דיס איז הער טו סטעי.
עס וועט קיינעם גארנישט העלפן, די שאלה איז נאר. האט ער געמאכט א שפאלט וואס גייט ווערן ברייטער, אדער דאס בלייבט אזוי ווי עס איז און ווערט נישט גרעסער.
קרית יואל לאו-איי-קיו פירער ווילן איינפירן מאנדאטן
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
מיליאנער האט געשריבן:איש את רעהו האט געשריבן:וואס מיינט צושטעלן זיי זאלן טוישן זייער השקפה אדער זייער מהלך הלימודים אין די בתי חינוך?
ס'מאכט עפעס נישט קיין סענס.
ניין. זיך צושטעלן צו די דריי און צוואנציג תקנות.
אויף 22 תקנות זענען זיי שוין אייביג געווען גרייט, איך מיין אז די וויזשניצער געגענט אין מאנסי זעהט אויס בעסער ווי קר''י אין די אלע נושאים כאטש זיי זענען ארומגענומען מיט אנדערע מענטשן פון אלע זייטן.
די גאנצע מחלוקת איז נאר אויף איין תקנה וואס זיי האבן שוין קלאר געשטעלט אויף וויפיל זיי זענען גרייט זיך צוצושטעלן.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אבער דער מאמענט איז טריף-פסול. נישט קיין וואונדער. כאטש ס'איז א סאטמאר'ע אויסגאבע. זיי פארפעהלן קיינמאל נישט. אבער ממש קיינמאל נישט צו דערמאנען דעם נאמען סאטמאר לכה"פ 2 מאל א יעדע וואך אין די אויסגאבע. אבער זיי זענען דאך (נעבעך) ליידער זייער שטארק פארדארבן. זיי האבן אינטערוויוס מיט האלבע און גאנצע (רעליגיעזע) ציונים, רחמנא ליצלן מהאי דעתא. וואלט שוין הרב ישראל מ. סופר געזאגט אויף דעים. א זאך וואס אונז אמת'ע ערליכע אידן אנטלויף מיר פון דעם הרחק כמטחוי קשת.
נאך א סימן (אז דער מאמענט טויג נישט) איז אז בערל בעל עגלה קויפט עס א יעדע וואך. און ער פארפעהלט נישט צו ליינען דארט כמעט אלע ארטיקלען...!
נאך א סימן (אז דער מאמענט טויג נישט) איז אז בערל בעל עגלה קויפט עס א יעדע וואך. און ער פארפעהלט נישט צו ליינען דארט כמעט אלע ארטיקלען...!