זוכער האט געשריבן:Nanach האט געשריבן:זוכער האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:לאמיר עפעס קלאר מאכן פאר די וואס זענען אזוי 'זיכער' אין די DNA ראיה,
לאמיר זאגן אז אלעס איז שטיתים, דהיינו, נישטא קיין ג-ט, נישט געווען קיין מעמד הר סיני, נישט געווען קיין משה רבינו, אלעס איז הוילע בלאף, איי אונז האבן מקובל די אלע זאכן מדור דור?
זייער פשוט, ס'געווען גענוג צייטן וואס עס שטייט קלאר אז די אידן האבן נישט געהאלטן די תורה און 'לא ידעו את ה', ביז עס איז געקומען ר'.... וחזר ויסדום,
איז לאמיר נעמען פאר א משל, בזמן עזרא, ס'געווען א פאלק וואס האבן געוואונט אין ארץ ישראל (גארנישט רעליגיע רילעיטעט, נאר פינקט ווי די כינעזער אין כינע) און עס איז געקומען א פיינט אין זיי פארטריהן צו בבל, וכ' וכ'
ביז עס איז געקומען א גאר כריזמאטישע קולט פירער וואס האט געהייסן 'עזרא' און ער האט צאמגענומען 'כלל ישראל' און זיי צוריק געברעגט קיין א''י, און ער האט געהאלטן פייערדיגע רעדעס, אז מען דארף זיך 'צירוקערן' צו די 'אלטע' 'פארגעסענע' רעליגיע, וואס אונזערע אלע עלטער-זיידעס האבן געהאלטן, ער האט 'אנדעקט' אן אלטן ספר תורה, (וואס ער האט אגב אליין אויסגעטראכט אין אפגעשריבן) אין עס איז געווארן א אידישקייט מאוומענט, וכ' וכ' ער האט אויסגעטראכט א באבע מעשה פון א 'משה רבינו' 'מתן תורה' יציאת מצרים' בקיצור לא היה ולא נברה
ער האט אפילו געוויסט צו זאגן פון א תורה שבע''פ, אלעס אלעס האט ער אויסגעזויגן פון פינגער,
עזרא האט געזאגט אז ער איז א 'כהן' א אייניקל פון 'אהרן הכהן' (פיקטיווע קערוקטער) און ממילא האט ער מער רעכטן ווי גיין קודם אין די שורה כ', און מען דארף אים געבן תרומה וכ', וכ' אין שטייטצעך אויך פאר זיינע קינדער און אייניקלעך עד סוף כל הדורות
און אזוי ציט זיך שוין דורות א פאלשע רעליגיע, אויסגעטראכט, פינקט ווי איסלאם וכד' פאר טויזענטע יאר,
עד שבא א 'זיכערע איד' וואס גייט גאר 'אויפווייזן' אז משה אמת ותורתו אמת, מיט א ראיה פון DNA אז אלע כהנים היינט זענען פון איין משפחה,
עם איי מיסינג סאמטינג?
איך זאג נישט אז אידישקייט איז טאקע פאלש און אויסגעטראכט, איך זאג נאר אז די DNA ווייזט נישט גארנישט
עם איי מיסינג סאמטינג?
נישט סאמטינג. יו אר מיססינג עווריטינג.
די כהנים DNA גייט צוריק איבער 3000 יאר. הערסט גוט. ביז אהרן כהנא קדישא.
כהנים פון תימן וועלכע זענען דארט פון זמן בית ראשון - סאך פאר עזרא, האבן די זעלבע כהן DNA העפלא'ס ווי כהנים פון בוכארא אדער לאדזש.
דער עזרא אויב וועמען דו לייגסט אלעס האט נאך נישט געלעבט.
סאו ווער האט געהאלטן די משפחה אינאיינעם עד היום הזה.
פארוואס איז נישטא נאך איין גרופ פון פיפל וועלכע שערן איין DNA אין די גאנצע וועלט חוץ כהנים.
אויב דאס זאגט דיר נישט. אז ווייל דו ביסט א פאנאטישער גלויביגער אין דארווין.
לאמיר טוישן די נוסח
עס איז געווען א קליינע פאלק וואס האט געלעבט אזוי ווי רוב פעלקער אין יענע געגנט, מיט אמונות, מסורות, אמשפחה פון כוהנים פאר זיעער גאט/געטער, מנהגים וכדומה.
צוליב וואס זיי זענען געווען א קליין פאלק זענען זיי געווען אונטער א שטארקע אינפלאענס פון די ארימיגע עמפיריעס און געסטראגעלט צו אנהאלטן זייער אידענטיטי, און אסאך מאל האבן זיי טאקע עדאפטעט מנהגים און געטער וכו’ פון די שכנים.
ביז בבל האט זיי פארטריבן אבער רעספעקטעט זייער חכמה (ואאס איז געקומען טאקע פון זיין א מולטי קולטור, אזוי ווי שפאניע פאר 1000-500 יאר צוריק) אבער די פירער פון די פאלק האבן געזוכט צו פארפעסטיגען די אידינטיטעט.
ווען פרס האט איבערגענומען האט עזרא הסופר א כהן פון די משפחת הכהנים (זיין משפחה איז געווען כהן ביי די גאט/געטער וואס מען האט דעמאלטס געדינט, משך די לעצטע 1000 יאר) באפעסטיגט די אידענטיטי דורך אריין לייגן אין א קריקולעם די אלע לעגנדעס אין מסורות וואס האבן זיך געדרייט ביי אלע שבטים פון די פאלק, אנגעהויבן פון די ספר דברים פון יהושיהו ביז די ספר מלכים און איוב און שיר השירים. ארויף געלייגט קהלת אויף שלמה תהלים אויף דוד, און געמאכט א קריקולעם וואס וועט באפעסטיגן די אידענטיטי.
משך די קומענדיגע 420 (600+) יאר האט עס עוואלווד ביז עס איז געקומען א פרישע קריזיס האט מען אוועק געשטעלט תורה של בעל פה ווען די רוימער האבן אנגענומען קריסטום (א בעוועגונג ביי אידן) האט מען געווען אין א פרישע קריזיס און מען האט געדארפט מאכן א פרישע טיילונג/אידענטיטי באפעסטעגונג אין מען האט חותם געווען תורה של בעל פה וכו’
די אידן פון תימן האבן עס טאקע נישט געהאט אזוי שטארק ביז די רמב”ם האט זיי אפדעיטעט.
איך האב א שטארקע נגיעה יא צו זאגן אז תורה מסיני, און איך זיך שוין לאנג איינער זאל מיר עס אפפרעגן איך זאל ווייטער קענען גלייבן מיט אמונה פשוטה.
קוקדא פון מיינע ערשטע תגובות למעשה בין איך נישט ארויס מיט א געהעריגע תירוץ וואס זאל עס אפפרעגן
עזרא הסופר'ס עפאכע איז פיל שפעטער פון די תקופה וואס די כהן DNA ציט זיך.
ממילא לתועלת פון די דיסקוסיע ביטע נעם ארויס דעם נאמען עזרא. למען הפונקטליכקייט ביטע רוף עס אהרן אדער משה.
ניין קוק וואס איך האב היילייטעט