פוסבאל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
חכם המדות
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2016 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

פוסבאל

שליחה דורך חכם המדות »

חברה, מיר לעבן אין היסטארישע צייטן. ס'איז ממש אן עולם הפוך. ברעדי און ראדזשערס האבן פארלוירן בשן ועין ובבושת פנים, אין די צייט וואס יונגע ראצערלעך ווי פעטריק מעהאמס און דזשאש עלען באווייזן ממש וואונדער איבער וואונדער, ממש איבערנאטורליך.

ס'איז גאנץ מעגליך אז מיר האבן היי יאר געזען די לעצטע געימס פון דריי ריזן, די צוויי אויבנדערמאנטע און ראטלעסבערגער. ס'הייבט זיך אן א פרישער עפאכע אין פוסבאל, אין וועלכע יונגערע בלוט באווייזן טאלאנט וואס די וועלט האט נאכנישט געזען. א גוטע זאך בעצם, ווייל די נייע חברה וואקסן אויף אביסל מענטשליכער ווי די ביז יעצטיגע. ראדזשערס און ברעדי זענען שוין צו בגאווה'דיג.

די אומערווארטעטע געווינסען פון די 49'ערס קעגן די פעקערס און די רעמס קעגן די באקענירס און א זייט געלייגט, איז דער היי-יעריגער פלעיאף סעזאן געווען אזאנס וואס מ'האט שוין נישט געזען יארן בלויז צוליב דער אומגלויבליכער שפיל פון די די בילס און די טשיעפס. געווינען א געים אין דרייצן סעקונדעס?! דאס איז עפעס וואס איז אומדערהערט!

די איינציגסטע נעגאטיווע חלק איז געווען דער אומ'יושר'דיגקייט פון א קוין-פליפ וואס איז בעצם געווען דער מכה בפטיש אינעם בילס געווינס, אבער ווען די טשיעפס האבן געבעטן מ'זאל טוישן דעם רול עטליכע יאר צוריק האט קיינער זיי נישט אויסגעהערט. אפשר יעצט וועלן זיך זאכן טוישן. דער עלען איז עדיו לתפארת, מ'עט נאך זען פון אים גרויסע זאכן.

דער עולם איז מכובד אריינצוקומען מיט סופערבאול פרעדישקשענס. מיין פערזענליכער האפענונג/פרעדישאן איז אז די טשיעפס גיין אל די וועי. ונזכה ונחיה ונראה.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער פראבלעים איז, (אם כבר ב'ספארטס עסקינן) אז טאם ברעידי האט מיט עטליכע יאר צוריק געקענט ריטייערן (ער ווערט נישט יונגער.) מיט א סאך געלט און כבוד. ער ווילל אבער נישט מודה זיין (די גאווה לאזט איהם נישט) אז ער איז שוין צו אלט (עטליכע פערציג) צו שפילן פוטבאל.

דער אנדערער קווארטערבעק. (פון די דזשייענטס) כ'האב שוין פארגעסן זיין נאמען. דער ווייסער (און אפשר אידישער) בחור. וועלכער איז געווען דער איינציגער נארמאלער (מיט נארמאלע קליידער און א נארמאלן העירקאט) שפילער ביי די דזשייענטס. ווייל די שחורים גייען אלע מיט לאנגע געקרייזלטע האר און בערד. און אויעררינגלעך אין ביידע אויערן. ער הייסט אלי' מענינג. ער האט ריטייערט מיט געלט און כבוד...!
באניצער אוואטאר
חכם המדות
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2016 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך חכם המדות »

גיב א קוק, למעשה האט דער פערציג-פלאס יעריגער ברעדי דעליווערט א סופערבאול געווינס פאראיאר, טאקע אקעגן דעם יונגען מעהאמס. נו, פארוואס זאל ער נישט פרובירן נאכאמאל? אפילו דאס יאר האט ער עס כמעט געמאכט, אנקומענדיג צו די פלעיאפס. זיין פארלוסט איז געווען אומערווארטעט. ראדזשערס איז נישט יונגער און זיין פארלוסט איז אויך געווען אומערווארטעט.

אז מ'רעדט פון אויסזען, כ'קען א גאנצער פאלק וועלכע גייען מיט "לאנגע געקרייזעלטע האר און בערד" און זיי זענען דאך נישט "נישט נארמאל". אסאך מאל דארף מען זיך פשוט קוקן אין שפיגל בעפאר מ'מאכט חוזק פון אנדערע...
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

berlbalaguleh האט געשריבן:דער פראבלעים איז, (אם כבר ב'ספארטס עסקינן) אז טאם ברעידי האט מיט עטליכע יאר צוריק געקענט ריטייערן (ער ווערט נישט יונגער.) מיט א סאך געלט און כבוד. ער ווילל אבער נישט מודה זיין (די גאווה לאזט איהם נישט) אז ער איז שוין צו אלט (עטליכע פערציג) צו שפילן פוטבאל.

דער אנדערער קווארטערבעק. (פון די דזשייענטס) כ'האב שוין פארגעסן זיין נאמען. דער ווייסער (און אפשר אידישער) בחור. וועלכער איז געווען דער איינציגער נארמאלער (מיט נארמאלע קליידער און א נארמאלן העירקאט) שפילער ביי די דזשייענטס. ווייל די שחורים גייען אלע מיט לאנגע געקרייזלטע האר און בערד. און אויעררינגלעך אין ביידע אויערן. ער הייסט אלי' מענינג. ער האט ריטייערט מיט געלט און כבוד...!


השם ירחם ריטייערן ביי די 40!
וואס גייט ער טין ביז די 80?
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

חכם המדות האט געשריבן:גיב א קוק, למעשה האט דער פערציג-פלאס יעריגער ברעדי דעליווערט א סופערבאול געווינס פאראיאר, טאקע אקעגן דעם יונגען מעהאמס. נו, פארוואס זאל ער נישט פרובירן נאכאמאל? אפילו דאס יאר האט ער עס כמעט געמאכט, אנקומענדיג צו די פלעיאפס. זיין פארלוסט איז געווען אומערווארטעט. ראדזשערס איז נישט יונגער און זיין פארלוסט איז אויך געווען אומערווארטעט.

אז מ'רעדט פון אויסזען, כ'קען א גאנצער פאלק וועלכע גייען מיט "לאנגע געקרייזעלטע האר און בערד" און זיי זענען דאך נישט "נישט נארמאל". אסאך מאל דארף מען זיך פשוט קוקן אין שפיגל בעפאר מ'מאכט חוזק פון אנדערע...


איך קוק אין שפיגל, און איך מאך חוזק פון מיר אליין פארן אויסזעין אזוי, עספעשילי אז יודישקייט פארלאנגט עס אפילו נישט, ס'איז נאר פאר פיער פרעשיר.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
חכם המדות
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2016 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך חכם המדות »

קהל'ס נער, אביסל זעלבסט-זיכערקייט. ס'פעלט דיר נישט גארנישט. מ'מעג נאכגעבן פיער פרעשור
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

חכם המדות האט געשריבן:גיב א קוק, למעשה האט דער פערציג-פלאס יעריגער ברעדי דעליווערט א סופערבאול געווינס פאראיאר, טאקע אקעגן דעם יונגען מעהאמס. נו, פארוואס זאל ער נישט פרובירן נאכאמאל? אפילו דאס יאר האט ער עס כמעט געמאכט, אנקומענדיג צו די פלעיאפס. זיין פארלוסט איז געווען אומערווארטעט. ראדזשערס איז נישט יונגער און זיין פארלוסט איז אויך געווען אומערווארטעט.
חכם המידות: די וועלכע דו קענסט מיט די לאנגע בערד און געקרייזלטע לאנגע האר גייען נישט קיין אויעררינגלעך. און זיי שפיעלן נישט קיין פוטבאלל. מ'רעדט דאך אבער אלס גוי. א פראמינענטער שפילער, דארף אויסצו זעהן כאטש א ביסל נארמאל. נאר היינטיגע צייטן ביי די שחורים. ווי מער פאררוקט ער זעהט אויס. אלס מער פאפולאר איז ער...!
אז מ'רעדט פון אויסזען, כ'קען א גאנצער פאלק וועלכע גייען מיט "לאנגע געקרייזעלטע האר און בערד" און זיי זענען דאך נישט "נישט נארמאל". אסאך מאל דארף מען זיך פשוט קוקן אין שפיגל בעפאר מ'מאכט חוזק פון אנדערע...
באניצער אוואטאר
חכם המדות
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2016 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך חכם המדות »

ס'איז אן אשכול איבער פוסבאל, וויל איך נישט פארדרייען דעם שמועס, אבער ". ווי מער פאררוקט ער זעהט אויס. אלס מער פאפולאר איז ער...!" האט גארנישט מיט די הויט קאליר. טראכט נאר פון צעפלאשעטע פיאות אדער פאר'חזיר'טע הוטן. טול קורא ווי מ'זאגט. שוין, צוריק צום סופערבאול. פרעדישקאנס, איינער?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נאך איין ווארט איבער דעם נושא: איך האב נישט גערעדט איבער די סקין קאליר. איך האב גערעדט איבער די מענשטליכע אויסזעהן. א שחור ווען ער איז אנגעטון שיין און מענטשליך. מאכט ער זייער א גוטן אימפרעשן. אפשר נישט ביי זיינע חברים. או.קעי.צוריק צו פוטבאלל/פרעדיקשנס...!
לבי במזרח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 18, 2013 10:36 pm
האט שוין געלייקט: 578 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

שליחה דורך לבי במזרח »

ברעידי זאל ווייטער שפילן. ער איז נאך אלס פון די פאר בעסטע. און פארשטייטצעך ער וועט ווייטער בלייבען די בעסט אין היסטארי פאר נעיר פיוטשער.
באניצער אוואטאר
Tachlis
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 51
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2020 4:23 pm
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 116 מאל

שליחה דורך Tachlis »

לויט ווי עס שיינט וועט ברעידי שפילן זיין לעצטע געים פון זיין קאריערע מארגן נאכט אקעגן די דאללאס קאובויס מ'רעדט פארשטייצעך אויב ער לאאזט, עס וועט זיין א היסטארישע מאמענט
(דאס יאר איז געווען די ערשטע יאר וואס ער איז נישט געווען אזוי גוט ווי טאם ברעידי דארף צו זיין סא עס איז צו גלייבן אז ער וועט רעטייערן נאך דעם יאר)
דער וואָס איז גרייט אויפצוגעבן זיין לעבנסוויכטיגע פרייהייט צו באַקומען אַ ביסל צייטווייליגע סעיפטי, פאַרדינט נישט קיין פרייהייט און נישט קיין סעיפטי. - בנימין פרענקלין
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

חכם המדות האט געשריבן:גיב א קוק, למעשה האט דער פערציג-פלאס יעריגער ברעדי דעליווערט א סופערבאול געווינס פאראיאר, טאקע אקעגן דעם יונגען מעהאמס. נו, פארוואס זאל ער נישט פרובירן נאכאמאל? אפילו דאס יאר האט ער עס כמעט געמאכט, אנקומענדיג צו די פלעיאפס. זיין פארלוסט איז געווען אומערווארטעט. ראדזשערס איז נישט יונגער און זיין פארלוסט איז אויך געווען אומערווארטעט.

אז מ'רעדט פון אויסזען, כ'קען א גאנצער פאלק וועלכע גייען מיט "לאנגע געקרייזעלטע האר און בערד" און זיי זענען דאך נישט "נישט נארמאל". אסאך מאל דארף מען זיך פשוט קוקן אין שפיגל בעפאר מ'מאכט חוזק פון אנדערע...
חכם (עתיק) המידות: די וועלכע גייען מיט לאנגע, געקרייזלטע האר און בערד וואס דארפן זיך קוקן אין שפיגל גייען מיט די "מאדנע" האר וועגן א לאנגיעריגע טראדיציע וועלכע איז א טייל פון זייער שטרענגע דיסציפלין. און דאס שטערט זיי צומאל אפילו פון שטייגן אויפ'ן לייטער ביזנעס און געלט און כבוד. דאך טוען זיי עס כד אנצוהאלטן א געשעצטע טראדיציע.

די (מערסטנס שווארצע) ספארטלער וועלכע לאזן זייערע האר און בארד וואקסן ווילד. און הענגען זיך אן מיט אלערליי אויעררינגלעך און נאז בענדער, טוען עס צו ווייזן אז זיי קענען טון וואס נאר זיי ווילן. אפילו ס'איז קעגן די אנגענימענע נארמעס פון אויפפיהרונג פאר די באפעלקערונג. און קיינער קען זיי נישט זאגן וואז צו טון. דאס איז אן ענין פון צולאזטקייט אויף די העכסטע מאס.
פארשפארט