Nanach האט געשריבן:זוכער האט געשריבן:מי אני האט געשריבן:נו, הלא זה הדבר אשר דברנו: עס איז טאקע נישט דעמאנסטרעטיוו לא לכאן ולא לכאן. אבער די ״לא לכאן ולא לכאן״ גייט ביידע וועגן. אויב אלעס וואס דו בלייבסט איבער מיט אלס ״ראיה״ איז ״מסורה/תורה״, וואס דו ביסט בפירוש מודה איינמאל און נאכאמאל אז עס ארבעט און איז נאר א הוכחה און מאסגעבענד טאמער איז מען שוין מעיקרא א מאמין, הלזו יקרא בשם ״ראיה״? עס איז כמובן נישט א הוכחה פאר איינער וואס איז נישט א מאמין און ווי אויך נישט פאר איינער וואס איז יעצט אָנגעקומען פון מאדים (און ווייסט ווי אזוי מענטשליכע רעליגיעס, גלויבונגען, און הייליגע טעקסטן בכל דור ודור ובכל קצוי תבל קומען אפיר).
צו ווידערהאלן: ביז ״דעבּאָנקט״ איז פאלג מיר א גאנג.
פאר איינעם וואס איז נישט קיין מאמין אין תורה - מיט אזא איינעם קען איך בכלל נישט טענה'ן ווי איך האב קלאר אויסגעשמועסט דא
און דא
און קורצליך דא
איך קען זיך נישט בכלל טענה'ן מיט אן אטעאיסט. - אינו מאמין.
איך אז ברענג א ראיה פון די תורה
אבער תורה איז ביי דעם אטעאיסט א בוך ככל הביכער, מיט 0 קרעדיביליטי, אבדו טענותי.
אויב רעדט מען פון איינעם וואס זאגט אז ער גלייבט נאר, נאר קלערט אז דברים איז א פאבריקאציע פון שפעטערדיע אויטארס, P, J D וכו'. וועלכע זענען הבלי הבלים אין בהם ממש. אויף דעם איז שייך אויפצוייזן שבשקר יסודם. אזוי ווי איר דיר קלאר אויפגעוויזן
זעה דא.
איך האב אמאל זיך געטענהט מיט איינעם איבער מגילת אסתר, און יענער זאגט מיר אז מגילת אסתר איז א נאוועל, (באבע מעשה) פארוואס. ווייל אחשורוש האט נישט געהאט קיין פרוי ושתי, מרדכי האט געלעבט איבער 100 יאר פריער - וכו' וכו'.
היראדיטוס איז דער טאטע פון די היסטאריע אין יענע עפאכע און ער זאגט גאנץ אנדערש.
פרעג איך אים, אבער היראדיטוס איז געפראוואט געווארן אלץ א פראוד אין מערערע פלעצער, אפשר איז ער דא אויך א פראוד?
נישט אמת זאגט מיר מיין אפאנענט צוריק.
שיק איך אים דאס היראדיטוס.
איך ווארט נאך אויף אן ענטפער.
סאו אויף יעדן היסטאריקער אנדעקט מען פראוד, איינעם פריער און איינעם שפעטער.
איז מגילת אסתר נישט אפגעפרעגט.
די זעלבע זאך דא. אלע עווידענס שיילט זיך ארויס אז פראוד אדער קוועסטשינעבל - בלייבט די תורה אויטאמאטיש איבער אומבארירט. כאטש איך קען עס נאך אלץ נישט איבערצייגן פאר אן אינו מאמין.
אויב די קענסט נישט אויפווייזן אז די תורה איז אמת, קענסטו גארנישט אויפווייזן
ריכטיג. איך האב עס קלאר געזאגט מערערע מאל. אויב איינער גלייבט נישט אין תורה מן השמים אבדו טענותי.
איך קען טענה'ן וואס זאגט עטליעסט אז ער גלייבט יא.[/quote]
דו האסט עס נישט געזאגט אנהייב האסט שפעטער געשיפט דערצו
און בעיסיקלי מיין איך אז אלע קשיות גייען אראפ צו תורה מן השמים, און אז דו קענסט דאס נישט אויפווייזן קענסטו גארנישט אויפווייזן[/quote]
אויב איינער זאגט מיר אז אין מערת המכפלה ליגן 4 סטודזשיס, איטס אווער. איך קען זיך נישט טענה'ן ווייל איך האב דאך נישט אויפגעגראבן און געזעהן ווער ס'ליגט דארט. און אז ער זאגט אז אברהם אבינו איז א פיקציע, האט נישט זוכער וואס צו ענטפערן. ווייל אפילו כ'וועל איך ברענגען דעם בארג סיני, איז עס לא דובים ולא. קיינמאל נישט געווען קיין מצרים, קיינמאל קיין מבול, און קיינמאל קיין כלל ישראל. כ'קען נאר דעבאטירן ווען איינער זאגט אז דברים איז שפעטער און שמות איז פריער. אויב אלעס איז א פאבריקאציע האט שמות גארנישט מער ווילידיטי פון דברים.
כ'האב געמיינט אז כ'האב עס יא דערקלערט פון אנהייבן.
אויב כ'האב זיך נישט גוט ארויסגעברענגט פריער איז עס מיין שולד. ואתכם הסליחה.