זוכער האט געשריבן:כ׳ווייס נישט פון וועלכע קולט אדער קולט פירער איר רעדט.
ווער ס׳האט געוואלט הרט נישט געמוזט ארויס פון מצרים.
מ׳האט קיינעם נישט געצווינגען ארויסצוגיין לחירות אין מדבר אריין.
אויב האט ער יא באשלאסן ארויסצוגיין מיט אלע אידן, און נאכדעם איז ער דורך דעם ים ווי א מחותן, נאכדעם האט ער זיך אנגעשלאסן אינעם עם סגולה, נאכדעם האט ער געזאגט נעשה ונשמע - איז אווער. איז שוין נישטא קיין וועג צוריק.
אבער מיר געפינען נישט אז מ׳האט עמיצן געצווינגען ארויסצוגיין פון מצרים.
ביטע אנווייזן אויב ס׳שטייט אנדערש.
ממילא, קיין קולט איז בכלל נישטא.
אויש, די האסט נישט געכאפט קיין ווארט וואס איך האב געשריבן
איך האב גערעדט על צד אז עס איז קיין יציאת מצרים נישט פארגעקומען און אלעס אנדערש וואס די שרייבסט איז א פעירי טעיל פונעם 'קולט פירער' דער גרינדער פון אידישקייט,
פונקט ווי אלע אנדערע נארישע רעליגיעס האבן זיך אנגעהויבן (אגב די הונדו ריליגיע האט זיך נישט אנגעהויבן ביי איין מענטש)
דער כריזמאטישער קולט פירער וואס האט אנגעהויבן אידישקייט האט איינגערעדט די פאר אידעלעך (נישט קיין 600,000) אז עס איז דא א אידישקייט, און אז 'הונדרעטער יאר פריער' זענען ענקערע זיידעס וואס איז באשטאנען פון 600,000 אין צאל (אזוי האט ער ג'טענה'ט) געשטאנען ביים הר סיני וכ' וכ',
(אדער איז די פאקט אז עס איז געווען 600,000 וואס האבן דאס 'אליין געהערט פון ג-ט' ביים הר סיני' ציגעלייגט געווארן יארן שפעטער, נאך וואס די רעליגיע איז שוין געווען באפעסטיגט, בערך אזוי ווי הונדרעטער יאר נאכן הסתלקות פון רשב''י, האט מען 'געטראפן' די זוהר וואס מען האט ביז דאן נישט געהאט, און יעדער נעמט היינט אהן אז עס איז פון רשב''י
דאס וואס די שרייבסט אין אדם מוריש שקר לבניו, איז אינטערסאנט, ווייל איך האב מערערע מאל געהערט פון מיין 'טאטע' די מעשה פון ר' יונתן אייבשיץ, סאו, וועל דיר אויס, אדער קען מען איינרעדן מענטשן וואס מען וויל (על צד אז די מעשה איז אמת) אדער איז יא 'מוריש אדם שקר לבניו'(על צד אז די מעשה איז שקר)
אבער on a serious note איז טאקע א גראבע שקר נישט אדם מוריש לבניו, אבער א זאך וואס ער גלייבט אליין אביסל דערין, און בפרט אז מען צווינגט און מען סטראשעט, קען זייער גרינג ווערן א ליגנט איינגעגעסן, טאקע אויף אזעליכע אופנים גלייבן מילאנען גוים די אלע באבע מעשיות פון זייערע רעליגיעס, און מען האט עס מוריש געווען לבניהם
עס איז היינט דא גענוג טאטעס וואס ווייסן אז זייער אדמו''ר איז א שטרוי זאק, אבער פאר זייערע קינדער זענען זיי 'מוריש' אז ער איז גאר די 'צדיק הדור' וכהנה וכהנה