רביה''ק זי''ע האט געשריבן:א. לגבי טענדשיבל בענעפיטן פון ״אידישקייט״ קען מען רעדן פון עשר בשביל שתתעשר, וּבְחָנוּנִי נָא בָּזֹאת אִם לֹא אֶפְתַּח לָכֶם אֵת אֲרֻבּוֹת הַשָּׁמַיִם וַהֲרִיקֹתִי לָכֶם בְּרָכָה עַד בְּלִי דָי, אלו דברים שאדם אוכל פירותיהם בעולם הזה, גורל הגר״א, בייבל קאודס, פארשטאפטע קעפ פון בני נידה, ציצית אלס שמירה פון אלעס בייזן, תפילה, ישועות וואס מענטשן זעהען דורך זאגן תהילים, שיר השירים, שאלות חלום, קמיעות, ערבה בלעטער און י״ב חלות, קברי צדיקים, לייגן ציגל ביי חעזקעלע מערץ, א.א.וו. פארוואס טוט/גלייבט מען די אלע זאכן, ווייל מ׳איז איבערצייגט אז ס׳ארבעט נישט במציאות נאר ס׳איז א בחינה? אפשר איז גאט און גיהנום אויך נאר א בחינה? איך גראדע לייג תפילין וואס מ׳קען נישט אויפווייזן מיט די חושים אז ס׳עקזיסטירט טאקע, מ׳קען אבער אויך נישט אויפווייזן אז ס׳עקזיסטירט נישט, איין זאך איז זיכער אז איך שפאר מיך אסאך צייט און געלט מיט די ספעציעלע תפילין, און ווי אויך דארף מען עס קיינמאל נישט בודק זיין. מ׳קען באשטעלן ביי מיר די ספעציעלע סארט תפילין די צוגענגליגע פרייז פון $5,000, און דאס קומט א קאמפלעט סעט פון נישט נאר רש״י און ר״ת שימושא רבה און ראב״ד נאר מיט אלע 64 שיטות וואס דער גר״א האט אויסגערעכנט. דיעס ליין טראגט אויך אינוויזיבל טליתים, מצות, ארבעה מינים, און
נאך אסאך פארשידנארטיגע חפצי קודש אלס פאר זייער צוגענגליגע פרייזן. לאמיר זיך אבער נישט פארטיעפן דערין ווייל ס׳זעהט מיר נישט אויס ווי דאס איז די אישו דא.
ב. וואס איז די חילוק וואס איך האלט? איך בין נישט קיין ט״ז וואס מ׳דארף מדייק זיין און נאך אלעם פארשטייט מען נישט זיינע סברות סייווי און מ׳דארף צוקומען אז ס׳איז העכערע זאכן, איך בין נאר דא קלארצומאכן די פאקטן און יעדער זאל ציען די מסקנות וואס איהם שמעקט, אז דו זוכסט דווקא אריינצועיפן אין א סקעם האב איך א גאנצע ליסטע פון בריקן דיר צו פארקויפן, פרטים אין אישי. ווי ס׳זעהט מיר אויס איז די אישו נישט אז דו פארשטייסט נישט וואס איך זאג, דו פארשטייסט שוין איינמאל, וואס שטערט דיר איז אז דו האסט מורא ארויסצוקריכן פונעם באקס איינער אליינס דערפאר ביזטו פארנומען וואס רבינו הקדוש האלט כדי צו וואוסן ביז וואו דו קענסט גיין און נישט זיין אליינס אויפ׳ן וואסער. אויב פילסטו אז דו דארפסט עס האבן כדי ארויסצוקריכן פונעם באקס קען איך דיר פארציילן אין אישי פונקטליך וואו איך האלט און וואו איך פלאן צו גיין ווייטער, איך זעה אבער נישט פארוואס ס׳פעלט אויס, ס׳דא גענוג סעלעבריטיעס וועם נאכצוטאנצן, פעלט נישט אויס נאכצוטאנצן עפעס אן אנאנימער לץ פון קאוועשטיבל. אז דו זוכסט וועם נאכצוטאנצן קענסטו נאכטאנצן מיינע ראול מאדעלס אין די ענינים, Sam Harris און Megan Phelps, ביידע פלעגן זיין פארגלייבט אין רעליגיע ביז איבער די נאז מיט א פעלזן פעסטע אמונה פשוטה וחקירה ביז זיי האבן איינגעזעהן וואס זיי האבן איינגעזעהן, אויף אנצופאנגען האסטו דא א שמועס צווישן די צוויי, העכסט רעקאמענדירט.
https://m.youtube.com/watch?v=hyUO2ZAX5X0
האטס אויסקעפיקט אפאר מצות (און סגילות) וואס מען דארף יא אפישילי צו קענען זען דערביי זאכליכע רעזולטאטן,
אבער אויב גייסטטו אפמעסטן די קראנטקייט פון אידישקייט מיט די מאס כח וואס די זאכן האבן צו פאקטיש דעליווערן, דאן איז עס נישט קיין גיטע מעסטער,
זאגן תהילים קען קיינער נישט אויפוויזן סייענטיפיש אז עס העלפט, גענוג מאל געשעהן מיריקלס, און חולים ווערן נתרפה, וכ', אהן קיין תהילים, און גענוג מאל וואס וויפול תהילים מען זאגט נאר, זענען די 'שערי שמים ננעלו' און די חולה ווערט נפטר, און ס'דא כל מיני תריצים, אז די תפילות זענען נישט געגאנגען לאיבוד וכ', אבער מען זאגט תהילים ווייל מען האפט עס וועט העלפן גיבן די שטיפ וכ', אבער ס'נישט קיין זיכערע זאך
מאיר טורנהיים יוכיח, ער האט אויסגעטראפן א מהלך וואס האט געארבייט ביי איבער צוואנציג עלעקשינס ציצוטרעפן וואס די תורה איז מרמז, און ער האט אייביג צוגעטראפן, מען וואלט פון דעם אליין געקענט ווערן א בעל תשובה און גלייבן אז תורה מן השמים, נישט אזוי? עד שבא 2020 און ער האט קלאר 'געזען' אין די תורה אז טראמפ האט עס, און.... מען האט געזען קלאר אז ער האט פשוט געהאט א גאר גוטע מזל ביז אהער, אבער קיין רמזים אין די תורה קען ער נישט, נו, איז אפילו ביז ער איז געווארן חוזק איז עס אויך נישט קיין פרופ, עס איז סובסטענשיל עווידענס בסך הכל
בנוגע דיין חלק ב', איז אזוי, האסט געשריבן און איין אשכול (כ'וואלט צוגעוויזן מיט א בלויע 'דא', נאר כ'קען מיך נישט אויס, אפשר קען מיר איינער אויסלערנען) אז די האסט נאכנישט באגעגנט איינער און ריל לייף וואס זיכט די אמת, און די האסט מיר טאקע נאכנישט באגעגנט, איך זיך עס טאקע, אויב קום איך צו אז אלעס איז שטותים, דאן גיי איך עסן יוה''כ, יא איך גיי עס טון באהאלטן, איך זיך נישט קיין בזיונות און א גט, און קיינמאל קענען זען מיינע קונדער וכ', אבער איך פאר נאך די אמת, און ווי איך האלט יעצט, איז ג-ט און תורה, ביי מיר 90% אז עס איז אמת, און איך בין יא מדקדק קלה כחמירה, און איך לייג גשמיות'דיגע תפילין, ווייל אזוי שטייט אין שו''ע, און איך האלט אז דאס וואס שטייט און שו''ע, דאס וויל ג-ט אז איך זאל טון,
איך האב געליינט דיין סברה בנוגע comfort zone, במקום אחר, און עס איז טאקע אמת, אבער נאר אויף גרויסע טוישן, אבער צו טון עפעס וואס קיינער וועט נישט וויסן דערפון, אויב האלט איך אז ג-ט אין אידישקייט איז פאלש, דאן האב איך בכלל נישט קיין פראבלעם דערמיט, און איך דארף נישט וויסן אז רביה''ק טוט עס אויך, אז איך זאל עס קענען טון,
די סיבה פארוואס איך האב געוואלט וויסן וואס די האלטסט, איז פשוט ווייל די שרייבסט נישט ברחל בתך הקטנה וואס די האלטסט, און מען זעהט קלאר אז ס'איז הרבה יותר ממה שכתיב כאן יש כאן, און איך וויל ארויסהאבן די זאך קלאר,
קוק צוריק אויף אונזער בעק ענד פארט דא, איך מיין אז איך שרייב גאנץ שכל'דיג, איך דארף נישט קיינעם נאכצוטאנצן, איך דארף בלויז מיט וועמען צו רעדן אין זיך אויסקאכן, און אויב פארשטיי איך נישט קלאר וואס יענער וויל פינקטליך, וועל איך פרעגן און וועלן פארשטיין בעסער