די דילעמא פונעם מאן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

די דילעמא פונעם מאן

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]ס'זאל זיך נישט מאכן, אבער עס מאכט זיך אפט. א מאן און א פרוי הייראטן, און אלגעמיין פון אנהייב לעבן זיי ווי צוויי ליבע פייגל. זיי לעבן אין אַוואַנטורע און אין טייכן גליק, אבער עטוואס שפעטער אין לעבן, קענען זיך אין פילע פעלער מאכן מיספארשטענדענישן צווישן זיי. א טייל מאל איז דאס בלויז קלייניגקייטן און א טייל מאל נישט. קיין איין פאל איז נישט גלייך צו די צווייטע – יעדער קראנקער באזונדער האט זיין אייגנארטיגער היילונג. אט האט זיך געמאכט אזא פאל: דער מאן איז געקומען צום אויספיר אז זיין ווייב פלאגט זיך מיט א גייסטישע קרענק און ער פארלאנגט אז זי זאל גיין פאר הילף.

אט איז די דילעמא:

אויב דאס ווייבל וועט גיין צו א מאן טעראפיסט, איז דא שטארקע מעגליכקייטן אז דער טעראפיסט וועט איר באלעסטיגן, אזוי ווי מ'הערט נאכאנד פון אומצאליגע פעלער. און אויב וועט זי גיין צו פרוי טעראפיסט, וועט די טעראפיסט קומען צום אויספיר אז די פראבלעם איז ווירקליך מיטן מאן, און וועט ראטן די פרוי אז דאס איינציגסטע לעזונג צו אירע פראבלעמען איז אז זי זאל איבערלאזן איר מאן, אזוי ווי מ'הערט נאכאנד פון אומצאליגע פעלער.

מאכט זיך דאס יונגערמאן דאס חשבון: כ'וועל ענדערש ווייטער ליידן, און ער פאנטאזירט אז די פראבלעמען וועלן מיט די צייט פארשווינדן ווערן. און ווי ווייט מיר ווייסן, ווערן פראבלעמען נישט געלעזט פון זיך אלייינס. אלזא? דאס באדייט א דער מאן גייט טאקע ליידן א גאנץ לעבן? וואס איז די אַלטערנאַטיווע?[/justify]
באניצער אוואטאר
שארפןקאפ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2020 2:21 am
האט שוין געלייקט: 281 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

שליחה דורך שארפןקאפ »

ער זאל אליין גיין צו טערעפי....

איך קען פערזענליך איינער וואס זיין ווייב ליידט ליידער פון אן ערנסטער חולי נפש, זי וועט אבער פארשטייט זיך נישט גיין ווייל זי שרייט דו ביסט קראנק, איז ער געגאנגען צו טערעפי, ווי זיי האבן אים געגעבן די געדאנקען און גיידענס ווי אזוי זיך צו אומגיין מיט איר, זינט דאן זיין ווייב קען קאנטראלירן און משוגע מאכן די גאנצע שטאט, חוץ איר מאן.....
yesiknow
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל

שליחה דורך yesiknow »

אפשר איז כדאי די טעראפיסטן זאלען זיין א מעיל ענד פימעיל וואס ארבעטען באנאזאם,

אויב די פרוי איז א חולי נפש דארף זי גיין צו א סעקייעטריסט און נעמען מעדס.
אסאך היינטיגע וועלן ליבערשט מאכן לאוו מיט די באשעפער ווי מיט זייערע לאווערס (מאן), זיי זענען זייער קאזי מיט גאט (לויט זייער בית רחל דרבינו יואל לערערין) און כאפן בכלל נישט וואס זייער תפקיד אין די באנד איז.

לויט זייער מח דארפען זיי מאכן זיכער די מאן איז ערליך און הייליג וד"ל, ועוד חזון למועד.
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פראפעסיאנאלע טעראפיסטן וועלן געווענליך נישט באלעסטיגן קיין פרויען, אסאך פון זיי האבן אפילו אינסטאלירט סורוועילענס ווידיאו אין זייער אפיס.

בכלל דארף מען אכט געבן אויף איסור יחוד אויב גייט א פרוי צו א מאן (אדער פארקערט). אזוי קומט מען נישט צו קיין פראבלעמען.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

די שאלה איז אויב מיט אן אוידיאו און ווידעא סוירוועילענס נעמט עס אוועק דעם איסור פון יחוד. אויך. ס'מוז נישט זיין ..."מנעול על גבי מנעול"...!

ס'איז נאר אינטרעסאנט וואס די היינטיגע גדולי הפוסקים האלטן וועגן האבן אן אוידיאו-וויזשועל סיסטעם אין גאנג. אויב ס'נעמט אוועק דעם איסור יחוד...!
באניצער אוואטאר
קבצו זקנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 12, 2022 12:12 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

שליחה דורך קבצו זקנים »

שארפןקאפ האט געשריבן:ער זאל אליין גיין צו טערעפי...


אזוי וועט דאס אויסזען...
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

קבצו זקנים האט געשריבן:ער זאל אליין גיין צו טערעפי....

אזוי וועט דאס אויסזען...

Omg
נחמד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 07, 2021 6:49 pm
האט שוין געלייקט: 134 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

שליחה דורך נחמד »

אפשר זאל ער איר שיקן צו א transgender טעראפיסט פאר א נייטראלע דיאגנאוז
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

שליחה דורך דערהויבענע איד »

נחמד האט געשריבן:אפשר זאל ער איר שיקן צו א transgender טעראפיסט פאר א נייטראלע דיאגנאוז


מיינסט א מאן וואס האלט זיך פאר א פרוי? אדער א פרוי וואס האלט זיך פאר א מאן?
yesiknow
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל

שליחה דורך yesiknow »

זייער אפט די פרויען וואס פירען זיך אויף ווי מענער זענען גאר די גורם פאר אסאך פון די שלום בית פראבלעמען, א מאנסביל דארף א פרוי (פעמינען) נישט א מאן אין א גוף פון א פרוי, וואס חוץ האבען א רחם זענען זיי מענער.
א מאן וויל זיין א משפיע אין א מאן בצורת אשה קען נישט מקבל זיין ודו"ק ותשכח
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 428
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך chosen people »

[justify]מיינע איין סענט... קודם דאס אז די מאן פארלאנגט אז זי זאל גיין פאר הילף, וועט נישט העלפן חוץ אויב די גאנצע זאך וואס זי דארף איז מעדעצין. ווייל אויב זי דארף עני טערעפי דארף דאס קומען מיט אייגענע פארשטאנד און מיט שטארקע רצון. וואס יא, געווענליך ווען איינער איז אינגאצן געזינט גייט די צווייטע גיין אליינס פאר הילף, חוץ אויב זי האט אן ערענסטע פירסענעלטי דיסארדער.
יעצט לגבי די דילעמע אליינס, א מאן טערעפיסט, אויב עס איז די מאן וואס זארגט זיך, מיינד יור ביזנעס, און ער זאל גיין פאר הילף וועט ער נישט דארפן ליידן א גאנץ לעבן. אויב די פרוי האט די חשד קען זי גיין צו איינער וואס האט א קאמערע (איך מיין לעגאל טאר עס נישט האבן קיין אודיאו נאר ווידעא). די טירן זענען אויכעט קיינמאל נישט צוגעשפארט. און לגבי א פרוי טערעפיסט, אויב זי טויגט גייט זי נישט אנקומען צו אזא מסקנא. איך ווינדער מיך ווי אזוי קען איינער טראכטן בכלל אז טערעפי קענען העלפן און ער וויל שיקען זיין ווייב ווען ער טראכט אז יעדער זשענדער נעמט זיך אָן פאר זיין אייגענע מין. און נישט נאר דאס מיט וואסערע רעכט וויל ער שיקן זיין ווייב צו א מאן טערעפיסט דער מאן גייט זיך אננעמען פאר איהם, און אפשר איז זי נישט וואס דארף גיין פאר הילף נאר די מאן.
איך מיין אויב דאס איז עכט געווען א דילעמע פון א מאן זאל ער גיין קודם פאר הילף.[/justify]
yesiknow
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל

שליחה דורך yesiknow »

די טשויזען,
עס קוקט מיר אויס ווי די ביסט פון די אנדערע זשענדער(צד שכנגד) אין עני עווענט, געווענדליך איינער וואס דארף הילף, וועט נישט אנערקענען אז ער דארף עס אין דעריבער נישט וועלען גיין פאר הילף ענד דיס איז פארט אף די פראבלעם. ויש ליישב בדוחק
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]אנטשולדיגט.
מיר האבן נישט געמיינט באלעסטיגן, באלעסטיגן! מיר האבן געמיינט וואס אביה דשמואל זאגט אין מסכת כתובות: שמא תחִלתה באונס וסופה ברצון... וד''ל.
נישט צו לאנג צוריק האט זיך אפגעשפילט א געשיכטע אין פלעטבוש: א ווייבל איז געגאנגן אויף טאראפי ביי א היימישן טעראפיסטקע אין פלעטבוש, און דאס ווייבל האט זיך גאר פארליבט אינעם מאן פונעם טעראפיסט. דער מאן האט איבערלאזט זיין פרוי די טעראפיסט, און חתונה געהאט צו דאס ווייבל, אפגעזען אז זי איז געווען פיל יונגער פון אים...

דער מוח שטעלט זיך אפ, פון הערן די אומגליקן וואס פאסירן ווען א פרוי גייט אויף טעראפי, סיי צו א מאן און סיי צו א פרוי...

די דילעמע איז גאר שטארק.[/justify]
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

ווען זי גייט נישט צו טעראפי האסטו זיכער פראבלעמען, ווען זי גייט יא האסטו איין אנעקדאט אז עפעס איז געשען, בריא ושמא בריא עדיף.
איך האלט אז סאך מער פראבלעמען קומען פון נישט גיין צי טעראפי, ווי פון יא גיין צי טעראפי.
רשכבהג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 211
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 10:09 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

שליחה דורך רשכבהג »

קודם זאל די מאן וואס רעדט זיך איין אז אלע מענער טערעפיסטן, אדער אסאך מענער טעראפיסטן באלעסטיגן פרויען, גיין צו טערעפי, ארויס צו האקן זיינע דמיונות פון קאפ.
פרימארגען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:25 pm
האט שוין געלייקט: 218 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך פרימארגען »

רשכבהג האט געשריבן:קודם זאל די מאן וואס רעדט זיך איין אז אלע מענער טערעפיסטן, אדער אסאך מענער טעראפיסטן באלעסטיגן פרויען, גיין צו טערעפי, ארויס צו האקן זיינע דמיונות פון קאפ.

די זעלבע פארן האלטען אז אלע פרויען טערעפיסטן וועלן האלטען אז די מאן איז די אישו
What is wrong with you guys?
ווער בין איך? איך בין ״ ווער בין איך״
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

שליחה דורך דערהויבענע איד »

איך האלט אז דו זאלסט גיין צו א מאן טערעפסיט.

די שאנסן אז ער וועט רוקן זאכן פאראויס זענען זייער גרויס, אנדערש ווי ביי א פרוי, און די שאנסן אז וועט איר צורירן איז קליין. און אז ער וועט איר רעיפן איז עס זיין געשעפט.
yesiknow
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל

שליחה דורך yesiknow »

Would anyone know a good therapist in wili for a BP (not borough park ) just Bi-polar lady, that couple is suffering


?for many many years Any leads
די מאן פראבירט צו זיין די בעסטע וואס איז שייך, אדער קען זיין אפשר איז דאס וואס די הייליגע באשעפער וויל פאר אהים, אויב ווייסטו פון א גיטע טערעפיסט מאן אדער פרוי (אפילו א טרענס) וואס קען העלפען מיט האשעמס הילף ביטע קים אריין קלאר. איך האף דער פותח האשכול איז מסכים, נאך אלעם איז דאס "די דילעמא פון די מאן" והשם -הטוב- בעיניו יעשה, טענקיו!
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
מיינונגזאגער

שליחה דורך מיינונגזאגער »

מיין פיפט סענס אויף די נושא מיינט א מיינונג פון מיינונג זאגער, איז כדאי צוצולייגן אן אויער (מח) און דערהערן א מיינונג וואס אולי וועט עס אייך צוגעבן עטוואס א ליכט אין די ריכטיגע פרעספעקטיוו וויאזוי זיך אומצוגיין אין די דילעמע דיינער.

בעפאר מיר גייען אנהייבן מיט די גאר ווירקליכע דיבורים היוצאים מן הלב וויל איך בעטן פון די חשוב'ע חברים השטיבל, טראגט נישט אוועק די נושא צו קאלעמע זא, האלט אייך צו די נושא רעאגירנדיג צו די תגובה.

אני מבשרי אחזה.

איך בין שוין חתונה געהאט א וויילע (איך האב שוין דערמאנט מיט גאר קורצע ווערטער אין א תגובה ערגעץ ווי אין שטיבל, איך ווייס נאר נישט וויאזוי צו ציטירן מיט א לינק דערצו) איך האב כסדר קאמפלעינט (און איך קאמפלעין נאך אלץ) אויף מיין חשוב'ע עקרת הבית אויף געוויסע זאכן וואס מאכט מיין לעבן מיזרעבל, די תוצאה דערפון איז אז כסדר בין איך אינדערהיים אין א שלעכטער גיסטע.
לאמיר נישט דזשאמפען די גאן, לאמיר גיין לאט לאט.

אני כשלעצמי בין זייער א לייכטער מענטש זיך אויסצוקומען (אדרבה פרעגט די וואס ווייסן) אבער ווען עס קומט אינדערהיים בין איך 70% א חיה רעה, איך רעד צו מיין אשת חבר מיט זלזול און נידעטרעכטיגקייט. זייער אסאך מאל קען איך זיך צושרייען אויף איר על לא עוון בכפה, מיט אזאנע באנומענע קולות אז די דאך קומט אראפ, זי ווייסט נישט, און קען בכלל נישט וויסן על מה חרי האף הזה.

איך וועל נישט זאגן, איך האב אסאך זייטיגע פרעשור, איך בין א ב''ה א אינגערמאן וואס איז א בעה''ב פון א גרעסערע ווי עווערעדזש ביזנעס, 50 אימפלויס פלאס (אביסל איבערגעטריבן, כדי שלא להכיר המדבר. אבער נישט צו ווייט פון דעם), און פארשטייט זיך אז די פעיראלל א יעדע איינציגע וואך קומט נישט אן לייכט אלעמאל, עס קען גורם זיין א שטארקער אפטיק אין די קולות, און איז זייער שטארק מוסיף צו די פרעשור. אבער עס איז נאך דא גרעסערע ביזנעס לייט ווי אני הק' מיט אסאך גרעסערע אונטערנעמונגען, און סטראגלען אויך צו דעקן זייער פעיראלל פון צייט צו צייט, און מען שפירט נישט אין שטוב בכלל די לחץ.

אבער וויסן זאלט איר, די קולות האט נישט קיין שום שייכות מיט די פעיראלל פרעשור אדער עניטינג צו טוהן מיט די ביזנעס. עס איז נאר אז ווען די פיין וואס איז דא אין שטוב וועקט זיך אויף, קלאפט אלעס ארויס מיט א זעלטענע ווילדקייט.

והנה צום פוינט.
איך האב חתונה געהאט מיט די בעסטע מיידל פון שטאט, פארשטייט זיך ווייל איך האב געשפילט בעסטע בחור. אבער איך האב שוין חתונה געהאט מיט אפענע אויגן וויסענדיג אז נאך די חתונה גייט זיך עס אנהייבן, איך האב ארויסגעקוקט בכליון עינים אויף די ערווארטעטע, אבער אזוי ווי איך האב דאך באקומען די בעסטע מיידל וואס ווייסט נישט פון קיין וועלט צו זאגן האט זיך די פראבלעמען אן געהויבן ראלן איינער אונטער די אנדערע.

די ערשטע נאכט דארף איך ענק בכלל נישט מסביר זיין. די קדושה צערעמאניע וואס איז פארגעקומען ווען בכיות און תפילות פאר ערליכע דורות האבן געפלאסן מיט דמעות שליש. איך האב בכלל נישט משיג געווען וואס דא קומט פאר אבער עס איז דאך פארט דא א צוריקגעצויגענקייט און מען רעדט נישט קיין איבעריגע דיבורים פאר די געהויבענע מאמענטן, א חתן ביום חופתו איז דאך שוין פון חז''ל דא א פטור נישט צו טראכטן פון קיין שום אנדערע זאך, עד כדי כך אז אפי' ק''ש מדאורייתא איז מען פטור צו ליינען ווייל מען קען זיך דאך נישט מצמצם זיין. אין קורצן (אן פרטים ווייל דאס איז אויך אן עקסטערע ארטיקל צו שמייכלען און צו לאכן בלשון סגי נהור), די זאך איז געענדיגט, מען גייט שלאפן שוין כמעט ליכטיג. אלע הלכות מסודר על מקומו. און עס ווערט שוין סו''ז ק''ש און והנה. יענקל, הער איך אין מיין חלום, שוין סוזק''ש, עס איז צען נאך 8! איך שפרינג אויף נישט וויסענדיג אויף וועלכער וועלט איך בין, א פרישער ווייסער שלאף קאפל, נייע נאכטהעמד (וואס איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געטראגן), נעגל וואסער (מאן דכר שמיה, איך דענק נישט ביי מיר אינדערהיים טוהן אזא זאך די לעצטע פאר יאר), אבער מען טאר נישט דיסעפוינטען... "מודה אני לפניך וכו'.... סלה. דריי די רעכטע האנט דריי די לינקע האנט (אזוי טוהט מען, איך מיין אזוי) און א שפרינג ארויס פון בעט מיט זריזות.

נא א שומר, מען דאך לויפן אין שוהל אריין, א יעדער שלאפט נאך, א חתן א ערנסטער שטייט אויף פרי נישט קיין חילוק ווען מען לייגט זיך. מיין קליינער שוואגערל דארף מיך קומען אפנעמען צו בית-מדרש, מען קען נישט גיין אליינס. שוין גייען מיר מאכן א קאווע און אריינקוקן אין א ספר ביז איינער פון מיינע טייערע שוואגערליך זענען זיך מרחם און קומען זיין שומר.

נעה, קום יענקל, איך וועל דיר צו שטעלן א קאווע... האב איך געזאגט, נעה עס איז אוקעי, בלייב שלאפן, דו האסט דאך נישט די סוף זמן ק''ש און תפלה פראבלעם, איך וועל זיך שוין אן עצה געבן. זייער שיין טאקע, און דאס נייער ווייבל דרייט זיך אויס, צוריק אריין אין בעט ויקץ ויחלום שנית.

ענדליך הער איך א קלינג אין די בעל, מיין שוואגער איז דא. מיר גייען אין שוהל. א נייער געגענט וואו איך קען זיך נישט אויס איך ווייס נישט צו ימין או שמאל. ער ווייזט מיר אויף די ביהמ''ד איז דא אסאך מינינים כסדר. אוקעי. אה די מקוה איז דא אראפ די סטעפס.
און געוואלד א טוירן סטייל צו די מקוה אריינצוגיין... איך לייג אריין די הענט אין טאש, נישטא קיין דאללער.. וועם איז עס איינגעפאלן א חתן איז דאך א ב''ק, נישט גיין אין מקוה איז דאך נישט קיין פארגאנג, מיין קליינער שוואגערל א 13 יעריגער בחור גיבט א לייג צו זיין קארטל און די גרין לייט איז אן, ער זאגט מיר גיי, איך בין אונטער דיר מיר וועלן זיך אריין שטופן. אן איידעלער חתן זאגט, נעה מען קען אזא זאך נישט טוהן. א מקוה אן באצאלן איז כאילו טובל ושרץ בידו, מיט א ברייטע בקיאות אין הוויות אביי ורבא. איך האב פשוט פארגעסן אריינלייגן געלט אין די שבת'דיגע הויזן, בארג מיר א דוללער ווען מען וועט אהיים גיין וועלן איך דיר עס אפגעבן.

די ארטיקעל באציהט זיך צו די ערשטע טעג אבער נישט דאס איז די מטרה דא, אבער כדי לסבר את האוזן איז עס גוט אביסל.

די הרגשים פון הייליגקייט און געהויבענקייט העפינעס נעמט מיך ארום אלע גלידער. אזוי גייען אדורך די ש''ב טעג. מען גייט שוין אין כולל, נייע פענימער, אן א חברותא (מיט א מיתותא), איך ווער שוין משוגע פון זיצן אליינס ווי א גולם. ענדליך נאך א שעה זיצן וואס קוקט אויס ווי 10 שעה, קומט דער ראש הכולל צו מיט ברייטער שלום עליכם, אה ב''ה מען זעהט זיך, זאג נאר ווער ביסטו, פרעגט ער, און איך ענטפער מיט אן איידעלקייט יענקל באנקוועטשער, אה יא יא מיר האבן דאך גערעדט אפאר וואכען פאר די חתונה, חברותות האסטו זיך הפנים מסדר געווען? ענטפער איך אזוי שעמוועדיג, דוקא איך האב געלערנט אין פרעמדע ישיבות איך קען בעצם נישט דעם עולם דא, בקיצור פארשטיי אליינס לא מיט אן א', איך האב דא קיינעם, איך קען דא קיינעם, סיריעסלי וואס ווילסטו פון מיר, אה יא איך האב טאקע נאך גיהערט אויף דיר שטארקע זאכן, דו ליגסט אין לומדות, אה, ארי עלה מבבל, נא איצטערט דא אין כולל לערנט מען יורה דעה חלק ב', זייער וויכטיגע לימודים פאר א פרישער אינגערמאנטשיק, מיר וועלן בעזרת ה' שתדלן א גוטער חברותא, בינו לבינו זיי זיך מסדר. (איך ווארט נאך אלץ אויף זיין חברותא ביי די וועי).

לאמיר נישט אריין גיין אין די נושא פון א זיצען פלאץ סיטשועישאן. אן עקסטערע ארטיקעל פאר זיך.

און דאן הייבט מען זיך אן גרייטן צו די ערשטע ליל טבילה ב''ה, עס גייט זיין גוט. מען וועט די שעמעוודיגקייט אביסל אויפברעכן (בדרך אגב קען מען שרייבען גאנצע בלעטער ווי אזוי די דריי וואכען זענען אדורך.. די אנטוהן, אויסטוהן, גיין צו סאפערס אין די נעכט וכו', צוריק לויפן אין שוהל צו א נאכט שיעור. פארגעס נישט, איך האב חתונה געהאט צו א צווייטע שטאט פון ווי איך קום) אבער פיינעלי מען האלט שוין נאך די מקוה וחוזר חלילה, פארן אריינגיין אין בעט קיין איבעריגער ווארט פון וואס עס קומט נישט גערעדט. איך האב געזוכט א נושא פון וואס צו רעדן כדי צו נאנטער ווערן א משהו, אוועקצונעמען די פרעמדקייט וואס הערשט, אבער עס גייט נישט.
עט די סעים טיים דארף איך אנהאלטן מיין סטאטוס פון אן הייליגער וואוילער אינגערמאן.

איך האב שוין געזעהן אין די ערשטע דריי פיר וואכן כי כלתה אלי הרעה. א יעדע ריר וואס האט א צד ספק לחומרא איז געווען א טשעלענדזש ווי אזוי עס שטייט אין שלחן ערוך. למשל עסן מיט א הוט און רעקל אדער מאכן א מזונות, איז געווען די קאנווערסעישאן אדער נאר מיט א הוט אן א רעקל, אדער ביי די ברכה נאר לייגען די האנט אויפן קאפ אנשטאט א הוט. "מיין טאטע האט קיינמאל נישט געמאכט א ברכה אן א הוט אויפ'ן קאפ", זאגט זי מיר נאך א בפירושער פסק הלכה. וויבאלד איך האב נישט געקענט ברעכן די אייז און די קאמיוניקעשאן איז פארבליבן געפאפט, האב איך בכלל נישט געקענט ווערן באקוועם קיינמאל ביי מיר אין די אייגענע הויז.

נאך א שטיק צייט האב איך אנגעהויבן ווערן ריזענטפול, פארשטייט זיך נישט גערעדט קיין ווארט דערפון און זיך אנגעהויבן טרעפן עפעס ארבעט און עסקנות (דער עסקן אין כולל וואס פירט די גמ''ח האט געטראפן קאמפאני) אנצופילן דעם ליידיגן טאג מיט עפעס, פארשטייט זיך שלא בידיעתה. איך בין שטארק געשטיגן צווישן די כולל אינגעלייט צו זיין אן אלץ ווייסער, די טשעק קעשיר, די פערזענליכער טעקס ריטוירנס פון די אינגעלייט פאר א שפאט ביליגער פרייז. טעקס סיזען איז געווען א ברכה. איך האב געהאט 100טער טעקס ריטערנס פאר די מינימאלע אפצאל פון 50-75 דוללער א שטיקל ווען נארמאל האט עס געקאסט שוין דאן 150. אבער איך האב עניוועי נישט געהאט וואס צו טוהן.

מיין ווייב האט זיך געוואונדערט פון די איבערפלוס מיט געלט אין טעקס סיזען (וואס איך האב ב''ה נישט פארפאטשקעט), איך האב איר ארויסגעמורמלט מיט א דריי מיטן צינג אז איך קען זיך אויס מיט טעקס ריטערנס און אינגעלייט באצאלן פאר דעם א מינימאלער אפצאהל. אזוי פיל געלט פאר ארויסהעלפן? פרעגט זי, יא! מיט א תירוץ אז די אקאונטענט בעט 150 ווייל ער דארף מאכן די גאנצע ארבעט אבער טאמער ברענגט מען עס פארטיגערהייט טשארדזשד ער נאר 20 ממילא איך בעט 50 אן עס לוינט זיך נאך אלץ און עס איז בכלל נישט קיין גרויסער ארבייט און איך מאך עס ביי לאנטש אביסל טאשן געלט, יו נאו.

אהא, קלערט זי אריין אין די פשט הדברים. דו פארשטייסט אין טעקסעס, און אנשטאט זיך משלים זיין ביי לאנטש מיט עררייכן נאך לימוד התורה ביסטו ביזי מיט טעקס ריטורנס, דו גייסט ווערן אן אקאונטענט אדער א דיין? (נישט ממש לשון קדשה אבער דאס איז געווען די דימינער). פארשטייט זיך מער האב איך נישט געזאגט קיין ווארט קיינמאל וואס איך טוה ווען איך טוה און ווי אזוי איך טוה. איך בין שוין געווען פול טיים אימפלויד ביי די ארטיגע קהלה אלץ בוק-קיפער און ענגליש רעדנער און דרייווערס לייסענס און וואט נאט, און קיין זאך האט זי נישט געוואוסט. פון דאן אן איז מיין קאמיוניקעשאן מיט איר קיינמאל נישט דעוועלאפט געווארן. און ע''כ טרעף איך זיך נאך אלץ יארן שפעטער מיט פארשידענע אישוס. למשל עונה איז א מעסס. וואס איך טוה אין ביזנעס און ווען איך טוה אין ביזנעס פארצייל איך בכלל נישט. ווי איך גיי, מיט וועם איך רעד, וואס איך האנדל זיך איין, רעד איך בכלל אויך נישט.

איר שפראך מיט מיר האט זיך אויך נישט געטוישט, די דימינער איז נאך אלץ דא, און דערפאר ווען אימער איך שפיר די דימינער נאך א נאכט וואס עס איז געווען א (דורכגעפאלענער) עונה בין איך אין אזא שלעכטע גיסטע אז איך קען אייך נישט מסביר זיין.

נא, ווער דארף גיי צו טעראפיע, איך אדער זי? אוודאי איך.... זי כאפט נאך עד היום נישט וואס איך וויל פון איר לעבן האבן, זי כאפט נישט אז איר דימינער און איר פרומער בעקגראונד און געוואוינהייט נעמט מיר צו דאס לעבן אין שטוב, אבער וואס איז זי שולדיג ווען איך האב עס נאך קיינמאל נישט ארויסגעברענגט קלאר און דייטליך. רעבעצין דו האסט חתונה געהאט מיט א צווייטן, נישט מיט מיר. איך שפיל א געים יומם ולילה ווי א וואוילער ערנסטער אינגערמאן וואס דארף נישט מער וואס איך באקום (נישט) אבער דאס נישט קענען זיין אייגענארטיגע ביי זיך אין שטוב הרג'עט מיך. ווען איר דימינער קומט נאך ארויף ביי אירע קאמענטס, נא נא וואס זי באקומט דערפאר, און ווייסט בכלל נישט פארוואס.

און אפי' זייענדיג אין טעראפיע אסאך סעשאנס האב איך גערעדט פון איר דימינער, און א יעדע זאך וואס איך האב אן אינטערעסט ווי זי רייסט מיך אראפ, אבער די זאך איז געבליבן אקעי איך גיי שוין רעדן ווייכער, איך וועל שוין רעדן שיין. און זי רעדט טאקע ווייכער אבער נאך אלץ די דימינער פון פאראכטונג אין די זאכן וואס איך בין עכט אינטערסירט, אפי' זי גיט זיך אכטונג נישט צו רעדן פרעך צו מיר ווי א קינד. אבער די נושא איז נישט קאווערד, ווייל די קאמיוניקעשאן איז נישטא.

און אפי' איך ווייס פון דעם אלעם איז מיר נאך אלץ זייער שווער צו טשענדזשען און זי בלייבט אייביג שולדיג עניוועי.

אין קורצן, פיקס זיך, זעה וואס די קענסט לייזן, יוזשעלי וועסטו זעהן אז זי איז נישט אזוי ווי דו מיינסט זי איז.
טאמער יא דאן דארפסטו קאנסידערען נעקסטע שריט.

איך קען דיר צוזאגן אז נאך דו וועסט הערן מיינע טענות אין גרעיט דיטעיל וועסטו זאגען אז מיין ווייב איז א רשע'נטע פון ערשט5ען קלאס ווי א יעדע ריר ווער איך קריטיקירט און משוגע געמאכט. כאפט מיך ביי סתירות אין מיינע התנהגת נישט כאפנדיג אז רוב מאל פיר איך זיך ווי אזוי איך פיר זיך נאר כדי נישט איר צו אויפרעגן און כדי דאס לעבן זאל זיין רואיג, נישט ווייל איך האלט ביי דעם. און ווען איך האב נישט קיין כח פיר איך זיך ווי זיך. און ווי זיך טויג נישט לשיטתה.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

ס'קומט מיר כמעט טרערן, דו לעבסט דאך א מיזערעבל לייף, די אייבירשטער זאל דיך שנעל אויפרעכטן!

אגב איך קען מיך שטארק אינדענטעפעצירן מיט די אומבאקוועמליכקייט אין כולל אנפאנג נאך די חתונה, נישט האבן א געהעריגע חברותא עפענען יעדע ספר אויפן טיש צו זעהן אז ס'איז נישט אינטערסאנט, גיין יעדע האלבע שעה אין בעסקיסע, דרימלען אויפן שלחן ערוך, קוקן יעדע מינוט ווען די ראש הכולל באמערקט נישט אויב איינער האט מיך געטעקסט, סהאט מיר גענומען זייער לאנג ביז איך האב איבערגעקומען מיין בושה צו שמועסן באקוועם מיטן עולם.
צעיר בישראל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך צעיר בישראל »

ליבי עליך, איך בין אדורך בערך אזא זאך, מיט אקוראט די משלים וואס דו שרייבסט, אבער סהאט זיך זייער געטוישט, חזק ואמץ, סוועט נאך קומען גוטע צייטן!!
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: די דילעמא פונעם מאן

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

עס טוט וויי צוזעהן וויפיל אידן מאכן נעבעך מיט ווייל מדארף פאפען.

אבער ב״ה אין שום יאוש סקען אין סוועט ווערן ליכטיג צום סוף
דאס מענטשעלע שפילט........
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:עס טוט וויי צוזעהן וויפיל אידן מאכן נעבעך מיט ווייל מדארף פאפען.

אבער ב״ה אין שום יאוש סקען אין אויב וועסט זיך נעמען ארבעטן, צי דורך טערעפיסטן צי מאכן שלום בית, אדער דורך א
צוועלעפער אין עס געיבן א צווייטע שאנס
סוועט ווערן ליכטיג צום סוף


ר' גרויסע
די קימסט טאקע זאגן חיזוק, אבער זאגן אז ס'וועט זיין גיט איז קאנטער אפעקטיוו, ווייל דאס מאכט אז ער זאל גארנישט טין.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
פארשפארט