berlbalaguleh האט געשריבן:
זי אליין איז אויך א וואוילע אידענע וועלכע האט געטון א סאך גוטס. נאר זי איז ליידער נישט געזונט. נישט קיין וואונדער אז ר' יעקב ליצמאן האט זי פראטעקטעד. און איהר משפחה. זי איז נישט געווען סתם עפעס א געמיינער מאלעסטער פון די גאס. מ'דארף קענען מבחין זיין. זיכער דארף מען אזעלכע מענטשן מאכן אומשעדליך. אבער זיי זענען (ליידער) נישט געזונט...!
וויאזוי פונקטליך זעהט אויס א געמיינע מאלעסטער פון די גאס? עפעס א סימן קענסטו געבן? אלע זענען קראנק! רחמנות האבן האט מען געקענט פאר דעם, אבער איינמאל מ'הייבט הענט איז אן אנדערע דין, די וואס האלטן פון שלאגן קינדער האלטן אוודאי נישט אז זיי זענען אכזרים, אבער וואס זאל איך טוהן אז דו האסט געקראזט א ליין און געווען א חצוף פאר טאטי/מאמי?
און אז דו רעדסט פון מבחין זיין, דארף מען רעדן פון די חילוק צווישן א מאלעסטער און א
פעדאפייל איינער רירט צו, און איינער האט פייגעלעך אין קאפ און לאו דוקא עקט דערויף, פארשוינען אין די צווייטע קלאס זוכן זיך אפטמאל טאקע צו העלפן.
די וואונדער איז פארוואס קיין איין איד וואס ווערט געטשארדזשט מיט מאלעסטעישן וכו' איז קיינמאל נישט שולדיג. דאס איז אן אומפארענטפערטע מדרש פליאה