ס'איז יעצט אריבער שבת יתרו, שבת קבלת התורה, וואו מען ליינט פון מעמד מתן תורה, ווי דער אייבערשטער האט זיך מגלה געווען פאר ששה מאות רבוא יודען אויפן בארג סיני און געגעבען וואס???
די לוחות וואס שטייט אויף זיי די עשרת הדברות!!!
דערנאך איז משה רבינו ארויף אין הימל פאר 40 טעג און געלערענט די איבעריגע חלק פין די תורה, כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש נתנה למשה מסיני, און משה איז אראפגעקומען פון הימל ס'געשען די מעשה עגל משה איז צוריק ארויף וכו..
און פאר 40 יאר אין מדבר האט משה געלערנט מיט די יודן תורה און מצוות שבכתב ושבע"פ.
די רוב האט משה רבינו געלערנט פונעם אייבערשטען אין די 40 טעג, אבער געוויסע פרשיות און דינים האט די אייבערשטער נאר געזאגט פאר משה ווען עס איז געווען נוגע, כגון כלי מדין, בנות צלפחד, און נאך אסאך דוגמאות.
יעצט, ווען האט משה רבינו געשריבן די תורה שבכתב, איז אין גמרא גיטין דף ס. איז דא א מחלוקת למ"ד מגלה נתנה, האט משה אראפגעשריבן ווען מהאט געלערט די הלכות, און צום סוף פון 40 יאר צוזאמגעשטעלט אלע פרשיות און געמאכט די תורה וואס אונז האבן,
און למ"ד חתומה נתנה, האט משה רבינו אלעס אראפגעשריבן, צום סוף פון 40 יאר (אזוי לערנט רש"י מיין איך, תוס' האט אביסל א אנדערע מהלך).
און די גמרא ערגעץ אנדערש (איך געדענק נישט די מקור כרגע), איז דא א מחלוקת לגבי די לעצטע 8 פסוקים, צו הקב"ה כתבן אדער משה כתבן בדמע.
הכלל דאס איז בערך וויאזוי ס'איז צוגעגאנגען לויט ווי איך פארשטיי.
איך האב צוויי שוועריקייטן אויף דעם ענין,
א) אויב איז ריכטיג ווי איך פארשטיי, דאן וואס איז די גרויסע טראסק פון מעמד הר סיני, רוב פין די תורה איז בכלל נישט געגעבען געווארן פאר די יודן דארט? אוודאי איז דא דער ענין פון התגלות אלקות, וואס יודן האבן געזען די אייבערשטער, און אויך דער ענין פון וגם בך יאמינו לעולם,
אז משה רבינו איז א נביא אמת, אבער כלפי די תורה האט עס נישט צופיל!
אבער אויב איז דאס די געדאנק, וואלט איך געריפן דעם מעמד, "מעמד התגלות אלקות", און דעם פארלאפענעם שבת וואלט איך גערופן "שבת התגלות"!!
ב) אסאך וואס ווילן מוכיח זיין אמיתות התורה, בויען אויפן מעמד קבלת התורה, אז מיליאן מענטשן זאגן עדות אויף א זאך מוז דאס זיין אמת, נניח אז סאיז ריכטיג, אבער די מיליאן מענטשן זאגן נאר עדות אויף התגלות אלהות, און אויף די עשרת הדברות, מהיכי תיתי תורה שבכתב??
תורה שבכתב איז געגעבען געווארן דורך משה רבינו דורכאויס די 40 יאר אין מדבר, עס האט נישט די נאמנות און עדות פון מיליאן מענטשן אז די אייבערשטער האט עס געגעבען???
די גמרא זאגט טאקע אין ברכות, אז מ'פלעגט זאגן עשרת הדברות ביים דאווענען, אבער מ'האט עס מבטל געווען מפני המינים, וואס האבן געזאגט אז נאר דאס איז די תורה, איז איך גלייב טאקע און די גאנצע תורה, אבער א הוכחה איז נישט דא!!!
אזוי אויך איז דא א מדרש צו איינע פון די ראשונים, וואס זאגן אז אלע מצוות זענען מרומז אין די עשרת הדברות, איז חוץ וואס מ'דארף עס פארשטיין, איז אבער זיכער אז די יודן האבן נישט געוואוסט פון דעם ביי קבלת התורה, ווייל ווען יא, וואלטן זיי נישט געדארפט לערנען פון משה!?!
קבלת התורה - תורה שבכתב
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 79
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 16, 2022 1:54 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
איך ווינדער אלץ, איז דא איינער וואס זאגט אז ער גלייבט נאר צוליב דער "הוכחה" פין כוזרי?
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
באמת איז דא נאך א שאלה, צו הוי״ה האט בפועל געזאגט פאר משה פונקטליך אלע מצוות וויאזוי צו טוהן אדער האט ער איהם נאר געגעבן אן הוראה כלליות צו מאכן געזעצן לויט זיין אייגענעם פארשטאנד (וואס איז אוודאי געווען ברוח הקודש וכו׳). פון די ספרים שמות און ויקרא זעהט טאקע אויס אז משה האט מקבל געווען פונקטליך אלע מצוות מיט אלע פרטים, ווי אויך אין דברים ה כז זאגט משה רבינו קלאר אז נאך מתן תורה האט איהם גאט געזאגט, ״וְאַתָּה פֹּה עֲמֹד עִמָּדִי וַאֲדַבְּרָה אֵלֶיךָ אֵת כָּל הַמִּצְוָה וְהַחֻקִּים וְהַמִּשְׁפָּטִים אֲשֶׁר תְּלַמְּדֵם״. אבער אן אינטערעסאנטע זאך האב איך באמערקט, לויט די ווערסיע פון דברים ד יג זאגט משה רבינו, ״וַיַּגֵּד לָכֶם אֶת בְּרִיתוֹ אֲשֶׁר צִוָּה אֶתְכֶם לַעֲשׂוֹת עֲשֶׂרֶת הַדְּבָרִים וַיִּכְתְּבֵם עַל שְׁנֵי לֻחוֹת אֲבָנִים: וְאֹתִי צִוָּה הוי״ה בָּעֵת הַהִוא לְלַמֵּד אֶתְכֶם חֻקִּים וּמִשְׁפָּטִים לַעֲשֹׂתְכֶם אֹתָם בָּאָרֶץ אֲשֶׁר אַתֶּם עֹבְרִים שָׁמָּה לְרִשְׁתָּהּ״, לויט דעם גירסא איז עפעס משמע אז ס׳נאר געווען אן הוראה כללית. ווי צו זאגן, גאט האט ענק געזאגט די צעהן געבאטן וואס דאס איז זיין בונד מיט ענק וואס דאס דארף מען היטן בכל אופן, דערנאך האט ער מיר באפוילן ענק אויסצולערנען חוקים ומשפטים וויאזוי צו פירן די ווערטשאפט ווען ענק קומען אן צום פארשפראכענעם לאנד. (דאס האט אויך שייכות מיט וואס ס׳שטייט אין ש״ס ופוסקים אז די עיקר קיום המצוות זענען נאר אין ארץ ישראל.)
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 79
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 16, 2022 1:54 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל
ווייסט איינער פון א מקור וואס רעדט אויף די נושא, א פריערדיגע פון די ראשונים וואס רעדן פון חקירה,אדער אפילו פון די היינטיגע מחזירי תשובה,
זיי זענען פארנומען מוכיח זיין תושבע"פ, פון תורה שבכתב, אבער ערבך ערבא צריך.
און איך רעד נישט פון הוכחות פון נבואות שהתקיימו, אדער פון מצפונות, איך רעד פון לאגישע הוכחות.
איך זיך שוין א לענגערע צייט, אויב האט איינער וועל איך שטארק הנאה האבן.
זיי זענען פארנומען מוכיח זיין תושבע"פ, פון תורה שבכתב, אבער ערבך ערבא צריך.
און איך רעד נישט פון הוכחות פון נבואות שהתקיימו, אדער פון מצפונות, איך רעד פון לאגישע הוכחות.
איך זיך שוין א לענגערע צייט, אויב האט איינער וועל איך שטארק הנאה האבן.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 79
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 16, 2022 1:54 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 408
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל
היסטאריע האט געשריבן:איך ווינדער אלץ, איז דא איינער וואס זאגט אז ער גלייבט נאר צוליב דער "הוכחה" פין כוזרי?
דער כוזרי איז טאקע שטארק!
אבער ווער ס׳גלייבט נאר מכח חקירה גלייבט נישט עכט. ער האט יעדן טאג פרישע חקירות וועלן ברעכן אונטער די פאריגע הנחות.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"