אינטערסאנט ווי אזוי אן אשכול הייבט זיך אן, און ווי אזוי די ת

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
מיינונגזאגער

אינטערסאנט ווי אזוי אן אשכול הייבט זיך אן, און ווי אזוי די ת

שליחה דורך מיינונגזאגער »

א גוטן טאג חשובע חבירים פון ק''ש כל אחד בשמו הטוב יבורך.

לעצטענס איז מיר אויס געקומען צו פארברענגען דא עטוואס מער ווי איך פלעיג.

פאר איך הייב אן מיט מיין געדאנק, און פותח זיין א נייער אשכול וויל איך דא באוויינען א שטארקער פארלוסט וואס מיר חבירים פון ק''ש האבן ריסענטלי דא געהאט. איך ווייס נישט פארוואס, און צו עס איז טאקע אזוי פאר גוד, אבער עכ''פ אזוי זעהט עס אויס מיט די פליישיגע אויגן איצטערט.

איין שיינעם טאג קומט ארויף אן הודעה אויפ'ן ק''ש פלאטפארמע אן אשכול מיט א סאבדזשעקט ליין וואס ליינט זיך אזוי. צו מיין 5 טויזענסטע תגובה טוה איך זיך געזעגענען פון מיינע חבירים דא פון ק''ש, און דער שרייבער שרייבט אפ א גאנצער וויי געשריי און ברענגט ארויס א טיפער ווייטאג און צום שלוס א געזעגענונגס סטעיטמענט מיט א גאנצער טוץ פון ישר כוחות פאר די אלע ניקים וואס האבן אינטערווענירט כסדר מיט זיינע אשכולות און תגובה'ס און ווי אויך לאזט ער אבער אן אימעיל ווי מען קען אים אימעילן דירעקטלי. (רבותי עס איז ווערט עים צו אימעילן און זיך צוריק בעטן, דאס איז געווען פערל רייד, א יעדע איינס באזונדער. אין מיין האמבעלד אפיניאן)
דא עקא אז @רביה''ק האט אונז איבער געלאזט כצאן בלי רועה. מי יתן לנו תמורתו. א גלעצענדער טראכטער א יעדן נפלא און אזוי האט ער אונז / מיר איבער געלאזט מיט די צינג אינדעראויסען. מיר קענען נישט זאגען אז ידינו לא שפכה את הקולמות הזו. איך ווייס נישט צו מיר האבן גענוג איינערקענט אין זיינע פעאיגקייטן, און זיין שרייב ארבעט וואס איז געווענליך געווען באצירט מיט מאמרי חז''ל. זיינע אנשויאונגען איז דאך געווען עד בכלל להפלא. עכ''פ מיר / איך וועל זיך בענקען.

און איצטערט צום ענין פונעם קעפל.

א פותח האשכול הייבט אן א טאפיק, יא אדער נישט רעלאווענט, יא אדער נישט אינטערסאנט. עס קען אמאל זיין אנטקעגען דיינע/מיינע שיטות, און עס הייבט זיך אן תגובה'ס אן א צאל (אסאך מאל) צו אדרעסירן דעם אשכול, צו צולייגען, מסכים זיין, אדער אפי' אפפרעגן זה בכה וזה בכה. אבער און מיטן סקראלן די תגובה'ס קומט א נארישער תגובה וואס גיבט א פיר אראפ דעם ענין פונעם אשכול צו גאר א צווייטער נארישער זונלאזער קאנווערסעישאן עס איז ממש נישט צום גלייבן וואס מען ליינט פון דארט און ווייטער. די אינטערסאנטע זאך איז, אז אסאך מאל פאסירט אויך אז גאר פרעמינאנטער ניקים לאזן זיך אראפ צו די נארישע זונלאזער פארדרייער, און העלפן גאר צו אז די תגובה'ס זאלן פארן גאר גאר ווייט אוועק פונעם ענין אויף וואס די אשכול איז נפתח געווארן און זיך באצויגן, נאך צענדליגער תגובה'ס ווייסט מען שוין ווי אזוי מען איז אהער אנגעקומען, ווי מען האלט, און אפשר שוין אפי' נישט מעגליך צוריק צו דרייען דעם באן אויף די רעלסען אויף ווי עס האט לכתחלה געדארפט צו פארן. (אזוי ווי איך אפערעט פון טעפטאלק ווייס איך נישט ווי אזוי צו ציטירן מיט א לינק צו משלים פון אזאנא פאסירונגעןַ אבער אסאך ליינער זענען דאס מעורר כסדר, תבא אליהם ברכה די וואס זענען דא אפט ווייסען מן הסתם פון וואס איך רעד)
איך ווייס נישט צו עס איז דא א וועג דאס אפצושטעלן. אבער מעורר זיין די ליינער און די שרייבער/ריספאנדערס צו אשכולים שאדט דאך קיינמאל נישט. אין מזרזין אלע למזרזין מען כאפט זיך פשוט נישט און מען ווערט מיט געשלעפט פונעם נחשון וואס האט אראפ געשלעפט די אשכול פונעם טרעק.
למזהיר ולנזהר שלומים צו כמי נהר

Sent from my SM-N960U using Tapatalk
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

גיי אריין אין יעדע קאווע שטיבל אזוי גייט א שמועס ביי אידעלעך
און אפילו די שובבים תורות פון @רביה"ק זי"ע האט זיך אנגעהויבן ביי די פרשת השבוע און האט זיך געענדיגט ביים חטא הידוע...
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

ווי שמחה זאגט, אזוי גייט עס פון קינדווייז אן. די גמרא ברענגט נאךַ א הלכה וואס איז נוגע פון א תנא אדער אמורא און נאכדעם פארט ער אריין און נאך ממרא'ס פון די תנא אדער אמורא. און מ'פארט דורך פינעף צען אנדערע הלכות פאר מ'קומט צוריק צום סדר הגמרא.

אז מ'האט דערמאנט @רביה"ק דארף מען זאגן הרינו כפרות משכבו.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
באניצער אוואטאר
קבצו זקנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 12, 2022 12:12 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

שליחה דורך קבצו זקנים »

יאסל ראקאווער האט געשריבן:ווי שמחה זאגט, אזוי גייט עס פון קינדווייז אן. די גמרא ברענגט נאךַ א הלכה וואס איז נוגע פון א תנא אדער אמורא און נאכדעם פארט ער אריין און נאך ממרא'ס פון די תנא אדער אמורא. און מ'פארט דורך פינעף צען אנדערע הלכות פאר מ'קומט צוריק צום סדר הגמרא.


עקצאקלי:lol:
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

טיפיקעל אחרי מות קדושים, ווען ער האט געשריבן האט קיינער נישט געשריבן קיין קאמפלימענט, יעצט מאכט מען זיך ווי מען בענקט זיך.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
מיינונגזאגער

Re: אינטערסאנט ווי אזוי אן אשכול הייבט זיך אן, און ווי אזוי

שליחה דורך מיינונגזאגער »

היסטאריע האט געשריבן:טיפיקעל אחרי מות קדושים, ווען ער האט געשריבן האט קיינער נישט געשריבן קיין קאמפלימענט, יעצט מאכט מען זיך ווי מען בענקט זיך.
דערפאר האב איך ציטירט אז מען קען נישט זאגען ידינו לא שפכה. און די ביסט גערעכט אינזער איצטיגער דזשאב איז אז ווען עס איז יא דא איינער וואס שרייבט און שטרענגט זיך איבער. מהיום והלאה צו אנערקענען און עפרישיעטן זיין ווערק ווייל אויב נישט וועלן מיר האבן נאך אזא שוידערליכע טראגעדיע ה''י

Sent from my SM-N960U using Tapatalk
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

איז לאמיר זעהן, וועמען האסטו שוין עפרישיעטעט?
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
מיינונגזאגער

Re: אינטערסאנט ווי אזוי אן אשכול הייבט זיך אן, און ווי אזוי

שליחה דורך מיינונגזאגער »

היסטאריע האט געשריבן:איז לאמיר זעהן, וועמען האסטו שוין עפרישיעטעט?
די ביסט דער ערשטער !!!

Sent from my SM-N960U using Tapatalk
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

אגב איך בין געווען בקשר מיט אים איבער פארשידענע נושאים, און איך האב אים געפרעגט וואס איז די אמת'ע סיבה פארוואס ער האט אונז פארלאזט,
ער האט מיר געזאגט אז וואס ער האט געשריבן איז אמת, און אז ער רוקט זיך טאקע ווייטער מיט די אלע יאגא משוגעת'ן וואס ער איז עוסק דערין,
נאטינג פערסעניל...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

עצי שטים האט געשריבן:אגב איך בין געווען בקשר מיט אים איבער פארשידענע נושאים, און איך האב אים געפרעגט וואס איז די אמת'ע סיבה פארוואס ער האט אונז פארלאזט,
ער האט מיר געזאגט אז וואס ער האט געשריבן איז אמת, און אז ער רוקט זיך טאקע ווייטער מיט די אלע יאגא משוגעת'ן וואס ער איז עוסק דערין,
נאטינג פערסעניל...


אויב אזוי מיינונג זאגער, דארפסטו מיר נישט עפרישיעטען, איך פלאן נישט קיין יאגע.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
מיינונגזאגער

Re: אינטערסאנט ווי אזוי אן אשכול הייבט זיך אן, און ווי אזוי

שליחה דורך מיינונגזאגער »

היסטאריע האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:אגב איך בין געווען בקשר מיט אים איבער פארשידענע נושאים, און איך האב אים געפרעגט וואס איז די אמת'ע סיבה פארוואס ער האט אונז פארלאזט,
ער האט מיר געזאגט אז וואס ער האט געשריבן איז אמת, און אז ער רוקט זיך טאקע ווייטער מיט די אלע יאגא משוגעת'ן וואס ער איז עוסק דערין,
נאטינג פערסעניל...


אויב אזוי מיינונג זאגער, דארפסטו מיר נישט עפרישיעטען, איך פלאן נישט קיין יאגע.
[emoji2957][emoji23][emoji23][emoji1787]


Sent from my iPhone using Tapatalk
פארשפארט