[justify]אין ארץ ישראל איז שוין ברייט באקאנט איבער דעם פערזענליכקייט, און יעצט וועט ער בארימט ווערן איבער די גאנצע וועלט. די געשיכטע פון סיימון לבייב, דער בני ברק׳ער אויסוואורף וואס האט זיך קונה שם געווען אלס דער ישראל׳ישער שווינדלער מיטן ה״א הידוע, וועט אצינד ארויסגעלייגט ווערן אויף נעטפליקס כדי אז אלע איבער די וועלט זאלן קענען זען די אינטערסאנטע, מאדנע, און גאר איראנישע געשיכטע.
סיימון לבייב איז געבוירן געווארן צו א רב אין בני ברק, מען האט אים ביי זיין ברית געגעבן דעם נאמען ׳שמעון חיות׳ אבער ער האט עס נישט ליב געהאט. ווען ער איז געווען א יוגנטליכער האט ער פורק עול געווען און באשלאסן אז ער וועט גיין מאכן א לעבן און הוליען אויף א לוקסריעזן שטייגער. אבער כדי אויסצופירן זיינע פלענער האט ער געמוזט צוקומען צום שווינדלען.
דעריבער האט ער זיך געפרייט ווען ער האט אנטפלעקט ׳טינדער׳. א דעיטינג אפליקאציע וועלכע האט אים שטארק ארויסגעהאלפן אין זיין לעבן. ער פלעגט זיך דארטן פארליבן מיט פרויען, זיי ברענגען צו זיך, און דאן פלעגט ער זיי באראבעווען פון זייערע סעיווינגס און זיי ווארפן צו די הינט. ער פלעגט ארויסלייגן אויף זיין סאושעל מידיא א גאר רייכער לעבנסשטייגער וואס ער האט געפירט. פריוואטע דזשעטס און ריזיגע ווילא׳ס, אלעס אונטערן נאמען פון סיימון לבייב. ער האט איינגערעדט די פרויען אז ער איז א זון פון א גרויסער דיאמאנט האנדלער, און ווען זיי האבן געזוכט אויף גוגל האבן זיי צום ערשט געטראפן לוי לבייב. דאס האט זיי פארשטייט זיך געמאכט גלויבן דעם יונג און זיינע רייד, און זיי זענען אלע נאנט געווארן מיט אים און געגלייבט אז ער פארפיגט אויף ריזיגע בנינים.
ער זעט אויס גאר האנדזאם און ער צייגט רייכטום מיט יעדן רוק וואס ער גיבט זיך. דער אמת איז אבער אז ער לעבט פון אויסליידן די סעיוויניגס פון זיינע קרבנות. זיין מיטל איז פשוט, ער מאכט א פרוי זיך פארליבן אין אים, ער וועקט זיי אויף אינמיטן נאכט נאך עטליכע חודשים פון צונויפלעבן, און ער שרעקט זיי אן אז ער שטייט אויס דראונגען פאר זיין לעבן. זיי געבן אים זייער גאנצע געלט, און דאן שיקט ער זיי ווייט אוועק פון וואו די אידן האבן גערוהט.
פאר די פאמיליע פון לוי לבייב האט דאס זעלבסטפארשטענדליך נישט געשמעקט און זיי האבן אנגעהויבן אים באשמיצן ווי אימער פרובירנדיג זיך צו אפשאקלען פון דעם אנשיקעניש. זיי האבן אפילו פרובירט צו נעמען לעגאלע שריט, אבער שמעון חיות/סיימון לבייב איז א וואונדערליכער שקרן, און ער האט זיך פון אלעם ארויסגעדרייט. ״זינט ווען טאר איך זיך נישט רופן לבייב?״ האט ער געפרעגט ״איך האב קיינעם נישט געזאגט אז לוי איז מיין פאטער״ האט ער געזאגט - דעם אמת פאר א טויש. ער איז א פאכמאנישער ליגנער און מען קען זיך מיט אים נישט אויסרעכענען, אבער נאכדעם וואס ער האט אנגעזעצט עטליכע רייכע און גרויסע פירמעס אין אייראפע, מיט פריוואטע פליגערס און יאכטס, האט זיך זיין קריסטאלענע געשטאלט אנגעהויבן שפאלטן. ער איז אויסגעשטאנען ריזיגע לאו-סוט׳ס אין אייראפע, און ער איז געזיצן אין טורמע אין גריכלאנד. אבער ער איז נאכאלס קלוגער ווי זיינע יעגער.
ווען די איזראעילי מידיא איז געקומען מאכן אן אינטערוויו מיט אים, האט ער געוואוינט אין תל אביב אין א ריזיגע פענטהאוז אינאיינעם מיט א יענצל. ווען זיי זענען אריינגעקומען האבן זיי געפונען הענגען אויף די וואנט פילע בילדער פון אים מיטן יענצל, און עס האט באמת אויסגעזען ווי ער וואוינט דארט, און אזוי האט ער זיי טאקע דערציילט, אבער א קורצע גוגל סיורטש האט זיי געוויזן אז דער אדרעס איז אן עיר בי ענד בי, און ווען זיי האבן גערופן דעם אייגנטומער האט ער געוואוסט צו זאגן אז לבייב האט עס געדינגען אויף צוויי טעג. דאס איז נאר צו ווייזן וואס פארא שווינדלער ער איז, אז אלסדינג וואס ער שטעקט אריין די פינגער דערין ווערט שקר.
זיי האבן אים אויך געפרעגט איבער די נעטפליקס דאקומענטאר וואס וועט ערשיינען איבער אים, און ער האט געזאגט אז ער ארבעט אינאיינעם מיט נעטפליקס דערויף, אבער אצינד שטעלט זיך ארויס אז נעטפליקס האט מיט אים גארנישט. פארקערט, עס קומט א מעכטיגע אויפדעקונג וואס וועט לכאורה ברענגען זיין סוף ביזן קומענדיגן שווינדל. אצינד איז ערשינען די טרעילער פארן נעטפליקס דאקומענטאר איבער אים.
קוקט און האט הנאה.[/justify]
דער טינדער שווינדלער - שמעון חיות/סיימון לבייב
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
לא ייאמן וויפיל נידריקייט גייט אריין אין איין באשעפעניש.
https://www.youtube.com/watch?v=FryWKNU ... 95%D7%AA13
https://www.youtube.com/watch?v=FryWKNU ... 95%D7%AA13
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 428
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 998 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל