נולד מאוחר האט געשריבן:קלוג און יונג האט געשריבן:וןאס טוט זיך אויב איך וויל בעטן אויף אריכות ימים טאקע פונקט דעמאלט. פונקט ווען די בעל תפילה זאגט איה. דער אייבישטער זאגט נא, נישט יעצט פליז. יעצט קען מען נאר סעלעקטען איינס פון די דריי אפשענס. אריכות ימים איז קארענטלי אנעוועילעבעל!
ס'מאכט נישט קיין טראפ סענס.
מ'געט א שמיר ארויף די ווארט סגולה, און אלעס גייט.
ס'איז קעגן די יסוד פון וואס תפילה באדייט, פאר די וואס קענען די סאבדזשעקט.
א מין טענה אפשר פראוועסטו מארגן יום כופר?
דו פארשטייסט נישט אז ס'דא זמנים וואז זענען מסוגל?
ניין איך פארשטיי נישט.
קודם נניח אז ס'דא זמנים וואס זענען מער אדער ווייניגער מסוגל צו תפלה בכלל, מיינט נישט אז ס'מאכט סענס ס'זאל זיין א זמן ווען ס'איז מסוגל פאר א געוויסע צאל ענינים צו בעטן. אויב וויל מען אריינשטופן דע זאך וואס דו רופסט "ס'דא זמנים וואס זענען מסוגל" אין די הבנה פון סיי וועלכע קאנסעפט פון תפלה, וועט עס ארבעטן אויף בערך אזא וועג. ס'דא זמנים וואס דער מענטש איז מער מסוגל גוט צו בעטן, אדער גוט צו נאנט ווערן מיט דעם פון וועם ער בעט.
אבער אפילו די הנחה בין איך נישט קאנווינסד איז אמת. אין מיין אויגן איז די גאנצע יום כיפור מחזור א ריעקשאנערי קריעשאן.
דער אייבערשטער האט געזאגט 'כי ביום הזה יכפר עליכם', במילא ועניתם את נפשותיכם צו חרטה האבען אויף די זינד, פארשטיי מיר דאך אליין אז מקען אויסבעטן א זיס יאר. פארוואס?
(נישט די גאנצע מחזור, אבער די האלבע יא)
אויב פרעגסטו צו איך פארשטיי בכלל אז ס'דא אזא זאך ווי סגולות, איך פארשטיי עס נישט, אבער כ'ווייס ס'איז דא. ווילאנג ס'טשעפעט נישט קיינעם, מהיכי תיתי. אבער ווען ס'איז מתלוצץ אויפן יסוד פון תפלה צו גאט, דעס איז מיין אישו.