זוכער האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:זיכער:
היטלער ווייס איך פאר א פאקט אז עס איז געווען רוב פרייע, אבער פאר דעם איז אויך געווען פרייע, און מען האט געהארגעט פרייע פינקט ווי פרימע, סאו, ווי גרויס די 'גלויבן' וואלט היינט געווען, און אז עזס וואלט געווען די גרעסטע, זענען דיינע אייגענע מסקנות, אהן קיין פרוף
איך האב נישט געזאגט אז איינער איז צוגעקומען צום עולם און געזאגט 'העלא גולמים' 'ענק' זענען אלע געווען ביים בארג סיני, איי די געדענקסט נישט? האסט פשוט פארגעסן..., ניין נישט דאס האב איך געזאגט
כ'האב געזאגט אז די כריזמאטישע פירער האט געזאגט פארן עולם, אז ענקערע 'עלטער זיידעס' זענען געווען דארט און מקבל געווען די תורה, און עס איז מיט די יארן נזנח און פארגעסן געווארן, און 'איך' בין פשוט געקומען עס צו 'מחדש זיין'
סרו מהר מן הדרך, שטייט קלאר וואס עס מיינט, אז זיי האבן אזוי ווי מען ריפט עס היינט, געגאנגען אף דע די, זיי האבן געטון אן עבירה,
וואס האט דאס אבער אהער,
און שופטים שטייט, (בערך אזוי כ'האב נישט די לשון דא פאר מיר) 'דור אשר ''לא ידע'' את השם'
טשולדיגט:
סרו מהר מן הדרך: מיינט אפגעפארן פון וועג! ליטערללי מיינט עס געווארן גוים - אויס כלל ישראל!
פרעג איך יעצט: מיינט דאס לויט דיר, אז כלל ישראל איז געווארן אויס גלייך נאך מתן תורה?
יא אדער ניין?
אויב ניין, פארוואס איז דא אנדערש ווי אין שופטים?
(מוזט נישט ענטפערן)
אקעי, איך זע אז די אנדערע זאכן האסטו שוין נישט וואס צו ענפערן, גייסטו יעצט מדייק זיין אין פסוקים,
איז לאמיר דיר קודם ענטפערן אויף וואס די פרעגסט,
סרו מן הדרך, איז טייטש ''זיי האבן גענויגט פונעם דרך'' און ווי די פסוק איז זיך מסביר א רגע שפעטער, אז עס מיינט אז זיי האבן געמאכט אן עגל
און שופטים שטייט, אשר לא 'ידעו' את השם, טייטש, זיי האבן 'נישט געוויסט פונעם באשעפער',
אדרבה, פרעג נאר דיין פיר יעריגן אינגל פשט
איך זע נישט ווי דיין בלאקעדז איז צו פארשטיין די חילוק, עס זעט מיר אויס ווי די האסט נאכאלץ נישט נאכגעקוקט אין די פסוקים
צו די 'אידישקייט איז די גרעסטע רעליגיע' טענה, וויל איך צולייגן, אז פינקט ווי מען פלעגט הרגענען אידן, מיזטו אויך פארשטיין אז דוראויס די יארן, זענען פארגעקומען צענדליגע צו גאר הונדרעטער מלחמות, ווי מליאנען פון גוים זענען גע'הרג'ט געווארן, טאקע ביי די וועלט מלחמות, זענען צענדליגע מליאנען גוים פארטיליגט געווארן, (איך ווייס טאקע נישט די פראצענטן פון די רעליגיעזע, אבער אמאל זענען גוים עפ''ר געווען רעליגיעז)
גיי אפילו צירוק צו די קרייציגלער, עס איז דעמאלטס גע'הרג'ט געווארן מער גלויביגע גוים ווי אידן,
אבער נישט די אלע זאכן איז די נקודה דא, די פארפעלסט צו פארשטיין עפעס וויכטיג דא
די ביסט דא אין א מ'כלומר'שטע דעבאטע מיט אזוי געריפענע דארוואניסן, און די מוזט פאר יעדן פרייז זיגן די כופרים דא, און ממילא קענסטו נישט טראכטן גראד, און מען זעט קלאר אז די רעדסט מיט נגיעות, און די ביסט נישט דא צו ארויסקומען מיט די אמת, די זיכסט נאר צו דעפענדן דיין שוין פון פריער אפגעמאכטע מסקנה, זאל זיין וואס זאל זיין
וואס די פארשטייסט נישט איז, אז איך בין א גלויביגע איד פינקט ווי דיר, די חילוק איז אז איך זיך מיך נישט צו נאר'ן, איך זעה וואס איז דא אויפן טיש, אין איך גיי מיט דעם,
די שרייבסט אויבן אז אונז האבן א רעליגיע און די נארישע טעאריעס וואס אונז ברענגען ארויף,
איז לאמיר דיר מסביר זיין,
כדי צו זיין 'זוכער' אין עפעס, דארף מען שפילן דעוולס עדוויקעט, און ארויפברענגען פארקערטע סברות, און זען אויב מען קען עס אפווענדן, (ווי מי אני האט שוין אויבן געברענגט) און אויב קענסטו עס נישט געהעריג אפווענדן, דאן איז דיין 'שיטה' נישט אזוי פעלזן פעסט, און אפילו די אלטערנאטיווע מהלך לייגט זיך 'אסאך' וויניגער אויפן שכל ווי 'דיין מהלך', דאן ביסטו נאכאלץ נישט 'זוכער' אז דיין מהלך איז ריכטיג, סך הכל ביסטו 90% זוכער מיט זיך, נו דאס ווייס איך אויך, און אזוי ווי איך האב קלאר געשריבן במקום אחר אז איך בין בערך ביי דעם נומער,
אבער ווען די שרייסט 'פערדן' און 'אקסן' ווערט נישט די 90% מעדזיקלי 100%, עס גייט נישט אזוי,
איך בין נישט קיין פערד פארן ארויפברענגען אן אלטערנאטיוון וועג פון 'אונזער' אמונה, אפילו עס לייגט זיך נישט אזוי שטארק אויפן שכל, ווייל ווילאנג עס איז דא א אנדערע 'מעגליכע' מהלך, ביסטו נישט 100% זוכער מיט זיך