זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קהל'ס נער: ווער ביניך דען צו זאגן מבינות אויף איהם?! אבער לויט ווי איך ווייס איז ער נישט פון די פוסקים וועלכע זוכן אייביג נאר מחמיר צו זיין. אזוי ווי דער בעל קנה בושם זצ"ל. ער (ר' גבריאל ציננער שליט"א) גייט די מערסטע מאל מיט דעם כוחא דהיתירא...אזוי ווי להבחל"ח ר' יחזקאל ראטה זצ"ל. פארשטייצעך נאך אדורכארבעטן די דיני הגמרא ופוסקים ראשונים ואחרונים...!
דוראק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

שליחה דורך דוראק »

berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: איך ווייס נישט אויב ס'איז א הלכה אדער א מנהג. אבער אויב דער נטעי גבריאל זאגט עס ביניך מוכן עס אנצונעמען. ווען דו וואלסט געזעהן (און געהערט) מיט וואספארא התמדה ער האט אייביג געלערנט אין ישיבה וואלסטו איהם אפילו געגעבן קוויטלעך. לא כל שכן ווען זיינע ספרים און ליקוטי הלכות זענען געשריבן געווארן בטוב טעם ודעת ונעים הליכות...!

איך האב שוין געשריבן אין אנאנדער'ן אשכול איבער זיין שטארקע התמדה אין ביהמ"ד פון ישיבת קהילת יעקב פאפא אין קווינס.

די דארמיטארי איז געווען אויף א נידעריגערן שטאק פון ביהמ"ד. איך פלעג אייביג איינשלאפן הערנדיג זיין קול תורה (זיס אונטערברימען). אויך ווען איך בין אויפגעשטאנען פארטאגס האביך שוין געהערט זיין קול פון תורה...!

אין חולקין אויף דערויף וואָס ר' גבריאל איז אַ גרויסער תלמיד חכם, אָבער איך האָב שוין געזען עטליכע מאָל וואָס ער ציטירט זאַכן ניט גענוי ווי זיי שטייען, וכבוד אלקים הסתר דבר.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דוראק: דיין ווארט איז ביי מיר באגלייבט 100% אן נאכקוקן. אבער אויב אין געוויסע פעלער טוישט ער איינס אדער עטליכע ווערטער, און ס'פארענדערט ניט דעם קאנטעקסט און די הלכה קענען מיר דאס אננעמען. ווייל מסתמא איז דאס געטון געווארן כדי לסבר את האוזן. צו געבן א בעסערן און מער קלארן הסבר..!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

דריידל האט געשריבן:אין די גמרא, ווייסט יעדער אז "הוא" שרייבט מען אויף א זכר און "היא" אויף א נקבה. בין איך לעצטענס אויפמערקזאם געווארן אז אין די תורה שטייט "הוא" סיי אויף א זכר און סיי אויף א נקבה, די חילוק איז נאר אז בלשון זכר איז די ו"ו א מילופים און בלשון נקבה איז דא א חירוק אינטער די ה"א.
ס'זענען דא עטליכע אויסנאמען ווי ס'שטייט יא "היא". א סירטש האט געטראפן אכט מאל די ווארט "היא" און צען מאל "והיא".

די שבת האב איך באגעגענט די פאלגענדע אין אבות דר' נתן פרק לד
אחת עשרה היא והיא כתיב ביו"ד בתורה הראשון הוא מלך בלע היא צוער. הלא הוא אמר לי אחותי הוא והיא גם הוא אמרה אחי הוא. היא מוצאת והיא שלחה אל חמיה לאמר. וכי ימות מן הבהמה אשר היא לכם לאכלה. והיא הפכה שער לבן. ואם יראנה הכהן וגו' והיא כהה. והיא תראה את ערותו. את אביה היא מחללת. בקנאות: ונסתרה והיא נטמאה והיא לא נתפשה. או עבר עליו רוח קנאה וקנא את אשתו והיא לא נטמאה:

די צווייטע פסוק שטייט אין פרשת וירא און ס'איז מסתמה א גאנצע אפקומעניש פאר די ליטווישע בעל קורא זיך איינציחזר'ן ווי ס'איז א מלופים אדער א חיריק
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעון וואלף: דארף מען אריינשרייען והוא... ניין. והיא...! אפשר פון ווייבער שול. אזוי ווי די מעשה מיט שכבה עמו...ניין שכבה עמי...! לאל. ווער ס'פארשטייט פארשטייט.

איך האב געקענט אזא רביצין וואס איז געזיצן נעבן די מחיצה און א יעדע זאך וואס ס'האטציך אפגעטון ביי די מענער אין ביהמ"ד האטצי זיך אריינגעמישט און אריינגעשריגן. זי האט אפילו אריינגעשריגן פאר וועם מ'זאל געבן עליות. טאמער איז איהר נישט געפעלן פאר וועם מ'האט געגעבן אן עליה האטצי זיך אנגערופן הויעך מיט א מחאה... ביז מ'האט זי שטיל געמאכט איינמאל פאר אלעמאל... ואכמ"ל...!
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

אז די זינגער בעני פריעדמאן איז א זוהן פון rabbi Manis Friedman!
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

קאצקע ציקער האט געשריבן:אז די זינגער בעני פריעדמאן איז א זוהן פון rabbi Manis Friedman!

און יעצט ווייסטו כאטש אז ר' מאניס איז א ברודער פון אברהם פריעד(מאן)? :)
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

צקון לחש האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:אז די זינגער בעני פריעדמאן איז א זוהן פון rabbi Manis Friedman!

און יעצט ווייסטו כאטש אז ר' מאניס איז א ברודער פון אברהם פריעד(מאן)? :)

יא זיכער
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

berlbalaguleh האט געשריבן:שמעון וואלף: דארף מען אריינשרייען והוא... ניין. והיא...! אפשר פון ווייבער שול. אזוי ווי די מעשה מיט שכבה עמו... ניין שכבה עמי...! לאל. ווער ס'פארשטייט פארשטייט.

איך האב געקענט אזא רביצין וואס איז געזיצן נעבן די מחיצה און א יעדע זאך וואס ס'האטציך אפגעטון ביי די מענער אין ביהמ"ד האטצי זיך אריינגעמישט און אריינגעשריגן. זי האט אפילו אריינגעשריגן פאר וועם מ'זאל געבן עליות. טאמער איז איהר נישט געפעלן פאר וועם מ'האט געגעבן אן עליה האטצי זיך אנגערופן הויעך מיט א מחאה... ביז מ'האט זי שטיל געמאכט איינמאל פאר אלעמאל... ואכמ"ל...!

העי רעד... פלוצלינג ווערסטו מיר א ואכמ"ל איד....
איך מוז דאס וויסן עמערזשענסי, טאקע אין דעם אשכול! ווי אזוי מאכט מען שטיל א פרוי איינמאל פאר אלעמאל?...

אה, נאך א זאך וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט, אז ס'איז פאראן א ווארט "האטצי"....
וירח ה' את ריח הניחוח
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

שמעקעדיג האט געשריבן:

די מעשה גייט אז ביי די פסוק פון די נסיון פון יוסף ווי עס שטייט שכבה עמי, האט מען אפגעמאכט אז די בעל קורה זאל במכוון זאגן נישט ריכטיג, און זאגן 'שכבה עמו'
און ווען מען איז אנגעקומען צו די 'טעות' האט די פרוי פון אויבן געוואלט פאררעכטן, האט זי אראפגעשריגן 'שכבה עמי' 'שכבה עמי'
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

שמעקעדיג האט געשריבן:נאך א זאך וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט, אז ס'איז פאראן א ווארט "האטצי"....

שמעקי: דעיס איז סלענג פאר די סאשעל מידיע דור, ס'מיר נאר איטערסאנט אז זיידי בערי, קען סלענג :lol:
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

עצי שטים האט געשריבן:די מעשה גייט אז ביי די פסוק פון די נסיון פון יוסף ווי עס שטייט שכבה עמי, האט מען אפגעמאכט אז די בעל קורה זאל במכוון זאגן נישט ריכטיג, און זאגן 'שכבה עמו'.
און ווען מען איז אנגעקומען צו די 'טעות' האט די פרוי פון אויבן געוואלט פאררעכטן, האט זי אראפגעשריגן 'שכבה עמי' 'שכבה עמי'

דו רעדסט פון די ערשטע חלק פון זיידי בערי'ס (קרעדיט: קהל'ס חכם) תגובה, דאס איז דאך ידוע... איך פרעג אויפן צווייטן חלק, אויף די פרוי וואס זיידי בערי האט געקענט און זי האט קאנטראלירט וועמען צו געבן עליות און אלעס איז געווען באשערט "פון אויבן", און מען האט איר שטיקל געמאכט אויף אייביג.
וירח ה' את ריח הניחוח
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

שמעקעדיג האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:די מעשה גייט אז ביי די פסוק פון די נסיון פון יוסף ווי עס שטייט שכבה עמי, האט מען אפגעמאכט אז די בעל קורה זאל במכוון זאגן נישט ריכטיג, און זאגן 'שכבה עמו'.
און ווען מען איז אנגעקומען צו די 'טעות' האט די פרוי פון אויבן געוואלט פאררעכטן, האט זי אראפגעשריגן 'שכבה עמי' 'שכבה עמי'

דו רעדסט פון די ערשטע חלק פון זיידי בערי'ס (קרעדיט: קהל'ס חכם) תגובה, דאס איז דאך ידוע... איך פרעג אויפן צווייטן חלק, אויף די פרוי וואס זיידי בערי האט געקענט און זי האט קאנטראלירט וועמען צו געבן עליות און אלעס איז געווען באשערט "פון אויבן", און מען האט איר שטיקל געמאכט אויף אייביג.

אה, איך האב פארשטאנען אז מען האט עס אויך געמאכט פאר איר,
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:שמעון וואלף: דארף מען אריינשרייען והוא... ניין. והיא...! אפשר פון ווייבער שול. אזוי ווי די מעשה מיט שכבה עמו... ניין שכבה עמי...! לאל. ווער ס'פארשטייט פארשטייט.

איך האב געקענט אזא רביצין וואס איז געזיצן נעבן די מחיצה און א יעדע זאך וואס ס'האטציך אפגעטון ביי די מענער אין ביהמ"ד האטצי זיך אריינגעמישט און אריינגעשריגן. זי האט אפילו אריינגעשריגן פאר וועם מ'זאל געבן עליות. טאמער איז איהר נישט געפעלן פאר וועם מ'האט געגעבן אן עליה האטצי זיך אנגערופן הויעך מיט א מחאה... ביז מ'האט זי שטיל געמאכט איינמאל פאר אלעמאל... ואכמ"ל...!

העי רעד... פלוצלינג ווערסטו מיר א ואכמ"ל איד....
איך מוז דאס וויסן עמערזשענסי, טאקע אין דעם אשכול! ווי אזוי מאכט מען שטיל א פרוי איינמאל פאר אלעמאל?...

אה, נאך א זאך וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט, אז ס'איז פאראן א ווארט "האטצי"....

שמעקעדיג: אפשר אין אישי. איך ווילל נישט (ח"ו) טון דעיס וואס חיים וואלדער האט געטון. ניין.כ'מיין נישט די מעשים טובים. איך מיין אנקומען אין גן עדן פאר די צייט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאווע טרינקער האט געשריבן:
אבער ס'איז נישט מסתבר אז ר' משה, וואס איז געווען אן ערליכער איד זאל געבן זיין הסכמה אהערצושטעלן אזוי א פראסטן און נאריש'ן צייטונג, אפגעזעהן פון דער השקפה. זייער הויפט מאטיוו איז געווען אמעריקאנער עולם הזה מיט'ן גאנצן קנאק, חוץ די ביסל דברי תורה וואס זיי האבן דארט געברענגט. זיי האבן זיך נישט אפגעהאלטן פון פובליצירן שמוציגע רעקלאמעס פון עירליינס און פלארידע, וכדו'.' און זייערע עדיטאריעלס און ארטיקלען זענען אויך געווען זייער נאריש, און האבן נישט געהאט קיין שום זשורנאליסטישן ווערד.

אבער ס'איז נישט מסתבר אז סאטמער'ע רב, וואס איז געווען אן ערליכער איד זאל געבן זיין הסכמה אהערצושטעלן אזוי א פראסטן און נאריש'ן צייטונג ווי דער איד, אפגעזעהן פון דער השקפה. זייער הויפט מאטיוו איז געווען אמעריקאנער עולם הזה מיט'ן גאנצן קנאק, חוץ די ביסל דברי תורה וקנאות וואס זיי האבן דארט געברענגט. זיי האבן זיך נישט אפגעהאלטן פון פובליצירן שמוציגע רעקלאמעס פון עירליינס און פלארידע, און שבתנותים אין האטעלס וכדו'.' און זייערע עדיטאריעלס און ארטיקלען זענען אויך געווען זייער נאריש, און האבן נישט געהאט קיין שום זשורנאליסטישן ווערד.

קאווע טרינקער: א שאד דו עקזיסטירסט שוין נישט אויף קאווע שטיבל. אפשר אין א צווייטן (אדער דריטן) גילגול. נאר דו האסט פארגעסן איין וויכטיגע זאך אויסצורעכענען אין דער איד. דארט קענסטו טרעפן מער ציונות ווי אין סיי וועלכע אנדערע אויסגאבע. אויסער די דזשואיש פרעסס, פארשטייצעך. זיי פארשרייען א יעדן איינעם אלס א ציוני. און ביי זיי אליינס איז דא א סאך מער ציונות ווי אין המודיע. נאר זיי מעגן. זיי זענען די בעלי המימרא. דער צייטונג איז דאך א ציוניסט. (אזוי האבן זיי געשריבן אין די פאשקעווילן, ווען דער צייטונג האטציך אויפגעמאכט.) דער בלאט איז דאך סתם א געאסר'טע צייטונג. משפחה איז דאך דער אבי אבות הציונות. (פרעג נאר ביי מנשקה'לע פיליפ.)
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

שליחה דורך תוהו ובוהו »

אז די באקאנטע פראזע "על טעם וריח אין להתווכח" קומט פונעם פרייען משורר אברהם שלאנסקי
בענבען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 19, 2021 5:24 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 249 מאל

שליחה דורך בענבען »

אז ס'איז נישט דא קיין עכטע מקור צו די באקאנטע סלאגען וואס מחנכים נוצען "אין לך דבר העומד לפני הרצון"
בן נון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 207
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
געפינט זיך: פארלוירן אויפן וועלט!
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל

שליחה דורך בן נון »

בענבען האט געשריבן:אז ס'איז נישט דא קיין עכטע מקור צו די באקאנטע סלאגען וואס מחנכים נוצען "אין לך דבר העומד לפני הרצון"

אסאך חסידישע רבי’ס האבן שוין תורה געזאגט אויף דעם אין לך דבר אז עס איז מיט רעכט פארהייליגט און פאררעכנט ווי א ווארט פון קדמונים
נעם מיך נישט ערנסט ווייל וואס איך זאג האלט איך נישט און וואס איך האלט זאג איך נישט
בן נון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 207
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
געפינט זיך: פארלוירן אויפן וועלט!
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל

שליחה דורך בן נון »

אז די ווערטער פונעם באקאנטן ליד כד יתבון ישראל איז נישט א חז”ל נאר ווערטער פונעם חזן איש
נעם מיך נישט ערנסט ווייל וואס איך זאג האלט איך נישט און וואס איך האלט זאג איך נישט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בן נון האט געשריבן:
בענבען האט געשריבן:אז ס'איז נישט דא קיין עכטע מקור צו די באקאנטע סלאגען וואס מחנכים נוצען "אין לך דבר העומד לפני הרצון"

אסאך חסידישע רבי’ס האבן שוין תורה געזאגט אויף דעם אין לך דבר אז עס איז מיט רעכט פארהייליגט און פאררעכנט ווי א ווארט פון קדמונים

בן נון: איך מיין אז דער מאמר שטאמט פון פיאסעצנער רבי זצ"ל הי"ד. ער האט אסאך געארבעט מיט תלמידים. ער האט אויך מחבר געווען דעם ספר חובת התלמידים. אזוי האב איך געהערט אז דער מאמר שטאמט פון איהם...!
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

בן נון האט געשריבן:אז די ווערטער פונעם באקאנטן ליד כד יתבון ישראל איז נישט א חז”ל נאר ווערטער פונעם חזן איש

מיינסט אפשר דער גר"א?
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

אין הקב"ה מונה דפים אלא שעות און מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד, האבן אויך נישט קיין מקור.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
בן נון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 207
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
געפינט זיך: פארלוירן אויפן וועלט!
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל

שליחה דורך בן נון »

צקון לחש האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:אז די ווערטער פונעם באקאנטן ליד כד יתבון ישראל איז נישט א חז”ל נאר ווערטער פונעם חזן איש

מיינסט אפשר דער גר"א?

איך האב געהערט אז די ווערטער ווי מען זינגט עס היינט קומט פונעם חזן אי”ש איך זעה אז וויקי ווייסט נישט דערפון אבער דער גר”א האט אויך נישט געזאגט דעם לשון כמבואר בוויקיפידיע
נעם מיך נישט ערנסט ווייל וואס איך זאג האלט איך נישט און וואס איך האלט זאג איך נישט
פארשפארט