בנוגע דעם געדאנק אז מענטשן טוישן זייערע דעות ברבות הימים און ווי זיי ווערן עלטער, האב איך געהאט א שמועס מיט מיין זוהן דעם פרייטאג-צו-נאכט אויפ׳ן וועג אהיים פון שוהל און ביים סעודה נאכדעם, וואס האט אָנגערירט דערויף. די שאלה איז געווען ״
ווי אזוי דעפינירט מען א ״ריכטיגע״ רעליגיעזע איד?״
איך האב פאזיטירט אז דאס איז איינער וואס איז מקושר צום טראדיציע בפּרעקסיס דורך א קאָמיטמענט צו שמירת הלכה. אבער דאס פעהלט לכאורה אויך אויס מיטצוקומען מיט דעם אז אט די שמירת הלכה האט א ספּיריטואלע מיִניִנג צו אים - עס באדייט עפעס פאר אים אויף עפעס א לעוועל. אנדערש איז ער דאך אַן אָטאַמעטאָן און דאן קען מען טענה׳ן אז נישט דאס איז ״וואס מ׳מיינט דערמיט״.
מיין זוהן האט גע׳טענה׳ט אז עס פעהלט אויך אויס אז דער מענטש זאל אויך האבן א ריכטיגע טעאלאגישע פארשטאנד און באזיס פאר זיינע גלויבונגען וואס גייען ליגן אונטער זיינע מעשים ובדעותיו.
אויף דעם האב איך אבער געזאגט אז עסוּמיִנג אז דעם מענטש׳נס דעות בדאָגמא זענען מער-ווייניגער אין איינקלאנג מיט דאס וואס די רעליגיע האט אפגעמאכט זענען ריכטיג פון א דאגזאסטישן שטאנדפונקט, דאן איז דאס אז זיינע גלויבונגען בזה זענען פון א טעאלאגישן מבט קרוּד, קינדעריש, אדער אפילו אומריכטיג נישט נוגע. והא ראיה, אז אין 20 יאר ארום וועל איך (ווי אויך רוב רובם מענטשן) גאנץ מעגליך אָנקוקן מיינע יעצטיגע דעות אין דעם ווי אומערפארן און מיט נישט גענוג ניוּאַנס. באדייט דאס דען אז יעצט בין איך, מיט מיינע דעות וואס באזירן און זענען מקושר מיט מיינע רעליגיעזע מעשים, נישט א ״
ריכטיגע״ רעליגיעזע איד? דאס איז לכאורה אַן אבּסורד קאַנקלושאָן.
אויף דעם האט ער געקאַוּנטערט אז עס האט א דיסקריִט טרעשהאָלד: איינמאל מ׳איז צוגעקומען צו א בּעיסיק מער-ווייניגערע ריכטיגע הכרה שכלית דערין, דאן איז דאס וואס ס׳ווערט מער ראפינירט ווי עלטער מ׳ווערט נישט קיין עיכוב צו די הכרה וואס מ׳האט שוין ערייכט. משא״כ ווען מען האלט פאר דעם אינגאנצן. האב איך אים אבער צוריק גע׳טענה׳ט אז די טרעשהאָלד, אלס באשטימט, קען מען לכאורה צומערסטענסט נאר לייגן ביי די סארט עיקרים וואס זענען אָנגענומען אלס בינדענד. איינמאל דאס איז מער-ווייניגער מסודר און געגרייכט איז דאך לכאורה אין
אט דאס דאס וואס ווערט ברבות הימים ווי א מענטש ווערט מער באזעסן אלס מער ראפינירט. און לכאורה קען מען זאגן אז רוב רעליגיעזע אידן זענען (מער-ווייניגער) אריבער אט דעם טרעשהאָלד.
ועיין באשכול זו.
איך פארשטיי אז דאס אלעס האט קלאנגן פונעם באקאנטן No True Scotsman פאָלאָסיִ.אויף צומארגענס בייטאג האב איך געהאט א שמועס פאר׳ן דאווענען מיט א חבר, וואס האט ווידער אָנגערירט אויף דעם. ער האט געזאגט אז הגם עס איז מעגליך דא עפעס אמת אין וואס גייגער האט
גע׳טענה׳ט אז די פרושים זענען געווען די ״רעפארמער״ בימיהם, איז אבער זייער ״רעפארם״ צוגעגאנגען מיט׳ן עמענדן און דרש׳ענען פונעם אָנגענומענעם טעקסט אליין - זיי האבן דאס נישט ארויסגעווארפן מכל וכל. משא״כ גייגער וסייעתו. דאס איז ווייל צו דעפינירן ״איד״ מוז דאס צוגיין מיט א רעווערענס פאר די הייליגע טעקסטן, ובפרט
די פונדאמענטאלע טעקסט, דערין אלס אָטאָריטעטיוו בפועל ובמעשה.
איך האב געזאגט אז דאס כמובן נעמט אָן אזוי ווי דער
רס״ג (האמונות והדעות מאמר ג ספ״ז) אז ״אין אומתינו אומה אלא בתורותיה״. אויף דעם אליין איז אבער שייך צו טענה׳ן אז די הגדרה פון ״אומה״, און באלאנגען צו א סארט גרופע, כהיום איז ל״ד מיט דעם אז מ׳טוהט עפעס במעשה ממש. ער איז דאך מודה אז ער איז אַן ״אמעריקאנער״ בפועל מיט דעם אז ״ער איז דא״ און מיט דעם אז ער שפירט א ״לאנדסמאנשאפט״ מיט די מדינה המלכות ויושביה. ואפשר לטעון דה״ה און ענליך כהיום לגבי אומה הישראלית/היהודי.
דאס פירט אריין דערצו אז עס איז אפשר להתריס ולטעון אז דערפאר בימי הפרושים איז נישט געווען שייך צו ״רעפארמירן״ אָנע זיין עדיין אדוק להטעקסט אלס אָטאָריטעטיוו באופן מה; דאס גאנצע צייטגייסט וכו׳ אין יענע עפאכע איז נאר געווען במעשה פי כמה ווי איידער עפעס בדעת. משא״כ כהיום (אָנגעהויבן פון בערך 200 יאר צוריק צי ווען), וואו הגם מ׳האט נאך א רעווערענס דערצו אלס למעשה פאַוּנדעישאנעל צום קולטור ואומה, איז די נחיצות זיך צו האלטן דערצו צום טעקסט במעשה אלס אָטאָריטעטיוו אָנצוהאלטן די זהות הלאומי נישט אזוי שטארק לגבי רעפארמירן. אין אנדערע ווערטער, מ׳קען פארשטיין און דערהערן א טענה אז כהיום ווענדט זיך נישט די דעפיניציע והגדרה פון ״איד״ דייקא אין דעם אז מ׳איז רעליגיעז, גלויביג, און/אדער שותומ״צ.
צוצוענדיגן, הגם בעצם פון א סאָבּיעקטיוון מבט בין איך טאקע מסכים מיט אים, זייענדיג איך אליינס אויך למעשה א חרדי׳שער איד און א שותומ״צ, בין איך אבער נישט זיכער אז פון אַן אָבּיעקטיוון שטאנדפונקט איז ער טאקע גערעכט.
(ועיין כאן.)