זוכער האט געשריבן:דאס איז מיין פאינט.
1) קיינער האט נישט געקענט קומען באקן א מעשה אז ענקערע פיס זענען געשטאנען אויפן בארג סיני.
אויב ס׳איז נישט אמת - פליט עס נישט.
סאו דיין האוקס איבער תולע בן פואה איז DOA.
2) די טעאריע איבער ביקורת המקרא איז דיבאנקד.
3) די די.ען.עי. וואס פראווד טאטע-זון ריינע שלשלת ביז אהרן כהנא קדישא איז פראווען.
און גייט ווייטער יעדעס יאר מיט מער פרוף.
4) נישטא נאך איין קלאס מענטשן אין די גאנצע וועלט וועלכע האבן גענעטישע עווידענס, ווי כלל ישראל.
וזה תפארתינו.
1. פארוואס? ווייל אזוי זאגסטו? די ווייסט אז אידישקייט איז אפילו נישט אויף די ליסטע פון די צען גרעסטע רעליגיעס? און זיי אלע האט מען געקענט איינרעדן? נאר די האסט דעם אמת? מען רעדט פון מענטשן פון טויזנטע יארן צירוק, בכלל נישט קיין אינטערגעציפטע חכמים, גאר צירוקגעשטאנענע פויערן, מען האט יעדעם געקענט פארקויפן וואס מען האט געוואלט, אינקלודינג, אז ענק האבן אפגעלאזט א רעליגיע וואס ענקערע זיידעס האבן מקבל געווען ביי בארג סיני, און מען דארף עס יעצט באנייען
2. איך ווייס נישט ווי ביקורת המקרא קומט דא אריין, אבער אויב רעדסטו פון שופטים פרק ב', שטייט דארטן קלאר אז די אידן האבן אפגעלאזט די תורה און מצות
3.די קומסט אייביג ווייטער צירוק צו די זעלבע זאך, וויאזוי ווייסט מען אז עס איז 'אהרן' וואס יעדער גייט ארויף ביז אים? האט מען גענימען א שטיקל גוף פון אהרן און עס געמעטשט צו די DNA פון אלע כהנים? סך הכל באשטעטיגט עס דאס וואס יעדער איז מודה צו דעם, גלויביגע און אפיקורסים ציגלייך, אז די כהנים (נישט אלע, ווייל טייל שטאמען פון עבדים כנענים, כמבואר בגמרא) שטאמען פון איין מענטש, אבער ווער דער איינער איז, דאס איז שוין אפ פאר דיבעיט, און ווען די לייגסט צו די 'כהנא קדישא' טיטל צו אהרן'ס נאמען, מאכט עס נישט מער א ראיה אז ער איז פון ווי די אלע כהנים שטאמען, קען פינקט אזוי זיין אז זיי שטאמען פונעם ארגינעלן קולט פירער אדער זיין נאנטן חבר, וואס האט ערפינדן די רעליגיע פון אידישקייט, און אהרן כהנא קדישא, איז בלויז אן אויסגעטראכטער קוראקטור דורך דעם פירער,
קען אפילו זיין אז די טיטל 'כהנא קדישא' האט ער אויך אליין אויסגעטראכט, אדער קען גאר זיין אז דאס האבן זיינע נאכפאלגערס צוגעלייגט, מען דארף פרעגן די היסטאריקער
4. איז סתם אבי געשאסן