע רעליגיעס מיט איין ווארט: "tribalism".

טרייבעליזם איז אזוי טיף איינגעווארצלט אין אונזער דנ"א אז מיר האבן זייער א שטארקע געפיל פון באלאנגען צו א גרופע און האבן שטארקע אידיאלגיעס און זיין זייער איבערגעגעבן צו זיי. די אידיאלגיעס קענענן זיין אזוי שטארק ביז "ייהרג ואל יעבור" אדער גאר "יהרוג ואל יעבור". פאר רוב פון היסטאריע האט עס געהאט א שטארקע בענעפיט פאר סורווייוועל, וויבאלד מענטשן פלעגן אמאל לעבן אין גרופעס פוןו שבטים און שבטים פלעגן אפט קאמפיטן מיט אנדערע שבטים איבער עסן און טערעטאריע. שבטים וואו די מענטשן וואס זענענן געווען געטריי צו זייער שבט און האבן געפאלגט אלעס וואס די פירער פון דער שבט האבן מחליט געווען און געווען גרייט צו שטארבן אויף דעם זענענן געווען בעסער אויסגעשטעלט צו סורווייווען ווי אנדערע שבטים וואס די מענטשן זענענן נישט געווען אזוי געטריי. אבער היינטיגע צייטן מיין איך מאכט עס מער שאדן ווי גוטס.

מענטשן האבן אזא שטארקע דארנג צו האבן שטארקע אידיאלאגיעס אז זיי קענען איבערוועגן אלע אנדערע געפילן פון א מענטש. זיי זענענן גרייט אלעס צו טוהן פאר זייער אידיאלאגיעס. פראבירן מסביר זיין מיט לאגיק האט נישט קיין שום פשט. ס'איז פשוט איינגעווארצלט אין דער מענטש'ס דנ"א. ס'איז אזויווי די ליבשאפט פון א טאטע צו א קינד, אדער פחד, אדער אלע אנדערע געפילן. געפילן האט גארנישט מיט לאגיק. מענטשן וואס האבן אידיאלאגיעס גייט זיי ווייניג אן צו ס'שטימט מיט'ן מציאות אדער נישט. זיך טענה'ן מיט איינער איבער רעליגיע צו ס'שטימט לאגיש אדער נישט איז א שאד די צייט. דער איינציגסטע סיבה פארוואס ס'איז דא מענטשן וואס פראבירן מסביר זיין רעליגיע מיט "לאגיק", איז ווייל געווענלעך עפעס וואס שטימט נישט מיט לאגיק קוקן אן מענטשן שלעכט, און דו האסט אטאקירט זייער רעליגיע און עס געמאכט אויסזעהן שלעכט און זיי דארפן עס דיפענדן. זיי וועלן אויפקומען מיט אלע באבע תירוצים פארוואס זייער רעליגיע שטימט יא מיט לאגיק. אויב וואלט זאכן וואס שטימן נישט מיט לאגיק נישט אויסגעזעהן שלעכט, וואלטן זיי בכלל נישט געווען פארנומען צו עס פארענטפערן מיט לאגיק.

רעליגיע איז נישט דיא איינציגסטע וועג וויאזוי מ'קען שטילן דער דארשט פון טרייבעליזם. ס'איז דא נאך זאכן, ווי למשל פאליטיקס און ספארטס. איך האב גראדע נישט אזא שטארקע געפיל פון טרייבעליזם אין מיך, וועגן דעם האט קיין איינער פון די זאכן מיך קיינמאל נישט געצויגן.

אגב, איך זאג נישט אז דאס איז די איינציגסטע זאך וואס ציען מענטשן צו רעליגיע. קען זיין ס'איז דא נאך זאכן, אבער איך מיין אז רוב פון עס איז טרייבעליזם, בעיקר די וואס שרייען נאך מענטשן אויפ'ן גאס שבת אדער מענטשן וואס שרייען כפירה איז זיכער טרייבעליזם.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

וואלווי האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:גערעכט, אזוי שטייט טאקע ביי חנוך, ואיננו כי לקח אותו אלקים.

נאר אז די בעטסט אז כ'זאל נישט דרייען מיט בריסקער חקירות, דרוש ארבעט יא פאר דיר? אדער דאס אויך נישט

קענצט אנהייבן צי גיין בדרך רמז, דעיס איז א get out of jail free card, ווען די זיכסט עפעס א מקור, ריק אריין עפעס א רמז, און די ביסט גיט צי גיין.

אפשר נאך בעסער עלַ פי' סוד. ליבא לפומיה לא גליא, ולא נודע כי באו אל קרבנה.

אדער גאר "טעם הכמוס" וגמרנו, די קענסט מיך נישט אפפרעיגן ווייל די ווייסט נישט מיין טעם.
אזוי ווי צאנזע רב מיט די מאשין מצות.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

זאגט נאר רבי וואלווי, זענט איר אפשר נישט דער לץ פון די לייף אוו ברייען וואס ווען יעדער האט צוזאמען אויסגעשריגן "We are all individuals! We are all different!" האט ער אויסגעשריגן "I'm not"? אדער אפשר ביזטו דער בריסקער וואס ווען ברייען האט איהם אנגעשריגן ״עף אף״ האט ער צוריקגעפרעגט "?How should we F off lord", אדער אפשר ביזטו גאר דער כהן וועם מ׳האט פארשטיינערט ווייל ער האט בטעות געזאגט Jehovah?

ענדיוועיס, כ׳האב לעצטנס באמערקט אז איינער האט ארויפגעשטעלט לייף אוו ברייען אויף יוטיוב, אויב פילסטו אין שבת א נותן טעם לפגם קענסטו דאס וואטשן פרייטאג צונאכטס אונטער די דאכענע ווען קיינער זעהט נישט. און ווען דיין ווייב וועט דיר קומען זוכן און זי וועט זיך נעמען שרייען אויף דיר אז דו ביזט מחלל שבת וועסטו איר זאגן אז דו האסט דורכגעטוהן גאנץ פסקי תשובות און דו האסט נישט געטראפן וואו ס׳שטייט די ווערטער ״וואלווי איז מחלל שבת״. אויסערדעם זאלסטו איר זאגן אז דו האסט גענומען אירע אונטערוועש צו א רב און ער האט נישט געקענט אויפווייזן אז ס׳נישט דא א העכערע סארט כתם וואס מ׳קען נישט סייענטיפיש אויפווייזן צו ס׳עקזיסטירט אדער נישט סאו זי וועט מוזן ווארטן פאר נעקסטע חודש ווייל דו האסט איינגעזעהן אז דער בית ישראל האט געהאט אפענע אויגן און ער האט געזעהן וואס טוט זיך אין הימל און דו האסט אפגעמאכט צו היטן זיינע תקנות ווייל ער האט זיכער געזעהן אין הימל אז אזוי דארף מען צו טוהן.

און אז מ׳האט ערווענט טרייבעליזם איז אינטערעסאנט צוצוצייכענען א שמועסן מיט הגאון הרב עקיבא וויינגארטן שליט״א וואו ער איז מסביר בתוך הדברים אז מ׳דארף נישט צוקומען צו די אלע בריסקע נערוון צו נהנה זיין פון די ענין פון טרייבעליזם, אידישקייט קען זיין עכט און געשמאק אן די אלע קטנות׳ן אויך. אפילו מ׳איז נישט מסכים מיט זיינע מסקנות איז נאכאלץ אינטערעסאנט צו זעהן א רב רעדן אזוי צום זאך אן קיין בלאפערייען און מיינד געימס, ס׳איז ניכרים דברי אמת אז ער גלייבט טאקע אין וואס ער פארקויפט, זעלטן צו טרעפן אזא סארט רב, שמעו ותחי נפשכם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
עגלה ערופה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 14, 2018 1:53 am
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

שליחה דורך עגלה ערופה »

איך האב שוין געזעהן פיל ווידיאוס פון הרב עקיבא וויינגארטן. ער איז גוטע נייעס. ער פארדינט זיך אן עקסטער אשכול.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום עגלה ערופה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ענדיוועיס, כ׳האב לעצטנס באמערקט אז איינער האט ארויפגעשטעלט לייף אוו ברייען אויף יוטיוב, אויב פילסטו אין שבת א נותן טעם לפגם קענסטו דאס וואטשן פרייטאג צונאכטס אונטער די דאכענע ווען קיינער זעהט נישט. און ווען דיין ווייב וועט דיר קומען זוכן און זי וועט זיך נעמען שרייען אויף דיר אז דו ביזט מחלל שבת וועסטו איר זאגן אז דו האסט דורכגעטוהן גאנץ פסקי תשובות און דו האסט נישט געטראפן וואו ס׳שטייט די ווערטער ״וואלווי איז מחלל שבת״. אויסערדעם זאלסטו איר זאגן אז דו האסט גענומען אירע אונטערוועש צו א רב און ער האט נישט געקענט אויפווייזן אז ס׳נישט דא א העכערע סארט כתם וואס מ׳קען נישט סייענטיפיש אויפווייזן צו ס׳עקזיסטירט אדער נישט סאו זי וועט מוזן ווארטן פאר נעקסטע חודש ווייל דו האסט איינגעזעהן אז דער בית ישראל האט געהאט אפענע אויגן און ער האט געזעהן וואס טוט זיך אין הימל און דו האסט אפגעמאכט צו היטן זיינע תקנות ווייל ער האט זיכער געזעהן אין הימל אז אזוי דארף מען צו טוהן.
.

קוק, אויב כ'בין אריינגעטוהן אין לייף אוו ברייען שפעט היינט נאכט, מן הסתם איז עס מחמת שאני מינות דמשכי, מילא זיך איך נישט קיין דיין'ס מותר לך היינט נאכט סיי ווי, זאל שוין די דאכענע בלייבן צו געדעקט.

מענין עונת ליל שב"ק, לענין צו "ענינים" אדער "התנהגות" ווערט גענוצט צו עוקר'ן הלכה, מוטשעט זיך די בן איש חי אין שו"ת תורה לשמה, אז אויב עונת ת"ח משבת לשבת, דעמאלטס קומט אויס אז די ולד ווערט געבוירן שבת, מעג מען לכתחילה האבן א סדר אויף א זאך וואס קען זאך גורם זיין חילול שבת? (עיי"ש, כ'געדענק נישט די חשבון און כ'ווייס נישט צו כ'זאג עס גוט נאך, אבער עפעס אזוי..). זעהט אויס אז ס'איז עם נישט איינגעפאלן אז עשה דוחה לא תעשה "בעידניה"...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
פארשפארט